נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 327
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 307

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

קאמיוניקירען קען מען אויף עטליכע וועגן
וואס איז שלעכט מיט א רואיגער צעטל

בקשה
מיר מוטיגן אלע עלטערן צו נעמען די צייט צו שמועסן מיט די קינדער אינדערהיים אין א רואיגע אטמאספערע איבער די יסודות פון סעיפטי.
צום ביישפיל, זיי צו דערמאנען אז אויב א פרעמדע קאר שטעלט זיך אפ זאלן זיי קיינמאל נישט צוגיין צום קאר.

מיר ווילן זיך דא אויסדריקן א הארציגן דאנק פאר די פילע תושבים וואס זענען שוין געווען וואכזאם ביז היינט און האבן מיטגעטיילט וויכטיגע אינפארמאציע מיט אונז. א דאנק אייער שותפות אונז צו צוהעלפן האט מען ב"ה געקענט פארהיטן פראבלעמען.

טייערע עלטערן,
די סעיפטי פון אונזער טייערע קינדער איז ביי אונז אלע די העכסטע פריאריטעט
צוליב עטליכע אומאיינגענעמע פאלן וואס זענען פארגעקומען אין אונזער שטאט, ווי קינדער זענען ליידער אויסגעשטעלט געווארן צו סכנות, קומען מיר צו אייך מיט א בקשה צו קאאפערירן און ארבעטן אינאיינאיינעם.

מיר בעטן דעם גאנצן ציבור צו האלטן אפען אונזערע אויגן און אויערן. אויב באמערקט איר עפעס אומגעווענליך אדער פארדעכטיגט ארום קינדער, ביטע טוט די ריכטיגע זאך און נעמט אחריות.
איר קענט דאס גרינג מיטיילן פאר אונזער אפיס, און מיר וועלן נעמען די ריכטיגע דירעקציע.

(טעלעפאן נומבער)

בזכות וואס מיר וועלן זיך האלטן אינאיינעם צו באשיצן אונזערע קינדער, וועט דער אויבערשטער אונז אלע פארהיטן מכל פגע רע, ונזכה לרוות נחת דקדושה מכל יוצאי חלצינו
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 327
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 307

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

בקי ביחוס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 2:27 pm איבער אנעקסעשאן רעדט נאך קיינער נישט, מ'האט אפיציעל אריינגעגעבן די פרישע פעטיציע, אויף 497 אקער!!

ווער ס'האט מער פרטים איז מכובד אריינצוקומען.
פארוואס זאל עס יעצט זיך אויסארבעטן מער ווי די ערשטע
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3210
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 10097

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

► Show Spoiler
עס שטייט בערך דיינע ווערטער אויף דעם צעטל...

און מען מוטיגט די עלטערן דערויף, איך אלס טאטע פון א קינד אין די מיטעלע אינגעלישע יארן בין געווען אויף אן אסיפה וואו מען האט דאס קלאר אויסגעשמועסט מיט די עלטערן און מען האט געמאכט אן אסיפה אין חדר מיט די קינדער וועגן דעם אויף זייער שפראך.

פאר א רעמיינדער איז די צעטל געווען פערפעקט!
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 194
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 179

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בקי ביחוס »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 5:16 pm
בקי ביחוס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 2:27 pm איבער אנעקסעשאן רעדט נאך קיינער נישט, מ'האט אפיציעל אריינגעגעבן די פרישע פעטיציע, אויף 497 אקער!!

ווער ס'האט מער פרטים איז מכובד אריינצוקומען.
פארוואס זאל עס יעצט זיך אויסארבעטן מער ווי די ערשטע
ס'האט אסאך סיבות פארוואס,

מ'האט פרובירט עס אויסשטעלן אויף א מהלך וואס זאל ערמעגליכן קרית יואל צו באקומען ליעד עדזשענסי, הגם ס'איז נישט פארזיכערט און מוז בכלל נישט זיין לייקלי,

