סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3362
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13908

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

יהושע עבד השם האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 11:57 pm
רעאליסטיש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 10:26 pm
שמח בחלקו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 2:42 pm אלץ איינער וואס פארמאגט דעם אויבנדערמאנטע טעלעפאן,

כשרות: א טעלעפאן וואס איך קען עדות זאגן אז עס פארמאגט גארנישט וואס איז אפילו נאנט צו שלעכט (און האט א פארלעסליכע הכשר).
מראות עין: שטייט ארויפגעשריבן אין די בעק די הכשר, און אין פארנט האט עס א "קיפעד" וואס קיין סמארטפאון האט נישט.

קען איינער ביטע מבבר זיין ביי די רבנים הגאונים שליט"א, "מהכן דנתני?", וואס איז דער "מכשול לרבים" וואס דער טעלעפאן איז גורם?
מיר געפעלט אויך נישט אז מטיילט איין וואס צוטון, באט איך האב מיר שוין אויסגעלערנט אז מקומט נישט אינערגעץ אן פון נישט פאלגן און טון אלעס וויאזוי מפארשטייט,
די בושה איז נאר אז דעי סייט איז א מקום מוכן פון טשאלענזשן, אראפרייסן און חוזק מאכן פון א יעדע זאך וואס די רבנים זענען מעורר צו טון,
דעיס איז א לחש צו וואס? דאס מאכט אויטימאטיש געווינען א דיבאטע אן דארפן זאגן עפעס זאכליך?

אונז האבן א שטארקע רעספעקט פאר די רבנים און וואלטן געוואלט זיך קענען פירן ככל אשר יורך אבער פרעג דיר אביסל נאך, דאס (און נאך אסאך/רוב שרייעדיגע קול קורא) האט מיט דעת תורה גארנישט.... סך הכל ווער עס קען בעסער פארדרייען א קאפ פאר די רבנים דער געווינט.... עיין סוף פון דעי דרשה די לעצטע פינעף מינוט https://mytat.me/v423503?t=1600
אגב, האסט אים נישט אפגעפרעגט.

און יא, די לחש וואס ער האט געזאגט געווינט א דעבאטע, ס'איז דא רבנים, דיינים, און פון זיי פאלגן קומט מען זיכער נישט אן שלעכט.
אויב עפעס שטימט דיך נישט קענסטו זיי פרובירן צו פרעגן און אויסקלארן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
געצל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 229
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 am
x 179

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך געצל »

בקי ביחוס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 3:54 pm
בקי ביחוס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2026 5:51 pm
געצל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2026 5:40 pm


איך ווייס נישט

עס איז דא א שמועס פונעם רבי'ן ז"ל, וואו ער זאגט אז זיין טאטע דער קדושת יו"ט האט איהם געמאכט א סעודת עניים
קיינמאל געהערט, א חידוש פאר מיר.

אויב דו קענסט צוצייכענען א מראה מקום וואלט עס געווען אפרישיעטעד.
#@געצל

איך האב נאך נישט אויפגעגעבן, האסט מיר געזאגט א גרויסע חידוש, איך דארף דעקונג.

אנטשולדיגט, איך דריי מיך נישט דא קיין סאך


לפי זכרוני האב איך דאס געזעהן אין א שמועס וואס דער רבי האט געהאט אין מאנטריאל מיט איינעם פון די אדמורי"ם

איך גיי פרובירן צו זעהן אויב איך קען דאס טרעפן
הייסע קרעטשניפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 285

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

מארגן בארא פארק
פיילס
IMG-20260901-WA0012.jpg
IMG-20260901-WA0012.jpg (239.25 KiB) געזען געווארן 3909 מאל
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2322
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 3055

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שבת קודש »

עטוואס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2026 5:34 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2026 2:34 pm בילדער פון די בוי ארבעט ביים געוועזענע פארטש פון ביהמ''ד הגדול?
בילדער פון יעצט?
הייסע קרעטשניפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 285

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

היינט אום 1:45 איז כ"ק מרן רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל כוללינו דברי יואל אין ב''פ וואו דער רבי האט פארגעלערנט די סוגיא פון 'חצי שיעור' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
סאיז געווען א הוקאפ אין די ישיבות.


