נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
לג בעומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 3:05 am
x 149

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לג בעומר »

קיגעל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2026 12:29 am
הרב_שלום האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 01, 2026 10:37 pm
יעקב דוד האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 01, 2026 10:05 pm ווי איז די נייע 50 Lots וואס ווערט פארקויפט פאר 1.8 פער לאט?
צווישען מאיערס לעיק און יוסף פנחס סטראלאוויטש הויז
סאיז א חלק פין אברמי בראך'ס לאט?
yes
אוועיטער
יעקב דוד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:20 pm
x 445

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יעקב דוד »

סקומט נישט אויס טייערער ווי מען מעג בעהטן פער סקווער פיט?
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 264
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 401

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פארנומען »

קיגעל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2026 12:29 am
הרב_שלום האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 01, 2026 10:37 pm
יעקב דוד האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 01, 2026 10:05 pm ווי איז די נייע 50 Lots וואס ווערט פארקויפט פאר 1.8 פער לאט?
צווישען מאיערס לעיק און יוסף פנחס סטראלאוויטש הויז
סאיז א חלק פין אברמי בראך'ס לאט?
no
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 953
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 2010

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

יעקב דוד האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 01, 2026 10:05 pm ווי איז די נייע 50 Lots וואס ווערט פארקויפט פאר 1.8 פער לאט?
viewtopic.php?p=273123#p273123
קיגעל
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 15, 2026 9:58 pm
x 41

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך קיגעל »

פארנומען האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2026 10:56 am
קיגעל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2026 12:29 am
הרב_שלום האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 01, 2026 10:37 pm

צווישען מאיערס לעיק און יוסף פנחס סטראלאוויטש הויז
סאיז א חלק פין אברמי בראך'ס לאט?
no
סא ווער איז די אוינער אויף דעי לאט?
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 424
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 755

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אגד »

יעקב דוד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2026 3:13 am סקומט נישט אויס טייערער ווי מען מעג בעהטן פער סקווער פיט?
ווענדט זיך אויב מען רעכנט אריין קאנסטראקשן לאונס.
תפארת שבתפארת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 11:46 am
x 201

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך תפארת שבתפארת »

קיגעל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2026 2:33 pm
פארנומען האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2026 10:56 am
קיגעל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2026 12:29 am

סאיז א חלק פין אברמי בראך'ס לאט?
no
סא ווער איז די אוינער אויף דעי לאט?

כידוע האט די גאנצע לאט באלאנגט פאר ווידער/שווארץ/באנדא בשותפות,און נאך יארן האט מען זיך צוטיילט ,איין חלק האט אברהם בראך אפגעקויפט פון איין שותף, און דעי לאט האט ווי איך געדענק, מענדלאוויטש (פון פליישמאנ'ס) אפגעקויפט פון די אנדערע שותף אפאר יאר צוריק ,איך ווייס נישט צי ס'איז נאך זיינס יעצט
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 118

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

תפארת שבתפארת האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2026 9:56 pm
קיגעל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2026 2:33 pm
פארנומען האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2026 10:56 am

no
סא ווער איז די אוינער אויף דעי לאט?

כידוע האט די גאנצע לאט באלאנגט פאר ווידער/שווארץ/באנדא בשותפות,און נאך יארן האט מען זיך צוטיילט ,איין חלק האט אברהם בראך אפגעקויפט פון איין שותף, און דעי לאט האט ווי איך געדענק, מענדלאוויטש (פון פליישמאנ'ס) אפגעקויפט פון די אנדערע שותף אפאר יאר צוריק ,איך ווייס נישט צי ס'איז נאך זיינס יעצט
אלע הייבן שוין אהן בויען?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3325
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13785

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

נישט קיין שיינע זאך צו בלאקן גארפילד די צייט אין טאג.

יעצט איז עכט די איינציגסטע צייט צו פעיוון?
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
נין
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 9:53 am
Location: monroe
x 111

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך נין »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2026 10:44 am נישט קיין שיינע זאך צו בלאקן גארפילד די צייט אין טאג.

