סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3344
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13845

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

יהושע עבד השם האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 11:57 pm
רעאליסטיש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 10:26 pm
שמח בחלקו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2026 2:42 pm אלץ איינער וואס פארמאגט דעם אויבנדערמאנטע טעלעפאן,

כשרות: א טעלעפאן וואס איך קען עדות זאגן אז עס פארמאגט גארנישט וואס איז אפילו נאנט צו שלעכט (און האט א פארלעסליכע הכשר).
מראות עין: שטייט ארויפגעשריבן אין די בעק די הכשר, און אין פארנט האט עס א "קיפעד" וואס קיין סמארטפאון האט נישט.

קען איינער ביטע מבבר זיין ביי די רבנים הגאונים שליט"א, "מהכן דנתני?", וואס איז דער "מכשול לרבים" וואס דער טעלעפאן איז גורם?
מיר געפעלט אויך נישט אז מטיילט איין וואס צוטון, באט איך האב מיר שוין אויסגעלערנט אז מקומט נישט אינערגעץ אן פון נישט פאלגן און טון אלעס וויאזוי מפארשטייט,
די בושה איז נאר אז דעי סייט איז א מקום מוכן פון טשאלענזשן, אראפרייסן און חוזק מאכן פון א יעדע זאך וואס די רבנים זענען מעורר צו טון,
דעיס איז א לחש צו וואס? דאס מאכט אויטימאטיש געווינען א דיבאטע אן דארפן זאגן עפעס זאכליך?

אונז האבן א שטארקע רעספעקט פאר די רבנים און וואלטן געוואלט זיך קענען פירן ככל אשר יורך אבער פרעג דיר אביסל נאך, דאס (און נאך אסאך/רוב שרייעדיגע קול קורא) האט מיט דעת תורה גארנישט.... סך הכל ווער עס קען בעסער פארדרייען א קאפ פאר די רבנים דער געווינט.... עיין סוף פון דעי דרשה די לעצטע פינעף מינוט https://mytat.me/v423503?t=1600
אגב, האסט אים נישט אפגעפרעגט.

און יא, די לחש וואס ער האט געזאגט געווינט א דעבאטע, ס'איז דא רבנים, דיינים, און פון זיי פאלגן קומט מען זיכער נישט אן שלעכט.
אויב עפעס שטימט דיך נישט קענסטו זיי פרובירן צו פרעגן און אויסקלארן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
געצל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 228
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 am
x 177

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך געצל »

בקי ביחוס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 3:54 pm
בקי ביחוס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2026 5:51 pm
געצל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2026 5:40 pm


איך ווייס נישט

עס איז דא א שמועס פונעם רבי'ן ז"ל, וואו ער זאגט אז זיין טאטע דער קדושת יו"ט האט איהם געמאכט א סעודת עניים
קיינמאל געהערט, א חידוש פאר מיר.

אויב דו קענסט צוצייכענען א מראה מקום וואלט עס געווען אפרישיעטעד.
#@געצל

איך האב נאך נישט אויפגעגעבן, האסט מיר געזאגט א גרויסע חידוש, איך דארף דעקונג.

אנטשולדיגט, איך דריי מיך נישט דא קיין סאך


לפי זכרוני האב איך דאס געזעהן אין א שמועס וואס דער רבי האט געהאט אין מאנטריאל מיט איינעם פון די אדמורי"ם

איך גיי פרובירן צו זעהן אויב איך קען דאס טרעפן
שרייב פאוסט