קהילה ורבנות והמסתעף

לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 178

קהילה ורבנות והמסתעף

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

לקדש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2026 7:07 pm
רב הכולל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2026 12:33 pm
לקדש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2026 9:13 am איז געווען אמאל וואוטס אויף טובי הקהילה אדער מרא דאתרא?
די רבי זי"ע איז געווען דער מיסד און בעה"ב, און רב ער האט געשטעלט טובי הקהלה

רבינו *** זי"ע האט געירשענט דאס רבנות, און כח צו שטעלן טובי הקהל

יבדלחט"א ממלא מקומו שליט"א האט עס געירשנט פון זיין טאטן זצ"ל

קלאר?
ארויפצוצווינגן על פי הלכה קען מען נאר אויב ס איז געווען וואלן. אויב סאיז ירישה בלא בלא בלא קען איך שוין אפמאכן וואס איך וויל.
קלאר?
די רבי *** איז אויפגענומען געווארען דורעך די ראשי קהילה וואס זענען געשטעלט געווארען דורך׳ן רבי זי״ע,

יבלחט״א די רבי שליט״א איז אויפגענומען געווארען דורך די ראשי קהילה אלס מרא דאתרא,

ממילא איז ער די הלכה׳דיגע מרא דאתרא, ס׳האט גארנישט מיט ירישה.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2352
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8339

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מסתמא »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 22, 2026 11:47 pm
לקדש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2026 7:07 pm
רב הכולל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2026 12:33 pm

די רבי זי"ע איז געווען דער מיסד און בעה"ב, און רב ער האט געשטעלט טובי הקהלה

רבינו *** זי"ע האט געירשענט דאס רבנות, און כח צו שטעלן טובי הקהל

יבדלחט"א ממלא מקומו שליט"א האט עס געירשנט פון זיין טאטן זצ"ל

קלאר?
ארויפצוצווינגן על פי הלכה קען מען נאר אויב ס איז געווען וואלן. אויב סאיז ירישה בלא בלא בלא קען איך שוין אפמאכן וואס איך וויל.
קלאר?
די רבי ** איז אויפגענומען געווארען דורעך די ראשי קהילה וואס זענען געשטעלט געווארען דורך׳ן רבי זי״ע,

יבלחט״א די רבי די שליט״א איז אויפגענומען געווארען דורך די ראשי קהילה אלס מרא דאתרא,

ממילא איז ער די הלכה׳דיגע מרא דאתרא, ס׳האט גארנישט מיט ירישה.
אין שולחן ערוך האט רבנות נאר א תוקף אויב איז עס געווען דורך וואלן
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 178

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 12:33 am

צייכען אן?

די רבי זי״ע האט געהאלטן אז מ׳דארף ניטאמאל קיין ראשי קהילה נאר די רבי אליינס קען אויפנעמען.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2352
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8339

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מסתמא »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 12:35 am

סאיז די פשוטע גרינע הלכה אין שולחן ערוך באין חולק. אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכין בציבור (ברכות נ"ה ע"א). מובא להלכה בשו”ע חו”מ סימן ג‘ סעיף ד‘. וגם בתשובות חתם סופר (חו”מ סימן יט).

סאיז נישטא מיט וואס זיך צו שפילן. ככל הידוע לי האט זיך דער רבי זי”ע געשפירט מחיוב צו די הלכה, ועל המוציא מהחזקה עליו הראיה.

פעמון האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 9:16 am
מסתמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 9:13 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 12:35 am
צייכען אן?

די רבי זי״ע האט געהאלטן אז מ׳דארף ניטאמאל קיין ראשי קהילה נאר די רבי אליינס קען אויפנעמען.
סאיז די פשוטע גרינע הלכה אין שולחן ערוך באין חולק. אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכין בציבור (ברכות נ"ה ע"א). מובא להלכה בשו”ע חו”מ סימן ג‘ סעיף ד‘. וגם בתשובות חתם סופר (חו”מ סימן יט).

סאיז נישטא מיט וואס זיך צו שפילן. ככל הידוע לי האט זיך דער רבי זי”ע געשפירט מחיוב צו די הלכה, ועל המוציא מהחזקה עליו הראיה.
פליז אריבער פירן דעי שמועס צו די קרית יואל טעמע. וואס האט דאס מיט בלומינג גראוו?
וואס ווילסטו פון מיר? טייערע אידן פארפירן דא מיט א כח הרבנות ולדעתם איז דאס חל אויכעט אויף בלומינגראוו וכו‘ און נאכדעם מאכט מען בלורי וויאזוי רבנות ארבעט, ווער עס נעמט וועמען אויף און ווער עס האט יא און נישט רעכטן דערויף. דעריבער האב איך בלויז דערמאנט וואס אין תורת משה שטייט וויאזוי הלכות רבנות ארבעט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 178

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 9:13 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 12:35 am
מסתמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 12:33 am

אין שולחן ערוך האט רבנות נאר א תוקף אויב איז עס געווען דורך וואלן
צייכען אן?

