שקר ווי די עבודה זרה!
טראל מיט א צווייטן!
שקר ווי די עבודה זרה!
געהערט פון א גבאי זיינעם אז עס באדערט אים דאס אז מען זיצט אים אויס פאר בילדער צו פאמפן די ווילידזש
די בית המדרש פאר קהלת ויואל משה אין שכונת ברך משה איז געווען אויפן פארלאנג פון וועם הרבני הנגיד ר׳ ארבה הערש קליין האט אפגעקויפט די לאט אז ער דארף צו שטעלן א בית מדרש פאר ביידע קהלתלא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 30, 2026 12:26 am.גאלדבערג האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 29, 2026 11:50 pmקען זיין ס'איז א צווייטער, ווער עס פירט אלע גרעסערע בתי מדרשים פון אלע דעוועלאפמענטס וואס עפ''י געזעץ ווערט עס דעזיגנירט 100 פראצענט צו די געברויכן פון בלויז א טייל איינוואוינער
ס'נישטא א חשבון אז לויט דעי עטליכע הונדערט צו עטליכע טויזענט קונים און איינוואוינער דארף מען צושטעלן פאר זיי אנדערע סארט בתי מדרשים
ס'מוקדש 100 פראצענט פאר נאר א טייל תושבים
אפילו אויב עס זאלן וואוינען 2 הונדערט טויזענט איינוואוינער וועלן די אכציג ניינציג טויזענט אידן נישט האבן א רעכט צו געניסן פון די געזעצליכע בתי מדרשים אז מ'זאל עס איינשטעלן פאר זייער געברויך
אין ענגליש רופט מען עס control אין לשה''ק שליטה
אין אידיש הערשאפט אין ספאניש Dominio
די איינציגסטע געגנט ווי עס איז פארגעקומען דיסקרעמענאציע איז אין שכונת ויואל משה ווי די סעלער האט אריינגעלייגט א קאנדישן אין די סעיל אז קהלת ויואל משה וואס האט 11% פראצענט תושבים זאל באקומען א ריזן פראפערטי פאר א שול די זעלבע ווי די גרויסע קהלה מיט איר 81%. וואס לייגט אריין די גרויסע קהלה אין א ריזן דעפעציט פון פלאץ.
.
געהערט אבער נישט קאנפערמט אז אשת חיל האט געוואלט עפענען איינס אבער מען ווארט אויף פלאטץאגד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 04, 2026 11:36 amבאמת מעג מען האבן א דעליווערי צענטער אויכעט, ווערן שוין היינט געבוירן נאנט צו צוויי טויזנט קינדער יערליך קיין עין הרע אין גרעיטער קרית יואל.נויז מאשין האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 03, 2026 9:17 pm איך האלט אז אנשטאטן אינוועסטירן אזויפיל אין די קימפעטארן היים זאל מען קודם מאכן א העלט צענטער מיט א OB.
קימפעטארן היים איז כאטש דא א צווייטע אין געגנט
און אז יענער טוט עס נישט, זאל עס כאטש דער אנדערער טאן.
-------
א קימפעטארין היים איז דעפינעטלי אויך וויכטיג, איינס איז זיכער מאכטלאז צו דערשטרייטן דעם גאנצן טריי סטעיט ציבור מיט די הילף פון בלויז אם בישראל.