ס'גיט א וועג אראפ פון בוים פאר וואדבורי צו אננעמען די קלענערע עכ"פ,

און ווי אויך אויב וואדבורי באקומט ליעד עדזשענסי, וואס באדייט אז ס'גייט זיין פארשלעפט, און ביי די טיים מ'גייט עס ענדיגן גייט מען זיך ווידעראמאל אנפאנגן שלאגן, איז פשוט גרינגער יעצט צו נעמען מער, אז ס'זאל זיין רואיגער פאר נאך אפאר יאר.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 327
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 307

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 5:21 pm
► Show Spoiler
עס שטייט בערך דיינע ווערטער אויף דעם צעטל...
בעיני איז עס א חילוק שמים וארץ צווישן דעי נוסח און די צעטל
אויב האבן רבנים עס פארלאנגט אויף דעי וועג פרעג איך נישט
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 412
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1115

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חנן »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 12:10 am @חנן צווישן צניעות יפה און זיך פארהוילען איז דא א דינע ליין
פון דעם ליין רעדט מען
אנדערע שטעט הענגען טאקע נישט די צעטלעך נישט ווייל זיי פארהוילען זיך
ווען מאנסי, לעיקוואד, אדער בארא פארק האבן א פראבלעם, פארהוילן זיי זיך נישט!
די אנדערע שטעט האבן פראפעסיאנאלע ארגאניזאציעס וואס קאאפערירן
אויסער שומרים וואס האט זיך שוין פארפאטשקעט מיט די מידיע דערוועגן, ווייס איך נישט וועגן קיין אומפארהוילונג.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 412
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1115

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חנן »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 4:49 pm קאמיוניקירען קען מען אויף עטליכע וועגן
וואס איז שלעכט מיט א רואיגער צעטל

בקשה
מיר מוטיגן אלע עלטערן צו נעמען די צייט צו שמועסן מיט די קינדער אינדערהיים אין א רואיגע אטמאספערע איבער די יסודות פון סעיפטי.
צום ביישפיל, זיי צו דערמאנען אז אויב א פרעמדע קאר שטעלט זיך אפ זאלן זיי קיינמאל נישט צוגיין צום קאר.

מיר ווילן זיך דא אויסדריקן א הארציגן דאנק פאר די פילע תושבים וואס זענען שוין געווען וואכזאם ביז היינט און האבן מיטגעטיילט וויכטיגע אינפארמאציע מיט אונז. א דאנק אייער שותפות אונז צו צוהעלפן האט מען ב"ה געקענט פארהיטן פראבלעמען.

טייערע עלטערן,
די סעיפטי פון אונזער טייערע קינדער איז ביי אונז אלע די העכסטע פריאריטעט
צוליב עטליכע אומאיינגענעמע פאלן וואס זענען פארגעקומען אין אונזער שטאט, ווי קינדער זענען ליידער אויסגעשטעלט געווארן צו סכנות, קומען מיר צו אייך מיט א בקשה צו קאאפערירן און ארבעטן אינאיינאיינעם.

מיר בעטן דעם גאנצן ציבור צו האלטן אפען אונזערע אויגן און אויערן. אויב באמערקט איר עפעס אומגעווענליך אדער פארדעכטיגט ארום קינדער, ביטע טוט די ריכטיגע זאך און נעמט אחריות.
איר קענט דאס גרינג מיטיילן פאר אונזער אפיס, און מיר וועלן נעמען די ריכטיגע דירעקציע.

(טעלעפאן נומבער)

בזכות וואס מיר וועלן זיך האלטן אינאיינעם צו באשיצן אונזערע קינדער, וועט דער אויבערשטער אונז אלע פארהיטן מכל פגע רע, ונזכה לרוות נחת דקדושה מכל יוצאי חלצינו
אזא צעטל טאר נישט זיין רואיג און פאסיוו. עס איז נישט די רעדע איבער קינדער וואס לאזן נאך שמוץ אין די פארקס און מען דארף אויסלערנען די קינדער נישט אראפצואווארפן קיין שמוץ. עס דארף זיין א שלא תמות כדרך שמת פלוני צעטל. און דאס איז די בעסטע ווי אזוי זיי האבן דאס געקענט טון אויפן איידלסטן אופן שייך.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 327
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 307

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

@להגדיל הטראסק ס'דא א סאלידע מהלך און איידעלע צוגאנג

און נאכדעים איז דא דעי סארט מהלך
פיילס
watermarked_img_1366630888008627142.jpg
watermarked_img_1366630888008627142.jpg (346.95 KiB) געזען געווארן 839 מאל
download.jpeg
download.jpeg (158.88 KiB) געזען געווארן 839 מאל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3210
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 10097

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 7:53 pm @להגדיל הטראסק ס'דא א סאלידע מהלך און איידעלע צוגאנג

און נאכדעים איז דא דעי סארט מהלך
כ'האב איבערגעקוקט דעם צעטל, און כ'בין געקומען למסקנא אז עס איז זייער א רואיגע צעטל.