די רבי זי״ע האט געהאלטן אז מ׳דארף ניטאמאל קיין ראשי קהילה נאר די רבי אליינס קען אויפנעמען.
סאיז די פשוטע גרינע הלכה אין שולחן ערוך באין חולק. אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכין בציבור (ברכות נ"ה ע"א). מובא להלכה בשו”ע חו”מ סימן ג‘ סעיף ד‘. וגם בתשובות חתם סופר (חו”מ סימן יט).

סאיז נישטא מיט וואס זיך צו שפילן. ככל הידוע לי האט זיך דער רבי זי”ע געשפירט מחיוב צו די הלכה, ועל המוציא מהחזקה עליו הראיה.
דאס איז שו”ע חו”מ סימן ג‘ סעיף ד‘

אע"פ שבית דין של שלשה בית דין שלם הוא כל זמן שהם רבים הרי זה משובח ומוטב שיחתוך הדין בי"א מבעשרה וצריך שיהיו כל היושבים בבית דין ת"ח וראויים ואסור לאדם חכם שישב בדין עד שידע עם מי יושב שמא ישב עם אנשים שאינם הגונים ונמצא בכלל קשר בוגדים לא בכלל בית דין מי שאינו מומחה ולא קבלוהו עליו בעלי דינים אע"פ שנטל רשות מראש הגולה אין דינו דין אפי' לא טעה וכל א' מבעלי דינים אם רצה חוזר ודן בפני בית דין:

הגה: רשות שנותן המלך עכו"ם בזמן הזה אינו כלום ומיהו אם קבלוהו הקהל ע"פ כתב המלך יכול לדין (טור) וי"א דאם גמיר וסביר מהני ליה רשות המלך (ריב"ש סי' רע"א) או השר הממונה בעירו דזהו בכלל דינא דמלכותא להושיב דיינים ושופטים מי שירצה ומ"מ מי שעושה זה בלא רשות הקהל מצער הצבור ועתיד ליתן את הדין

ווי שטייט דא איבער הלכה׳דיגע סמכות איבער יא אדער נישט וואלן??
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 178

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

הרב @מסתמא די רבי זי״ע האט קיינמאל געמאכט קיין וואלן ווען ער האט אויפגענומען א רב אין איינע פון די קהילות,

לשיטתך האבן נישט די ירושלים׳ע רבנים קיין הלכה׳דיגע סמכות? אלע ירושלים׳ע רבנים זענען אויפגענומען געווארען דורך די הנהלה אן קיין וואלן,
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2352
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8339

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מסתמא »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 9:32 am דאס איז שו”ע חו”מ סימן ג‘ סעיף ד‘

ווי שטייט דא איבער הלכה׳דיגע סמכות איבער יא אדער נישט וואלן??
דער רמ”א רעדט פון א ‘כח ההשתלטות‘ ער בויעט זיך אויף א מחלוקת הריב”ש איבער ‘רבנות‘ וואו די מלכות האט אויפגענומען א ‘רב‘ בלי המלכת בציבור אויב דאס האט א תוקף מכל מקום מטעם דינא דמלכותא דינא... למעשה בלייבט דער רמ”א אז אפילו אין א פאל וואס די מלכות נעמט אויף עמיצן זאל מען זיך מונע זיין פון אננעמען סיי וועלכע שררה פאסטן בלי המלכת והסכמת הציבור. דער גר”א דא צייכנט אויכעט צו די גמרא אין ברכות פון ‘אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכין בציבור׳.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2352
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8339

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מסתמא »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 10:02 am הרב @מסתמא די רבי זי״ע האט קיינמאל געמאכט קיין וואלן ווען ער האט אויפגענומען א רב אין איינע פון די קהילות,

לשיטתך האבן נישט די ירושלים׳ע רבנים קיין הלכה׳דיגע סמכות? אלע ירושלים׳ע רבנים זענען אויפגענומען געווארען דורך די הנהלה אן קיין וואלן,
מסתמא האט נישט קיין שיטה און מסתמא דארף נישט פארענטפערן זיין שיטה. מיש אויף א שולחן ערוך און פיגער עס אויס. אין ירושלים, דוכט זיך מיר, שטעלט יעדע קהילה א נציג/נציגים.

