נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 404
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 681

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אויגעלעך »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 4:54 pm
גד'ל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 4:42 pm

קהילת מהר"א אינדרויסן זענען חסידים פון מהר"א מילא גייט זיי נישט אן אויב הלכהדיג זענען זיי מחויב צו ק"י ווייל זיי פאלגן סייווי זייער רבי
אשר איז א חסיד און וויל יא וויסן וואס די הלכה איז מחייב
שקר ווי די עבודה זרה!
טראל מיט א צווייטן!
אוועיטער
Super mario
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 11:54 am
x 31

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Super mario »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 8:17 pm חידוש דער בילד וויזוי די רבי זעלבסט איז אין די זאך אזוי אריינגעטון אינאיינעם מיט די הנהלת ה'ווילעדזש
א חסיד זיינער האט מיר שוין געזאגט 9 יאר צוריק אז די רבי איז זייער פארקאכט אינעם נייעם געגנט בלומינגראוו
געהערט פון א גבאי זיינעם אז עס באדערט אים דאס אז מען זיצט אים אויס פאר בילדער צו פאמפן די ווילידזש
לערן דיך פון מעריא

געפאלן איין מאל און נאכאמאל אבער געבט נישט אויף נאר אזוי קימט מען אן

אוועיטער
Super mario
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 11:54 am
x 31

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Super mario »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2026 12:26 am
גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2026 11:50 pm
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2026 9:32 pm
קרית יואל ווילעדזש יא?
קען זיין ס'איז א צווייטער, ווער עס פירט אלע גרעסערע בתי מדרשים פון אלע דעוועלאפמענטס וואס עפ''י געזעץ ווערט עס דעזיגנירט 100 פראצענט צו די געברויכן פון בלויז א טייל איינוואוינער
ס'נישטא א חשבון אז לויט דעי עטליכע הונדערט צו עטליכע טויזענט קונים און איינוואוינער דארף מען צושטעלן פאר זיי אנדערע סארט בתי מדרשים
ס'מוקדש 100 פראצענט פאר נאר א טייל תושבים
אפילו אויב עס זאלן וואוינען 2 הונדערט טויזענט איינוואוינער וועלן די אכציג ניינציג טויזענט אידן נישט האבן א רעכט צו געניסן פון די געזעצליכע בתי מדרשים אז מ'זאל עס איינשטעלן פאר זייער געברויך
אין ענגליש רופט מען עס control אין לשה''ק שליטה
אין אידיש הערשאפט אין ספאניש Dominio
.
די איינציגסטע געגנט ווי עס איז פארגעקומען דיסקרעמענאציע איז אין שכונת ויואל משה ווי די סעלער האט אריינגעלייגט א קאנדישן אין די סעיל אז קהלת ויואל משה וואס האט 11% פראצענט תושבים זאל באקומען א ריזן פראפערטי פאר א שול די זעלבע ווי די גרויסע קהלה מיט איר 81%. וואס לייגט אריין די גרויסע קהלה אין א ריזן דעפעציט פון פלאץ.

.
די בית המדרש פאר קהלת ויואל משה אין שכונת ברך משה איז געווען אויפן פארלאנג פון וועם הרבני הנגיד ר׳ ארבה הערש קליין האט אפגעקויפט די לאט אז ער דארף צו שטעלן א בית מדרש פאר ביידע קהלת
לערן דיך פון מעריא

געפאלן איין מאל און נאכאמאל אבער געבט נישט אויף נאר אזוי קימט מען אן

אוועיטער
Super mario
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 11:54 am
x 31

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Super mario »

אגד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2026 11:36 am
נויז מאשין האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2026 9:17 pm איך האלט אז אנשטאטן אינוועסטירן אזויפיל אין די קימפעטארן היים זאל מען קודם מאכן א העלט צענטער מיט א OB.

קימפעטארן היים איז כאטש דא א צווייטע אין געגנט
באמת מעג מען האבן א דעליווערי צענטער אויכעט, ווערן שוין היינט געבוירן נאנט צו צוויי טויזנט קינדער יערליך קיין עין הרע אין גרעיטער קרית יואל.

און אז יענער טוט עס נישט, זאל עס כאטש דער אנדערער טאן.

-------

א קימפעטארין היים איז דעפינעטלי אויך וויכטיג, איינס איז זיכער מאכטלאז צו דערשטרייטן דעם גאנצן טריי סטעיט ציבור מיט די הילף פון בלויז אם בישראל.
געהערט אבער נישט קאנפערמט אז אשת חיל האט געוואלט עפענען איינס אבער מען ווארט אויף פלאטץ
לערן דיך פון מעריא

געפאלן איין מאל און נאכאמאל אבער געבט נישט אויף נאר אזוי קימט מען אן

אוועיטער
Super mario
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 11:54 am
x 31

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Super mario »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 09, 2026 8:30 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 09, 2026 7:56 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 09, 2026 9:57 am מען איגנארירט כאילו דער רבי מהר"א אליינס רעדט נישט פון די הויכע טעקסעס און מאנגל פון וואסער און די מנהיגי הווילידזש, די אפיציעלע צייטונגען, די שרייבער דא און יעדע אפיציעלע אדער סעמי אפיציעלע ווארטזאגער הערן נישט אויף אוועקצומאכן בלומינג גראוו און אנדערע געגנטער מיט די זעלבע טאלקינג פוינטס, דער שמועס קומט שוין באלד פאר ווי די אנשי סדום וואס יעדער האט נאר געגנבט "איין מטבע" פונעם עובר ושב ביז יענער איז ארויס נקי מכל.