יעצט איז עכט די איינציגסטע צייט צו פעיוון?
יא
אוועיטער
צדקת העיר
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 21, 2026 9:16 pm
Location: כל דצריך ייתיי
x 11

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך צדקת העיר »

נייע ‘חסדי העיר‘ האט ליין צוגעשטעלט דורך די שטאטישט צדקה קאסע ‘צדקת העיר‘ 845-777-9393

ציהל פון חסדי העיר - די טעלעפאון ליין חסדי העיר ווערט צוגעשטעלט דורך די קרית יואל'ע צדקה קאסע מפעל צדקת העיר, מיט ציהל צו העלפן צוזאמשטעלן די וועלכע זוכן צו דינגען א דירה אין קרית יואל בעת שמחה אדער סיי ווען, מיט די וועלכע האבן א דירה צו פארדינגען, אדער פרישע אינגעלייט וואס זענען גרייט ארויסצוגעבן זייער דירה אויף שבתים פאר א זייטיגע פארדינסט.
ווי אויך צו העלפן טרעפן און צוזאמשטעלן וועגן צווישן קרית יואל און אנדערע שטעט, אלס א שטארקע הילף בעיקר פאר אינגעלייט וואס פארן כסדר אויף שבתים צו זייערע עלטערן און זוכן א וועג אדער זענען וויליג מיטצונעמען אנדערע פאר א זייטיגע פארדינסט.

פאר די מעניו פונעם האט ליין, און פאר אנווייזונגען וויאזוי צו נוצן די סיסטעם, אין ספוילער:
► Show Spoiler
די שטאטישע צדקה קאסע ‘צדקת העיר קרית יואל‘
צו מנדב זיין 24 שעה אין טאג, דריקט דא
https://secure.cardknox.com/tzedookashooeer
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 238
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 495

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך נויז מאשין »

נישט געוויסט אז עזר קען נאך ווערן ערגער. ב''ה די מענידזשמענט שלאפט נישט און ארבעט פלייסיג.

אלע אפטיילונגן פון אלע שטאקן דארפן זיך איינשרייבן ביי איין באבע, ביים הויפט אריינגאנג. שטייט א ליין פון דא ביז קאנארסי, ער ווארט פאר די רוקן דאקטער, זי פאר די OB, א יונגעלע פאר די אויגן דאקטער, א זיידע קרעכצט, א בחור שטופט. ס'מצב...
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1636
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2721

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 9:50 am נישט געוויסט אז עזר קען נאך ווערן ערגער. ב''ה די מענידזשמענט שלאפט נישט און ארבעט פלייסיג.

אלע אפטיילונגן פון אלע שטאקן דארפן זיך איינשרייבן ביי איין באבע, ביים הויפט אריינגאנג. שטייט א ליין פון דא ביז קאנארסי, ער ווארט פאר די רוקן דאקטער, זי פאר די OB, א יונגעלע פאר די אויגן דאקטער, א זיידע קרעכצט, א בחור שטופט. ס'מצב...
און ענדליך ביים קנקומען צום רעסעפשעניסט ווערט מען געוואויר אז עס איז שוין 15 מינוט נאך די סקעדשול, קענסט אריינקאלן די פיליפינער פאר א נייע אפוינטמענט..
ברלנד
אוועיטער
האסלער
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:27 pm
x 58

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך האסלער »

יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 11:04 am
נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 9:50 am נישט געוויסט אז עזר קען נאך ווערן ערגער. ב''ה די מענידזשמענט שלאפט נישט און ארבעט פלייסיג.

אלע אפטיילונגן פון אלע שטאקן דארפן זיך איינשרייבן ביי איין באבע, ביים הויפט אריינגאנג. שטייט א ליין פון דא ביז קאנארסי, ער ווארט פאר די רוקן דאקטער, זי פאר די OB, א יונגעלע פאר די אויגן דאקטער, א זיידע קרעכצט, א בחור שטופט. ס'מצב...
און ענדליך ביים קנקומען צום רעסעפשעניסט ווערט מען געוואויר אז עס איז שוין 15 מינוט נאך די סקעדשול, קענסט אריינקאלן פאר א נייע אפוינטמענט..
Let's hope that Ahava medical is coming soon to Monroe
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3325
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13785

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 9:50 am נישט געוויסט אז עזר קען נאך ווערן ערגער. ב''ה די מענידזשמענט שלאפט נישט און ארבעט פלייסיג.