ככל הידוע לי, רבינו יואל האט בעלבאטעוועט אויף זיינע קהילות ומוסדות מטעם בעלות ולא מטעם רבנות, עס איז געווען זיינס. ער האט קיינמאל נישט פארפירט אז מען מוז אים פאלגן מטעם שטאטס רב וכדומה
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 178

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 10:11 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 9:32 am דאס איז שו”ע חו”מ סימן ג‘ סעיף ד‘

ווי שטייט דא איבער הלכה׳דיגע סמכות איבער יא אדער נישט וואלן??
דער רמ”א רעדט פון א ‘כח ההשתלטות‘ ער בויעט זיך אויף א מחלוקת הריב”ש איבער ‘רבנות‘ וואו די מלכות האט אויפגענומען א ‘רב‘ בלי המלכת בציבור אויב דאס האט א תוקף מכל מקום מטעם דינא דמלכותא דינא... למעשה בלייבט דער רמ”א אז אפילו אין א פאל וואס די מלכות נעמט אויף עמיצן זאל מען זיך מונע זיין פון אננעמען סיי וועלכע שררה פאסטן בלי המלכת והסכמת הציבור. דער גר”א דא צייכנט אויכעט צו די גמרא אין ברכות פון ‘אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכין בציבור׳.
דא שטייט אז א רב מטעם המלכות וואס איז שלא ברשות הציבור איז מצער הציבור ועתיד ליתן את הדין, שטייט נישט קיין ווארט אז ווען די רבי פון די קהילה אינאיינעם מיט די ראשי קהילה נעמען אויף א רב האט עס נישט קיין הלכה׳דיגע סמכות וויבאלד זיי האבן נישט פארופען קיין וואלן,
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 178

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 10:14 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 10:02 am הרב @מסתמא די רבי זי״ע האט קיינמאל געמאכט קיין וואלן ווען ער האט אויפגענומען א רב אין איינע פון די קהילות,

לשיטתך האבן נישט די ירושלים׳ע רבנים קיין הלכה׳דיגע סמכות? אלע ירושלים׳ע רבנים זענען אויפגענומען געווארען דורך די הנהלה אן קיין וואלן,
מסתמא האט נישט קיין שיטה און מסתמא דארף נישט פארענטפערן זיין שיטה. מיש אויף א שולחן ערוך און פיגער עס אויס. אין ירושלים, דוכט זיך מיר, שטעלט יעדע קהילה א נציג/נציגים.

ככל הידוע לי, רבינו יואל האט בעלבאטעוועט אויף זיינע קהילות ומוסדות מטעם בעלות ולא מטעם רבנות, עס איז געווען זיינס. ער האט קיינמאל נישט פארפירט אז מען מוז אים פאלגן מטעם שטאטס רב וכדומה
אויף דעם האלטן אונז זיך אינמיטען דינגען און דערווייל האב איך עס נאכנישט געטראפען אין שלחן ערוך,

אין ירושלים האט יעדע קהילה נציגים וואס ווערן געשטעלט דורך זייער רבי׳ס, אבער בכל אופן פארוואס האט דאס מער סמכות ווי די הנהלת הקהילה פון א קהילה?

די רבי זי״ע האט כמה פעמים אויפגענומען רבנים אין די סאטמאר׳ע קהילות אין אנדערע שטעט אפילו ווען ס׳איז געווען אקעגן די דעת הציבור,
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 281
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 577

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך נויז מאשין »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 10:39 am

מיינסט אז מענטשן זענען נישט אוועקגעגאנגען? מענטשן זענען. ווער ס'האט אבער געוואלט באלאנגען צו סאטמאר און צום רבי'ן, האט זיך פארשטאפט די נאז און געבליבן.

היינטיגע צייטן איז דא עטליכע סאטמארע קהילות און מ'קען שוין נישט צווינגען עמיצן אז ער מיז אנעמען די הנהגה פונעם רב געשטעלט דורך איין קהילה.
רב הכולל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 4:37 pm
Location: ני
x 364

וRe: נייעס פון בלומינגראוו,

פאוסט דורך רב הכולל »

לדעת סאטמאר מהר"א באלאנגט קר"י פאר זיי, דאס גאנצע עפענען אנדערע מוסדות איז א חוצפה און רשעות, ווערט גארנישט געטווישט אז מ' פייט עס נישט

קענסט נישט קומען עפענען א קהלה ביי יענעם אינדערהיים און נאכדעם זאגן אז ביסט אויך בעה"ב דא, אזוי ווי מהר"א קען נישט אריינקומען אין ראדני
רב הכולל, א שייינע טיטול פאר א כולל יונגערמאן
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 281
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 577

Re: וRe: נייעס פון בלומינגראוו,

פאוסט דורך נויז מאשין »

רב הכולל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 11:53 am ילדעת סאטמאר מהר"א באלאנגט קר"י פאר זיי, דאס גאנצע עפענען אנדערע מוסדות איז א חוצפה און רשעות, ווערט גארנישט געטווישט אז מ' פייט עס נישט

קענסט נישט קומען עפענען א קהלה ביי יענעם אינדערהיים און נאכדעם זאגן אז ביסט אויך בעה"ב דא, אזוי ווי מהר"א קען נישט אריינקומען אין ראדני
לדעת סאטמאר מהר''א.