די קאמפיין איז א קאארדינירטע קאמפיין איבער די לעצטע פאר יאר זינט די געגנטער ארום האבן אנגעהויבן וואקסן אויף הייוון, די יעצטיגע עדס פון פוינט ריעלטי זענען נאר איין רינגעלע אינעם לאנגן קייט פון פרובירן מיט אלע כוחות צו פארשווארצן דעם אימעדזש און חוזק מאכן פון בלומינג גראוו מיט א שטוינענדע לעק פון סוקסעס
עס זענען דא מענטשן און קאמפעניס וואס זייער סורווייוועל און קאפינג סטראטעגיעס איז מיטן האלטן דעם וויקטעם קארטל.

לעינינו, די רבי מהר"א האט פאריאר ביים יארצייט סעודה גערעדט אז ווען א אינגערמאן שרייבט אונטער א קאנטראקט אויף א דירה זאל מען וויסן קלאר וויפיל די חודש'ליכע קאסט גייט זיין ווייל עס זענען דא אינפאו וואס איז נישט ריכטיג אדער נישט באוויסט.

איך זעה דא א רב וואס פרובירט העלפן אידן זאלן נישט אריינפאלן מיט סופרייזעס ביים קויפן א דירה, די אויבנדערמאנטע קאמפעניס - וואס זייער קיום איז דורך וויינען נרדף - זעהן העצעריי, באשמוצן, וכו.
איך האב נישט קיין שום פראבלעם דערמיט וואס מהר"א רעדט דערוועגן (הגם ווי אויבן געשריבן איז עס שקר ווייל מען פארגלייכט פאלאצן אין בלומינג גראוו צו אפארטמענטס אין ק"י, ער ווייסט דאך אבער נאר וואס זיינע נאנטע גיבן אים איבער), אבער קום נישט שפילן תמעוואטע כאילו עס איז דא 'צופעליג' א פריוואטער ריעלטאר וואס נוצט 'צופעליג' די טאלקינג פוינטס וואס די ווילידזש/קהילה/צייטונגען נוצן די לעצטע 4 יאר, איר זענט נישט אזוי דום.

לגבי שפילן וויקטים, ביזט סיריעס? פון בלומינג גראוו הערט מען נישט קיין פיפס בשעת די צייטונגען, יודטיש, קול סאטמאר און אנדערע קהילה טשענעלס הערט מען נישט אויף צו ברעטשען ווי די שקצים רודפן יודישקייט און ווילן אונטערברענגען קרית יואל, מען נעמט יעדן צעטל און לערנט אריין ק"ן טעמים אז מען מיינט דא "נאר צו שטעכן" קומסטו מיט (שוין ווייטער...) א תמימות אז בלומינג גראוו איז גאר דער וואס ברעטשטעט וויקטים... נישט קיין וואונדער אז קיינער אין בלומינג גראוו (אפילו חסידי מהר"א) קויפן נישט די קאאל עיד וואס קרית יואל פרובירט אונז צו פיטערן
הער די דרשא פון היי יאר כ״ו אב
לערן דיך פון מעריא

געפאלן איין מאל און נאכאמאל אבער געבט נישט אויף נאר אזוי קימט מען אן

אוועיטער
Super mario
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 11:54 am
x 31

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Super mario »

אשר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 9:25 am איך בין ניי דא, אבער נאכן דורכקוקן שנעל די טעמע דא וואונדער מיר פארוואס אין אלע צוויי הונדערט בלעטער דא זעה איך נישט בארירן די טעמע פארוואס טאקע דער רבי שליט"א האלט אז בלומינג גראוו איז זיין שטאט?
עס קען זיין אז אין הלכה איז דא אזא זאך אז גלילות פון א שטאט ווערט גערעכנט ווי די שטאט אליינס, אבער דא איז דאך באמת בלומינג גראוו א שטאט פאר זיך, סיי לעגאל און אפיציעל, סיי מצד די נאמען שבו, סיי מצד די גרויסקייט וואו עס שלינגט ממש איין קרית יואל, סיי מצד ווייל די מענטשן וואס האבן עס מייסד געווען האבן עס נישט מייסד געווען על מנת צו זיין א חלק פון קרית יואל, סיי מצד ווייל עס האט פירער וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט קרית יואל, סיי די וויליזש פירער סיי די רבני העיר, סיי מצד די תושבים וואס זענען נישט אויסען צו זיין אונטער די קרית יואל הנהגה, איז דא אזא זאך אז יעדע רב אדער הנהלת העיר קען אלינס באשליסן צו ארויפצווינגען אויף א מענצאפליטעט אז זיי זיי מוזן הייסן גלילות און זיי מוזן זיך אונטערווארפן בעל כרחם? ביטע מסביר זיין
סארי אבער מען האט אהינגעמאפט וויל עס איז נעבן ווילידזש אף קרית יואל

גאלדבערג האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2026 5:07 pm
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2026 3:10 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2026 3:04 pm
יא און ניין, ציונות איז אויך נישט עפעס וואס האט מיט האלטן אדער נישט האלטן, דער רבי ז"ל האט מברר געווען אז יעדע ניצוץ דערפון איז כפירה בשעת אסאך אנדערע ערליכע צדיקים האבן געהאלטן אנדערש, ווען דו ביזט א סאטמארער חסיד וואס שטייט אוועק פון יעדן שמץ פון ציונות האסטו גענומען א צד, נישט מדעת עצמך אבער דו פארלאזט דיך אויפן פסק פונעם רבין.

