דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

נייעס אין אונזער קווארטאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 722
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 630

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 18, 2026 4:51 pm
נויז מאשין האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 18, 2026 3:20 pm
פארטריבן האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 18, 2026 2:57 pm

איך האב יא געהערט רעדן דערפון סיי אין מיין שבת'דיגע ביהמ"ד און סיי אין מיין וואכנ'דיגע ביהמ"ד ווי אויך אין מקוה.
מענטשן זענען געווען צושוידערט פון די שרעקליכע באריכטן און די קלארע און אפענע דאקומענטן.

ווער עס ליינט די אלע דאקומענטן און באווייזן זעהט אז דאס איז ליידער גארנישט קיין פאשקעוויל נאר דער ביטערערע אמת.
חשש גילו...

נישטא צופיל אזעלכע שולן.
ווי אויך נישטא אסאך אזאנע קיפקעס נאר ווי ער הייבט אן רעדן... און לאמיר זאגן אז מוואלט יא גערעט אין קרית יואל וועגן לאנדאן וואס פונקטליך גייט עס העלפן ווען אין לאנדאן לאכט מען דערפון ווען אלע גדולי הרבנים זענען מיט חינוך יו קעי און האלטן נישט אז די פאשקעווילן האבן עפעס האפט

אריינגעלייגט נעבעך רבבות דולר אין מיסטר אריין אז גליון אין פאסט קאסטאסאך געלט
וואס פארשטיי מיר אונז קטני המוחין
פון די אלע וואס קענען נאר אוועקפירן צו נארישע שטותים, וויפיל מקוה'ס\קאווע שטיבלעך\שוהלען האבן יא אדער נישט גערעדט פון די נושא, און וויפיל קופקעס מען האט יא אדער נישט אנגעהויבן די שמועס,

אבער לגופו של ענין האבן זיי נישט באוויזן צו ברענגען פון זייערע קאנטאקט רבנים\עסקנים\דיינים וואס זענען 'באקאנט' אין די נושא, קיין שום זאך וואס זאל ענטפערן אויף די אלע דאקומענטן וואס זענען געווארן פארגעשטעלט אינעם אינטערוויו דורך דעם חשוב'ן לאנדענ'ער עסקן,

דאס אלעס טוט נאר שטערקער באשטעטיגן און פעסטשטעלן די קראנטקייט און אומאפפרעגבארקייט פון אלעס וואס ווערט אראפגעברענגט אין 'דורותינו' אינטערוויו מיטן חשוב'ן עסקן פון לאנדאן.

און ווער עס ליינט אדורך דעם אינטערווויו וועט זעהן ווי עס צופאלן זיך די אלע פונקטן וואס @totty האט אוועקגעשטעלט ביים עפענען אט די לאנדאנע טעמע אויפן ערשטן בלאט,
באמת זענען שוין רובא דרובא שקרים אויפגעוויזן געווארן אין די פריערדיגע עטליכע צוואנציג בלעטער ביז אהער,
אבער אין בית המדרש בלא חידוש, וואס אין דעם אינטערוויו ווערט מען געוואויר א זאך וואס איז נאכנישט געווארן דא דערווייל אויפגעוויזן, אז זאגאר די מוסד פון דעם ערליכן רב\דיין\עסקן וכל שום וחניכא דאית לי', וואס אנגעבליך באקומען זיי נישט קיין 'פעני' פון די רעגירונג, שטעלט זיך איצט ארויס אז זיי זיצן גאר אויף א קאסע פון מיליאנען פונט וואס פליסט אריין פון פארשידענע גאווערמענט גרענטס.

ואידך פירושא זיל גמור....
שיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 11:37 pm
x 23

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך שיש »

אנדערער האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 09, 2026 5:11 pm מנהלים אויב פאסט עס נישט ביטע ארויסנעמען וואס פאסט נישט און נישט מעקן די גאנצע

Screenshot_20261009_165644_My Files.jpg

די היילייטער האט אויפגעהערט ארבעטן? קען איינער ווייזן וואו די שוידערליכע זאכן אין די אידישע שפראך שטייט אין די ענגלישע שטיקל?
ש'כח פאר'ן ברענגען. האסט מיר געשפארט אזא שעה פון דורכליינען דעם קונטרס.
באקוועמער אידל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 11:36 am
x 51

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך באקוועמער אידל »

פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 19, 2026 12:52 am
totty האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 18, 2026 4:51 pm
נויז מאשין האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 18, 2026 3:20 pm
חשש גילו...

נישטא צופיל אזעלכע שולן.
ווי אויך נישטא אסאך אזאנע קיפקעס נאר ווי ער הייבט אן רעדן... און לאמיר זאגן אז מוואלט יא גערעט אין קרית יואל וועגן לאנדאן וואס פונקטליך גייט עס העלפן ווען אין לאנדאן לאכט מען דערפון ווען אלע גדולי הרבנים זענען מיט חינוך יו קעי און האלטן נישט אז די פאשקעווילן האבן עפעס האפט

אריינגעלייגט נעבעך רבבות דולר אין מיסטר אריין אז גליון אין פאסט קאסטאסאך געלט
וואס פארשטיי מיר אונז קטני המוחין
פון די אלע וואס קענען נאר אוועקפירן צו נארישע שטותים, וויפיל מקוה'ס\קאווע שטיבלעך\שוהלען האבן יא אדער נישט גערעדט פון די נושא, און וויפיל קופקעס מען האט יא אדער נישט אנגעהויבן די שמועס,

אבער לגופו של ענין האבן זיי נישט באוויזן צו ברענגען פון זייערע קאנטאקט רבנים\עסקנים\דיינים וואס זענען 'באקאנט' אין די נושא, קיין שום זאך וואס זאל ענטפערן אויף די אלע דאקומענטן וואס זענען געווארן פארגעשטעלט אינעם אינטערוויו דורך דעם חשוב'ן לאנדענ'ער עסקן,

דאס אלעס טוט נאר שטערקער באשטעטיגן און פעסטשטעלן די קראנטקייט און אומאפפרעגבארקייט פון אלעס וואס ווערט אראפגעברענגט אין 'דורותינו' אינטערוויו מיטן חשוב'ן עסקן פון לאנדאן.