הער די דרשא פון היי יאר כ״ו אבבלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 09, 2026 8:30 pmאיך האב נישט קיין שום פראבלעם דערמיט וואס מהר"א רעדט דערוועגן (הגם ווי אויבן געשריבן איז עס שקר ווייל מען פארגלייכט פאלאצן אין בלומינג גראוו צו אפארטמענטס אין ק"י, ער ווייסט דאך אבער נאר וואס זיינע נאנטע גיבן אים איבער), אבער קום נישט שפילן תמעוואטע כאילו עס איז דא 'צופעליג' א פריוואטער ריעלטאר וואס נוצט 'צופעליג' די טאלקינג פוינטס וואס די ווילידזש/קהילה/צייטונגען נוצן די לעצטע 4 יאר, איר זענט נישט אזוי דום.לא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 09, 2026 7:56 pmעס זענען דא מענטשן און קאמפעניס וואס זייער סורווייוועל און קאפינג סטראטעגיעס איז מיטן האלטן דעם וויקטעם קארטל.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 09, 2026 9:57 am מען איגנארירט כאילו דער רבי מהר"א אליינס רעדט נישט פון די הויכע טעקסעס און מאנגל פון וואסער און די מנהיגי הווילידזש, די אפיציעלע צייטונגען, די שרייבער דא און יעדע אפיציעלע אדער סעמי אפיציעלע ווארטזאגער הערן נישט אויף אוועקצומאכן בלומינג גראוו און אנדערע געגנטער מיט די זעלבע טאלקינג פוינטס, דער שמועס קומט שוין באלד פאר ווי די אנשי סדום וואס יעדער האט נאר געגנבט "איין מטבע" פונעם עובר ושב ביז יענער איז ארויס נקי מכל.
די קאמפיין איז א קאארדינירטע קאמפיין איבער די לעצטע פאר יאר זינט די געגנטער ארום האבן אנגעהויבן וואקסן אויף הייוון, די יעצטיגע עדס פון פוינט ריעלטי זענען נאר איין רינגעלע אינעם לאנגן קייט פון פרובירן מיט אלע כוחות צו פארשווארצן דעם אימעדזש און חוזק מאכן פון בלומינג גראוו מיט א שטוינענדע לעק פון סוקסעס
לעינינו, די רבי מהר"א האט פאריאר ביים יארצייט סעודה גערעדט אז ווען א אינגערמאן שרייבט אונטער א קאנטראקט אויף א דירה זאל מען וויסן קלאר וויפיל די חודש'ליכע קאסט גייט זיין ווייל עס זענען דא אינפאו וואס איז נישט ריכטיג אדער נישט באוויסט.
איך זעה דא א רב וואס פרובירט העלפן אידן זאלן נישט אריינפאלן מיט סופרייזעס ביים קויפן א דירה, די אויבנדערמאנטע קאמפעניס - וואס זייער קיום איז דורך וויינען נרדף - זעהן העצעריי, באשמוצן, וכו.
לגבי שפילן וויקטים, ביזט סיריעס? פון בלומינג גראוו הערט מען נישט קיין פיפס בשעת די צייטונגען, יודטיש, קול סאטמאר און אנדערע קהילה טשענעלס הערט מען נישט אויף צו ברעטשען ווי די שקצים רודפן יודישקייט און ווילן אונטערברענגען קרית יואל, מען נעמט יעדן צעטל און לערנט אריין ק"ן טעמים אז מען מיינט דא "נאר צו שטעכן" קומסטו מיט (שוין ווייטער...) א תמימות אז בלומינג גראוו איז גאר דער וואס ברעטשטעט וויקטים... נישט קיין וואונדער אז קיינער אין בלומינג גראוו (אפילו חסידי מהר"א) קויפן נישט די קאאל עיד וואס קרית יואל פרובירט אונז צו פיטערן
סארי אבער מען האט אהינגעמאפט וויל עס איז נעבן ווילידזש אף קרית יואלאשר האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 16, 2026 9:25 am איך בין ניי דא, אבער נאכן דורכקוקן שנעל די טעמע דא וואונדער מיר פארוואס אין אלע צוויי הונדערט בלעטער דא זעה איך נישט בארירן די טעמע פארוואס טאקע דער רבי שליט"א האלט אז בלומינג גראוו איז זיין שטאט?