עס שרייעט נישט שייגעץ, עס שרייעט נישט פוי, עס האט נישט קיין דיקע שרייעדיגע פאנט, עס איז בסך הכל א איידעלע צעטל, מיט עטוואס שארפערע ווערטער פון 'גוטע נאכט שעפעלע' פון מאמי.

איינער וואס ווערט געטריגערט פון דעם צעטל איז לכאורה אדער זייער אומוויסנד און תמימות'דיג וועלכע ווערט נאך דערשראקן פון אזעלכע צעטלעך וואס איז בעיניו איבערגעטריבן.
אדער האט ער ליידער פון וואס צו ציטערן...

עס קוקט מיר אויס אז איר זענט א נייע תושב דא אין קרית יואל, און איר האט נאך קיינמאל נישט געזעהן אזא סארט צעטל.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 327
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 307

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

האסט אראפגעלייגט 2 סינעריאוס פארוואס מ'האט מורא דערפון
כ'האב מיטגעהאלטן א דריטע סינעריאו וויאזוי עטליכע חברה אונטער די בר מצוה רעדן איבער דעם צעטל זייער נישט איידל
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 412
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1115

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חנן »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 10:17 pm האסט אראפגעלייגט 2 סינעריאוס פארוואס מ'האט מורא דערפון
כ'האב מיטגעהאלטן א דריטע סינעריאו וויאזוי עטליכע חברה אונטער די בר מצוה רעדן איבער דעם צעטל זייער נישט איידל
דארפן זיי באקומען פעפער אויף די צינג. האט גארנישט מיטן צעטל.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3895
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4823

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אנדערער »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 4:49 pm קאמיוניקירען קען מען אויף עטליכע וועגן
וואס איז שלעכט מיט א רואיגער צעטל
► Show Spoiler
אזא נוסח קומט פאר ווי סוף זמן תפילה רימיינדער
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
מאונטען
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 10:45 am
Location: Brooklyn
x 179

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך מאונטען »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 9:56 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 7:53 pm @להגדיל הטראסק ס'דא א סאלידע מהלך און איידעלע צוגאנג

און נאכדעים איז דא דעי סארט מהלך
כ'האב איבערגעקוקט דעם צעטל, און כ'בין געקומען למסקנא אז עס איז זייער א רואיגע צעטל.

עס שרייעט נישט שייגעץ, עס שרייעט נישט פוי, עס האט נישט קיין דיקע שרייעדיגע פאנט, עס איז בסך הכל א איידעלע צעטל, מיט עטוואס שארפערע ווערטער פון 'גוטע נאכט שעפעלע' פון מאמי.

איינער וואס ווערט געטריגערט פון דעם צעטל איז לכאורה אדער זייער אומוויסנד און תמימות'דיג וועלכע ווערט נאך דערשראקן פון אזעלכע צעטלעך וואס איז בעיניו איבערגעטריבן.
אדער האט ער ליידער פון וואס צו ציטערן...