און ווער עס ליינט אדורך דעם אינטערווויו וועט זעהן ווי עס צופאלן זיך די אלע פונקטן וואס @totty האט אוועקגעשטעלט ביים עפענען אט די לאנדאנע טעמע אויפן ערשטן בלאט,
באמת זענען שוין רובא דרובא שקרים אויפגעוויזן געווארן אין די פריערדיגע עטליכע צוואנציג בלעטער ביז אהער,
אבער אין בית המדרש בלא חידוש, וואס אין דעם אינטערוויו ווערט מען געוואויר א זאך וואס איז נאכנישט געווארן דא דערווייל אויפגעוויזן, אז זאגאר די מוסד פון דעם ערליכן רב\דיין\עסקן וכל שום וחניכא דאית לי', וואס אנגעבליך באקומען זיי נישט קיין 'פעני' פון די רעגירונג, שטעלט זיך איצט ארויס אז זיי זיצן גאר אויף א קאסע פון מיליאנען פונט וואס פליסט אריין פון פארשידענע גאווערמענט גרענטס.

ואידך פירושא זיל גמור....
יעפ, אומאפפרעגבאר, ווען עס איז אומליינבאר.

אויב כ'מעג פרעגן ווי איז דער מקור פון: וואס אנגעבליך באקומען זיי נישט קיין 'פעני' פון די רעגירונג, איז דא ערגעץ ווי איינער האט דאס אנגעבליך געזאגט?

כ'מיין אז אלע זאכן פון דעם אינטערוויו פאלן אוועק נאכדעם וואס מען לייענט אלע פונקטן פון די אנדערע שרייבער וואס האבן שוין דאס פריער געשריבן דא אין די טעמע.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 722
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 630

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 19, 2026 2:49 pm
אויב כ'מעג פרעגן ווי איז דער מקור פון: וואס אנגעבליך באקומען זיי נישט קיין 'פעני' פון די רעגירונג, איז דא ערגעץ ווי איינער האט דאס אנגעבליך געזאגט?
זעהט אויס איר האט שוין פארגעסן די אנהייב פון די טעמע, און די 7 פונקטן אויף וואס @totty האט געעפענט אט די דאזיגע טעמע וואו ער שרייבט דארט קלאר אז די מוסדות באקומען נישט קיין פעני פון די רעגירונג, און @totty האט דאס געהאלטן אין איין איבער'חזר'ן מערערע מאהל,

מיר וועלן אייך אויפפרישן דעם זכרון, און אנצייכענען עטליכע פלעצער וואס מיר האבן געטראפן אין די שנעלקייט וואו @totty האט דאס געזאגט.

#1 אין סאמע אנהייב פון די טעמע אויפן ערשטן בלאט,
totty האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:33 pm 4) די רעגירונג אין לאנדאן צאלט נישט קיין פעני נישט פאר לאנטש נישט פאר באסעס און ניטאמאל פאר די ביכער אלעס דארף מען אליינס קויפן און באצאלן (אנדערש ווי מהאט אונז איינגערעט אז אלע מוסדות לערנען גאר תועבה צוליב געלט..)
#2 viewtopic.php?p=236255#p236255
totty האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 6:53 am אבער דאס וואס דו זאגסט לגבי געלט נעמען האבעך שוין געשריבן אז ביי קינדער ביז 4 יאר נעמט יעדער געלט אזוי ווי בעביסטינג עס האט גארנישט מיט לימודים אבער ביי יענע מוסד איז יא די היי סקול אינטער די רעגירונג אבער דאס איז נאר די היי סקול וואס איז א עקסטערע מוסד אין א אנדערע געגנט און אפילו די היי סקול האט אויך זיך נישט אינטערגענומען גארנישט צי לערנען אפילו לפנים עכ"פ אזוי זאגן זיי און איך האב נאכנישט קיין באווייז נגדם און דאס קען מען נאך מברר זיין הגם דאס אליינס צי זיין אינטער די גאווערמענט איז ביי אונז אפגעפרעגט כאטש ביי זיי איז עס שויןנאזוי פון פאר די גזירה אבער דא רעדט מען פון די סקול פאר די אינגערע וואס איז גענצליך על טהרת הקודש מיט א אנדערע הנהלה און נעמט נישט קיין סענט פון די רעגירונג אזוי ווי רוב היימישע מוסדות
#3 viewtopic.php?p=236121#p236121
totty האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 6:30 pm
ליין דא אינעם ערשטן תגובה פון די אשכול אז קיין איין היימישע מוסד מהאט נישט דארטן קיין סענט פון די רעגירונג אפילו נישט פאר די ענגלישע ביכער

viewtopic.php?p=235978#p235978
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 722
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 630

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 19, 2026 2:49 pm
יעפ, אומאפפרעגבאר, ווען עס איז אומליינבאר.
אפשר צייכנט איר אן וועלכע חלק אינעם אינטערוויו איז אומליינבאר?
באקוועמער אידל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 11:36 am
x 51

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך באקוועמער אידל »

פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 19, 2026 3:11 pm
באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 19, 2026 2:49 pm
יעפ, אומאפפרעגבאר, ווען עס איז אומליינבאר.
אפשר צייכנט איר אן וועלכע חלק אינעם אינטערוויו איז אומליינבאר?
אינטערוויו? ניטאמאל ווערט צו רעדן דערפון

כ'רעד פון די דאקומענטן
totty
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 500
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 1118

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 19, 2026 3:09 pm

מיר האבן אייך שוין געזאגט אין עבר אז מיר גייען מער נישט ארבעטן שווער אויפן בירור סך הכל האט מען אייך געטראפן מיט דמיונות און לגיונות אין עבר דעריבער האט איר פארלוירן אייער חזקת אמת און וועם סאיז נוגע זאל מאכן א בירור אויף יעדן לשון הרע וואס איר טרעפט אונטערן קארפעט

מיר איז עס מער נישט נוגע און כהאב נישט קיין צייט פאר טענערייען און הבלים

הצלחה וברכה
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 722
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 630

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 19, 2026 10:22 pm

בקיצור,
וואס איז די תירוץ אויף די אפענע גראבע ליגנט
וואס איר האט געשריבן בעבר מינימום 3 מאהל בשם עסקנים פון לאנדאן
אז די מוסדות אין לאנדאן באקומען נישט קיין איין 'פעני' פון די רעגירונג (אן קיין דאקומענטן דאס צו באווייזן....).
און פאריגע וואך איז נתפרסם געווארן קבל עולם ומלואה אז די מוסדות מאכן מיליאנען פונט פון די רעגירונג (דאקומענטירט קלאר שווארץ אויף ווייס)
???