דאס זעלבע דא, עס איז זיכער דא א קלארע הלכה, דו מעגסט אבער אננעמען ווי דעם וואס האלט אז עס איז יא קרית יואל בכל פרטיה און איך מעג האלטן אז נישט.
אודאי אזוי. אבער אז א ניק אויף א פארום זאל דן זיין צי דאס וואס א רבי זאגט ברבים האט נישט קיין שום מקור בהלכה איז אבסורד צו לעוולס.
זמיגראדע און נאך גדולי רבני העיר זענען ביי די מיינונג אז ס'איז א עקסטערע שטאט
שקר וכזב
ביים יעצטיגער עירוב קאמפיין ווי מען האט אריינגענומען אלע געגנטער צו קאמפיינען ארויסצוהעלפן די קרית יואלע עירוב
זענען די רבנים הנ''ל און די עסקני העיר גענצליך אפוועזנד פינעם קאמפיין צוליב זייער שטעלונג אז די שטאט איז א ברי' בפני עצמו
די קמפיין פארן עירוב איז וויל מען מאכט אלעס פאר איין גרויסע עירוב סא עס האט נישט צו טוהן צו עס איז יא איין שטר צו נישט
פארוואס זאל זיין א חוצפה צו מסביר זיין זייער צד אין די הלכה
לערן דיך פון מעריא

געפאלן איין מאל און נאכאמאל אבער געבט נישט אויף נאר אזוי קימט מען אן

שמאטשקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 5:54 pm
x 323

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמאטשקע »

אנטשולדיגט פאר'ן איבערהאקן די שמועס איך וועל רעדן פון עפעס תכלית,

ס'איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט איינעם פון די ווילעזש אף קר"י, און אים געפרעגט בנוגע צוזאמברענגען די סקול דיסטריקטס, היוצא מכל השמועס, ס'איז זיכער דא וועגן עס צו קענען טוהן, ס'איז אבער נישט קיין גרינגע פראצעדור, ער איז איבערגעגאנגען אלע לעגאלע היכי תימצי'ס וויאזוי מען קען דאס באווייזן, דאס וועט פאדערן אסאך יגיעה און זייער א שטארקע צוזאמענארבעט פון ביידע ווילעזשעס עס צו קענען אדורכפירן,

קר"י ווילעזש איז בכלל נישט אינטרעסירט דערין און אין די שווערע ארבעט וואס וועט דארפן אריינגיין דערין, אבער זיי זענען זיכער גרייט צו העלפן, אויב די ב"ג ווילעזש פירער וועלן זיי עכט בעטן, יעצט בלייבט איבער צו זעהן צו די ב"ג ווילעזש איז גרייט צו טוהן וואס איז ריכטיג כדי צו סעיוון קאלעקטיוו מיליאנען דאלארן פאר די תושבים.

ער זאגט מיר אז עס זענען דא נאך פילע זאכן וואס קר"י ווילעזש וואלט געקענט העלפן אויב מען זאל קומען אויף די ריכטיגע וועג.

איך מיין אז די איינוואוינער דארפן זיך צוזאמנעמען און פארלאנגען פון די באהערדע צו טוהן כל מה שביכולתם פאר די תועלת הנרצה.
אוועיטער
Super mario
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 11:54 am
x 31

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Super mario »