און לדעת פולע אנדערע רבנים און דיינים און חסידים נישט. אריינגערעכנט די ארגינעלע ראשי קהילה. ביסט היינט געבוירן?
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 178

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

נויז מאשין האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 11:11 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 10:39 am
די רבי זי״ע האט כמה פעמים אויפגענומען רבנים אין די סאטמאר׳ע קהילות אין אנדערע שטעט אפילו ווען ס׳איז געווען אקעגן די דעת הציבור,
מיינסט אז מענטשן זענען נישט אוועקגעגאנגען? מענטשן זענען. ווער ס'האט אבער געוואלט באלאנגען צו סאטמאר און צום רבי'ן, האט זיך פארשטאפט די נאז און געבליבן.

היינטיגע צייטן איז דא עטליכע סאטמארע קהילות און מ'קען שוין נישט צווינגען עמיצן אז ער מיז אנעמען די הנהגה פונעם רב געשטעלט דורך איין קהילה.
למעשה האט די רבי געהאלטן אז ס׳דארף נישט זיין קיין וואלן,

ובנידון דידן איז די רבי די לב אהרן אויפגענומען געווארען פארן מרא דאתרא אויפן שטאט דורך׳ן רבין די ברך משה און די ראשי הקהילה, מילא ווער ס׳האלט זיך נישט ביים אינטערווארפען האט א ברירה אוועקצומאפען, אבער ווילאנג ער איז דארט איז ער אויטאמאטיש אינטערגעווארפען,
עטוואס
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:18 pm
x 83

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטוואס »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 12:33 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 22, 2026 11:47 pm
לקדש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2026 7:07 pm
ארויפצוצווינגן על פי הלכה קען מען נאר אויב ס איז געווען וואלן. אויב סאיז ירישה בלא בלא בלא קען איך שוין אפמאכן וואס איך וויל.
קלאר?
די רבי די ברך משה איז אויפגענומען געווארען דורעך די ראשי קהילה וואס זענען געשטעלט געווארען דורך׳ן רבי זי״ע,

יבלחט״א די רבי די לב אהרן שליט״א איז אויפגענומען געווארען דורך די ראשי קהילה אלס מרא דאתרא,

ממילא איז ער די הלכה׳דיגע מרא דאתרא, ס׳האט גארנישט מיט ירישה.
אין שולחן ערוך האט רבנות נאר א תוקף אויב איז עס געווען דורך וואלן
ידוע דער דרשה פון רבינו הגאון הקדוש שליט"א איבער וואלן בתורתן פון פעטער און טאטן..

נישט אינטערעסאנט דא אריינציקריכן און איבערקייען די אלע אויסגעדראשענע און אויסגעקנעטענע נושאים
אוועיטער
שמח בחלקו
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:34 pm
x 159

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמח בחלקו »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 1:44 pm
נויז מאשין האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 11:11 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 10:39 am
די רבי זי״ע האט כמה פעמים אויפגענומען רבנים אין די סאטמאר׳ע קהילות אין אנדערע שטעט אפילו ווען ס׳איז געווען אקעגן די דעת הציבור,
מיינסט אז מענטשן זענען נישט אוועקגעגאנגען? מענטשן זענען. ווער ס'האט אבער געוואלט באלאנגען צו סאטמאר און צום רבי'ן, האט זיך פארשטאפט די נאז און געבליבן.