פארטריבן האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 20, 2026 1:11 am

מיר איז עס מער נישט נוגע נאכן וויסן אז איר קריכט אויף גראדע ווענט און אויף שקר און כהאב נישט קיין צייט פאר טענערייען און הבלים

פאר וועם עס איז נוגע זאל מברר זיין יעדע פרט ופרט
און לעצטע פון די אשכול זאל אויסלעשן די לעקטער
א גוטע נאכט
זייער קלאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 82
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:51 pm
Location: ברוקלין
x 27

פאוסט דורך זייער קלאר »

totty האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 20, 2026 5:39 am

לפענ"ד איז עס לכאורה שוין מבורר 'זייער קלאר'

ווען איינער 'זאגט' נאך בשם עפעס אן הרוצה בעילום שמו עסקן... אז די מוסדות מאכן 'נישט' קיין געלט פון די רעגירונג

און די מוסדות זעלבסט 'שרייבן' דאקומענטירט פאר די רעגירונג, אז זיי באקומען 'יא' געלט פון די רעגירונג
בלייבט שוין נישט איבער וואס מברר זיין...
זייער קלאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 82
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:51 pm
Location: ברוקלין
x 27

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך זייער קלאר »

באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 19, 2026 3:48 pm
פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 19, 2026 3:11 pm
באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 19, 2026 2:49 pm
יעפ, אומאפפרעגבאר, ווען עס איז אומליינבאר.
אפשר צייכנט איר אן וועלכע חלק אינעם אינטערוויו איז אומליינבאר?
אינטערוויו? ניטאמאל ווערט צו רעדן דערפון

כ'רעד פון די דאקומענטן
ריכטיג
עס רעדט שוין פון זיך אליין...
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 722
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 630

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 20, 2026 5:39 am מיר איז עס מער נישט נוגע נאכן וויסן אז איר קריכט אויף גראדע ווענט און אויף שקר און כהאב נישט קיין צייט פאר טענערייען און הבלים

פאר וועם עס איז נוגע זאל מברר זיין יעדע פרט ופרט

למעשה וואס איז געבליבן?
די מוסדות אין לאנדאן באקומען נישט קיין איין 'פעני' פון די רעגירונג ???
אדער די מוסדות מאכן מיליאנען פונט פון די רעגירונג ???

די תשובה אויף די שאלה וועט אויך קלארשטעלן 'ווער עס קריכט אויף גראדע ווענט און אויף שקר'...

אגב, עס איז זייער מאדנע אז איר האט גערעדט מיט עסקנים אין לאנדאן וואס האבן אייך פארקויפט אפענע שקרים אז די מוסדות נעמען נישט קיין פעני, און דערנאך ווען איר זעהט אפענע רעגירונג דאקומענטן אז די מוסדות מאכן גאר מיליאנען פונט פון די רעגירונג, דאן איז אייך די זאך פלוצלינג 'מער נישט נוגע'...

עס קומט מיר פאר ווי עפעס א אידל איז געקומען צו א געוויסער עסקן און זיך אויסגעוויינט זיין ביטערע מצב אז ער איז אן עני ואביון און ער האט 'נישט קיין פעני' לחם לאכול, און אנגעזאמלט שווערע הונדערטער טויזנטער דאללער חובות.
דער עסקן האט שטארק רחמנות געהאט אויף דעם איד, און אנגעדרייט א גרויסארטיגן צדקה קאמפיין מיט המלצות פון רבנים, און צוזאמגעשטעלט אפאר הונדערט טויזנט דאללער פאר דעם 'עני ואביון'.
א קנאפע יאר שפעטער איז ארויסגערינען אין די גאס קלארע דאקומענטן פון די טעקס ריטוירן פון יענעם אנגעבליכער 'עני ואביון'..., וואו מען זעהט קלאר אז ער מאכט גאר שווערע מיליאנען פון די רעגירונג.
זענען מענטשן געקומען מיט א 'ויצעקו' צום עסקן וואס האט אנגעדרייט די ריזיגע צדקה קאמפיין, און איהם געפרעגט דער איד איז א 'עני ואביון' אדער ער מאכט 'שווערע מיליאנען' פון די רעגירונג...?

האט דער עסקן געענטפערט כהאי לישנא:
'מיר איז עס מער נישט נוגע, פאר וועם עס איז נוגע זאל מברר זיין יעדע פרט ופרט'... !
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 967
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1989

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך צווייטער »

איך בין געווארן דיזי אין די לעצטע פאר פעידזשעס האב איך געבעטן ChatGpt (נד''ק) צו מאכן אסך הכל פון די לעצטע 5 פעידזשעס:

סאמערי פון די לעצטע 5 בלעטער — אידטיש
אשכול: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

איך האב דורכגעקוקט די בלעטער 22–26, און דער עיקר וויכוח דרייט זיך ארום צוויי יסודות'דיגע שאלות: צי די חרדישע מוסדות אין לאנדאן האבן געמאכט פשרות אין חינוך כדי צו נאכקומען די רעגירונג, און צי די עסקנים פון חינוך UK זאגן דעם ציבור דעם גאנצן אמת.

עס זענען דא צוויי הויפט צדדים אין דעם וויכוח.
1. די צוויי צדדים
דער צד פון „פארטריבן“:

ער טענה'ט אז עס זענען פארהאן קלארע רעגירונגס־דאקומענטן, אינספעקציע־באריכטן און שולע־פאליסיס, וועלכע ווייזן אז געוויסע מוסדות האבן שוין געמאכט ערנסטע פשרות אין חינוך. לויט אים פרובירן די עסקנים און זייערע פארטיידיגער אוועקצומאכן די באווייזן, אנשטאט זיי צו פארענטפערן.

דער צד פון „totty“:

ער טענה'ט אז די רבנים און עסקנים פון חינוך UK ארבעטן במסירות נפש צו ראטעווען די מוסדות, און אז זייערע קעגנער פארדרייען פאקטן, געבן פאלשע פשטים אין דאקומענטן און באשמוצן ערליכע מוסדות. ער מאכט א חילוק צווישן וואס די רעגירונג פארלאנגט, וואס אינספעקטארן טענה'ן, און וואס די מוסדות לערנען למעשה.

דער וויכוח ווערט זייער שארף און פערזענליך, און ביידע צדדים באשולדיגן זיך אין נישט זאגן דעם אמת.