דעיס איז די רביס דאגה זייענדיג און בארא פארק... אז די סוגיא שיעור זאל ווערן פארגעזעצט!!
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3323
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2724

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

ַ🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג נצבים וילך 1:40 נאכמיטאג=

אין די יעצטיגע מינוטן קומט רבינו שליט''א אן אינעם ווייסן הויז צום היסטארישע פרעזידענטליכע אויפנאמע דורכ'ן פרעזידענט יר''ה.

"עיני עמך בם תליות"
~🌴~
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3323
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2724

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

ַ🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג נצבים וילך 3:45 נאכמיטאג=

אין די יעצטיגע מינוטן פארלאזט רבינו שליט''א די ווייסע הויז נאכ'ן היסטארישע פרעזידענטליכע אויפנאמע דורכ'ן פרעזידענט יר''ה אויפן וועג צום ראנאלד רעיגען אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אינעם עיר הבירה וואשינגטאן די. סי. פון ווי דער רבי וועט אהיימפארן מיט די פריוואטע פליגער קיין סטוארט לופטפעלד.
~🌴~
רואיגער-טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 57
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 8:40 am
Location: מיטינג
x 148

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך רואיגער-טיש »

אריין צו ווארפן די פאר סענט, נישט שייך באהאלטן די געפילן וואס אנ"ש האבן נאכן סוקסעספולע באזוך נעכטן ביים פרעזידענט ירום הודו, ווי מ'זעהט איינמאל אין נאכאמאל ווי רבינו שליט"א דאמענירט כלל ישראל אויבן אן אויף אלע פראנטן.

אויב מיר קליינע מענטשלעך קענען זיך עפעס לערנען דערפון איז: קאנסיסטענסי אין מיינונג און שיטה, דיסאיפלין פון א מנהיג, אין די עיקר וואס איך וואלט ארויס גענימען איז די שטארקייט פאר אין נאכן נסיעה ווי מען זענט רבינו שליט"א זיצט פארטיפט אין סוגיא ווי כאילו לא היה אזא באזוך.

די באשעפער זאל העלפן אז רבינו שליט"א זאל זיין מיט אונז ביז משיח טאג געזונט אין פריש.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 416
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 360

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך גאלדבערג »

רואיגער-טיש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 11:35 am אריין צו ווארפן די פאר סענט, נישט שייך באהאלטן די געפילן וואס אנ"ש האבן נאכן סוקסעספולע באזוך נעכטן ביים פרעזידענט ירום הודו, ווי מ'זעהט איינמאל אין נאכאמאל ווי רבינו שליט"א דאמענירט כלל ישראל אויבן אן אויף אלע פראנטן.

.
ס'נישט א געזינטע מעסעדזש
מיין רבי דארף סך הכל זיין א וואוילע ערליכע איד וואס טוט גוטע זאכן און העלפט ארויס אידן אין אלע זייערע צרכים ברוח וגשם

דאמינירען וכו'קען מען לאזן פאר טראמפ'ן וכו'

יש מנהיג לבירה די באשעפער פירט און דרייווט דעם וועלט שוין טויזענטער יארן אונז קען מיר נישט דאמינירען וכו'
קיגעל
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 15, 2026 9:58 pm
x 77

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קיגעל »

רואיגער-טיש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 11:35 am אריין צו ווארפן די פאר סענט, נישט שייך באהאלטן די געפילן וואס אנ"ש האבן נאכן סוקסעספולע באזוך נעכטן ביים פרעזידענט ירום הודו, ווי מ'זעהט איינמאל אין נאכאמאל ווי רבינו שליט"א דאמענירט כלל ישראל אויבן אן אויף אלע פראנטן.

אויב מיר קליינע מענטשלעך קענען זיך עפעס לערנען דערפון איז: קאנסיסטענסי אין מיינונג און שיטה, דיסאיפלין פון א מנהיג, אין די עיקר וואס איך וואלט ארויס גענימען איז די שטארקייט פאר אין נאכן נסיעה ווי מען זענט רבינו שליט"א זיצט פארטיפט אין סוגיא ווי כאילו לא היה אזא באזוך.