היינטיגע צייטן איז דא עטליכע סאטמארע קהילות און מ'קען שוין נישט צווינגען עמיצן אז ער מיז אנעמען די הנהגה פונעם רב געשטעלט דורך איין קהילה.
למעשה האט די רבי געהאלטן אז ס׳דארף נישט זיין קיין וואלן,

ובנידון דידן איז די רבי די לב אהרן אויפגענומען געווארען פארן מרא דאתרא אויפן שטאט דורך׳ן רבין די ברך משה און די ראשי הקהילה, מילא ווער ס׳האלט זיך נישט ביים אינטערווארפען האט א ברירה אוועקצומאפען, אבער ווילאנג ער איז דארט איז ער אויטאמאטיש אינטערגעווארפען,
איך האב נישט געוואלט אריינקומען אין דעם שמועס. איך האב פרובירט צו שטיין אינדרויסן. צוערשט לאמיר זיך קלארשטעלן. איך בין איינער וואס געהערט (מצד מיין משפחה) צו קהלת מהר"א. איך פרעזענליך האב מיין מורה דרך, א סאטמארער תלמיד, וואס געהער נישט צו קיינעם פון די גרויסע קהלות, און איך פרוביר צו זיין אומפארטייאיש ווי ווייט מעגליך.

צום ענין:
אודאי האט נישט געדארפט זיין וואלן. דער רבי האט געעפענט א "קהלה" - דאס איז זיין אייגענטום. ער מען אננעמען אדער ארויסווארפן וועם ער וויל. ער קען אויפנעמען "ראשי הקהלה" און ארויסווארפן ווען ער וויל.

דאס איז נישט געווען א "שטאט". און מיט דעם אלעם האט ער פרובירט צו מאכן די הנהגת הקלה עס זאל האבן א פנים פון א "שטאטישע קהלה". ער האט אויפגעגעבן זיינע רעכטן, און געמאכט "שטאטוטן" ווי עס שטייט פונקטליך ווען עס דארף פארקומען וואלן, ווער עס קען לויפן, און אזוי ווייטער.

אבער ווען עס קומט צו א שטאט. דארט איז עס אנדערש. די טובי הקהלה האבן א כח בית דין - ווייל מען האט זיי ערוועלט. זיי פארטרעטן דעם ציבור.
קיינער איז נישט העכער דעם שלחן ערוך. דער רבי האט נישט געוואלט און נישט געקענט אויפנעמען טובי הקהל אין קרית יואל אזוי ווי אין שטאט.

דאס וואס די רבי'ס שטעלן ראשי קהלה און רבנים אין פארשידענע שטעט - אפילו ווען עס איז קעגן רצון הציבור, איז ווייל דארט איז עס א קהלה. א קהלה איז א פריוואטע קאמפאני, וואס געהער פאר דעם רבי'ן, און ער קען דארט טון וואס אימער ער וויל. אז עס געפעלט דיר נישט זיין הנהגה, זוך דיר א צווייטע קהלה.

קרית יואל איז אנדערש. קרית יואל איז א שטאט. און א שטאט קען מען נישט own'ען. עס געהער פאר'ן ציבור, און דער רב און די טובי הקהלה ווערן אויפגענומען דורכן ציבור. מען קען נישט "ירשענען" א שטאט.

אמת. עס ווערט געפסקנעט להלכה, אז אויב דער רב האט א זון וואס איז ראוי, דארף מען אויפנעמען זיין זון למלא מקומו. דאס געשעט אבער נישט אויטאמאטיש. עס איז א חיוב אויף קהל עס צו טון.

עס איז א פליכט פון קרית יואל קלארצושטעלן איין מאל פאר אלעמאל. זענט איר די "שטאטישע" קהלה? דאן זענט איר מחויב צו מאכן וואלן אויפצונעמען טובי הקהל. און יעדע ארטאדאקסישע איד, וועט קענען וועלן.

אויב זענט איר א פריוואטע "קהלה" (כעין וויליאמסבורג), זאגט דאס קלאר. מען מעג עפענען אנדערע קהלות, און מוסדות לכתחלה.

מען קען נישט טאנצן אויף ביידע חתונות אין די זעלבע צייט.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 315

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

אסאך שרייבערס האבן שוין
סיי זיי און זייער טאטע און זיידע און עלטער זיידע וגם לרבות עלטער עלטער זיידע זיך אויסגעקאכט אין דעי נושא אהן א שיעור מאל
א שאאד סתם צו איבערקייען
רב הכולל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 4:37 pm
Location: ני
x 364

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רב הכולל »

ווען האסט געשריבן אומפארטייש, האב איך שוין געזען וועלעכע דירעקציע די גייסט

פון ווי נעמסטו די חילוק פון א שטאט און א קהלה? די שטעטעל איז פונקט אזוי די אייגענטום פונעם רבי'ן ווי די קהלה, באקנט אז ר' יחזקאל שמש ע"ה האט פארלוירן די וואלן, דאך האט די רבי אים אריינגעשטעלט

ווער האט ערוועלט די טובי הקהל בחייו פון רבין זי"ע? ווער האט ערוועלט שלמה מיכל און משה פר"מ פאר ראשי הקהלה, קיינמאל געווען וואלן