עס קען זיין אז אין הלכה איז דא אזא זאך אז גלילות פון א שטאט ווערט גערעכנט ווי די שטאט אליינס, אבער דא איז דאך באמת בלומינג גראוו א שטאט פאר זיך, סיי לעגאל און אפיציעל, סיי מצד די נאמען שבו, סיי מצד די גרויסקייט וואו עס שלינגט ממש איין קרית יואל, סיי מצד ווייל די מענטשן וואס האבן עס מייסד געווען האבן עס נישט מייסד געווען על מנת צו זיין א חלק פון קרית יואל, סיי מצד ווייל עס האט פירער וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט קרית יואל, סיי די וויליזש פירער סיי די רבני העיר, סיי מצד די תושבים וואס זענען נישט אויסען צו זיין אונטער די קרית יואל הנהגה, איז דא אזא זאך אז יעדע רב אדער הנהלת העיר קען אלינס באשליסן צו ארויפצווינגען אויף א מענצאפליטעט אז זיי זיי מוזן הייסן גלילות און זיי מוזן זיך אונטערווארפן בעל כרחם? ביטע מסביר זיין
גאלדבערג האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 5:07 pmזמיגראדע און נאך גדולי רבני העיר זענען ביי די מיינונג אז ס'איז א עקסטערע שטאטפופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 3:10 pmאודאי אזוי. אבער אז א ניק אויף א פארום זאל דן זיין צי דאס וואס א רבי זאגט ברבים האט נישט קיין שום מקור בהלכה איז אבסורד צו לעוולס.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 3:04 pm
יא און ניין, ציונות איז אויך נישט עפעס וואס האט מיט האלטן אדער נישט האלטן, דער רבי ז"ל האט מברר געווען אז יעדע ניצוץ דערפון איז כפירה בשעת אסאך אנדערע ערליכע צדיקים האבן געהאלטן אנדערש, ווען דו ביזט א סאטמארער חסיד וואס שטייט אוועק פון יעדן שמץ פון ציונות האסטו גענומען א צד, נישט מדעת עצמך אבער דו פארלאזט דיך אויפן פסק פונעם רבין.
דאס זעלבע דא, עס איז זיכער דא א קלארע הלכה, דו מעגסט אבער אננעמען ווי דעם וואס האלט אז עס איז יא קרית יואל בכל פרטיה און איך מעג האלטן אז נישט.
שקר וכזב
ביים יעצטיגער עירוב קאמפיין ווי מען האט אריינגענומען אלע געגנטער צו קאמפיינען ארויסצוהעלפן די קרית יואלע עירוב
זענען די רבנים הנ''ל און די עסקני העיר גענצליך אפוועזנד פינעם קאמפיין צוליב זייער שטעלונג אז די שטאט איז א ברי' בפני עצמו
די קמפיין פארן עירוב איז וויל מען מאכט אלעס פאר איין גרויסע עירוב סא עס האט נישט צו טוהן צו עס איז יא איין שטר צו נישט
פארוואס זאל זיין א חוצפה צו מסביר זיין זייער צד אין די הלכה
אשר האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 10:54 pmרעאליסטיש האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 10:50 pmא באזעסענע שטאט וואס 2 גראסעריס האט זיך שוין פארמאכט (דהיינו פרענקל, סאני סייד, און העכער ברך משה ביהמ"ד...)נישט געווען די איינציגסטע וואס איז געווען נאכדערצו אויפן זעלבע פלאטץאשר האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 10:33 pm איך וויל צולייגן נאך א טיפע געדאנק, כאטש ידעתי שיורו המורים כאן עלי חצים ובליסטראות, אז באמת דארף קרית יואל שטארק זיין דאנקבאר פארן שכן שטאט בלומינג גראוו פארן איר אנווייזן א פלעינע נארמאלע אורח חיים וויאזוי א באזעסענע שטאט פירט זיך אויף, וואס מאז ועד עתה ווען בלומינג גראוו האט איינגעפירט א נארמאלע ווירטשאפט פון א שטאט האט זיך שוין קרית יואל פיל געלערנט, און עס איז ערווארטעט פיל מער.
אין א באזעסענע שטאט רופט מען צוזאמען יעדן רב פאר יעדע שטאטישע אסיפה און מען גיבט אים אפ די פולסטע כבוד, נישט קיין נפקא מינה זיינע פריוואטע מיינונגען, ווי עס דערקענט זיך אין בלומינג גראוו אויף יעדע נושא.