2. די הויפט נושאים וואס ווערן אויסגעשמועסט

א. לימודי תועבה און די מעגליכקייט זיך ארויסצושרייבן

א הויפט מחלוקת איז צי עלטערן קענען ארויסשרייבן קינדער פון די פראבלעמאטישע לימודים.

דער צד פון „פארטריבן“ טענה'ט אז מען קען טאקע ארויסשרייבן פון געוויסע באזונדערע לימודים, אבער נישט פון אלע ענינים וואס זענען אריינגעמישט אין די געהעריגע לימודים, בפרט Relationships Education און Science.

דער אנדערער צד טענה'ט אז מען דארף מבחין זיין צווישן די פארשידענע פארלאנגען, און אז א שולע־פאליסי באווייזט נישט אז מען לערנט למעשה די פראבלעמאטישע זאכן.

ב. די נייע Schools Bill און ישיבות קטנות

דא איז דא מער הסכמה אז עס איז פארהאן א ממשות'דיגע סכנה.

אין א באריכט פון מאי 20 שרייבט „totty“ אז די נייע רעגולאציעס קענען געבן פאר דער רעגירונג מער כח איבער ישיבות קטנות, אפילו ווען זיי פונקציאנירן אלס לערן־קלאבס.

ער זאגט אז די מצב איז ערגער געווארן אונטער דער לעיבאר־רעגירונג, און אז מען ווארט אויף די גיידליינס.

זיינע קעגנער פרעגן פארוואס חינוך UK האט נישט קלאר ארויסגעשטעלט די פראבלעמען פונעם נייעם געזעץ פון אנהייב אן.

ג. די מחאה און מסירת נפש

עס איז פארגעקומען א מחאה קעגן די גזירות, און עס זענען ארויסגעקומען קול קורא'ס פון רבנים.

דער וויכוח איז פארוואס געוויסע גרויסע רבנים האבן נישט אונטערגעשריבן.
- „פארטריבן“ פרעגט צי דאס ווייזט אויף א חילוקי דעות וועגן דער נויטווענדיגקייט פון מסירת נפש.
- „totty“ ענטפערט אז אפילו רבנים וואס זענען גרייט אויף מסירת נפש דארפן נישט אונטערשרייבן פאר עסקנים וועמען זיי טראסטן נישט.
דא ווערט אויך אריינגעברענגט א שמועס וועגן דעם סאטמארער רבי'ן זי"ע און מיט וועמען ער האט געוואלט אונטערשרייבן.

3. די נייעסטע וויכוחים — סעפטעמבער און אקטאבער
דאס זענען די מערסט אקטועלע נקודות אין די לעצטע בלעטער.

ד. דער קונטרס מיט די באריכטן פון לאנדאן

עס ווערט פארשפרייט א קונטרס מיט ערנסטע באשולדיגונגען איבער די חינוך־מצב אין לאנדאן.

איינער פון די הויפט נושאים איז OT און PT טעראפי פאר קינדער, אריינגערעכנט פראגעס איבער פרויען וואס באהאנדלען אינגלעך.

„נויז מאשין“ טענה'ט אז דער קונטרס מאכט פון נארמאלע טעראפי־פראצעדורן א גרויסן שערוריא, אן מסביר זיין דעם מעדיצינישן און פראקטישן קאנטעקסט.

„זוכער“ און אנדערע טענה'ן אבער אז דער קונטרס ווייזט אויך אויף ברייטערע פראבלעמען, ווי דאס אויסלערנען קינדער וועגן אנדערע רעליגיעס און איבער'ן צוטרוי צו עלטערן.

דער וויכוח איז צי די דאקומענטן ווערן ריכטיג איבערגעזעצט און אויסגעטייטשט.

ה. דער נייעסטער „דורותינו“ אינטערוויו

אין אקטאבער איז פארשפרייט געווארן אן אינטערוויו אין „דורותינו“ מיט א לאנדאנער עסקן, וואו עס ווערן געברענגט טענות און דאקומענטן איבער דעם מצב.

„פארטריבן“ טענה'ט אז דער אינטערוויו ווארפט אפ די יסודות אויף וועלכע „totty“ האט געבויט זיין גאנצע פארטיידיגונג פון חינוך UK.

דער קעגנערישער צד טענה'ט אז דער קונטרס אנטהאלט פארדרייטע איבערזעצונגען און נישט־באגרינדעטע מסקנות.

ו. די מיליאנען פונט פון דער רעגירונג — דער לעצטער הויפט וויכוח

דאס איז די שארפסטע נקודה אויפן לעצטן בלאט.

„פארטריבן“ ברענגט צוריק דריי פריערדיגע תגובות פון „totty“, וואו יענער האט געשריבן אז די היימישע מוסדות באקומען נישט קיין געלט פון דער רעגירונג.

יעצט טענה'ט „פארטריבן“ אז עס זענען פארעפנטליכט געווארן דאקומענטן וועלכע ווייזן אז געוויסע מוסדות באקומען גאר מיליאנען פונט אין רעגירונגס־גרענטס.

ער פארלאנגט דעריבער א קלארן תירוץ אויף דעם לכאורה'דיגן סתירה.

„totty“ ענטפערט אז ער האט שוין פארלוירן צוטרוי אין די טענות פון „פארטריבן“, און ער וויל נישט ווייטער אריינגיין אין די וויכוחים. ער זאגט אז ווער עס איז נוגע זאל אליין מברר זיין יעדן פרט.

די לעצטע תגובות דרייען זיך ווייטער ארום דער זעלבער שאלה, אן א קלארן אויסגעארבעטן תירוץ אויפן בלאט.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
totty
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 500
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 1118