ד"א משה מאנרויער האט צוגעשטיפט דעם ב"מ צו מאכן מהר"א פאר רב, פארשטייט זיך ער האט געהאט זיינע חשבונות. אבער געקומען פון אים
רב הכולל, א שייינע טיטול פאר א כולל יונגערמאן
אוועיטער
שמח בחלקו
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:34 pm
x 159

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמח בחלקו »

רב הכולל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 5:26 pm ווען האסט געשריבן אומפארטייש, האב איך שוין געזען וועלעכע דירעקציע די גייסט

פון ווי נעמסטו די חילוק פון א שטאט און א קהלה? די שטעטעל איז פונקט אזוי די אייגענטום פונעם רבי'ן ווי די קהלה, באקנט אז ר' יחזקאל שמש ע"ה האט פארלוירן די וואלן, דאך האט די רבי אים אריינגעשטעלט

ווער האט ערוועלט די טובי הקהל בחייו פון רבין זי"ע? ווער האט ערוועלט שלמה מיכל און משה פר"מ פאר ראשי הקהלה, קיינמאל געווען וואלן

ד"א משה מאנרויער האט צוגעשטיפט דעם ב"מ צו מאכן מהר"א פאר רב, פארשטייט זיך ער האט געהאט זיינע חשבונות. אבער געקומען פון אים
דער רבי האט אויפגעשעטלט די שטאט מיט זיין בלוט, און וויי פאר דער וואס גראבט אונטער, און שטערט. די גאנצע קרעדיט פאר די הייליגע שטאט, איז זיינס. אבער מיט דעם אלעם. נישטא אזא זאך ווי own'ען א שטאט. פינטל.

נעקסטע נקודה.
באמת, איז נישטא קיין "אויסוואל" צי מען "וויל" זיין א שטאטישע קהלה, אדער א פריוואטע קהלה.

עס איז א חיוב על פי שלחן ערוך ווען אידן וואוינען אינאיינעם אין א שטאט, זיי זאלן זיך צוזאם נעמען, אויסוועלן צווישן זיך טובי הקהל, זיי דארפן איינמאנען שטייערן, אויפנעמען א רב, דיין, שוחט, מלמדים, און אזוי ווייטער.

די סיבה פארוואס מען האט עס נישט געמאכט אין ניו יארק (סיטי), איז ווייל מען האט זיך אפגעבריט ביים רב הכולל. מען האט אויפגענומען א רב אויף די שטאט (סיטי) ניו יארק, און עס האט זיך נישט גוט אויסגעלאזט. זייט דעמאלטס האט מען מורא צו מאכן א רב אויף ניו יארק (סיטי).
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 918
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1771

נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

ראובן האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2026 2:35 am
לא ימושו מפיך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2026 2:02 am
גאלדבערג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2026 1:51 am
האסט אנגערירט דעם סאמע טיפסטן סטרונע פון כלל ישראל דעם אמת'ן, אור אלטן 'הא הידוע' פון כלל ישראל"
און זען וואס עס הייסט באמת "מרים בתורת משה"

סתם שרייבעריי ווען עס שטימט נישט מיט חושן משפט איז זירא בה''א הידוע, די הייליגע תורה ענדיגט די מעשה בראשית מיט א "הא הידוע".
רש"י שטעלט זיך אויפן פסוק "ויהי ערב ויהי בוקר יום הששי" שטייט דא די ה' הידוע, "הששי"
פארוואס שטייט עס נישט ביי קיין איין אנדערע טאג פון די בריאה?
זאגט רש"י און חז"ל אז דאס גייט ארויף אויף די "הא הידוע" פון קבלת התורה
דער אייבערשטער האט זיך מתנה געווען מיט די גאנצע בריאה
אויב אידן נעמען אן די תורה אין דעם טאג ו' סיוון, עקזיסטירט די וועלט, און אויב נישט, פאלט אלעס צוריק צו תוהו ובוהו

וואס מיינט דער "הששי"? קיין שום מענטש, קיין שום פראפאגאנדע צעטל, און קיין שום הנהגה קען נישט עקזיסטירן העכער דעם ה' הידוע

ווען די חושן משפט פסק'נט קלאר אז א נייע שטאט איז א "בריה בפני עצמה" און קען האבן אירע אייגענע טובי העיר, און גדו''י האבן אזוי מברר געווען קען מען עס נישט געבן סתם א פאר איבער מיט א טרעקטער

דעת תורה צו ניצן פאר א פאליטישן געצייג צו באקומען מאכט און הערשאפט איבער מענטשן וואס זענען באמת באפרייט דערפון איז נישט תורה'דיג