די באשעפער זאל העלפן אז רבינו שליט"א זאל זיין מיט אונז ביז משיח טאג געזונט אין פריש.
וואס גייט אנ"ש בענעפטירן פין די נעכטיגע באזיץ?
קיין נפקמ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:15 pm
x 240

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קיין נפקמ »

קיגעל האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 12:06 pm
רואיגער-טיש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 11:35 am אריין צו ווארפן די פאר סענט, נישט שייך באהאלטן די געפילן וואס אנ"ש האבן נאכן סוקסעספולע באזוך נעכטן ביים פרעזידענט ירום הודו, ווי מ'זעהט איינמאל אין נאכאמאל ווי רבינו שליט"א דאמענירט כלל ישראל אויבן אן אויף אלע פראנטן.

אויב מיר קליינע מענטשלעך קענען זיך עפעס לערנען דערפון איז: קאנסיסטענסי אין מיינונג און שיטה, דיסאיפלין פון א מנהיג, אין די עיקר וואס איך וואלט ארויס גענימען איז די שטארקייט פאר אין נאכן נסיעה ווי מען זענט רבינו שליט"א זיצט פארטיפט אין סוגיא ווי כאילו לא היה אזא באזוך.

די באשעפער זאל העלפן אז רבינו שליט"א זאל זיין מיט אונז ביז משיח טאג געזונט אין פריש.
וואס גייט אנ"ש בענעפטירן פין די נעכטיגע באזיץ?
אנש וואס וועלן זיך אפלערנען פונעם רבין'ס אהבת התורה און און ווי געזעגט דא אז ער קען זיך אויספלאגן גענצליך אויפן וועג גלייך נאכן באזיך און זיין כל כולו אריינגעטוהן אין לערנען, די וועלן שוין איינמאל פארדינען
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 434
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 745

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך רעאליסטיש »

קיגעל האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 12:06 pm
רואיגער-טיש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 11:35 am אריין צו ווארפן די פאר סענט, נישט שייך באהאלטן די געפילן וואס אנ"ש האבן נאכן סוקסעספולע באזוך נעכטן ביים פרעזידענט ירום הודו, ווי מ'זעהט איינמאל אין נאכאמאל ווי רבינו שליט"א דאמענירט כלל ישראל אויבן אן אויף אלע פראנטן.

אויב מיר קליינע מענטשלעך קענען זיך עפעס לערנען דערפון איז: קאנסיסטענסי אין מיינונג און שיטה, דיסאיפלין פון א מנהיג, אין די עיקר וואס איך וואלט ארויס גענימען איז די שטארקייט פאר אין נאכן נסיעה ווי מען זענט רבינו שליט"א זיצט פארטיפט אין סוגיא ווי כאילו לא היה אזא באזוך.

די באשעפער זאל העלפן אז רבינו שליט"א זאל זיין מיט אונז ביז משיח טאג געזונט אין פריש.
וואס גייט אנ"ש בענעפטירן פין די נעכטיגע באזיץ?
די רבי ז"ל פלעגט זאגן מ'דארף טון, נישט אויפטון.
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 434
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 745

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך רעאליסטיש »

גאלדבערג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 12:03 pm
רואיגער-טיש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2026 11:35 am אריין צו ווארפן די פאר סענט, נישט שייך באהאלטן די געפילן וואס אנ"ש האבן נאכן סוקסעספולע באזוך נעכטן ביים פרעזידענט ירום הודו, ווי מ'זעהט איינמאל אין נאכאמאל ווי רבינו שליט"א דאמענירט כלל ישראל אויבן אן אויף אלע פראנטן.

.
ס'נישט א געזינטע מעסעדזש
מיין רבי דארף סך הכל זיין א וואוילע ערליכע איד וואס טוט גוטע זאכן און העלפט ארויס אידן אין אלע זייערע צרכים ברוח וגשם

דאמינירען וכו'קען מען לאזן פאר טראמפ'ן וכו'

יש מנהיג לבירה די באשעפער פירט און דרייווט דעם וועלט שוין טויזענטער יארן אונז קען מיר נישט דאמינירען וכו'
גאנץ גוט, א פונקטליכע דעסקריפשן וויאזוי דיין רבי זאל אויסקוקן, האסט שוין געטראפן א רבי אדער זוכט נאך?
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 416
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 360

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך גאלדבערג »

כ'זוך נישט
שוין לאנג געפינען
דאמינירערס לאז איך פאר פוטין/סטאלין/טראמפ וכו'
מיט יהדות האט עס זילטש
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3226
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 10162

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

צדיקל הרב @גאלדבערג איר זענט אין ווראנג אשכול.