אין א באזעסענע שטאט איז נישטא קיין ארויפגעצווינגענע מיינונגען ווען עס קומט צו גשמיות, און צו חתונה מאכן, און ווי צו לייגן מתים רח"ל, יעדער קען אויסדרוקן זיין מיינונג וויאזוי אים שמעקט. איר ווייסט וואספארא בושות און חרפות איך האב ווען מיינע שוואגערס פון שטאט הערן פון מיר אז דער מנהג פון שיקן פנקס בריוו אויף פאסט גייט נאך אן עד היום הזה בשנת תשפ"ו און עס איז פארהאנען פארשפארטע בתי מדרשים אין קרית יואל וויליזש עד היום הזה?!
אין א באזעסענע שטאט איז דער עול פונעם וויליזש צו קעיר נעמען פון אלע סארטן גשמיות'דיגע געברויכן, האוזינג, סוער, וואסער, פארקינג, וכו' וכו' נישט נעמען קיין צד אין פאליטיקס און אפילו נישט אין קיין זאכן וואס האבן מיט דעת תורה. אין אלע שטעט אין אייראפא אינדערהיים האט דער רב און די ראשי קהילה געפירט די קהילה און די שטאט-ראט האט געפירט די מענטשליכע געברויכן. אין קרית יואל וויליזש האט זיך דער שטאט ראט יארן לאנג נישט געקימערט בכלל עס זאל זיין מצוי נארמאלע דאקטוירים, נארמאלע טעלעפאן סערוויס, וכו' זאכן וואס באלאנגט יא פאר זיי און נאר זיי קענען עס ערלעדיגן.
אין א באזעסענע שטאט פארשטייט די הנהגה אז יעדער איז א מענטש, יעדער איז בארעכטיגט צו א מענטשליכע באציהונג, צו ער וואוט פאר מיר אדער נישט, אפשר מוז איך נישט ארויסגיין פון וועג פאר מיין אפאנענט, אבער א מענטש איז ער, נישט א שרץ נישט קיין גארבעזש.
אין א באזעסענע שטאט פארשטייט די וויליזש אז א אפענע דירות מארקעט איז די בעסטע זאך פאר יעדן, פאר די מוכרים און פאר די קונים, און מען נעמט נישט קין שטעלונג אין ביזנעס. אפגערעדט אז מען כאפט נישט אויס קיין שטחים וואס אנדערע האבן געוואלט דעוועלאפן, און ארבייטן מיט סקופיס צו אפשטעלן די באר שבע אפליקאציע וואס וואלט אינגאנצן אראפגענומען דעם דירות עול פון אנ"ש.
אין א באזעסענע שטאט פארשטייט דער וויליזש אז דער עקאנאמיע דארף בליייבן אפן און צוגענגליך פאר יעדן, נישט אז דער וועד הקרי' כאפט ארויס יעדן מעגליכן דאללער פונעם יחיד און פון די סוחרים מיטן נעמען אלע ביזנעס פאר זיך.
אין א באזעסענע שטאט פארשטייט די שטאט ראט אז אויב איז דא סיי וועלכע מעגליכקייט צו בויען נארמאל און מענטשליך מיט גראז און ביימער, עלעוועיטארס וכו', און נישט ווי די סיטי און נישט קיין סיטי פרייזן, און נישט מיט לאדענס וואס מען מוז אראפציען פאר פחד ווען מיין שכן קוקט אריין, דארף מען דאס צושטעלן, צו עס וועט ברענגען פראפיט צו נישט.
אין א באזעסענע שטאט וואס דער וועד הקרי' באדט זיך אין פאנדיגנ פון שערי חמלה, עזרת חולים, בית השחיטה, אשת חיל, שאפינג סענטער, ביזנעס סענטער, קרן ויואל משה, פאראדייס, זעהט מען דערצו אז אויך אונז יחידים האבן גארנישט באקומען דערפון, אני הק' האב נאך ניטאמאל א פעני שכר לימוד באקומען דערפאר נאכגעלאזט.