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

פארטריבן האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 20, 2026 2:28 pmאנגעדרייט א גרויסארטיגן צדקה קאמפיין מיט המלצות פון רבנים, און צוזאמגעשטעלט אפאר הונדערט טויזנט דאללער פאר דעם 'עני ואביון'.
ווער האט צאמגעשעלט געלט פאר זיי? אפשר פארטריבן?
מהאט סך הכל געברענגט פאקטן הערנדיג פון דורותינו אזויפיל איבער לאנדאן און זייענדיג א באזוך דארט האבעך געוואלט הערן די אנדערע זייט מטבע און געהערט און זיך איבערצייגט אויף יעדע פרט פון די פאר נושאים וואס זענען געווען דאן אויפן טיש און אלעס וואס מהאט מיר דא געזאגט האט זיך ארויסגעשטעלט ממש אויפגעבלאזענע שקר
איז יעצט ווער עס וויל יא אדער נישט פירן ווייטער מערכות זאל אליינס מברר זיין איך האב נישט צייט צי רופן קיין לאנדאן 5 מאל א טאג יעדעס מאהל וואס איר באשליסט אז סאיז דא א דאקומענט פון אונטערן קארפעט איר זענט הוחזק כפרן און מקיים געווען הרוצה לשקר ירחיק עדותו
דעריבער האב איך ניטאמאל געבעטן דאקומענטן וואס כהאב ניטאמאל געזעהן פון אייך צי זעהן צי מנעמט יא אדער נישט געלט ווייל עס איז מיר נישט נוגע און אוודאי גיי איך נישט קאלן קיין לאנדאן פרעגן וואס זיי זאגן דערצי ווייל עס איז אין לדבר סוף און מיין צייט איז טייער
הצלחה רבה
זייער קלאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 82
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:51 pm
Location: ברוקלין
x 27

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך זייער קלאר »

totty האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 20, 2026 5:21 pm
פארטריבן האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 20, 2026 2:28 pmאנגעדרייט א גרויסארטיגן צדקה קאמפיין מיט המלצות פון רבנים, און צוזאמגעשטעלט אפאר הונדערט טויזנט דאללער פאר דעם 'עני ואביון'.
ווער האט צאמגעשעלט געלט פאר זיי? אפשר פארטריבן?
מהאט סך הכל געברענגט פאקטן הערנדיג פון דורותינו אזויפיל איבער לאנדאן און זייענדיג א באזוך דארט האבעך געוואלט הערן די אנדערע זייט מטבע און געהערט און זיך איבערצייגט אויף יעדע פרט פון די פאר נושאים וואס זענען געווען דאן אויפן טיש און אלעס וואס מהאט מיר דא געזאגט האט זיך ארויסגעשטעלט ממש אויפגעבלאזענע שקר
איז יעצט ווער עס וויל יא אדער נישט פירן ווייטער מערכות זאל אליינס מברר זיין איך האב נישט צייט צי רופן קיין לאנדאן 5 מאל א טאג יעדעס מאהל וואס איר באשליסט אז סאיז דא א דאקומענט פון אונטערן קארפעט איר זענט הוחזק כפרן און מקיים געווען הרוצה לשקר ירחיק עדותו
דעריבער האב איך ניטאמאל געבעטן דאקומענטן וואס כהאב ניטאמאל געזעהן פון אייך צי זעהן צי מנעמט יא אדער נישט געלט ווייל עס איז מיר נישט נוגע און אוודאי גיי איך נישטקאלן קיין לאנדאן פרעגן וואס זיי זאגן דערצי ווייל עס איז אין לדבר סוף און מיין צייט איז טייער
הצלחה רבה
עס איז פיל גרינגער צו ענטפערן די פשוטע שאלה:
באקומען די לאנדענע מוסדות געלט פון די רעגירונג יא אדער ניין?

איר 'זאגט' בלויז נאך פון עפעס אן עסקן אז 'ניין'
אבער אין דורותינו האט אן עסקן געברענגט דאקומענטן פונעם מוסד זעלבסט אז מען מאכט אסאך געלט...!
עס ברויך זיין זייער גרינג דאס מברר צו זיין

אויב אייערע עסקנים קענען אייך דאס נישט אויסקלארן
דאן זענען אלע אנדערע נקודות וואס איר האט נאכגעברענגט בשם אייער עסקן אונטער א הארבע פראגע צייכן...!

די תירוץ פון איך האב נישט קיין צייט... איז נישט גילטיג, ווען עס קוקט מער אויס אז צד ב' איז גערעכט!
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 722
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 630

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 20, 2026 5:21 pm
פארטריבן האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 20, 2026 2:28 pmאנגעדרייט א גרויסארטיגן צדקה קאמפיין מיט המלצות פון רבנים, און צוזאמגעשטעלט אפאר הונדערט טויזנט דאללער פאר דעם 'עני ואביון'.
ווער האט צאמגעשעלט געלט פאר זיי? אפשר פארטריבן?
מהאט סך הכל געברענגט פאקטן הערנדיג פון דורותינו אזויפיל איבער לאנדאן און זייענדיג א באזוך דארט האבעך געוואלט הערן די אנדערע זייט מטבע און געהערט און זיך איבערצייגט אויף יעדע פרט פון די פאר נושאים וואס זענען געווען דאן אויפן טיש און אלעס וואס מהאט מיר דא געזאגט האט זיך ארויסגעשטעלט ממש אויפגעבלאזענע שקר
איז יעצט ווער עס וויל יא אדער נישט פירן ווייטער מערכות זאל אליינס מברר זיין איך האב נישט צייט צי רופן קיין לאנדאן 5 מאל א טאג יעדעס מאהל וואס איר באשליסט אז סאיז דא א דאקומענט פון אונטערן קארפעט איר זענט הוחזק כפרן און מקיים געווען הרוצה לשקר ירחיק עדותו
דעריבער האב איך ניטאמאל געבעטן דאקומענטן וואס כהאב ניטאמאל געזעהן פון אייך צי זעהן צי מנעמט יא אדער נישט געלט ווייל עס איז מיר נישט נוגע און אוודאי גיי איך נישטקאלן קיין לאנדאן פרעגן וואס זיי זאגן דערצי ווייל עס איז אין לדבר סוף און מיין צייט איז טייער
במחילת כבודכם זענען אייערע ווערטער זיך סותר מיני' ובי',

פון די אנהייב פון אייערע ווערטער קומט אויס, אז די פאר נושאים וואס זענען דאן געווען אויפן טיש האט איר יא דעמאלס מברר געווען, און איר האט זיך איבערצייגט אז וואס מען זאגט דא אין אמעריקא איז ממש 'אויפגעבלאזענע שקר', און איר זענט דאן געקומען און געעפענט אט די דאזיגע באזונדערע טעמע פאר לאנדאן, און איבערגעגעבן די פאקטן וואס איר האט 'מברר געווען' און 'זיך איבערצייגט אויף יעדן פרט'.

