מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
נאציאנאלע סעקיוריטי אדווייזער זשעק סאליוואן האט געזאגט אז אמעריקע קען נישט אויסשליסן די מעגליכקייט אז איראן וועט זיך דירעקט אדער אומדירעקט אריינמישן אין די קריג, און האט געזאגט אז אמעריקע האט פריוואט געווארענט איראן איבער זיך אריינמישן.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
כ'מיין אז די סיסטעם כאפט אויף אויב ס'איז געצילט אויף א באוואוינטע פלאץ.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
סקען אלץ אראפפאלן, און מדארף ווארנען, די אייראן דאום קעגן ראקעטן ווענד זיך וואו ספליט. אזוי דוכט זיך מיך
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
את אשר יגורנו בא
צה"ל:
1500 חרדים וואס האבן געהאט א פטור צו דינען און מיליטער האבן אריינגעגעבן א ביטע צו זיך מתגייס זיין און די מיליטער

נישטא קיין וואו צו גיין. די עגיפטער לאזן קיינעם נישט אריין.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:46 pmהאלטסט אז אזא איד (כמיין, גוי) וואוינט נאך אין עזה? ווי די סארדינס?
סאיז א לענגערע שמועס, די עגיפטער זענען מיאוס אפגעבריט פון די מאזלים בראדערהוד נאך פון די אראבישע פרילינג אין וועלכע זיי האבן אראפגעווארפן מובאראק פון בענקל. די מאזלים בראדערהוד רייט אויף די ציווילע אנגעלעגנהייטן (זיי מישן זיך אויס אין די ציווילע, נוצן זייערע געלטער און ריסורסעס וכו’) און אזוי בויען זיי זיך. ביי די עגיפטער איז נישטא אזא ווארט ווי ציווילע... זיי נעמען נישט קיין טשענסעס. נאר די איזרעיליס זאלן זיין ביזי מיט די ציווילע..
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
כגלייב אז סאיז נאר יעצט ווען אסאך אפילו היימישע קרייזן האלטן אז סאיז בגדר הבא להרגך השכם להורגו. אויב איז עס נישט ביהרג ועל יעבור דאן איז עס א חיוב זיך צו ראטעווען און צו ראטעווען כלל ישראל... סאיז זייער ווייט די מהלכים צווישן די אמתע פרומע קרייזן יעצט די מצב. אזויפיל דארף מען האמערן: גארנישט, אבער גארנישט טאר מען נישט טון אן פרעגן די לאקאלע דעת תורה!
לויט די סאטמארע שיטה צו וואס רוב אידטיש שרייבער און זייערע רבנים געהערן איז דאס געהעריג ביהרג ועל יעבור. סאיז זייער קלאר אז מהאט נישט צו שטיצן די מדינה מחוט ועד שרוך נעל.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
גיוס ביהרוג ואל יעבור?
כ'מיין אז נאר אויף גיוס בנות האט מען דעס גע'פסק'נט.
כ'מיין אז נאר אויף גיוס בנות האט מען דעס גע'פסק'נט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
נאופ, סיי וואס סברעכט די שלוש שבועות אדער די גזירת הגלות.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
ריכטיג @וואוילער
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
דער סאלדאט ברעכט עס נישט נאר די ארמיי פירער. דער סאטמאר רב האט קיינמאל נישט געזאגט אזוי אויף א צה"ל סאלדאט אדער ארבייטער.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
נישט ריכטיג, עיין בויואל משה סימן קלט. די ראיה פון בן כוזיבא אז די חכמים האבן אים געהארגעט טראצדעם וואס זיי האבן געוויסט פון די חורבן ביתר
אמת, ער האט עס נישט ממש קלאר געזאגט ברבים.. אבער מצד שני האט ער קיינמאל נישט ערלויבט שטיצן די מיליטער באיזה אופן שהוא.. מהאט איינגענומען א שטיל שווייגעניש...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:39 pmדער סאלדאט ברעכט עס נישט נאר די ארמיי פירער. דער סאטמאר רב האט קיינמאל נישט געזאגט אזוי אויף א צה"ל סאלדאט אדער ארבייטער.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
ביטע זיך האלטן צום ענין. יישר כח.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
מד"י עוועקואירט שדרות אין בעפארגרייטונג צו די ערד אפעראציע און מעגליכקייט אז עס וועט געשאסן ווערן גאר אסאך ראקעטן, אויך רעקאמענדירן זיי צו עוועקואירן אשקלון.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
די מצב און לבנון קוקט אויס ווי עס גייט ארויס פון קאנטראל
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
ביידען:
די אמעריקאנער קענען און וועלן צושטעלן הילף סיי פאר אוקריינא און סיי פאר מדינת ישראל