און נאך א זאך:
יעדער ווייסט שוין פונקטליך אייער שיטה איבער דעם איד, איבער זיין קהילה, זאגאר איבער זיינע אייניקלעך אפגעזעהן זייער פערזענליכקייט.
איר זענט נישט באויפטראגט עס צו שרייבן יעדעס מאל באזונדער.

אויב ממש שפירט איר אז איינער וועט זיך חלילה דאכטן אנדערש, דאן לייגט אריין אין אייער אינטערשריפט "איך בין נישט קיין חסיד מהר״א, און יעדע זאך וואס האט נאר מיט זיי שייכות בין איך אין אפאזיציע דערפון נאך איידער כ'האב אריינגעטראכט דערין - נאר נישט פארגעסן: מען קען נישט מעלים עין זיין פון געוויסע שיינע שטריכן פון זיי" מאכט עס רויט און באלט, און דאן וועט איר נישט מוזן ברעכן יעדעס מאל וואס עס איז דא עפעס פאזיטיוו ביי די קהילה, און איר וועט נישט מוזן באזוכן ביי יענעם אין אשכול צו שמוציג מאכן.

א דאנק.

נ.ב. קענסט נאכקוקן מיינע תגובות צו כ'האב אזא שפראך צו אנדערע יחידים.

אבער איר זענט מיוחדת במינו וואס קומט איבעראל אריין, אויך אין פלעצער וואו איר באלאנגט לגמרי נישט, און קומט אריין מיט אזא תאמעוואטע פנים צו אונטעררייסן, דעריבער דארף מען אייך אויפמערקן אייער ביטערע טעות.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3226
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 10162

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

און אז דו זאגסט אז דאמינאנץ האט זילטש מיט אידישקייט.

הגם עס איז קינדעריש די גערעדאכטס עכ"פ אין גאס פאר פרעמדע (הגם דא האט ער עס געשריבן אין פריוואטע חסידי מהר"א אשכול)

אבער עס איז נישט ממש אז עס האט זילטש מיט אידישקייט, עס איז א געשמאקע געפיל ווען נאך אזויפיל יארן פון צאפן דעם בלוט פון א צדיק אמת, נאך אזויפיל יארן ווען יעדע מערכה וואס ער האט געפירט, יעדע אויפטו אין אידישקייט, יעדע חומרא, יעדע סערוויס וואס האט האט געטון פאר כלל ישראל, האט מען דעם איד גערודפט געפייניגט פארשעמט געטשעפעט, מצער געווען, און געזוכט אונטערצוברענגען, צוליב אייגענע אגענדעס און אומפארגינערישקייט.

אז עס גייט אדורך די תחילתן יסורים און מען זעהט אביסל דער סופן שלוה, ווען זאכן זעצן זיך, די מלחמות בארואיגן זיך, און עס שיילט זיך ארויס דער אמת מיט איר גאנצער פראכט און שיינקייט, דאן איז עס א געשמאקע געפיל, עס ווייזט אז אית דין ואית דיין, ווען מען קעמפט פארן אמת, מען גייט אן אן קיין פחד און מורא, מען טוט וואס איז ריכטיג אן זיך צוטון מאכן פון די גאס, קומט אמאל די מינוט ווען מען אנערקענט אז מען האט ריכטיג געטון.

עס געבט אונז אלע חיזוק נישט צו ווערן פארלוירן ווען זאכן קוקן אויס אנדערש ווי פארגעשריבן, ווייל דער אמת זיגט צום סוף.
=============================
אויב ביסטו אנטי מהר"א, ביסטו נישט מחיוב צו אטאקירן, ווייל דא איז דער פנימי מהר"א אשכול ווי מען מעג רעדן אויף א היימישע שפראך ווי אנ"ש צווישן זיך.
נאו לעיבל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 989
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:47 pm
x 2735

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נאו לעיבל »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 05, 2026 10:58 pm צדיקל הרב @גאלדבערג איר זענט אין ווראנג אשכול.

און נאך א זאך:
יעדער ווייסט שוין פונקטליך אייער שיטה איבער דעם איד, איבער זיין קהילה, זאגאר איבער זיינע אייניקלעך אפגעזעהן זייער פערזענליכקייט.
איר זענט נישט באויפטראגט עס צו שרייבן יעדעס מאל באזונדער.