יעצט לאמיר אייך אביסל אויפפרישן דעם זכרון, און אראפברענגען אייערע אייגענע ווערטער אינעם סאמע ערשטן פאוסט מיט וואס איר זענט געגאנגען פתיחה צו די דאזיגע לאנדאנע טעמע, וואס איר האט געשריבן תיכף צוריק-קומענדיג פון אייער באזוך אין לאנדאן, וואס יעדער קען דאס אליין אויפמישן זייער גרינג די ערשטע פאוסט אויף זייט 1 viewtopic.php?p=235978#p235978

איר האט דארט אוועקגעשטעלט 7 סעיפים פון פאקטן וואס איר האט נארוואס געהערט ביי אייער באזוך, וואס איר האט זיך -לויט אייערע יעצטיגע ווערטער- די אלע זאכן דאן אליין איבערצייגט פון דאקומענטן.

און נומער 4 האט איר געשריבן ווי פאלגענד:
totty האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:33 pm 4) די רעגירונג אין לאנדאן צאלט נישט קיין פעני נישט פאר לאנטש נישט פאר באסעס און ניטאמאל פאר די ביכער אלעס דארף מען אליינס קויפן און באצאלן (אנדערש ווי מהאט אונז איינגערעט אז אלע מוסדות לערנען גאר תועבה צוליב געלט..)
און איר האט דאס אין יענע זעלבע 24 שעה שעה איבערגע'חזר'ט נאך צוויי מאהל, שרייבענדיג:

#2 viewtopic.php?p=236255#p236255
totty האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 6:53 am אבער דאס וואס דו זאגסט לגבי געלט נעמען האבעך שוין געשריבן אז ביי קינדער ביז 4 יאר נעמט יעדער געלט אזוי ווי בעביסטינג עס האט גארנישט מיט לימודים אבער ביי יענע מוסד איז יא די היי סקול אינטער די רעגירונג אבער דאס איז נאר די היי סקול וואס איז א עקסטערע מוסד אין א אנדערע געגנט און אפילו די היי סקול האט אויך זיך נישט אינטערגענומען גארנישט צי לערנען אפילו לפנים עכ"פ אזוי זאגן זיי און איך האב נאכנישט קיין באווייז נגדם און דאס קען מען נאך מברר זיין הגם דאס אליינס צי זיין אינטער די גאווערמענט איז ביי אונז אפגעפרעגט כאטש ביי זיי איז עס שויןנאזוי פון פאר די גזירה אבער דא רעדט מען פון די סקול פאר די אינגערע וואס איז גענצליך על טהרת הקודש מיט א אנדערע הנהלה און נעמט נישט קיין סענט פון די רעגירונג אזוי ווי רוב היימישע מוסדות
#3 viewtopic.php?p=236121#p236121
totty האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 6:30 pm
ליין דא אינעם ערשטן תגובה פון די אשכול אז קיין איין היימישע מוסד מהאט נישט דארטן קיין סענט פון די רעגירונג אפילו נישט פאר די ענגלישע ביכער

viewtopic.php?p=235978#p235978

זעהן מיר דא קלאר אז דער פרט אז די מוסדות נעמען נישט 'קיין פעני' פון די רעגירונג, דאס איז פון די זאכן וואס איר האט דעמאלס 'מברר געווען' און 'זיך איבערצייגט' (מסתמא פון דאקומענטן) ביי אייער באזוך אין לאנדאן.

יעצט ביים סוף פון אייערע היינטיגע ווערטער זענט איר זיך סותר און שרייבט:
totty האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 20, 2026 5:21 pm דעריבער האב איך ניטאמאל געבעטן דאקומענטן וואס כהאב ניטאמאל געזעהן פון אייך צי זעהן צי מנעמט יא אדער נישט געלט
ממה נפשך, זענען די אלע 7 פונקטן וואס איר האט אוועקגעשטעלט דעם גאנצן בנין של שוא, געווען געבויט אויף זאכן וואס איר האט 'מברר געווען' און 'זיך איבערצייגט' פון דאקומענטן? אדער די אלע זאכן האט איר סתם געשריבן אן קיין דעקונג פון דאקומענטן דערויף און עס איז אייך נישט נוגע....???

און לגופו של ענין, דאס וואס איר ווילט אוועקמאכן אז די נושא אויב די מוסדות מאכן מיליאנען פון די רעגירונג איז נישט נוגע,
באמת איז דאס שוין גאר שטארק נוגע, און איז ווייט נישט קיין זייטיגע פרטיות'דיגע נושא,
נאר ווי יעדער פשוט'ער בר דעת פארשטייט אז דאס איז דער הויפט שליסל צו וויסן דעם אמת אויב די מוסדות האבן זיך געבראכן און געמאכט פשרות מיט די רעגירונג אדער נישט, און ווי איר האט דאס טאקע גענוצט אלץ הויפט ראי' און טענה צו אויפווייזן אז עס קען נישט זיין אז די לאנדאנע מוסדות האבן זיך אונטערגעגעבן פאר די רעגירונג, ווייל זיי באקומען דאך נישט 'קיין פעני' ממילא לייגט זיך אפילו נישט אויפן שכל אז זיי האבן געמאכט פשרות ווייל פארוואס זאלן זיי זיך אונטערגעבן.

אבער יעצט ווען עס ווערט נתגלה קלארע דאקומענטן ווי די מוסד אליין דאקומענטירט די מיליאנען פונט וואס זיי האבן באקומען פון די רעגירונג, איז שוין ליידער זייער קלאר און פארשטענדליך וויאזוי די מוסדות זענען ליידער דורכגעפאלן און זיך אונטערגעגעבן פאר די רעגירונג, אזש ביזן זאגן פאר די רעגירונג אפילו אז זענען לערנען די גאר הארבסטע ענינים פון כפירה ותועבה רח"ל.

ממילא איז נישט מער ווי יושר איר זאלט קלארשטעלן דאס וואס איר געשריבן תיכף נאך אייער באזוך אין לאנדאן, און ענטפערן אויף די שאלה:
די מוסדות אין לאנדאן באקומען נישט קיין איין 'פעני' פון די רעגירונג ???
אדער די מוסדות מאכן מיליאנען פונט פון די רעגירונג ???
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 722
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 630

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

פאר די וואס האבן זיך אפגערעדט אז זיי קענען נישט ליינען די דאקומענט פון די מוסד וואס באקומט מיליאנען פונט פון די רעגירונג, האבן מיר פרובירט צו פארגרעסערן פונעם דורותינו PDF, און מיר לייגן עס דא ארויף לתועלת הציבור.