אשר האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2026 10:54 pm
רעאליסטיש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2026 10:50 pm
אשר האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2026 10:33 pm איך וויל צולייגן נאך א טיפע געדאנק, כאטש ידעתי שיורו המורים כאן עלי חצים ובליסטראות, אז באמת דארף קרית יואל שטארק זיין דאנקבאר פארן שכן שטאט בלומינג גראוו פארן איר אנווייזן א פלעינע נארמאלע אורח חיים וויאזוי א באזעסענע שטאט פירט זיך אויף, וואס מאז ועד עתה ווען בלומינג גראוו האט איינגעפירט א נארמאלע ווירטשאפט פון א שטאט האט זיך שוין קרית יואל פיל געלערנט, און עס איז ערווארטעט פיל מער.
אין א באזעסענע שטאט רופט מען צוזאמען יעדן רב פאר יעדע שטאטישע אסיפה און מען גיבט אים אפ די פולסטע כבוד, נישט קיין נפקא מינה זיינע פריוואטע מיינונגען, ווי עס דערקענט זיך אין בלומינג גראוו אויף יעדע נושא.
אין א באזעסענע שטאט איז נישטא קיין ארויפגעצווינגענע מיינונגען ווען עס קומט צו גשמיות, און צו חתונה מאכן, און ווי צו לייגן מתים רח"ל, יעדער קען אויסדרוקן זיין מיינונג וויאזוי אים שמעקט. איר ווייסט וואספארא בושות און חרפות איך האב ווען מיינע שוואגערס פון שטאט הערן פון מיר אז דער מנהג פון שיקן פנקס בריוו אויף פאסט גייט נאך אן עד היום הזה בשנת תשפ"ו און עס איז פארהאנען פארשפארטע בתי מדרשים אין קרית יואל וויליזש עד היום הזה?!
אין א באזעסענע שטאט איז דער עול פונעם וויליזש צו קעיר נעמען פון אלע סארטן גשמיות'דיגע געברויכן, האוזינג, סוער, וואסער, פארקינג, וכו' וכו' נישט נעמען קיין צד אין פאליטיקס און אפילו נישט אין קיין זאכן וואס האבן מיט דעת תורה. אין אלע שטעט אין אייראפא אינדערהיים האט דער רב און די ראשי קהילה געפירט די קהילה און די שטאט-ראט האט געפירט די מענטשליכע געברויכן. אין קרית יואל וויליזש האט זיך דער שטאט ראט יארן לאנג נישט געקימערט בכלל עס זאל זיין מצוי נארמאלע דאקטוירים, נארמאלע טעלעפאן סערוויס, וכו' זאכן וואס באלאנגט יא פאר זיי און נאר זיי קענען עס ערלעדיגן.
אין א באזעסענע שטאט פארשטייט די הנהגה אז יעדער איז א מענטש, יעדער איז בארעכטיגט צו א מענטשליכע באציהונג, צו ער וואוט פאר מיר אדער נישט, אפשר מוז איך נישט ארויסגיין פון וועג פאר מיין אפאנענט, אבער א מענטש איז ער, נישט א שרץ נישט קיין גארבעזש.
אין א באזעסענע שטאט פארשטייט די וויליזש אז א אפענע דירות מארקעט איז די בעסטע זאך פאר יעדן, פאר די מוכרים און פאר די קונים, און מען נעמט נישט קין שטעלונג אין ביזנעס. אפגערעדט אז מען כאפט נישט אויס קיין שטחים וואס אנדערע האבן געוואלט דעוועלאפן, און ארבייטן מיט סקופיס צו אפשטעלן די באר שבע אפליקאציע וואס וואלט אינגאנצן אראפגענומען דעם דירות עול פון אנ"ש.
אין א באזעסענע שטאט פארשטייט דער וויליזש אז דער עקאנאמיע דארף בליייבן אפן און צוגענגליך פאר יעדן, נישט אז דער וועד הקרי' כאפט ארויס יעדן מעגליכן דאללער פונעם יחיד און פון די סוחרים מיטן נעמען אלע ביזנעס פאר זיך.
אין א באזעסענע שטאט פארשטייט די שטאט ראט אז אויב איז דא סיי וועלכע מעגליכקייט צו בויען נארמאל און מענטשליך מיט גראז און ביימער, עלעוועיטארס וכו', און נישט ווי די סיטי און נישט קיין סיטי פרייזן, און נישט מיט לאדענס וואס מען מוז אראפציען פאר פחד ווען מיין שכן קוקט אריין, דארף מען דאס צושטעלן, צו עס וועט ברענגען פראפיט צו נישט.
אין א באזעסענע שטאט וואס דער וועד הקרי' באדט זיך אין פאנדיגנ פון שערי חמלה, עזרת חולים, בית השחיטה, אשת חיל, שאפינג סענטער, ביזנעס סענטער, קרן ויואל משה, פאראדייס, זעהט מען דערצו אז אויך אונז יחידים האבן גארנישט באקומען דערפון, אני הק' האב נאך ניטאמאל א פעני שכר לימוד באקומען דערפאר נאכגעלאזט.
שוין יארן יארן לאנג וואס עס איז נישט שייך צוצוקומען צו די וויליזש איינגעשטעלטע און אויסשמועסן זאכן נארמאל, אפילו אין ביזנעס געביטן, כל שכן אין יחיד אישוס, בשעת ווען בלומינג גראוו איינגעשטעלטע קען יעדער מאן דהו צוקומען מיט בלויז דיילן זייער פריוואטער סעלפאון נומבער!
ועוד ועוד ועוד, וואס מיט די אויפבליה פון דעם שטאט בלומינגראוו דערקענט זיך היבש שינויים אין די אלע געביטן, און עס איז ערווארטעט צו גיין מער און מער, און דערפאר איז פשוט וואונדערליך ווען אנדערע ווילן פארשטימען א שטאט וואס ברענגט בענעפיטשן סיי פאר דעם שטאט און סיי פארן שכנות'דיגן קרית יואל אין יעדן געביט, בצירוף צו דעם געוואלדיגן דעת תורה וואס דאמינירט יעדן ריר, און טאקע פון רבנים וואס לעבן דא און האלטן מיט יעדן פארשריט (און פאר די וואס ווילן נישט געדענקען: בשנת תשנ"ה ווען עס זענען געווען מערערים אויף שערי חמלה, האט מרן הברך משה זי"ע ולהבחל"ח רבינו שליט"א זייער קלאר ארויסגעברענגט און מען קען עס הערן אין די טעיפס, אז נאר ווער עס וואוינט אין דעם שטאט און זעהט מיט די אויגן דעם טאג טעגליכן ווירשטאפט האט וואס אריינצורעדן אין דעם נושא!).
על כל פנים איז זייער נישט קלאר, אויב בלומינ גראוו איז א שיינע שטאט ברוח ובגשם, וואס האקט מען אין קאפ אריין? לאז אונז לעבן אין אונזער שטאט און די אין דיין שטאט! עס פארבלייבט א מילתא דתמי'.
א באזעסענע שטאט וואס 2 גראסעריס האט זיך שוין פארמאכט (דהיינו פרענקל, סאני סייד, און העכער ברך משה ביהמ"ד...)נישט געווען די איינציגסטע וואס איז געווען נאכדערצו אויפן זעלבע פלאטץ
א באזעסענע שטאט וואס גנב'ט וואלן באישון לילה (דהיינו וויליזש אוו קרית יואל שוין די לעצטע צוואנציג יאר...)עס נישט געטון ווייל מען האט מורא געהאט אז מען וועט פאלירן
א באזעסענע שטאט וואס נעמט צו יעדע ביסל פריוואטקייט וואס אידן האבן ארויסגעמופט צו קענען לעבן מיט א פריוואטע הויז מיט גראז און ביימער, און מפליקט עס אויס איינס נאכן צווייטן (דהיינו די זאוניג וואס בלומינג גראוו איינוואוינער האבן זיך אליינס געקליבן צו קענען מאכן געלט אויף זייער פראפערטי...).
באזעסענע שטאט מיט פולע ליידיגע הייזער, ואין יוצא ואין בא (דהיינו אלע פערדע שטאקן אין שכונת ויואל משה און אין עיקערס פוינט...)אלע פערדע שטאקן אין שכונת יואל משה איז פול
און עס הערט זיך פון דיין ענטפער אז די האסט מיר זייער גוט פארשטאנען.
לערן דיך פון מעריא