שוין יארן יארן לאנג וואס עס איז נישט שייך צוצוקומען צו די וויליזש איינגעשטעלטע און אויסשמועסן זאכן נארמאל, אפילו אין ביזנעס געביטן, כל שכן אין יחיד אישוס, בשעת ווען בלומינג גראוו איינגעשטעלטע קען יעדער מאן דהו צוקומען מיט בלויז דיילן זייער פריוואטער סעלפאון נומבער!
ועוד ועוד ועוד, וואס מיט די אויפבליה פון דעם שטאט בלומינגראוו דערקענט זיך היבש שינויים אין די אלע געביטן, און עס איז ערווארטעט צו גיין מער און מער, און דערפאר איז פשוט וואונדערליך ווען אנדערע ווילן פארשטימען א שטאט וואס ברענגט בענעפיטשן סיי פאר דעם שטאט און סיי פארן שכנות'דיגן קרית יואל אין יעדן געביט, בצירוף צו דעם געוואלדיגן דעת תורה וואס דאמינירט יעדן ריר, און טאקע פון רבנים וואס לעבן דא און האלטן מיט יעדן פארשריט (און פאר די וואס ווילן נישט געדענקען: בשנת תשנ"ה ווען עס זענען געווען מערערים אויף שערי חמלה, האט מרן הברך משה זי"ע ולהבחל"ח רבינו שליט"א זייער קלאר ארויסגעברענגט און מען קען עס הערן אין די טעיפס, אז נאר ווער עס וואוינט אין דעם שטאט און זעהט מיט די אויגן דעם טאג טעגליכן ווירשטאפט האט וואס אריינצורעדן אין דעם נושא!).
על כל פנים איז זייער נישט קלאר, אויב בלומינ גראוו איז א שיינע שטאט ברוח ובגשם, וואס האקט מען אין קאפ אריין? לאז אונז לעבן אין אונזער שטאט און די אין דיין שטאט! עס פארבלייבט א מילתא דתמי'.
א באזעסענע שטאט וואס גנב'ט וואלן באישון לילה (דהיינו וויליזש אוו קרית יואל שוין די לעצטע צוואנציג יאר...)עס נישט געטון ווייל מען האט מורא געהאט אז מען וועט פאלירן
א באזעסענע שטאט וואס נעמט צו יעדע ביסל פריוואטקייט וואס אידן האבן ארויסגעמופט צו קענען לעבן מיט א פריוואטע הויז מיט גראז און ביימער, און מפליקט עס אויס איינס נאכן צווייטן (דהיינו די זאוניג וואס בלומינג גראוו איינוואוינער האבן זיך אליינס געקליבן צו קענען מאכן געלט אויף זייער פראפערטי...).
באזעסענע שטאט מיט פולע ליידיגע הייזער, ואין יוצא ואין בא (דהיינו אלע פערדע שטאקן אין שכונת ויואל משה און אין עיקערס פוינט...)אלע פערדע שטאקן אין שכונת יואל משה איז פול
און עס הערט זיך פון דיין ענטפער אז די האסט מיר זייער גוט פארשטאנען.
וואס נאך דערציילט ער, דער ווילידזש באאמטער?שמאטשקע האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 6:23 pm אנטשולדיגט פאר'ן איבערהאקן די שמועס איך וועל רעדן פון עפעס תכלית,
ס'איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט איינעם פון די ווילעזש אף קר"י, און אים געפרעגט בנוגע צוזאמברענגען די סקול דיסטריקטס, היוצא מכל השמועס, ס'איז זיכער דא וועגן עס צו קענען טוהן, ס'איז אבער נישט קיין גרינגע פראצעדור, ער איז איבערגעגאנגען אלע לעגאלע היכי תימצי'ס וויאזוי מען קען דאס באווייזן, דאס וועט פאדערן אסאך יגיעה און זייער א שטארקע צוזאמענארבעט פון ביידע ווילעזשעס עס צו קענען אדורכפירן,
קר"י ווילעזש איז בכלל נישט אינטרעסירט דערין און אין די שווערע ארבעט וואס וועט דארפן אריינגיין דערין, אבער זיי זענען זיכער גרייט צו העלפן, אויב די ב"ג ווילעזש פירער וועלן זיי עכט בעטן, יעצט בלייבט איבער צו זעהן צו די ב"ג ווילעזש איז גרייט צו טוהן וואס איז ריכטיג כדי צו סעיוון קאלעקטיוו מיליאנען דאלארן פאר די תושבים.