עס קוקט מיר אויס אז איר זענט א נייע תושב דא אין קרית יואל, און איר האט נאך קיינמאל נישט געזעהן אזא סארט צעטל.
וועגן די ענין פון ציטערען!!! עס דערמאנט מיך ווען די לינקע האבן געשריבן און געטעהנעט ווען מען האט געעפענט אויספארשונגען אויף טראמפ איין מאל און נאכאמאל, אז לכאורה וואס איז דער פראבלעים אויב איז ער טאקע אומשילדוג דעמאלט וואס איז דעין די פראבלעים אדרבה וועט דאך די אויספארשונג נאר אויפדעקען זיין אומשולד, און אפשר דאס אליין אז ער וויל נישט די אויספארשונג איז דאך שוין א סימן אז עפעס טויג נישט!!! אבער די אמת ווייסטאך יעדער איינער אז א אויספארשונג מיינט גריבלען און זיכען און אפשר וועט מען טרעפען א קליינע עבירה אדער בכלל נישט קיין עבירה נאר אויפבלאזען און אפילו אויב איז ער לאקי איז בשעת מעשה ווערט די מענטשעס לעבען פארשעמט און געפאניקט און ארום און ארום, אלזא ווען מען מאטיגט איבערצוגעבען יעדע פארדעכטיגטע אויפירונג וואס דאס מיינט אז יעדער מענטש איז אונטער א ראדאר און יעדע אדער פרומער אדער משיגענער אדער פשוט א נייע גוטע איידיע איינעם מסדר צו זיין צו עפענען א קעיס דאס איז שוין עפעס אנדערש!!!!

און אויכעט מאכט דאס אזא חדר מנהל סיטואציה אינעם שטאט

נאכמער ווען פובליק סעפטי אדער שומרים לייגט ארויס אזא צעטל פארשטייט מען זייער קלאר פון וואס מען רעדט און די נושא איז סעפטי, אבער ווען וועד הצניעות וואס זייער אויפגאבע איז מער פון דעם גיט איז דאס א רוף צו עפענען א קעיס אויף יעדע ענין וואס האט צו טהון מיט דעם ארגעניזאציע וואס דאס איז שוין זייער א ברייטע פעלד
אסרוחג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 624

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אסרוחג »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 10:17 pm האסט אראפגעלייגט 2 סינעריאוס פארוואס מ'האט מורא דערפון
כ'האב מיטגעהאלטן א דריטע סינעריאו וויאזוי עטליכע חברה אונטער די בר מצוה רעדן איבער דעם צעטל זייער נישט איידל
קינדער מיט נסיונות וואס האבן געטראפן א פתח פתוח ווי צו עפענען א נושא
אין מיינע קינדער יארן, האבן די סארט קינדער געטראפן דעם פתח פתוח ביי געוויסע גמרות און רש"י'ס

דארף מען האלטן א "פאזיטיווע" דרשה וועגן ניבול פה, אז ס'איז נישט געזונט צו רעדן ניבול פה, וויל ס'קען חלילה גורם זיין אז קליינע קינדער זאלן אויסהויכן די נשמה (חלילה נישט זאגן שטארבן, ווייל מ'קען ווערן טראמאטייזט)
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 327
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 307

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

מאונטען האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2026 7:11 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 9:56 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 7:53 pm @להגדיל הטראסק ס'דא א סאלידע מהלך און איידעלע צוגאנג
און נאכדעים איז דא דעי סארט מהלך
כ'האב איבערגעקוקט דעם צעטל, און כ'בין געקומען למסקנא אז עס איז זייער א רואיגע צעטל.
עס שרייעט נישט שייגעץ, עס שרייעט נישט פוי, עס האט נישט קיין דיקע שרייעדיגע פאנט, עס איז בסך הכל א איידעלע צעטל, מיט עטוואס שארפערע ווערטער פון 'גוטע נאכט שעפעלע' פון מאמי.

איינער וואס ווערט געטריגערט פון דעם צעטל איז לכאורה אדער זייער אומוויסנד און תמימות'דיג וועלכע ווערט נאך דערשראקן פון אזעלכע צעטלעך וואס איז בעיניו איבערגעטריבן.
אדער האט ער ליידער פון וואס צו ציטערן...

עס קוקט מיר אויס אז איר זענט א נייע תושב דא אין קרית יואל, און איר האט נאך קיינמאל נישט געזעהן אזא סארט צעטל.