געפאלן איין מאל און נאכאמאל אבער געבט נישט אויף נאר אזוי קימט מען אן

אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 530

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך נויז מאשין »

שמאטשקע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 6:23 pm אנטשולדיגט פאר'ן איבערהאקן די שמועס איך וועל רעדן פון עפעס תכלית,

ס'איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט איינעם פון די ווילעזש אף קר"י, און אים געפרעגט בנוגע צוזאמברענגען די סקול דיסטריקטס, היוצא מכל השמועס, ס'איז זיכער דא וועגן עס צו קענען טוהן, ס'איז אבער נישט קיין גרינגע פראצעדור, ער איז איבערגעגאנגען אלע לעגאלע היכי תימצי'ס וויאזוי מען קען דאס באווייזן, דאס וועט פאדערן אסאך יגיעה און זייער א שטארקע צוזאמענארבעט פון ביידע ווילעזשעס עס צו קענען אדורכפירן,

קר"י ווילעזש איז בכלל נישט אינטרעסירט דערין און אין די שווערע ארבעט וואס וועט דארפן אריינגיין דערין, אבער זיי זענען זיכער גרייט צו העלפן, אויב די ב"ג ווילעזש פירער וועלן זיי עכט בעטן, יעצט בלייבט איבער צו זעהן צו די ב"ג ווילעזש איז גרייט צו טוהן וואס איז ריכטיג כדי צו סעיוון קאלעקטיוו מיליאנען דאלארן פאר די תושבים.

ער זאגט מיר אז עס זענען דא נאך פילע זאכן וואס קר"י ווילעזש וואלט געקענט העלפן אויב מען זאל קומען אויף די ריכטיגע וועג.

איך מיין אז די איינוואוינער דארפן זיך צוזאמנעמען און פארלאנגען פון די באהערדע צו טוהן כל מה שביכולתם פאר די תועלת הנרצה.
וואס נאך דערציילט ער, דער ווילידזש באאמטער?
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1108
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1365

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך איד »

@פופציגער אויב וועט איין טאג זיין די מציאות אז בלומינגראוו וועט יא האבן אייגענע מוסדות און אלעס אליינס האבן און גארנישט דארפן צוקומען צו קרית יואל, דאן וועט עס יא ווערן גערעכנט ווי א אייגענע שטאט?
אדער וויבאלד די התחלה איז געווען קרית יואל בלייבט עס שוין אזוי אייביג?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3933
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13437

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 9:28 pm @פופציגער אויב וועט איין טאג זיין די מציאות אז בלומינגראוו וועט יא האבן אייגענע מוסדות און אלעס אליינס האבן און גארנישט דארפן צוקומען צו קרית יואל, דאן וועט עס יא ווערן גערעכנט ווי א אייגענע שטאט?
אדער וויבאלד די התחלה איז געווען קרית יואל בלייבט עס שוין אזוי אייביג?
ממש נישט.

די התחלה איז בס"ה וואס צייגט אונז די ווארהייט.

