וואס איז די גרויסע אויפדעקונג דא, ער רעדט דא אז מען לערנט נאר ע''פ הסדר און נישט די פרשה פון די וואך,מאה שערים האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:35 am אויפדעקונג:
די הוראת ופקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א איז געזאגט געווארן ביים אן ענגע מסיבת שבע ברכות פארופן דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א זעלבסט, ווי מען האט בלויז געלאדענט ענגע משפחה און אלע מנהלים רוחניים פון אלע תלמוד תורה'ס פון איבער גרעיטאר ניו יארק, ווי אויך האבן אנטייל גענומען די [געוועזענע] חברי וועד החינוך.
(זעה בייגעלייגט ליסטע פון באטייליגטע)
ביים שבע ברכות מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א איז געגעבן געווארן א געלעגענהייט פאר די חשובע מנהלים רוחניים אנצופרעגן סיי וועלכע סארט פראגן בנוגע חינוך אנגעלעגענהייטן וואס איז נוגע די חינוך הבנים והבנות.
איינע פון די מנהלים רוחניים האט אנגעפרעגט כ"ק מרן רבינו שליט"א אויב מען קען משנה זיין אביסל אין די סדר הלימודים פון חומש רש"י, דהיינו אז אנשטאט מען זאל אנהייבן לערנען פון אנפאנג סדרה, זאל דער מלמד אנהייבן לערנען פון ווי די פאריעריגע מלמד האט גענדיגט?
האט כ"ק מרן רבינו שליט"א דערויף גענטפערט וזל"ק: "ביי די ליטיווישע אידן איז דא וואס לערנען די גאנצע תורה על פי סדר, און נישט לויט די פרשה פון די וואך, אבער ביי אונז האט מען נישט אזוי געטוהן."
(זעהט בייגעלייגט קאפיע פונעם שיחות קודש)
די קלארע הוראות הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א פאר די מנהלים רוחניים, איז אלעמאל נר לרגלינו בעבר ובהוה ובעתיד בעז"ה, סיי פאר די געטרייע הנהלת המוסד, און פאר אלע חשובע מנהלים, מלמדים, און אזוי אויך פאר אלע טויזענטער עלטערן פון גרעיטאר ניו יארק, וועלכע שיקן דארטן לערנען זייערע קינדער, כדי צו באקומען דעם זעלבן גענויען חינוך מה שהורו לנו אבותינו ורבותינו מרן רבינו בעל דברי יואל זצוק"ל, און אזוי אויך כ"ק מרן רבינו שליט"א און לאורם נסע ונלך עד ביאת הגואל.
דא לערנט מען דאך אויכעט די יעצטיגע סדרה,