ווי כאילו די ווארט ‘מייסד זיין‘ זיין איז די שליסל דא. אקעי ער האט עס נישט מייסד געווען... איי מיען, למאי נפק”מ?לעבעדיגע איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 1:19 pmניין, די ברך משה האט באקומען די קאנסוס פין די קהילה און א שטיק צייט שפעטער האט ער אהינגעמופט, ער האט נישט געהאט קיין שייכות מיטען מייסד זיין די קהילה,מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 1:14 pmדו ברענגסט פון הרב גלאזנער... איך האב א צווייטע דוגמא, אין די שטאט זענטא איז געווען אן אוועקגעשטעלטע שטרענג ארטאדאקסישע קהילה מיט אן ערליכער רב און דער ברך משה איז אנגעקומען און געעפנט א פרישע קהילה ועל שם זה הרבנות היה נקרא דער זענטער רבThink and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 31, 2026 11:16 pm נאכדעם איז דא די צווייטע נקודה, ווען ס'איז דא אין שטאט א קהילה מיט א רב, צו מען מעג זיך אפטיילן און מאכן אן אייגענע קהילה. בשייכות מיט דעם וויל איך דערציילן א שטיקעלע היסטאריע:
אין די שטאט קלויזנבורג איז געווען אן ארטאדאקסישע קהילה, וואס דער רב (רב גלאזנער) איז געווען א מזרחי'סט. א הייפעלע ערליכע אידן אין שטאט האבן זיך אפגעטיילט און מייסד געווען אן אייגענע קהילה, און זיי האבן אויפגענומען אלס רב נישט קיין אנדערער ווי רביה"ק מסאטמאר זי"ע. נאך א שטיק צייט האבן זיי געבעטן דעם רבי'ן ער זאל זיי שיקן איינעם וואס זאל זיין ביי זיי אין שטאט ווייל עס איז שווער אנצוגיין מיט א רב נאר פונדערווייטנס, האט דער רבי זיי דעמאלס געשיקט זיין פלומעניק, וואס איז דערנאך געווארן בארימט אין די וועלט אלס דער קלויזנבורגער רב זצ"ל.
שטעלט זיך די פראגע, היתכן?! וויאזוי האט דער רבי זיך געטרויעט צו אננעמען די רבנות פון א שטאט וואו עס איז דא א רב מיט א קהילה? און נאכדעם נאך אהינשיקן א רב כדי אונטערצוברעכן די הנהגה פונ'ם שטאט'ס רב?!
אגב, אפילו לשיטתך איז ער געווען די ערשטע רב פון די ‘נייע‘ קהילה, און כמיין אז דו וועסט מסכים זיין אז א קהילה אן א רב איז ווי א משפחה אן קיין טאטע, סאו דאס אננעמען דאס רבנות האט געמאכט די מכה בפטיש פון די נייע קהילה‘ס לעגיטימיטעט, יא?
עניוועי, אזוי צו אזוי, משום איזה סיבה האט דער ברך משה אנגענומען דאס רבנות פון די נייע זענטער קהילה בלי חשש.