די ווארהייט איז אז בלומינגראוו איז ביי דיפאלט טייל פון קרית יואל.

אויב ווילן זיי זיך אפטיילן? איך גלייב ס'זיכער דא א וועג עס צו טון. דארף מען הערן פון א הלכה'דיגע קוואל וויאזוי טייל פון א שטאט קען ווערן א שטאט פאר זיך.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 243
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 219

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

@פופציגער
וואו אין שולחן ערוך, חושן משפט אדער אין די טאון רעקארדס געפינט זיך דער באגריף פון א "דיפאלט" בעלות

די אמת איז אז בלומינגראוו איז טייל פון קרית יואל
אבער אין דער קומענדיגער שורה שטייט קלאר: "דארף מען הערן פון א הלכה'דיגע קוואל וויאזוי...

ביטע זיי קודם מברר די הלכה'דיגע פראצעדור און טשעק צו מען האט עס נישט געטין
קיגעל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 15, 2026 9:58 pm
x 67

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך קיגעל »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 9:34 pm

קרית יואל איז א חלק פין וויליאמסבורג, יארן לאנג האבן זיי געדארפט צי קימען צי סערוויסעס פין וויליאמסבורג, די התחלה איז בס"ה וואס צייגט אונז די ווארהייט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3933
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13437

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 9:50 pm @פופציגער
וואו אין שולחן ערוך, חושן משפט אדער אין די טאון רעקארדס געפינט זיך דער באגריף פון א "דיפאלט" בעלות

די אמת איז אז בלומינגראוו איז טייל פון קרית יואל
אבער אין דער קומענדיגער שורה שטייט קלאר: "דארף מען הערן פון א הלכה'דיגע קוואל וויאזוי...

ביטע זיי קודם מברר די הלכה'דיגע פראצעדור און טשעק צו מען האט עס נישט געטין
כהאב פריער ערקלערט פארוואס דער דיפאולט איז זיכער אזוי. גיי ליין.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3933
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13437

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

קיגעל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:06 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 9:34 pm
איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 9:28 pm @פופציגער אויב וועט איין טאג זיין די מציאות אז בלומינגראוו וועט יא האבן אייגענע מוסדות און אלעס אליינס האבן און גארנישט דארפן צוקומען צו קרית יואל, דאן וועט עס יא ווערן גערעכנט ווי א אייגענע שטאט?
אדער וויבאלד די התחלה איז געווען קרית יואל בלייבט עס שוין אזוי אייביג?
ממש נישט.

די התחלה איז בס"ה וואס צייגט אונז די ווארהייט.

די ווארהייט איז אז בלומינגראוו איז ביי דיפאלט טייל פון קרית יואל.

אויב ווילן זיי זיך אפטיילן? איך גלייב ס'זיכער דא א וועג עס צו טון. דארף מען הערן פון א הלכה'דיגע קוואל וויאזוי טייל פון א שטאט קען ווערן א שטאט פאר זיך.
קרית יואל איז א חלק פין וויליאמסבורג, יארן לאנג האבן זיי געדארפט צי קימען צי סערוויסעס פין וויליאמסבורג, די התחלה איז בס"ה וואס צייגט אונז די ווארהייט.
פארשטייסט שוין די חילוק צווישן בלומינגבורג און בלומינגראוו?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
קיגעל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 15, 2026 9:58 pm
x 67

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך קיגעל »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:15 pm
קיגעל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:06 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 9:34 pm

ממש נישט.

די התחלה איז בס"ה וואס צייגט אונז די ווארהייט.

די ווארהייט איז אז בלומינגראוו איז ביי דיפאלט טייל פון קרית יואל.

אויב ווילן זיי זיך אפטיילן? איך גלייב ס'זיכער דא א וועג עס צו טון. דארף מען הערן פון א הלכה'דיגע קוואל וויאזוי טייל פון א שטאט קען ווערן א שטאט פאר זיך.
קרית יואל איז א חלק פין וויליאמסבורג, יארן לאנג האבן זיי געדארפט צי קימען צי סערוויסעס פין וויליאמסבורג, די התחלה איז בס"ה וואס צייגט אונז די ווארהייט.
פארשטייסט שוין די חילוק צווישן בלומינגבורג און בלומינגראוו?
ניין, און די אויך נישט
קיגעל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 15, 2026 9:58 pm
x 67

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך קיגעל »