אלע אפטיילונגן פון אלע שטאקן דארפן זיך איינשרייבן ביי איין באבע, ביים הויפט אריינגאנג. שטייט א ליין פון דא ביז קאנארסי, ער ווארט פאר די רוקן דאקטער, זי פאר די OB, א יונגעלע פאר די אויגן דאקטער, א זיידע קרעכצט, א בחור שטופט. ס'מצב...
מאך עס ביטע נישט ערגער ווי ס'איז, כזאג נישט אז ס'איז גוט, אבער סזיצן געווענליך דארט דריי מענטשן, און געווענליך דארפסטו נישט ווארטן אין קיין ליין.

די איידיע אז יעדער דארף זיך איינשרייבן דארט איז טאקע א פראבלעם.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 238
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 495

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך נויז מאשין »

בודקע האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 11:39 am
נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 9:50 am נישט געוויסט אז עזר קען נאך ווערן ערגער. ב''ה די מענידזשמענט שלאפט נישט און ארבעט פלייסיג.

אלע אפטיילונגן פון אלע שטאקן דארפן זיך איינשרייבן ביי איין באבע, ביים הויפט אריינגאנג. שטייט א ליין פון דא ביז קאנארסי, ער ווארט פאר די רוקן דאקטער, זי פאר די OB, א יונגעלע פאר די אויגן דאקטער, א זיידע קרעכצט, א בחור שטופט. ס'מצב...
מאך עס ביטע נישט ערגער ווי ס'איז, כזאג נישט אז ס'איז גוט, אבער סזיצן געווענליך דארט דריי מענטשן, און געווענליך דארפסטו נישט ווארטן אין קיין ליין.

די איידיע אז יעדער דארף זיך איינשרייבן דארט איז טאקע א פראבלעם.
מעשה שהיה מיט מיר איין טאג דעם וואך. 10:00 אינדערפרי
יעק
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:58 pm
x 9

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יעק »

שוין געהאט מער ווי איינמאל כהאב באקימען א אפוינטמעט אויף א געוויסע טאג, איך האב איבערגעפרעגט 3 מאל די טאג אין צייט, אנקומענדיג ווער איך געוואר אז די אפוינטמענט איז נישט היינט, ווארטענדיג 15 מעניט אינטען זען וואס מען קען טיען ווער איך געוואר אז 50% מענטשען וואס זענען געקימען צי אפוינטמענס האט מען זיי געזאגט דיין אפוינטמענט איז נישט יעצט.....
#פעלעפינס
מתיבתא קטנה
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 19, 2026 8:14 pm
x 5

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך מתיבתא קטנה »

"כינוס בודקי עירוב קרית יואל" נאכ'ן אימפעריש אויסגעוואקסן צו אן עירוב שלם ואדיר פון איבער 60 מייל!

נעכטן ליל שישי ראה זענען זיך צוזאמגעקומען די פילע בודקים אינערהאלב "עירוב קרית יואל" פון אלע געגנטער וואס קרית יואל נעמט אריין, אין שפיץ פון די דיינים וחברי "ועד העירובין" וועלכע שטייען אין שפיץ פונעם כשרות העירוב פון גאנץ קרית יואל המורחבת, ווי דער סלאגאן גייט... "פון סאטמאר דרייוו ביז בריגאדון בולעווארד"...

די אסיפה איז פארגעקומען אינעם שטוב פון הרה"ג ר' יואל קאהן שליט''א יו"ר ועד העירובין, און עס איז אויך געווען אנוועזנד בראשי המסובין הרה"ג ר' יוסף צבי סופר שליט"א מו"ץ ובעל וישב יוסף וואס שטייט שוין לאנגע יארן בראש ההשגחה פונעם עירוב המהודר אין צענטער פון קרית יואל צו וואס אלע עירובין מהודרים ארום האבן זיך יעצט מחבר געווען, און מ'האט אינאיינעם נושא ונותן געווען אין פארשידענע שאלות וואס ליגן אויפ'ן טיש פון די בודקים, און פון די רבנים שליט"א.