אויב ממש שפירט איר אז איינער וועט זיך חלילה דאכטן אנדערש, דאן לייגט אריין אין אייער אינטערשריפט "איך בין נישט קיין חסיד מהר״א, און יעדע זאך וואס האט נאר מיט זיי שייכות בין איך אין אפאזיציע דערפון נאך איידער כ'האב אריינגעטראכט דערין - נאר נישט פארגעסן: מען קען נישט מעלים עין זיין פון געוויסע שיינע שטריכן פון זיי" מאכט עס רויט און באלט, און דאן וועט איר נישט מוזן ברעכן יעדעס מאל וואס עס איז דא עפעס פאזיטיוו ביי די קהילה, און איר וועט נישט מוזן באזוכן ביי יענעם אין אשכול צו שמוציג מאכן.

א דאנק.

נ.ב. קענסט נאכקוקן מיינע תגובות צו כ'האב אזא שפראך צו אנדערע יחידים.

אבער איר זענט מיוחדת במינו וואס קומט איבעראל אריין, אויך אין פלעצער וואו איר באלאנגט לגמרי נישט, און קומט אריין מיט אזא תאמעוואטע פנים צו אונטעררייסן, דעריבער דארף מען אייך אויפמערקן אייער ביטערע טעות.
יענער וואלט אים באטיטלט אלס העסליכער נודזש.
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3323
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2724

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

🌴בצל הקודש🌴

‏"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ברכת מזל טוב להוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת נכדו למז"ט,
בן הנולד אצל הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א
בן הגה''צ אב''ד קארוב שליט''א
וחתן הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט"א. ‏
"שישו ושמחו בשמחת רבינו"
~🌴~
א ירושלימער חסיד
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 17, 2026 7:31 am
x 3

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך א ירושלימער חסיד »

וואס נעמט אזויפיל צייט צו לייגן בילדער פון סליחות? מהרי"י האט שוין געלייגט נעכטן !
נאו לעיבל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 989
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:47 pm
x 2735

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נאו לעיבל »

א ירושלימער חסיד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2026 9:50 am וואס נעמט אזויפיל צייט צו לייגן בילדער פון סליחות? מהרי"י האט שוין געלייגט נעכטן !
שוין אפאר יאר וואס מרדכי לייב לאזט נישט כאפן קיין בילדער.
א ירושלימער חסיד
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 17, 2026 7:31 am
x 3

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך א ירושלימער חסיד »

נאו לעיבל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2026 10:39 am
א ירושלימער חסיד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2026 9:50 am וואס נעמט אזויפיל צייט צו לייגן בילדער פון סליחות? מהרי"י האט שוין געלייגט נעכטן !
שוין אפאר יאר וואס מרדכי לייב לאזט נישט כאפן קיין בילדער.
פאריאר אדער פאר 2 דאכט זיך מיר איז יא געווען ?!
שטייפע קוגל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 325
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 839

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 06, 2026 2:04 pm און אז דו זאגסט אז דאמינאנץ האט זילטש מיט אידישקייט.

הגם עס איז קינדעריש די גערעדאכטס עכ"פ אין גאס פאר פרעמדע (הגם דא האט ער עס געשריבן אין פריוואטע חסידי מהר"א אשכול)

אבער עס איז נישט ממש אז עס האט זילטש מיט אידישקייט, עס איז א געשמאקע געפיל ווען נאך אזויפיל יארן פון צאפן דעם בלוט פון א צדיק אמת, נאך אזויפיל יארן ווען יעדע מערכה וואס ער האט געפירט, יעדע אויפטו אין אידישקייט, יעדע חומרא, יעדע סערוויס וואס האט האט געטון פאר כלל ישראל, האט מען דעם איד גערודפט געפייניגט פארשעמט געטשעפעט, מצער געווען, און געזוכט אונטערצוברענגען, צוליב אייגענע אגענדעס און אומפארגינערישקייט.

אז עס גייט אדורך די תחילתן יסורים און מען זעהט אביסל דער סופן שלוה, ווען זאכן זעצן זיך, די מלחמות בארואיגן זיך, און עס שיילט זיך ארויס דער אמת מיט איר גאנצער פראכט און שיינקייט, דאן איז עס א געשמאקע געפיל, עס ווייזט אז אית דין ואית דיין, ווען מען קעמפט פארן אמת, מען גייט אן אן קיין פחד און מורא, מען טוט וואס איז ריכטיג אן זיך צוטון מאכן פון די גאס, קומט אמאל די מינוט ווען מען אנערקענט אז מען האט ריכטיג געטון.