און אויכעט מאכט דאס אזא חדר מנהל סיטואציה אינעם שטאט

נאכמער ווען פובליק סעפטי אדער שומרים לייגט ארויס אזא צעטל פארשטייט מען זייער קלאר פון וואס מען רעדט און די נושא איז סעפטי,
אין א שטאט וואס איז צושניטן אין פראקציעס און מ'דארף קענען הענגן אזהרות איבעראל צוגלייך ווייל יעדער איז אינעם פראבלעים
דארף עס זיין מיט די פילסטע מאס ריינקייט פון נטיות אויף איין צד אז אנדערע שילן זאלן עס נישט וועלן הענגען, יעדער דארף עס די זעלבע קענען הענגן
איך זע פריער האט מען עס פארשטאנען מיט א בילד וועל מיר נאכאמאל טרייען
פיילס
Screenshot_20260826_100958_Gallery.jpg
Screenshot_20260826_100958_Gallery.jpg (195.31 KiB) געזען געווארן 476 מאל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3210
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 10097

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

הרב @גאלדבערג

לעניית דעתי קענט איר ווייטער קומען מיט וואס איר ווילט און צולייגן תגובות און בילדער.

אבער אייערע טענות זענען בסך הכל איין ווארט "איך בין אין אפאזיציע פון חסידי 12 גארפילד" און יעדע פעולה וואס האט שייכות אהין איז אטאמאטיש א 'ניין' ביי מיר, און כ'וועל שוין אויספיגערן וועלכע ווערטער צו נוצן אין יעדן פאל באזונדער...
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 194
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 179

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בקי ביחוס »

גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2026 11:05 am
מאונטען האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2026 7:11 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 9:56 pm
כ'האב איבערגעקוקט דעם צעטל, און כ'בין געקומען למסקנא אז עס איז זייער א רואיגע צעטל.
עס שרייעט נישט שייגעץ, עס שרייעט נישט פוי, עס האט נישט קיין דיקע שרייעדיגע פאנט, עס איז בסך הכל א איידעלע צעטל, מיט עטוואס שארפערע ווערטער פון 'גוטע נאכט שעפעלע' פון מאמי.

איינער וואס ווערט געטריגערט פון דעם צעטל איז לכאורה אדער זייער אומוויסנד און תמימות'דיג וועלכע ווערט נאך דערשראקן פון אזעלכע צעטלעך וואס איז בעיניו איבערגעטריבן.
אדער האט ער ליידער פון וואס צו ציטערן...

עס קוקט מיר אויס אז איר זענט א נייע תושב דא אין קרית יואל, און איר האט נאך קיינמאל נישט געזעהן אזא סארט צעטל.

און אויכעט מאכט דאס אזא חדר מנהל סיטואציה אינעם שטאט

נאכמער ווען פובליק סעפטי אדער שומרים לייגט ארויס אזא צעטל פארשטייט מען זייער קלאר פון וואס מען רעדט און די נושא איז סעפטי,
אין א שטאט וואס איז צושניטן אין פראקציעס און מ'דארף קענען הענגן אזהרות איבעראל צוגלייך ווייל יעדער איז אינעם פראבלעים
דארף עס זיין מיט די פילסטע מאס ריינקייט פון נטיות אויף איין צד אז אנדערע שילן זאלן עס נישט וועלן הענגען, יעדער דארף עס די זעלבע קענען הענגן
איך זע פריער האט מען עס פארשטאנען מיט א בילד וועל מיר נאכאמאל טרייען
:roll:
סטאפ מיט דיינע פיקטשערס, איך ווער שוין דיזי...
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 194
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 179

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בקי ביחוס »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2026 11:23 am הרב @גאלדבערג

לעניית דעתי קענט איר ווייטער קומען מיט וואס איר ווילט און צולייגן תגובות און בילדער.

אבער אייערע טענות זענען בסך הכל איין ווארט "איך בין אין אפאזיציע פון חסידי 12 גארפילד" און יעדע פעולה וואס האט שייכות אהין איז אטאמאטיש א 'ניין' ביי מיר, און כ'וועל שוין אויספיגערן וועלכע ווערטער צו נוצן אין יעדן פאל באזונדער...
ער איז גוט, ער איז זיס, לאז אים....
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 327
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 307