דער תכלית פון בלומינגראוו
אונז האלטן זיך נאר אויף דעם קיום התורה, רביה''ק האט זייער קלאר געזאגט ביים אוועקגיין פינעם פאמאנע געגנט זיין כוונה אינעם מאכן די שטעטל ווי ער האט יא געוואלט האבן עטליכע קאלירן אינעם שטאט
דאס בויען די מוסדות, שולן, און אינפראסטרוקטור פון בלומינגראוו איז יא, עפ''י די הוראה פון רביה''ק ביים פאמאנע אומגעגנט
און די זקני ורבני עיר בלומינגראוו האלטן אזוי און זענען ביי דעם מיינונג אז די שטאט איז א שטאט פאר זיך
דאס גרעסטע כבוד פארן הששי מיטן ה' הידוע ווען מען איז מוקיר און מחשיב נאך אידן און זקני ורבני העיר
עס צייגט אז די תורה איז נישט קיין פריוואטע קאמפאני פון א געוויסע גרופע, נאר א נחלת ה' וואס בליט אויף אלע ווינקלען,

בלומינגראוו בויט א שטאט על פי התורה, און מיר זענען משועבד צו א הערשאפט פון עכטע גדולים בתורה וואס דער הששי איז נר לרגליהם

(חלילה נישט אויסטייטשן אז די כוונה איז געווען שולל צו זיין אנדערע אז זיי זענען נישט ריכטיג,
נאר פשוט להסיר לזות שפתיים אז מען רעדט דא פון א שטאט וואס איז טאטעלי געפירט דורך חברה המרימים יד בתורת משה וכו' האמיר געוואלט קלארשטעלן די פאקטן וואס קומען פאר אין שטאט)
עס עקזעסטירט נישט קיין "עיר". להד"ם.

עס עקזעסטירט נישט קיין "רבני העיר", להד"ם.

עס עקזעסטירט נישט קיין "זקני העיר", להד"ם.

עס עקזעסטירט יא א סאשעל מידיא פלאטפארמע פון UJC וואס וויל זייער אז בלומינגראוו זאל אפיעלן צי גאנץ כלל ישראל, צי מאכן אסאך געלט און האבן אסאך פאווער.
איך געב זיי נישט גערעכט ווייל עס גייט קעגן דעת תורה, אבער די נסיון איז ריזיג, יא.

אין בנוגע וואס די רבנים פון קרית יואל המורחבת האלטן, האב איך נישט געהערט פון קיים שום רב וואס זאל זאגן דעתו ברבים אדער שרייבן א תשובה אין דעם ענין, אדרבה, אבער אפילו אויב יא איז עס אויך נישט נוגע, ווען קרית יואל האט א רב.
איך רעד נישט אריין אין די הנחות וואס דו האסט אראפגעלייגט דא אבער איין זאך וויל איך יא פרעגן. "אפילו אויב יא איז עס נישט נוגע," פארוואס איז עס נישט נוגע?
ווייל קרית יואל האט א רב שוין פאר פופציג יאר, ועל פיו יושק כל דבר.
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 918
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1771

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

גאלדבערג האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2026 6:40 am
לא ימושו מפיך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2026 2:02 am
גאלדבערג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2026 1:51 am
האסט אנגערירט דעם סאמע טיפסטן סטרונע פון כלל ישראל דעם אמת'ן, אור אלטן 'הא הידוע' פון כלל ישראל"
און זען וואס עס הייסט באמת "מרים בתורת משה"

סתם שרייבעריי ווען עס שטימט נישט
ם פראפאגאנדע צעטל, און קיין שום הנהגה קען נישט עקזיסטירן העכער דעם ה' הידוע

מיינונג אז די שטאט איז א שטאט פאר זיך
דאס גרעסטע כבוד פארן הששי מיטן ה' הידוע ווען מען איז מוקיר און מחשיב נאך אידן און זקני ורבני העיר
עס צייגט אז די תורה איז נישט קיין פריוואטע קאמפאני פון א געוויסע גרופע, נאר א נחלת ה' וואס בליט אויף אלע ווינקלען,

בלומינגראוו בויט א שטאט על פי התורה, און מיר זענען משועבד צו א הערשאפט פון עכטע גדולים בתורה וואס דער הששי איז נר לרגליהם

(חלילה נישט אויסטייטשן אז די כוונה איז געווען שולל צו זיין אנדערע אז זיי זענען נישט ריכטיג,
נאר פשוט להסיר לזות שפתיים אז מען רעדט דא פון א שטאט וואס איז טאטעלי געפירט דורך חברה המרימים יד בתורת משה וכו' האמיר געוואלט קלארשטעלן די פאקטן וואס קומען פאר אין שטאט)
עס עקזעסטירט נישט קיין "עיר". להד"ם.

