איך ווייס נישט וועלכע חלק פון ויואל משה די האסט אינזין געהאט אראפצוברענגען, ממילא קען איך דיר נישט פאררעכטען.מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:31 am @נקודות טובות
כמדומה אז אין ויואל משה (סימן קלט אויב בינעך איך מיך נישט טועה, ביטע מיך מעורר זיין) איז זייער קלאר מבורר אז סאיז ביהרג ועל יעבור און אויב זאלסטו עכט עכט שטיין ביי אזא שיידוועג און סאיז בידך צו קלויבן דאן דארף מען בפשטות לויטן רבי’ן זי”ע האבן דערויף מסירת נפש (גראפיש גערעדט; זיך לאזן שחט’ן ביי כאמאס).
לויט די אנדערע קרייזן בפשטות נישט, און די נפק”מ איז יעצט אויף למעשה צו מדארף שטיין ווייט פון די גאנצע צה”ל און זיי נישט געבן קיין שום מאראלישע אדער פיזישע שטיצע. משא”כ לויט די אנדערע קרייזן איז עס בגדר הבא להרגך השכם להורגו, דאס גייט זייער ווייט די חילוק וד”ל
נאך איין נקודה, דאס נאציאנאליזם אין אלגעמיין אין די מדינה איז טויט. וואס דא איז פארגעגאנגען איז גראבע שחיטות אויף ציווילע, עפעס וואס איז נאכנישט געווען אין די מדינה'ס היסטאריע אפילו קרוב צו אזא פארנעם. די יום כיפור מלחמה איז געווען א מיליטער קעגן די איזרעיליס מיליטער און אירע עסעטס.. אויף ציווילע בירגער? מן דכר שמיה. די גאנצע מדובר דא איז פשוט אז סזאל נישט פאסירן נאכאמאל בדרך הטבע, גארנישט מיט נקמה צוטון. פשוט, מדיעלט דא מיט לעדזשיט אייסיס רוצחים. אבער ווי געזאגט, דא טיילט זיך שיטת סאטמאר און די אנדערע ווען סקומט הלכה למעשה.
אזוי צו אזוי, צוריק צו די ערשטע פאוסט פון דעם טעמע. וואס אימער מטוט למעשה גלויב איך האט זיך יעדער זיין אייגענע רב ומורה דרך. כוויל אבער זעהן די אנגעווייטאגטקייט אויף די גרינדער פון די מדינה, נישט קיין פרעכע ליידיגע נאציאנאליזם. אויב קענען מיר דערויף עגריען זענען מיר שוין א ווייטע וועג געקומען..
בנוגע דאס וואס דו שרייבסט בנוגע די יום כיפור מלחמה, אדרבה ליין איבער מיין תגובה איינס פאר דיינס און זאג מיר וואס איך שרייב אנדערש.
וואו אין ויואל משה האסטו געזעהן אז די הלכה פון עיר שהקפיהו גיום, איז אנדערש ווען מען האנדעלט מיט חאמאס?
אויף די אנגעווייטאגטקייט אויף די רק בדם תהיה לנו הארץ'ניקעס, בין איך מיט דיר. און מיר דארפן קיין לאנגע וועג אויף דעם נישט גיין.