לבנון באריכטן:
צענדליגער אטאקעס דורך די מדינת ישראל עירפארט און די לבנון געגנטער

-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
- x 319
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
די גאנצע סארדינען איז נישט אזוי פשוט. די עזה פאס איז גרויס 140 סקווער מייל - דאס קומט אויס דאפלט אזוי גרויס ווי ברוקלין, מיט בערך די זעלבע צאל איינוואוינער. עס זענען דא שטעט וואס זענען פיל מער געדיכט באוואוינט ווי עזה (אינעם פאס אליין איז דא אורבען אבער אויך מער שיטערע געגנטן).דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:46 pmהאלטסט אז אזא איד (כמיין, גוי) וואוינט נאך אין עזה? ווי די סארדינס?
דאס יא, עס איז כמעט נישט שייך זיך ארויס צו דערזעהן פון דארט. און אויך דער לעבן סטאנדארט איז נישט אויפן העכסטן ניווא, אבער דאס איז שוין זייער אייגענע אויסוואל (מיטן ערוועלן כאמאס, און אויסדרוקן קאטעגארישע קעגנערשאפט צו עקזיסטירן פרידליך אינאיינעם מיט מדינת ישראל)
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
באריכט רעפרעזענטירט פאר "רעד קראס" איבער שווערע געזונט צושטאנד פון פילע פון די משכונות וועמען כאמאס האלט.
דער באַריכט צייגט צווישן אַנדערן אַז צווישן די משכונות איז א בעיבי פון 9 חדשים אַלט וועלכער עסט נאָר פאָרמולאַ און ער דאַרף דאָס וויכטיג האָבן, און אויך זענען דאָ דריי קינדער וואָס ליידן פון אוטיזם און דאַרפן ספּעציעלע הילף. אויך איז דאָ צווישן די משכונות עטליכע אידן וואָס האָבן געליטן גאָר שווערע וואונדן און זיי האָבן נישט באַקומען קיין באַהאַנדלונג דערפאַר, און א מאַן מיט א שווערע אויטאָ-אימיון קרענק וועלכער דאַרף ווערן שפיטאליזירט. דער באַריכט איז צוזאַמגעשטעלט געוואָרן דורך פּאַראַמעדיקס און דורך רעגירונג באַאַמטע וועלכע זענען באַקאַנט מיט די דעטאַלן פון אַלע משכונות, און מען וועט רעפּרעזענטירן דעם באַריכט פאַר די רעד קראָס, צו פאַרלאַנגען אַז די נויטיגע הילף זאָל געגעבן ווערן פאַר די משכונות אין עזה.

כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
מדינת ישראל באאמטע האבן היינט פארעפענטליכט אז ביי איינס פון די אומגעקומענע כאמאס טעראריסטן האט מען געפונען א מעניועל איבער משכונות.
זיי זאגן אז אין די מעניועל שטייט ארויס געשריבן דעטאלן וויאזוי דורכצופירן פארכאפונגן, און דערנאך וויאזוי זיי צו באהאנדלן. צווישן אנדערע שטייט ארויס געשריבן אנווייזונגן אז מען זאל אנזייען כאאס און מען זאל אומברענגן סיי וועלכע מענטש וועלכע שטעלט א געפאר אדער פראבירט צו פארקירעווען זייער אויפמערקזאמקייט. אזוי אויך שרייבט עס ארויס צו נוצן משכונות אלץ מענטשליכע פאנצערס און נישט צו מאכן קיין חילוק פון וועלכע סארט מענטש מען האנדעלט, אפגעזען יענעמס רעליגיע, ראסע, מאן אדער פרוי.
זיי זאגן אז אין די מעניועל שטייט ארויס געשריבן דעטאלן וויאזוי דורכצופירן פארכאפונגן, און דערנאך וויאזוי זיי צו באהאנדלן. צווישן אנדערע שטייט ארויס געשריבן אנווייזונגן אז מען זאל אנזייען כאאס און מען זאל אומברענגן סיי וועלכע מענטש וועלכע שטעלט א געפאר אדער פראבירט צו פארקירעווען זייער אויפמערקזאמקייט. אזוי אויך שרייבט עס ארויס צו נוצן משכונות אלץ מענטשליכע פאנצערס און נישט צו מאכן קיין חילוק פון וועלכע סארט מענטש מען האנדעלט, אפגעזען יענעמס רעליגיע, ראסע, מאן אדער פרוי.
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
NBC
די דורכגאנג קיין עגיפטן וועט זיין אפן מארגן 9:00 ווי ציווילע וועלן קענען ארויסגיין פון צפון עזה

די UN און א פארלאנג צו חאמאס אז זיי זאלן ארויסגעבן אלע משכונות אן קיין שום תנאים
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
נאכפאלגענדיג באריכטן איבער א מעגליכע ביידען באזוך אין מדנ"י, קומט יעצט א באריכט אז דער מצרי'שער על סיסי האט געלאנדעט דעם פרעזידענט אויף א אינטערנאציאנאלע זיצונג איבער די עזה נושא דעם קומענדיגן שבת אין מצרים.
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 15
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:20 pm
- x 27
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
אין ברוקלין וואינען איבער 2.7 מיליאן ווס 2.1 אין עזה.Programming האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 4:19 pm די גאנצע סארדינען איז נישט אזוי פשוט. די עזה פאס איז גרויס 140 סקווער מייל - דאס קומט אויס דאפלט אזוי גרויס ווי ברוקלין, מיט בערך די זעלבע צאל איינוואוינער. עס זענען דא שטעט וואס זענען פיל מער געדיכט באוואוינט ווי עזה (אינעם פאס אליין איז דא אורבען אבער אויך מער שיטערע געגנטן).
דאס יא, עס איז כמעט נישט שייך זיך ארויס צו דערזעהן פון דארט. און אויך דער לעבן סטאנדארט איז נישט אויפן העכסטן ניווא, אבער דאס איז שוין זייער אייגענע אויסוואל (מיטן ערוועלן כאמאס, און אויסדרוקן קאטעגארישע קעגנערשאפט צו עקזיסטירן פרידליך אינאיינעם מיט מדינת ישראל)
צו צוגלייכן עזה סיטי צו בני ברק, אין עזה סיטי וואינען 42 טויזענט פער סקווער מייל ווס בני ברק וואס וואינען 76 טויזענט פער סקווער מייל, און דאס איז שוין עזה סיטי וואס איז די געדיכסטע באוואינט פון אלע געגנטער אין עזה.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
אקעי סוי איך האב פשוט געהאט א טעות, זיי לעבן בכלל נישט אזוי ענג דארט.
איך הער.
איך הער.