Super mario האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 6:04 pm
אשר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 9:25 am איך בין ניי דא, אבער נאכן דורכקוקן שנעל די טעמע דא וואונדער מיר פארוואס אין אלע צוויי הונדערט בלעטער דא זעה איך נישט בארירן די טעמע פארוואס טאקע דער רבי שליט"א האלט אז בלומינג גראוו איז זיין שטאט?
עס קען זיין אז אין הלכה איז דא אזא זאך אז גלילות פון א שטאט ווערט גערעכנט ווי די שטאט אליינס, אבער דא איז דאך באמת בלומינג גראוו א שטאט פאר זיך, סיי לעגאל און אפיציעל, סיי מצד די נאמען שבו, סיי מצד די גרויסקייט וואו עס שלינגט ממש איין קרית יואל, סיי מצד ווייל די מענטשן וואס האבן עס מייסד געווען האבן עס נישט מייסד געווען על מנת צו זיין א חלק פון קרית יואל, סיי מצד ווייל עס האט פירער וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט קרית יואל, סיי די וויליזש פירער סיי די רבני העיר, סיי מצד די תושבים וואס זענען נישט אויסען צו זיין אונטער די קרית יואל הנהגה, איז דא אזא זאך אז יעדע רב אדער הנהלת העיר קען אלינס באשליסן צו ארויפצווינגען אויף א מענצאפליטעט אז זיי זיי מוזן הייסן גלילות און זיי מוזן זיך אונטערווארפן בעל כרחם? ביטע מסביר זיין
סארי אבער מען האט אהינגעמאפט וויל עס איז נעבן ווילידזש אף קרית יואל
סארי מהאט ארויס געמופט ווייל מוויל נישט זיין אין קרית יואל
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 399
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 694

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רעאליסטיש »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 4:17 pm @פופציגער
איין קשיא נאר צו דעם פילמאר לעבל פאר אזויפיל מייל ארום און ארום
קוק אויף דעם גראנדיעזן קאמפיין וואס האלט יעצט אינדערמיט לטובת די "קרית יואל עירוב".
דעיס איז א ריזיגער פראיעקט וואס עסקנים און רבנים פון קרית יואל ארבעטן שווער און שפאנען איין יעדן
די גאנצע שטאט צו ברענגען טויזנטער שטיצער פארן עירוב
אבער אינטערעסאנט איז אז די רבני העיר און עסקני בלומינגראוו נעמען נישט קיין חלק דערין

און נישט ווייל מען האט זיי נישט געבעטן מען איז זיי נאכגעלאפן מיט כבוד און געבעטן זיי זאלן זיך אנשליסן
אבער די רבנים פון בלומינגראוו האבן קלאר און דייטלעך געענטפערט "מיר האבן אונזער שטאט פאר זיך, אונזערע דיינים פאר זיך, און אונזערע צרכים פאר זיך
צווינגט אונז נישט ארויף זאכן וואס מיר האבן נישט געבעטן
אין הלכה (סיי אין הלכות עירובין און סיי אין הלכות שותפות), א עירוב איז די גרעסטער סימבאל פון א "מחיצה המאחדת"
ווען א גאנצער געגנט 'פון 5 מייל' מיט זייערע רבנים פירן זיך אלס באזונדערע רשות לגבי דעם עירוב און נעמען נישט קיין חלק אינעם עול פונעם קאמפיין, קענסטו נישט קומען מיט געוואלד און זאגן "עטץ זענטס טייל פון מיין פילמאר ישוב"

דעיס איז דער הימל און ערד חילוק צווישן א תושב בישוב פילמאר, ווי א תושב קען נישט זאגן "איך בין נישט קיין חלק פונעם עירוב קאמפיין", איך שליס מיר אויס פינעם שטאט
צו בלומינגראוו וואס פירט זיך זעלבסטשטענדיג,
די מציאות רעדט פאר זיך אליין
הרב ר' אשר גאלדבערג שליט"א אפשר קענסטו מיר אויסרעכענען וועלכע רבנים פון בלומינגראוו דו רעדסט דא, און אזוי אויך ווען און ווי זיי האבן געלאזט הערן זייער דעת תורה איבער דעם??
ביזט דאך דא מברר צו זיין דעם דעת תורה קום אריין מיט א קלארע תירוץ
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 530

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך נויז מאשין »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:15 pm
פארשטייסט שוין די חילוק צווישן בלומינגבורג און בלומינגראוו?
אויף וואס גייט דעיס ארויף? אויף די פאקט אז אנהייב בלומענבערג זענען די קינדער געקומען אין קרית יואלע חדר, און מ'האט געמיזט קומען איינקויפן אין ק''י. מילא זאל בלומבערג אויך זיין א חלק פון ק''י?
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 909
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1757

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

אשר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:52 am
אויגעלעך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:48 am
אשר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:42 am

נישט סתם. דעם כ"ו אב ווען איך האב געזעהן רבינו שליט"א מיט די טעקס בילל אין זיין האנט פארפירן, ווען עס מאכט די אימפרעשאן ווי א פאדקעסטער אדער רעפארטער להבדיל, ולכל היותר ווי א ריעל עסטעיט בראקער וואס זוכט צו שטופן זיין אגענדע, אנשטאט צו הערן א לומדות אדער דברי תוכה בעניני תורה ויר"ש, איז מיר די בלוט פארלאפן אין פנים און איך האב געוואלט דערלאנגען פאר געוויסע אידן אין ביהמ"ד וואס האבן גורם געווען די בושות צוויי פעטש.
סאטמארע חסידים תלמידי רבינו שליט"א זענען מיטן גאנצן הארץ מוותר אויף די אומגעבעטענע הילף פון הרב @אשר. שכח
איך בין מיטן גאנצן הארץ מוותר אויף די אומגעבעטענע מחילה פון אזוינע חסידים ווי דיר. שכח
ואיככה אוכל וראיתי ברע אשר ימצא את עמי ואבדן מולדתי, ווען מען מאכט משוגע דעם רבי'ן עד זקנה ושיבה און מאכן זיכער אז ער וועט פארלאזן די וועלט מיט דעם שלעכטן אימעזש רח"ל.
הא?.. :lol: :lol:
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 1087

