לעבעדיגע איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 23, 2026 1:44 pm
נויז מאשין האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 23, 2026 11:11 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 23, 2026 10:39 am
די רבי זי״ע האט כמה פעמים אויפגענומען רבנים אין די סאטמאר׳ע קהילות אין אנדערע שטעט אפילו ווען ס׳איז געווען אקעגן די דעת הציבור,
מיינסט אז מענטשן זענען נישט אוועקגעגאנגען? מענטשן זענען. ווער ס'האט אבער געוואלט באלאנגען צו סאטמאר און צום רבי'ן, האט זיך פארשטאפט די נאז און געבליבן.
היינטיגע צייטן איז דא עטליכע סאטמארע קהילות און מ'קען שוין נישט צווינגען עמיצן אז ער מיז אנעמען די הנהגה פונעם רב געשטעלט דורך איין קהילה.
למעשה האט די רבי געהאלטן אז ס׳דארף נישט זיין קיין וואלן,
ובנידון דידן איז די רבי די לב אהרן אויפגענומען געווארען פארן מרא דאתרא אויפן שטאט דורך׳ן רבין די ברך משה און די ראשי הקהילה, מילא ווער ס׳האלט זיך נישט ביים אינטערווארפען האט א ברירה אוועקצומאפען, אבער ווילאנג ער איז דארט איז ער אויטאמאטיש אינטערגעווארפען,
איך האב נישט געוואלט אריינקומען אין דעם שמועס. איך האב פרובירט צו שטיין אינדרויסן. צוערשט לאמיר זיך קלארשטעלן. איך בין איינער וואס געהערט (מצד מיין משפחה) צו קהלת מהר"א. איך פרעזענליך האב מיין מורה דרך, א סאטמארער תלמיד, וואס געהער נישט צו קיינעם פון די גרויסע קהלות, און איך פרוביר צו זיין אומפארטייאיש ווי ווייט מעגליך.
צום ענין:
אודאי האט נישט געדארפט זיין וואלן. דער רבי האט געעפענט א "קהלה" - דאס איז זיין אייגענטום. ער מען אננעמען אדער ארויסווארפן וועם ער וויל. ער קען אויפנעמען "ראשי הקהלה" און ארויסווארפן ווען ער וויל.
דאס איז נישט געווען א "שטאט". און מיט דעם אלעם האט ער פרובירט צו מאכן די הנהגת הקלה עס זאל האבן א פנים פון א "שטאטישע קהלה". ער האט אויפגעגעבן זיינע רעכטן, און געמאכט "שטאטוטן" ווי עס שטייט פונקטליך ווען עס דארף פארקומען וואלן, ווער עס קען לויפן, און אזוי ווייטער.
אבער ווען עס קומט צו א שטאט. דארט איז עס אנדערש. די טובי הקהלה האבן א כח בית דין - ווייל מען האט זיי ערוועלט. זיי פארטרעטן דעם ציבור.
קיינער איז נישט העכער דעם שלחן ערוך. דער רבי האט נישט געוואלט און נישט געקענט אויפנעמען טובי הקהל אין קרית יואל אזוי ווי אין שטאט.
דאס וואס די רבי'ס שטעלן ראשי קהלה און רבנים אין פארשידענע שטעט - אפילו ווען עס איז קעגן רצון הציבור, איז ווייל דארט איז עס א קהלה. א קהלה איז א פריוואטע קאמפאני, וואס געהער פאר דעם רבי'ן, און ער קען דארט טון וואס אימער ער וויל. אז עס געפעלט דיר נישט זיין הנהגה, זוך דיר א צווייטע קהלה.
קרית יואל איז אנדערש. קרית יואל איז א שטאט. און א שטאט קען מען נישט own'ען. עס געהער פאר'ן ציבור, און דער רב און די טובי הקהלה ווערן אויפגענומען דורכן ציבור. מען קען נישט "ירשענען" א שטאט.
אמת. עס ווערט געפסקנעט להלכה, אז אויב דער רב האט א זון וואס איז ראוי, דארף מען אויפנעמען זיין זון למלא מקומו. דאס געשעט אבער נישט אויטאמאטיש. עס איז א חיוב אויף קהל עס צו טון.
עס איז א פליכט פון קרית יואל קלארצושטעלן איין מאל פאר אלעמאל. זענט איר די "שטאטישע" קהלה? דאן זענט איר מחויב צו מאכן וואלן אויפצונעמען טובי הקהל. און יעדע ארטאדאקסישע איד, וועט קענען וועלן.
אויב זענט איר א פריוואטע "קהלה" (כעין וויליאמסבורג), זאגט דאס קלאר. מען מעג עפענען אנדערע קהלות, און מוסדות לכתחלה.
מען קען נישט טאנצן אויף ביידע חתונות אין די זעלבע צייט.