עס עקזעסטירט נישט קיין "רבני העיר", להד"ם.

עס עקזעסטירט נישט קיין "זקני העיר", להד"ם.

, צי מאכן אסאך געלט און האבן אסאך פאווער.
איך געב זיי נישט גערעכט ווייל עס גייט קעגן דעת תורה
, אבער די נסיון איז ריזיג, יא.

אין בנוגע וואס די רבנים פון קרית יואל המורחבת האלטן, האב איך נישט געהערט פון קיים שום רב וואס זאל זאגן דעתו ברבים אדער שרייבן א תשובה אין דעם ענין, אדרבה,
אבער אפילו אויב יא איז עס אויך נישט נוגע, ווען קרית יואל האט א רב.
"צו מאכן געלט און האבן פאווער", איז סך הכל א ווייטאג פון א עלטערער מאנאפאל וואס זעט ווי א נייע, פרישע ציבור ציט צו מענטשן דורך ברייטע מארקעטינג
ווען מען עפנט א געגנט פאר א ברייטערן פובליק אנשטאט עס צווינגען אין איין שמאלן קעסטל, וואקסט עס סאך שענער
די נאמען דערויף איז "הצלחה"

פון איין זייט ברענגסטו א טענה פאר די מארקעטינג קאמפיין אז ס'איז "קעגן דעת תורה",

אבער אינעם זעלבן אטעם שרייבסטו אז קיין שום אמת'ע הלכה'דיגע תשובה פון אנדערע רבנים איז נישט דא נוגע
אז מ'זאגט אז א פסק הלכה איז אים "נישט נוגע", פארלירט מען די רעכט צו פרעדיגן איבער "דעת תורה''

ס'גוט צו וויסן אפי' ווען מ'האט א דעת תורה אז יענעמ'ס דע''ת הייסט נישט קיין דע''ת
ווייל אזוי האלט דיין דע''ת

יענער האט אבער אויך רעכט צו האבן א דע''ת וואס רעכנט יא זיין דע''ת פאר דעת תורה
והכל על מקומו יבוא בשלום
קלאר אזוי. ווען די שטאט'ס רב, - אויף וועם הגאון הגדול רבי בנימין לאנדא שליט"א דארף זיך סומך זיין צי מתיר זיין א האקעלע ענין - זאגט דעתו אין א ענין וואס איז נוגע זיין שטאט, איז נישט נוגע, כלל וכלל וואס א וואטס עפפ רב פון בלומינגראוו האט צי זאגן, קלאר, קלאר, מעל כל ספק.

רבינו הב"מ זי"ע האט געירשענט דאס רבנות, און כח צו שטעלן טובי הקהל

יבדלחט"א ממלא מקומו מהר"א שליט"א האט עס געירשנט פון זיין טאטן זצ"ל

קלאר?
ארויפצוצווינגן על פי הלכה קען מען נאר אויב ס איז געווען וואלן. אויב סאיז ירישה בלא בלא בלא קען איך שוין אפמאכן וואס איך וויל.
קלאר?
ירושה? וואס עפעס? די רב האט מען אויפגענומען תשמ"ה מיט א קאנסענס.
די היינטיגע בעל הילולא הגה"צ רבי משה מנחם זצ"ל דומ"ץ האט דעמאלטס געהאלטן א שיינע דרשה איבערן גדלות פונעם דאן אינגן רב
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 918
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1771

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 9:13 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 12:35 am
מסתמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 12:33 am

אין שולחן ערוך האט רבנות נאר א תוקף אויב איז עס געווען דורך וואלן
צייכען אן?

די רבי זי״ע האט געהאלטן אז מ׳דארף ניטאמאל קיין ראשי קהילה נאר די רבי אליינס קען אויפנעמען.
סאיז די פשוטע גרינע הלכה אין שולחן ערוך באין חולק. אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכין בציבור (ברכות נ"ה ע"א). מובא להלכה בשו”ע חו”מ סימן ג‘ סעיף ד‘. וגם בתשובות חתם סופר (חו”מ סימן יט).

סאיז נישטא מיט וואס זיך צו שפילן. ככל הידוע לי האט זיך דער רבי זי”ע געשפירט מחיוב צו די הלכה, ועל המוציא מהחזקה עליו הראיה.
ישר כח פארן אנווייזן.

די רבי הברך משה זצ"ל וואס ממנה געווען די רב האט געוויסט פון דעם חתם סופר
שרייב פאוסט