קוקענדיג אויפן דאקומענט זעהט מען אז די רעדע איז פון די זעלבע 'היי סקול' וואס איז דא אויפגעדעקט געווארן א קנאפע יאר צוריק פון די אפסטעד ריפארטס, אז זיי האבן זיך ליידער געבראכן און אונטערגעגעבן פאר די רעגירונג, און אפילו אויף די גאר הארבע לימודים וואס אין יאר 24' האבן זיי זיך נאכנישט געהאט געבראכן, האבן זיי אבער א יאר שפעטער אין 25' זיך שוין ליידער יא געבראכן און איינגעגעבן פאר די רעגירונג אז זיי לערנען שוין אויך די שרעקליכע לימודים פון כפירה ותועבה רח"ל.

יעצט נאכדעם וואס מען זעהן שוין קלאר די מיליאנען פונט וואס דער מוסד באקומט איז שוין ליידער גאר פארשטענדליך וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן ה"י.

Bais Rochel Dsatmar Charitable Trust.jpg
Bais Rochel Dsatmar Charitable Trust.jpg (121.04 KiB) געזען געווארן 248 מאל
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4004
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4903

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך אנדערער »

פון איינעם פון לאנדאן אין אישי

FWD

קודם כל דארף מען אנהייבן מיט פארשטיין וואס די טענה דא איז.

די טענה איז, אז היות די מוסדות התורה אין ענגלאנד באקריגן געלט פון די רעגירונג, וועגן דעם געבן זיי נאך אויף אלע לימודים האסורים, און ברענגען אריין זאכן וואס מ’טאר נישט. דאס איז די עיקר פראבלעם וואס זיי פארבינדן זיך שטענדיג דערמיט.

דער טענה איז אז די סיבה פארוואס די מוסדות געבן נאך, איז ווייל זיי באקריגן אזוי פיל געלט פון די רעגירונג, און זיי ווילן נישט פארלירן דאס געלט פון די רעגירונג. וועגן דעם טוען זיי זאכן וואס מ’טאר נישט, ווייל די נסיון פון געלט מאכט זיי פארבלענדעט, און ״השוחד יעור עיני חכמים ויסלף דברי צדיקים״.

איז לאמיר פשוט אוועקשטעלן די מציאות הדברים כמו שהיא.

די אינדעפענדענט מוסדות התורה אין ענגלאנד באקריגן נישט קיין איין פעני פון די רעגירונג פארן פירן די מוסדות התורה!

ס’איז נישט דא קיין לאנטש פראגראמען, ס’איז נישט דא קיין טראנספארט פאנדינג, ס’איז נישט דא קיין געלט פאר מלמדים אדער טיטשערס, און נישט קיין געלט פאר סיי וועלכע אנדערע הוצאות פונעם מוסד. קיין איין גרינע גרייצער, קיין פיאסטער באקריגט מען נישט פון די רעגירונג פאר די געווענליכע הוצאות פונעם מוסד.

די איינציגסטע געלטער וואס זענען דא עוועילעבל אין ענגלאנד, זענען פאר ספעציפישע זאכן, ווי למשל אפטער-סקול קלאבס, טשיילדקעיר, אדער פאר קינדער וואס האבן ספעציעלע געברויכן.

למשל, ביי טשיילדקעיר איז דאס א הילף פאר די עלטערן, אז זיי זאלן קענען באצאלן פאר טשיילדקעיר, ענליך צו וואוטשערס אין אמעריקע. די עלטערן באקריגן די געלט דירעקט פון די רעגירונג און צאלן דערמיט פאר א טשיילדקעיר פראוויידער.

אזוי אויך פאר קינדער וואס האבן ספעציעלע געברויכן, וואס האבן אן EHCP, דאס איז א ספעציעלע פלאן וואס שטעלט אויס וואספארא הילף דאס קינד דארף האבן. דאס געלט איז געמאכט פאר יענעם ספעציפישן קינד און זיינע געברויכן. אפילו ווען די קאונסיל באצאלט דאס דירעקט צום מוסד, איז עס פאר יענעם קינד’ס פלאץ און הילף, נישט קיין אלגעמיינע פאנדינג פארן מוסד.

ווי אויך איז דא עירלי יעירס, וואס דאס איז פאר די יונגערע קינדער, וואס זענען נאך נישט ביי די קאמפאלסארי סקול עידזש. דאס איז פאר נערסעריס און קינדערגארטנס, פאר קינדער ביז ארום פינף יאר. דארטן איז דא געלט פאר טשיילדקעיר, פון ניין חדשים אלט, אבער דאס איז נישט פאר יעדן איינעם. און דאס איז אויך נישט קיין פאנדינג פאר די עדוקאציע, נאר כדי אז די עלטערן זאלן קענען גיין ארבעטן און איבערלאזן די קינדער ביי א בעיביסיטער.

אבער קיין איין אינדעפענדענט מוסד, פריימערי סקול אדער סעקאנדערי סקול, באקריגט נישט קיין רעגולערע פאנדינג פון די רעגירונג.

דאס זעלבע איז בנוגע די ישיבות קטנות, וואס זענען בכלל נישט רעגיסטרירט אלס שולעס, דארטן איז זיכער נישט דא קיין פאנדינג.

און נישט נאר וואס די מוסדות באקריגן נישט קיין געלט פון די רעגירונג, נאר פארקערט, יעדעס מאל וואס אופסטעד קומט אויף אן אינספעקשאן, דארף דער מוסד גאר באצאלן פאר די אינספעקשאן.

ווי אויך האט די רעגירונג לעצטנס אוועקגענומען די 80 פראצענט טשעריטי רעליף אויף ביזנעס רעיטס, וואס אין אמעריקע רופט מען פראפערטי טעקסעס, וואס די מוסדות האבן ביז יעצט געהאט.

דאס קומט אויס אז די מוסדות דארפן יעצט צאלן צענדליגער, און אפילו הונדערטער טויזנטער פונט א יאר אין טעקסעס פאר די רעגירונג, פארן זיין אן אינדעפענדענט מוסד, אנדערש ווי די רעגירונג געשטיצטע מוסדות.

די לאקאלע קאונסילס, וואו די היימישע מוסדות געפינען זיך, האבן דערווייל באשלאסן ווייטער צו געבן די רעליף אלס דיסקרעשענערי רעליף, אבער דאס איז נישט פארזיכערט אויף אייביג.

און נאכדעם אלעם האט מען פון יאנואר 2025 ארויפגעלייגט 20 פראצענט VAT אויף די שכר לימוד, פונקט ווי מ’וואלט באהאנדלט די מוסדות ווי א ביזנעס!