בפרט איז פארהאן אסאך נושאים אויפן טיש זינט ס'איז צוגעקומען נאך און נאך געגנטער וועלכע האבן זיך מחבר געווען צום ריזיגער "עירוב קרית יואל", באשטייענדיג שוין אינאיינעם פון אריבער 60 מייל פון עירוב בענדלעך!!! וואס דער מיליאן-דאלאר'דיגער אפעראציע אנצופירן דערמיט איז נישט בלויז א עול הכספי, נאר א שווערער עול הרוחני צו קענען יעדע איינציגע וואך פארזיכערן, פארעכטן, באגלייטן און אנהאלטן אזא ריזיגער מעכטיגער עירוב אויסגעצויגן אויף אזויפיל מייל צווישן אזויפיל מוניציפאליטעטן און גייענדיג אריבער אזויפיל גוי'אישע און קאמפאני שטחים פון שכנים ארום, פעלדער און וועלדער, וואסער און קאנסטרוקציע זאנעס, אא"וו, און די ארבעט איז בליעה"ר ריזיג גרויס.

בלויז צו קוקן אויפ'ן בילד פון אזויפיל בודקים האט געגעבן דעם בליץ פון וואספארא ריזן אפעראציע עס רעדט זיך דא, און ס'איז געווען א געוואלדיגע חיזוק צו הערן איינער פונעם צווייטן עצה ותושי', און אלע שאלות זענען געווארן אויסגעשמועסט און אויסגעקלארט, ארויסגייענדיג מיט א אויסטערלישע חיזוק און קלארקייט וואס באגלייט די מוט אנצוגיין ווייטער מיט די הייליגע שווערע ארבעט למען קדושת שבת קודש, אויף דעם העכסטן דרגא פון כשרות כאוות נפשו וכדעת קדשו מיט אלע חומרות והידורים פונעם מייסד העיר מרן רביה"ק זיע"א.

ולערב עירובו, כל עדת ישראל.
פיילס
IMG_6477.JPG
IMG_6477.JPG (200.48 KiB) געזען געווארן 1163 מאל
IMG_6486.JPG
IMG_6486.JPG (181.07 KiB) געזען געווארן 1163 מאל
IMG_6488.JPG
IMG_6488.JPG (173.78 KiB) געזען געווארן 1163 מאל
מתיבתא קטנה
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 19, 2026 8:14 pm
x 5

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך מתיבתא קטנה »

פקודת הקדש: לערב עירובו!

דעם שב"ק ראה מברכין אלול ביים שיעור פרקי אבות האט מרן רבינו הגה''ק שליט''א (סאטמאר קרית יואל) אויפגעפאדערט דעם גאנצן ציבור צו העלפן פאראייניגן און אויפהאלטן אלע עירובין אין אלע שכונות אלס איין גרויסער ''עירוב קרית יואל'' דורך די מסי''נ ארבעט פונעם ''ועד העירובין'', און דערמיט בויען דעם ביהמ''ק השלישי!

דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די משנה "שיבנה בית המקדש במהרה בימינו ותן חלקנו בתורתך" זאגנדיג ''ס'איז היינט שבת, יעדער ווייסט אז שבת טאר מען נישט טראגן. ברוך השם אין קרית יואל איז דא אן עירוב מהודר, נאר דער עולם האט זיך שוין צעשפרייט "ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה", אין אסאך געגנטער האט מען געבויט עירובין, אבער ס'איז נישט גענוג, מ'דארף גיין ווייטער און מחבר זיין איין עירוב צום צווייטן אלס איין גרויסער עירוב'' זאגנדיג אז אויב נישט קומט מען צו צו חילול שבת.

אלס מרא דאתרא האט דער רבי מחייב געווען יעדן בן העיר ארויסצוהעלפן מיט די הוצאות, און אז אלעס זאל זיין איין גרויסער ''עירוב קרית יואל'', און די הוצאות פון בודק זיין יעדע וואך, פארעכטן און אויפהאלטן ליגט אויף יעדן צוגלייך.

דער רבי האט געזאגט אז דאס וועט מקרב זיין די גאולה שלימה, ווייל דער בית המקדש איז חרוב געווארן בעון שנאת חינם, און דורך מחבר זיין אן עירוב מיט א זיכוי הפת בשותף טוט מען זיך מחבר זיין 'ותן חלקינו בתורתך', און מיט דעם וועט יעדער צוהעלפן צום בנין בית המקדש בקרוב במהרה!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3873
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13267

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

בודקע האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 11:39 am
נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 9:50 am נישט געוויסט אז עזר קען נאך ווערן ערגער. ב''ה די מענידזשמענט שלאפט נישט און ארבעט פלייסיג.