עס געבט אונז אלע חיזוק נישט צו ווערן פארלוירן ווען זאכן קוקן אויס אנדערש ווי פארגעשריבן, ווייל דער אמת זיגט צום סוף.
=============================
אויב ביסטו אנטי מהר"א, ביסטו נישט מחיוב צו אטאקירן, ווייל דא איז דער פנימי מהר"א אשכול ווי מען מעג רעדן אויף א היימישע שפראך ווי אנ"ש צווישן זיך.
100 פראצענט. איך האב ממש לעצטנס געהאט דעי שמועס מיט עטליכע באקאנטע איבער די נושא.

די מציאות איז נישט געשען פון איין מינוט אויפן צווייטן, ס'איז נישט געווען אז די רבי האט איבערגענומען די ראלע פון א צווייטן, אבער היינט ווען מ'קוקט זיך ארום שיילט זיך ארויס זייער קלאר אז די רבי זז"ג איז די אומאפיציעלע מנהיג פון די היימישע אידנטום אין אמעריקע. זאל עס זיין צווישן רבנים און רבי'ס וואס ווארטן צו זען וואס סאטמאר רבי וועט באשליסן איבער האקעלע עניני הכלל, זאל עס זיין צווישן ארגיניזאציעס און עסקנים וואס קומען ארויף טעגליך זיך דורכרעדן איבער ענינים העומדים על הפרק, זאל עס זיין פוסקים און דיינים וואס קומען דורכטון פארשידענע שערוריות וואס קומען ארויף, זאל עס זיין צווישן ישיבות פון אלע קרייזן חסידישע און ליטווישע וואס קומען כסדר מיטהאלטן א שבת אדער זיך שטעלן אויף א פארהער ביים רבי'ן, די ווערטער 'סאטמארע רבי פון קרית יואל' איז געווארן א פענאמען פון הנהגה און די אומאפיציעלע הויפטקווארטיר פון די יהדות הגולה.

פארשטייט זיך אז צווישן אנשי שלומנו מאכט נישט אויס וואס די רבי'ס פאזיציע איז אין די דרויסענדיגע וועלט, אנשי שלומינו האבן שוין יארן לאנג א טיפע קשר און אהבה צום רבי'ן אויף א זעלטענע פארנעם, די חסידים האבן זיך שטענדיג ארומגעדרייט מיט א אייגנארטיגע שטאלץ און קאנפידענס אַז אונז האמיר א אילן גדול לסמוך עליו, אבער די פאקט אז נאך די אלע שוועריקייטן שטייט יעצט די רבי אין זיינע שענסטע יארן ווען אלע אויגן זענען געוואנדן אין זיין ריכטונג, גיט א געפיל פון 'ותשחק ליום אחרון'.
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1113
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1372

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך איד »

א ירושלימער חסיד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2026 9:50 am וואס נעמט אזויפיל צייט צו לייגן בילדער פון סליחות? מהרי"י האט שוין געלייגט נעכטן !
פיילס
IMG_0334.jpeg
IMG_0334.jpeg (312.96 KiB) געזען געווארן 450 מאל
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 416
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 360

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך גאלדבערג »

נאו לעיבל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2026 10:39 am
א ירושלימער חסיד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2026 9:50 am וואס נעמט אזויפיל צייט צו לייגן בילדער פון סליחות? מהרי"י האט שוין געלייגט נעכטן !
שוין אפאר יאר וואס מרדכי לייב לאזט נישט כאפן קיין בילדער.
פארוואס פונקט פון אמירת סליחות
שטייפע קוגל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 325
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 839

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

גאלדבערג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2026 7:03 pm
נאו לעיבל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2026 10:39 am
א ירושלימער חסיד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2026 9:50 am וואס נעמט אזויפיל צייט צו לייגן בילדער פון סליחות? מהרי"י האט שוין געלייגט נעכטן !
שוין אפאר יאר וואס מרדכי לייב לאזט נישט כאפן קיין בילדער.
פארוואס פונקט פון אמירת סליחות
און נישט וואס? א עריכת השולחן?
פארשטייסט נישט די חילוק פון אמירת סליחות און א טיש?
שרייב פאוסט