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עומד על תלת »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:27 pm
אשר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:52 am
אויגעלעך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:48 am
סאטמארע חסידים תלמידי רבינו שליט"א זענען מיטן גאנצן הארץ מוותר אויף די אומגעבעטענע הילף פון הרב @אשר. שכח
איך בין מיטן גאנצן הארץ מוותר אויף די אומגעבעטענע מחילה פון אזוינע חסידים ווי דיר. שכח
ואיככה אוכל וראיתי ברע אשר ימצא את עמי ואבדן מולדתי, ווען מען מאכט משוגע דעם רבי'ן עד זקנה ושיבה און מאכן זיכער אז ער וועט פארלאזן די וועלט מיט דעם שלעכטן אימעזש רח"ל.
הא?.. :lol: :lol:
אשר דערמאנסט מיר פון אזעלכע געטרייע חסידים ווי דיר, וואס האבן מיר מיט צוואנציג יאר צוריק אויך מסביר געווען, וואס איז די עכטע מיינונג פון מיין רבי!
אידיש פארדאמט!
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3107
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 7001

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פשוט און גראד »

עטליכע שאלות צו די געוויסע וואס צו בשוגג - באויבער חכמה, וואס ארענטליכקייט איז ביי זיי א יסוד.

1. פארשטייען זיי אז מיטן זיין א חלק פון קרית יואל איז עס א בעל בתישע שמירה פאר די דורות, אפגערעדט פון די חלק הרוחני אין באופן סגולי. (לכה"פ א ספק??)

2. נאכן באשטימען, מיט פנימי וואלען די רולס פון זאוינינג, גיין מיט א זילזול אין פייפען אויף די עמך איד וואס האט געשפיגען בלוט מיט די מאוו צו די געגענט??

3. פרעכע פראפאגאנדע (להבדיל, פוטין סטייל) צו מאכען די עמך איד פאר א שוטה משוטה וואך איין וואך אויס.

4. עזות פון יחידים מיטן חושען מנהיגי ישראל ברבים אויפן חשבון אויף א עתיד פון א גאנצע שטאט.

טוהן מעשים טובים אינטערן קישען פאר אייגענע טובות, אין האבען פארפאקט א גאנצע געגנט ביי די שווארצע פעפער.

אלס א תושב האב איך א פליכט פאר מיר אין מיינע דורות אויסצושרייען היו לא תהיה.

איך טוה עס למען ה‘ ותורתו ועבדו ועמו. טעגלאש אינטערסירט מיר גאנץ קנאפ (על אף וואס איך האלט נישט אז דא איז עס טעגלאש)

ביטע סטיק צו די נקודות פריער געברענגט אויב די ענטפערסט מיר.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 243
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 219

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

אשר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 9:25 am איך בין ניי דא, אבער נאכן דורכקוקן שנעל די טעמע דא וואונדער מיר

עס קען זיין אז אין הלכה איז דא אזא זאך אז גלילות פון א שטאט ווערט גערעכנט ווי די שטאט אליינס,

אבער דא איז דאך באמת בלומינג גראוו א שטאט פאר זיך,
סיי לעגאל און אפיציעל,
סיי מצד די נאמען שבו,
סיי מצד די גרויסקייט וואו עס שלינגט ממש איין קרית יואל,
סיי מצד ווייל די מענטשן וואס האבן עס מייסד געווען האבן עס נישט מייסד געווען על מנת צו זיין א חלק פון קרית יואל,
סיי מצד ווייל עס האט פירער וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט קרית יואל,
סיי די וויליזש פירער סיי די רבני העיר,
סיי מצד די תושבים וואס זענען נישט אויסען צו זיין אונטער די קרית יואל הנהגה,

איז דא אזא זאך אז יעדע רב אדער הנהלת העיר קען אליינס באשליסן צו ארויפצווינגען אויף א מענצאפליטעט
2 באפעלן, איינס
אז זיי זיי מוזן הייסן גלילות
און זיי מוזן זיך אונטערווארפן בעל כרחם?
ערשט יעצט האב איך באמערקט די פילע תוכן פינעם ערשטע פאוסט פון אשר און די תמיהות
@אשר האסט געפרעגט גוטע קשיות
זיי מוחל און ענטפער אונז א ביאור הענין
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3107
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 7001

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אלע פראקציעס פון סאטמאר (מנהיגים, עקסקלוד שטוב מענטשען) זענען אויפן זעלבען פעידזש מיט דעים.

האדמור מ‘וויזניץ האט שוין אויך מחליט געווען אז ער איז שוין נישט נייגעריג בכלל און די סאמאטוכע.

ס"ה איז עס יחידים וואס ספינען ארום, זאל עס זיין מיטן באראבאווען די וואלען, זאל עס זיין מיטן שמירען א נערעטיוו ווי כאילו ס‘איז א טעגלאש אישו. וכהנה רבות ליידער.
שרייב פאוסט