אלע אפטיילונגן פון אלע שטאקן דארפן זיך איינשרייבן ביי איין באבע, ביים הויפט אריינגאנג. שטייט א ליין פון דא ביז קאנארסי, ער ווארט פאר די רוקן דאקטער, זי פאר די OB, א יונגעלע פאר די אויגן דאקטער, א זיידע קרעכצט, א בחור שטופט. ס'מצב...
מאך עס ביטע נישט ערגער ווי ס'איז, כזאג נישט אז ס'איז גוט, אבער סזיצן געווענליך דארט דריי מענטשן, און געווענליך דארפסטו נישט ווארטן אין קיין ליין.

די איידיע אז יעדער דארף זיך איינשרייבן דארט איז טאקע א פראבלעם.
בדידי הוה עובדא, געדארפט ווארטן אין א ליין.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 118

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

מתיבתא קטנה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 3:12 pm "כינוס בודקי עירוב קרית יואל" נאכ'ן אימפעריש אויסגעוואקסן צו אן עירוב שלם ואדיר פון איבער 60 מייל!

נעכטן ליל שישי שופטים זענען זיך צוזאמגעקומען די פילע בודקים אינערהאלב "עירוב קרית יואל" פון אלע געגנטער וואס קרית יואל נעמט אריין, אין שפיץ פון די דיינים וחברי "ועד העירובין" וועלכע שטייען אין שפיץ פונעם כשרות העירוב פון גאנץ קרית יואל המורחבת, ווי דער סלאגאן גייט... "פון סאטמאר דרייוו ביז בריגאדון בולעווארד"...

ולערב עירובו, כל עדת ישראל.
מען האט גערעדט וועגן מאכן טיעמ'ס פאר די קאמפיין?
אוועיטער
לויטערע וואסער
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 12:18 pm
x 128

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לויטערע וואסער »

נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 9:50 am נישט געוויסט אז עזר קען נאך ווערן ערגער. ב''ה די מענידזשמענט שלאפט נישט און ארבעט פלייסיג.

אלע אפטיילונגן פון אלע שטאקן דארפן זיך איינשרייבן ביי איין באבע, ביים הויפט אריינגאנג. שטייט א ליין פון דא ביז קאנארסי, ער ווארט פאר די רוקן דאקטער, זי פאר די OB, א יונגעלע פאר די אויגן דאקטער, א זיידע קרעכצט, א בחור שטופט. ס'מצב...
יא יא, ווארט נאר ביז איינער גייט זיי אויפקלערן טז מ'קען דארט לייגן א סעלף טשעק אין...
ס'וועט ליגן דארט א צובראכענע מאשין, און מ'וועט קענען קאלן צי די פיליפינע חברה פאר פידבעק....
לחיים אלע יודן
לאז זיך נישט פאלן פון איינער וואס איז געפאלן ביי זיך!!!
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 217
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 529

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Headquarters »

ואקח את ספר המקנה את החתום!

היינט ביים גרויסער סעודת הילולא פון רשכבה"ג רביה"ק מסאטמאר זיע"א, אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל, האט מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארומגערעדט איבער די דירות פרייזן אין קרית יואל, און דערביי מתריע געווען קעגן אזעלכע מוכרים און מעקלער וועלכע נער'ן אריין קונים מיט פאלשע נומערן.

צוערשט האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח די דירות פרייזן אין קרית יואל, זאגנדיג אז ס'איז ב"ה געווארן אראפגעברענגט צו זיין די ביליגסטע פון אלע אידישע שטעט איבער די וועלט! און עס בויען זיך יעצט ב"ה "טויזנטער" דירות, אויסרעכענענדיג:

• "שכונת ויואל משה" (הארמאני, מו"ה עקיבא הערש קליין / מו"ה מאיר יעקב אינדיג) וועלכע בויט יעצט פילע נייע גאסן, און גאנץ בקרוב וועט אי"ה זיין דארט 2,000 משפחות.
• "שכונת עצי חיים" ביי די קארלסבורג גאס (מאונטעין רידזש, מו"ה עקיבא הערש קליין / מו"ה מאיר יעקב אינדיג) ארבעט מען שוין אויף די קרקע צו בויען דארט 800 דירות.
• דערנעבן קעגנאיבער איז צוגעקומען א נייער שטח (אחים אפענהיים/ווערצבערגער), וואו מ'גייט אי"ה בויען 200 דירות.
• אויף פארעסט (פארעסט עדזש, בראך) גייט מען יעצט אי"ה בויען 300 דירות.
• דא האט דער רבי מבשר געווען אז אויך ביים ווינקל פון פארעסט און עיקערס (מו"ה שלום יצחק יאקאבאוויטש / מו"ה יושע שמואל ווידער) גייט מען יעצט בויען אי"ה 200 דירות.
• אויף עיקערס ביי בעיקערטאון (לעיקסייד, מו"ה אברהם בראך / מו"ה הלל כהנא) בויט מען 200 דירות.
• אויך איז דא מערערע קלענערע פראיעקטן וואס אינאיינעם איז עס נאך עטליכע הונדערט דירות.

און, תלי"ת, די אלע טויזנטער דירות ווערן פארקויפט פאר אמת'ע $300 א סקווער פיס!


אבער דא איז דער רבי אריבער צו די טעמע פון "אונאה", זאגנדיג אז ס'איז דא אזעלכע וואס פאפן אויס די קונים. ס'דא אזעלכע וואס זאגן פאלשע נומערן מיט די סקווער פיס, למשל, מען פארקויפט 1,500 פיס און מען זאגט אז ס'איז 2,000 פיס ס'זאל אויסזען ווי א מציאה רבה. און ס'איז דא וואס פאפן אויס מיט די צאל שטייערן, וויפיל עס גייט קאסטן יאר יערליך.

דער רבי האט אויסגעשריגן: דאס איז אן איסור דאורייתא פון אונאה! ווער עס טוט דאס, זאגט אויף אים רש"י אין פ' קדושים אז ער איז שנאוי, משוקץ, חרם, תועבה, רח"ל.

ויפתח עזרא הספ"ר לעיני כל העם!

"איך וועל פארציילן א מעשה פון היינטיגן טאג" האט דער רבי געזאגט. ס'איז אריינגעקומען א איד, און אראפגעלייגט זיין "טעקסט ביל", דערציילנדיג אז ווען ער האט געקויפט זיין דירה אין שכינות, אינדרויסן פון ווילעדזש אף קרית יואל, האט מען אים איינגערעדט אז די שטייערן גייען זיין 5 אדער 6,000 דאלאר.

"היינט האט ער מיר געגעבן די בילס" האט דער רבי דערציילט, ווייזנדיג לעבעדיג די צעטלעך פאר'ן ציבור.

די ערשטע שטייער איז "סקול טעקסט", דאס איז $10,292. די צווייטע איז "קאונטי טעקס", דאס איז $4,960. דאן דער דריטער שטייער איז "ווילעדזש טעקס" פאר סאוט בלומינגראוו, דאס איז $1,753.

בס"ה דארף דער איד יעצט צאלן $17,000! ער דארף דאס יעצט צאלן יעדעס יאר נאכאמאל און נאכאמאל, און נישט בלויז דאס נאר עס גייט נאך אסאך ארויף מיט די יארן.

געזאגט האט מען אים קלאר אז ס'וועט זיין $5,000 אדער $6,000! דאס איז אונאה דאורייתא!

די וואס קויפן דא אינעם ווילעדזש דירות מיט די זעלבע סקווער פיס גרויסקייט ווי דעם דירה, צאלן בלויז $4,000!.

דערמיט האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט בלשונו "איך קען מיך נישט איינהאלטן" און מען מוז דערציילן אז ס'איז דא אגענטן און מוכרים וואס פארקויפן דירות דורך צוזאגן שקר, און יעדער זאל וויסן וויפיל די פרייזן זענען באמת.

לא תעשו עול במשפט במדה במשקל ובמשורה
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 217
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 529

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Headquarters »

Headquarters האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 09, 2026 11:25 pm • דערנעבן קעגנאיבער איז צוגעקומען א נייער שטח (אחים אפענהיים/ווערצבערגער), וואו מ'גייט אי"ה בויען 200 דירות.
https://www.google.com/maps/place/Lipas ... FQAw%3D%3D
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
שרייב פאוסט