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2026 11:23 am אייערע טענות זענען בסך הכל איין ווארט "איך בין אין אפאזיציע פון חסידי 12 גארפילד" און יעדע פעולה וואס האט שייכות אהין איז אטאמאטיש א 'ניין' ביי מיר,
כ'האלט זייער פון דעי גרויסע קהלה
א רבי מלא חיות און פארקויפט אסאך אידישקייט
הערליכע היכלי תורה
התעוררות ללימוד התורה
לימוד ספרי חסידות
שיעורי תורה
כשרות הבשר
תקנות בעת שמחה ס'דא אהן א שיעור פאזיטיווע און גוטע אויפטוען וואס איז שוין היינט אריבער צו די גאנצע חסידישע וועלט

ס'נישט קיין סיבה זיך צו פארמאכן די אויגן ווען ס'קומט צו געבן קרעדיט פאר די עטליכע מיסטעיקס וואס קומט פאר
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3210
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 10097

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

► Show Spoiler
בקי ביחוס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2026 11:26 am ער איז גוט, ער איז זיס, לאז אים....
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 327
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 307

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2026 11:37 am
► Show Spoiler
בקי ביחוס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2026 11:26 am ער איז גוט, ער איז זיס, לאז אים....
פיינע ווערטלעך און זיסע סטעיטמענטס

למעשה ווען עס קומט צו אזא יסודות'דיגע שמירה
איז דעס די תוצאות פון א פארטייאישן צוגאנג

א מודעה וואס טראגט דעם סטעמפל אדער די סימבאלן פון א ספציפישער קהילה, פילט א גרויסער חלק פונעם שטאט אז "דאס מיינט נישט מיר."

ביים עוסק זיין אין ענינים פון כלל-שמירה, קען מען עס נישט ארויסשטעלן אז א מענטש זאל זיך צוריקהאלטן פון רופן א הילפס-נומער נאר וועגן פאליטישע אומאנגענעמליכקייטן.

די אידענטיטעט פונעם צעטל דארף זיין אינגאנצן ריין פון קהילה-סימבאלן. עס דארף אויסזעהן ווי א אלגעמיינער אדרעס וואס רעדט צו יעדן מענטש פערזענליך.

איין צענטראלער און אומפארטייאישער קאנטאקט נומער:
דער טעלעפאן נומער דארף פארגעשטעלט ווערן אלס א נייטראלע אדרעס, וואו יעדער פילט פולקאם באקוועם זיך צו ווענדן אן מורא פון אינטערעסן וכו'

דעם זעלבן נייטראלן צעטל דארף מען קלעבן אין יעדן בית המדרש אין שטאט — אן קיין שום יוצא מן הכלל — דעס שיקט א קלארן פובליק מודעה אז די אחריות איז גלייך אויף יעדן איינציגן תושב.
.
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 422
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 712

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך רעאליסטיש »

גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2026 11:05 am
מאונטען האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2026 7:11 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 9:56 pm
כ'האב איבערגעקוקט דעם צעטל, און כ'בין געקומען למסקנא אז עס איז זייער א רואיגע צעטל.
עס שרייעט נישט שייגעץ, עס שרייעט נישט פוי, עס האט נישט קיין דיקע שרייעדיגע פאנט, עס איז בסך הכל א איידעלע צעטל, מיט עטוואס שארפערע ווערטער פון 'גוטע נאכט שעפעלע' פון מאמי.

איינער וואס ווערט געטריגערט פון דעם צעטל איז לכאורה אדער זייער אומוויסנד און תמימות'דיג וועלכע ווערט נאך דערשראקן פון אזעלכע צעטלעך וואס איז בעיניו איבערגעטריבן.
אדער האט ער ליידער פון וואס צו ציטערן...

עס קוקט מיר אויס אז איר זענט א נייע תושב דא אין קרית יואל, און איר האט נאך קיינמאל נישט געזעהן אזא סארט צעטל.

