לעצטנס איז געווארן באריכטעט אין די נייעס אז אמעריקע לייגט דרוק אויף מדינות ישראל אונטער די טיש אז זיי זאלן נישט אונטערנעמען קיין מיליטערישע קאמפיין אקעגן חיזבאלא אין לבנון, זאגנדיג אז זיי זאלן נישט זיין דער וועלכע צינדט אן די פייער.
די שאלה איז איינפאך און גאנץ הארב, פארוואס נישט?
''דיע'עסקאלאציע'' איז א נארישע מערב וועלט אפגאט צו וועלכע די וועלט פירער דינען געהארכזאם,
עס האט אבער נישט קיין שום זין דאס צו פראקטיצירן ווען ס'קומט אין באצוג מיט א טעראר ארגאניזאציע וואס זייער גאנצע אידיאל איז צו אויסראטן די אידישע פאלק עפ''ל.
די לאגיק אונטער דעם שיטה פון ארבעטן אויף נישט צו אויסברייטערן א קאנפליקט איז באזירט אויף די פארשטאנד אז ביידע קריגערישע
צדדים ווילן באמת לעבן אין פרידן און זוכן צו פארמיידן בלוט פארגיסונג, נאר וואס? זיי קומען זיך נישט דורך אויף א ספעציפישע נושא און דאס דראעט זיי אריינצודרייען אין א קריג, און ווען דאס איז די פאל דאן איז עס נישט מער ווי שכל'דיג אז מען זאל ארבעטן מיט אלע כוחות אז דער סכסוך זאל זיך נישט אויסברייטערן און קאסטן מענטשליכע קרבנות רח''ל, ווייל דאס איז עפעס וואס ביידע זייטן ווילן בעצם פארמיידן.
אנדערש איז אבער די סיטואציע ווען עס האנדלט זיך פון א מערדערישע טעראר גרופע וואס זייער גאנצע שטרעבן איז צו דערמארדן ווי מער מענטשן עד כדי כך אז זיי זענען מוכן אויפצוגעבן זייער אייגענע לעבנ'ס און די לעבנס פון זייערע קינדער פאר דעם הייליגן ציל. דעמאלטס איז דער גאנצע פרינציפ אפגעפרעגט ביז צו איר גרונד.
לאמיר נעמען אלס א דוגמע די צווייטע וועלט־מלחמה.
און די ערשטע פאזעס פון די קריג ווען די דייטשן האבן אנגעהויבן איינקאסירן און רויבן ארומיגע טעריטאריעס איז די גאנצע וועלט פארנומען געווען צו פארמיידן א קריג, מ'האט פראבירט דעם אזוי גערופענע "דיא'עסקאלאציע" טעכניק, טראכטנ'דיג מיט גרויס תמימות אז דאס וועט אפשטעלן היטלער ימ''ש פון זיין גראנדיעזע אמביציעס, למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין א נארישקייט וואס ס'איז נישט פארהאן זיינס גלייכן, א דורכפאל אויף וועלכע די וועלט האט באצאלט א טייערע פרייז, די אלע חנופה רייד און פראוון צו באפרידיגן דעם דויטשן פירהער האבן נישט געהאלפן קיין האלבע זלאטע נישט, פונקט פארקערט, דאס האט אים געגעבן מוט און קוראזש פאראויסצוגיין מיט זיינע פינסטערע פלענער, זעהנדיג ווי די וועלט ציטערט פון אים.
פארוואס האבן די אלע פראוון נישט געברענגט קיינע גינסטיגע רעזולטאטן? די תשובה איז פשוט; ווייל היטלער איז נישט געווען פאראינטערסירט דערין, היטלער האט זיך געהאט זיינע פלענער וואס ער האט געווילט ערייכן און ס'האט אים גאנץ ווייניג דערשראקן די שארפע סטראשונקעס פון די וועלט פירער.
די זעלבע מציאות איז מיט חיזבאלא און די אנדערע טעראר גרופעס, זיי זוכן בלוט און מארד, זיי זענען גאנץ ווייניג אינטערסירט און פרידן, טא, וואס האט מען פון זיך האלטן רואיג און איינגעהאלטן? וואס איז די אויפטוה? זיי געבן מער צייט זיך צו גרייטן צום שלאכט?
קליינע קינדער קענען צומאל זיך איינרעדן אז ווען זיי מאכן זיך צו די אויגן דאן ווערט יעדער פארשוואונדן און ווען זיי עפענען זיך די אויגן דאן קומט יעדער אויפאמאל צוריק, איך ווייס נישט די לאגיק דערונטער אבער אזוי איז עס, קען זיין אז דאס איז די אמעריקאנער סטראטעגיע, אויב וועלן מיר אין זיי זיך נישט אומקערן דאן וועלן זיי נישט עקזעסטירן, זיי וועלן ווערן אויס. שלעכט?
אנדערש זעה איך נישט די חשבון דערונטער, סתם צו אריינשטעקן די קאפ אין זאמד ווי א בת היענה?
בארואיגט אייך, דאס איז נאכנישט קיין קריג דעקלעראציע אקעגן חיזבאלא, עס איז דא נאך א שיינע פאר פאקטארן וואס מען דארף נעמען אין באטראכט איידער מען לאזט זיך ארויס אין קאמף. וואס איך זאג יא איז אז ווען די רעדע איז איבער מערדער איז דיע'עסקאלאציע נישט קיין סיבה צו צוריקהאלטן א קאנפליקט...
דע-עסקאלאציע; פארוואס?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6617
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15275
Re: ''דיע'עסקאלאציע'' פארוואס?
@העלדיש דו מיינסט צו זאגן אז אפילו מען איז נישט זיכער צו מען גייט זיגן, קודם גייט מען אין קריג?
Re: ''דיע'עסקאלאציע'' פארוואס?
אויסדרוקליך נישט.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 3:52 pm @העלדיש דו מיינסט צו זאגן אז אפילו מען איז נישט זיכער צו מען גייט זיגן, קודם גייט מען אין קריג?
האסטו געליינט די ארטיקל?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6617
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15275
Re: ''דיע'עסקאלאציע'' פארוואס?
יא, אבער איך ווייס נישט פארוואס דו ברעגנסט אריין דעם שמועס איבער דיע'עסקאלאציע' צו אונזער פאל.
אמעריקא וויל נישט אנרייצן חיזבאלא ווייל עס קען עקספלאדירן, און מען קען זאגאר דערלייגן אמעריקא'ס איינציגסטע באזע אין מיטל מזרח...
אמעריקא וויל נישט אנרייצן חיזבאלא ווייל עס קען עקספלאדירן, און מען קען זאגאר דערלייגן אמעריקא'ס איינציגסטע באזע אין מיטל מזרח...
Re: ''דיע'עסקאלאציע'' פארוואס?
איך רעד נישט מטעם אמעריקא, איך באצוה מיך צו מדינות ישראל. און זיי זאלן וויסן אז פון א צייטווייליגער שטילקייט פארדינט מען גארנישט