קומט אויס אז נישט נאר באקריגן די מוסדות נישט קיין געלט פון די רעגירונג, נאר די רעגירונג נעמט גאר געלט פון זיי!

צו זאגן אז די אינדעפענדענט מוסדות אין ענגלאנד ווערן אויסגעהאלטן דורך די רעגירונג איז פשוט שקר וכזב, לא מיניה ולא מקצתיה!

דערנאך, אבער, שטעלט זיך די שאלה, פארוואס איז דא אויף די מוסדות אקאונטס, וואס מ’קען גיין נאכקוקן, געלט וואס קומט אריין פון די לאקאלע אויטאריטעטן, פון העקני, פון הארינגיי וכדומה?

דער תירוץ אויף דעם איז, אז די אלע געלטער וואס קומען אריין פון די לאקאלע אויטאריטעטן זענען געווענליך אדער געלט וואס איז פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן, און דאס געלט איז ספעציפיש צוגעבונדן צו וועלכע קינד דאס גייט פאר, אדער דער מערסטער טייל פון די געלטער גייט פאר עירלי יעירס.

אן עירלי יעירס נערסערי איז נישט קיין מוסד וואו מ’דארף לערנען לימודי תועבה. פינטל.

זייער אסאך מוסדות האבן אפגעטיילט די נערסעריס און טשיילדקעיר פון די איבעריגע חלק פונעם מוסד, און דאס זעלבע מיט די EHCP געלטער וואס קומען פאר ספעציפישע קינדער. דאס איז בכלל נישט קיין אלגעמיינע פאנדינג פונעם מוסד.

ס’איז פשוט לעכערליך צו זאגן אז א מוסד וואס האט א נערסערי אדער אן אפטער-סקול קלאב, און באקומט געלט פאר טשיילדקעיר, מאכט דאס אז דער מוסד ווערט פלוצלינג משועבד צו די רעגירונג, און וועגן דעם זאל מען דארפן לערנען לימודים טמאים און לימודים האסורים אין די איבעריגע חלקים פונעם מוסד!

כדי צו פארשטיין וואס טשיילדקעיר געלט איז, דארף מען וויסן אז ס’איז דא זייער אסאך נערסעריס, קינדערגארטנס און בעיביסיטערס אין ענגלאנד וואס באקומען דאס געלט. ווי אויך זענען דא זייער אסאך פון די פרומע אימרעגיסטריטע מוסדות וואס באקומען טשיילדקעיר געלט.

אפילו מוסדות וואס האבן בכלל נישט קיין עירלי יעירס, קענען נאך אלץ באקומען טשיילדקעיר געלט דורך די וואוטשערס פאר אפטער-סקול קלאבס. דאס איז א באזונדערע פראגראם, וואס האט גארנישט מיט די פאנדינג פונעם מוסד אליין, אין קען זיין אם א מוסד.

אפילו די פרומסטע מוסדות באקומען אויך געלט פאר אפטער-סקול טשיילדקעיר, ווייל דאס איז א באזונדערע טשיילדקעיר פראגראם.

אבער דער מוסד אליין באקריגט נישט קיין שום רעגולערע פאנדינג פון די רעגירונג פארן פירן דעם מוסד. און ווי מיר האבן שוין פריער ערקלערט, נישט נאר באקריגט דער מוסד נישט קיין געלט, נאר פארקערט, ס’קאסט זיי גאר זייער אסאך געלט!
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 722
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 630

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

ישר כח פארן 'פראבירן' צו ענטפערן אויף די הארבע פראגע,
אבער במחילת כבודכם קומט אייער גאנצע לאנגע מגילה בכלל נישט אריין דא.

לאמיר אייך נאכאמאל קלאר מאכן וואס די טענות זענען אויף די מוסדות אין ענגלאנד,

די 'מוסד זעלבסט' שרייבט:
1) מיר האבן באקומען רעגירונג'ס גרענטס פון קרוב צו פיר אהאלב מיליאן פונט!!
[וואס דאס דעקט די קאסטן פון די געהאלט פון פעיראל בריוח גדול...]

Bais Rochel -2.jpg
Bais Rochel -2.jpg (12.4 KiB) געזען געווארן 78 מאל

2) אינעם זעלבן רעפארט שרייבט אויך דער מוסד 'פערצופאל' - אז אונזער סקול האט געמאכט גאר שטארקע פארשריט במשך די לעצטערע יארן, און האט געמאכט באדייטענדע אנשטרענגונג נאכצוקומען די פארלאנגן פון די רעגירונג אנבאלאנגט דעם גזירת החינוך !!
און אזוי אויך זענען זיי גרייט אויף להבא ממשיך זיין נאכצוקומען די רעגירונג פארלאנגען

[זעהט דאקומענט בייגעלייגט]

Bais Rochel -3.jpg
Bais Rochel -3.jpg (14.39 KiB) געזען געווארן 64 מאל

3) דעם פארגאנגענעם חול המועד סוכות איז ליידער אויך שוין באשטעטיגט געווארן אין די פאסט קעסטלעך אז מען לערנט דאס שוין אויך למעשה אין די מוסדות רח"ל!

און אויף דעם שרייט כלל ישראל הישמע כזאת?
בשעת ווען די רעגירונג פארלאנגט דארט שוין אפילו זאכן וואס רירן אן די דריי הארבסטע עבירות ???

נ.ב. אינטערסאנט צו באמערקן... אז די ישיבה קטנות וועלכע זענען בכלל נישט רעגיסטרירט און באקומען טאקע באמת נישט קיין פעני פון די רעגירונג, זיי זאגן טאקע 'פערצופאל' נישט פאר די רעגירונג, אז זיי האבן געמאכט גרויס פארשריט די לעצטערע יארן נאכצוקומען די גזירה...

נאר דער וואס נעמט געלט דער זוכט צו געפעלן פאר די רעגירונג, און דער וואס נעמט נישט קיין געלט זוכט נישט צו געפעלן פאר די רעגירונג...
איינמאל עס קומען אריין די מיליאנען אין די באנק אקאונט פונעם מוסד, נישט קיין חילוק צי עס קומט אריין גראד אדער שיעף, פון אויבן אדער פון אונטן, צי גאר פון די זייט... פארבלענדעט דאס די אויגן פון די מנהלי המוסדות, ווי די תוה"ק איז מעיד 'כי השוחד יעור עיני חכמים'!
שרייב פאוסט