און אויכעט מאכט דאס אזא חדר מנהל סיטואציה אינעם שטאט

נאכמער ווען פובליק סעפטי אדער שומרים לייגט ארויס אזא צעטל פארשטייט מען זייער קלאר פון וואס מען רעדט און די נושא איז סעפטי,
אין א שטאט וואס איז צושניטן אין פראקציעס און מ'דארף קענען הענגן אזהרות איבעראל צוגלייך ווייל יעדער איז אינעם פראבלעים
דארף עס זיין מיט די פילסטע מאס ריינקייט פון נטיות אויף איין צד אז אנדערע שילן זאלן עס נישט וועלן הענגען, יעדער דארף עס די זעלבע קענען הענגן
איך זע פריער האט מען עס פארשטאנען מיט א בילד וועל מיר נאכאמאל טרייען
נישט קיין שלעכטע בילדער פאר די קינדער אפטיילונג, די ליצנות איז גרויס, מיין נישט אונז זעמיר טאקע נערנים,
וויסן זאלסטו עס איז דא טויזענטער נארמאלע אידן אין קרית יואל וואס קימערן זיך נישט מיט די עטליכע אידן אויף אידיטש וואָס פרובירן צו מאכן א נערישע בליק אויפן שטאט
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3210
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 10097

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

עס איז גוט...

הרב @גאלדבערג רופט שוין יארן לאנג נישט קיין הצלה, מצילי אש, פאבליק סעיפטי, גמ"ח הצלה, חברים, חביבים, גייט נישט קויפן אין שאפינג סענטער, ביזנעס סענטער, גייט נישט צו קיין שמחות אין רוב זאלן פון שטאט, אא"וו, ווייל די שטאטישע ארגאניזאציעס און אינסטיטוציעס האבן שייכות מיט א געוויסע פארטיי און איז נישט 12 גארפיעלד ריין, טראץ וואס אויף 12 גארפיעלד קומען אויך פאר זאכן וואס ער שעצט...

פארוואס איך רעפליי בכלל? ווייל אויב האט די מעינסטריעם נישט געטראכט אין זיין דירעקציע און זיינע רייד וועלן מאכן טראכטן "אפשר טאקע?" דארף ווערן ארויסגעברענגט אז דאס איז אן עקסטרעמע בליק אויף עניני הכלל, און איז נישט די השקפה פון דעם אלגעמיינעם ציבור.
מיט א ברען
פרישער באניצער
פאוסטס: 91
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
x 107

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך מיט א ברען »

אגב, מיט בערך צוויי יאר צוריק איז געהאנגען א צעטל אין די סאטמאר מהר"יי בתי מדרשים אין וומסב"ג (אין ראדני איז עס געהאנגען אינעם ביל באורד) מיט א ווארענונג, א בילד און א נאמען, און זאגאר א צונאמען...
אוועיטער
צדקת העיר
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 21, 2026 9:16 pm
Location: כל דצריך ייתיי
x 17

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך צדקת העיר »

צדקת העיר האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 9:50 pm נייע ‘חסדי העיר‘ האט ליין צוגעשטעלט דורך די שטאטישט צדקה קאסע ‘צדקת העיר‘ 845-777-9393

ציהל פון חסדי העיר - די טעלעפאון ליין חסדי העיר ווערט צוגעשטעלט דורך די קרית יואל'ע צדקה קאסע מפעל צדקת העיר, מיט ציהל צו העלפן צוזאמשטעלן די וועלכע זוכן צו דינגען א דירה אין קרית יואל בעת שמחה אדער סיי ווען, מיט די וועלכע האבן א דירה צו פארדינגען, אדער פרישע אינגעלייט וואס זענען גרייט ארויסצוגעבן זייער דירה אויף שבתים פאר א זייטיגע פארדינסט.
ווי אויך צו העלפן טרעפן און צוזאמשטעלן וועגן צווישן קרית יואל און אנדערע שטעט, אלס א שטארקע הילף בעיקר פאר אינגעלייט וואס פארן כסדר אויף שבתים צו זייערע עלטערן און זוכן א וועג אדער זענען וויליג מיטצונעמען אנדערע פאר א זייטיגע פארדינסט.

פאר די מעניו פונעם האט ליין, און פאר אנווייזונגען וויאזוי צו נוצן די סיסטעם, אין ספוילער:
► Show Spoiler
IMG-20260826-WA0009.jpg
IMG-20260826-WA0009.jpg (131.83 KiB) געזען געווארן 1029 מאל
די שטאטישע צדקה קאסע ‘צדקת העיר קרית יואל‘
צו מנדב זיין 24 שעה אין טאג, דריקט דא
https://secure.cardknox.com/tzedookashooeer
שרייב פאוסט