ער זאגט מיר אז עס זענען דא נאך פילע זאכן וואס קר"י ווילעזש וואלט געקענט העלפן אויב מען זאל קומען אויף די ריכטיגע וועג.
איך מיין אז די איינוואוינער דארפן זיך צוזאמנעמען און פארלאנגען פון די באהערדע צו טוהן כל מה שביכולתם פאר די תועלת הנרצה.
ממש נישט.איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 9:28 pm @פופציגער אויב וועט איין טאג זיין די מציאות אז בלומינגראוו וועט יא האבן אייגענע מוסדות און אלעס אליינס האבן און גארנישט דארפן צוקומען צו קרית יואל, דאן וועט עס יא ווערן גערעכנט ווי א אייגענע שטאט?
אדער וויבאלד די התחלה איז געווען קרית יואל בלייבט עס שוין אזוי אייביג?
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
קרית יואל איז א חלק פין וויליאמסבורג, יארן לאנג האבן זיי געדארפט צי קימען צי סערוויסעס פין וויליאמסבורג, די התחלה איז בס"ה וואס צייגט אונז די ווארהייט.פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 9:34 pmממש נישט.איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 9:28 pm @פופציגער אויב וועט איין טאג זיין די מציאות אז בלומינגראוו וועט יא האבן אייגענע מוסדות און אלעס אליינס האבן און גארנישט דארפן צוקומען צו קרית יואל, דאן וועט עס יא ווערן גערעכנט ווי א אייגענע שטאט?
אדער וויבאלד די התחלה איז געווען קרית יואל בלייבט עס שוין אזוי אייביג?
די התחלה איז בס"ה וואס צייגט אונז די ווארהייט.
די ווארהייט איז אז בלומינגראוו איז ביי דיפאלט טייל פון קרית יואל.
אויב ווילן זיי זיך אפטיילן? איך גלייב ס'זיכער דא א וועג עס צו טון. דארף מען הערן פון א הלכה'דיגע קוואל וויאזוי טייל פון א שטאט קען ווערן א שטאט פאר זיך.
כהאב פריער ערקלערט פארוואס דער דיפאולט איז זיכער אזוי. גיי ליין.גאלדבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 9:50 pm @פופציגער
וואו אין שולחן ערוך, חושן משפט אדער אין די טאון רעקארדס געפינט זיך דער באגריף פון א "דיפאלט" בעלות
די אמת איז אז בלומינגראוו איז טייל פון קרית יואל
אבער אין דער קומענדיגער שורה שטייט קלאר: "דארף מען הערן פון א הלכה'דיגע קוואל וויאזוי...
ביטע זיי קודם מברר די הלכה'דיגע פראצעדור און טשעק צו מען האט עס נישט געטין
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
פארשטייסט שוין די חילוק צווישן בלומינגבורג און בלומינגראוו?קיגעל האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:06 pmקרית יואל איז א חלק פין וויליאמסבורג, יארן לאנג האבן זיי געדארפט צי קימען צי סערוויסעס פין וויליאמסבורג, די התחלה איז בס"ה וואס צייגט אונז די ווארהייט.פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 9:34 pmממש נישט.איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 9:28 pm @פופציגער אויב וועט איין טאג זיין די מציאות אז בלומינגראוו וועט יא האבן אייגענע מוסדות און אלעס אליינס האבן און גארנישט דארפן צוקומען צו קרית יואל, דאן וועט עס יא ווערן גערעכנט ווי א אייגענע שטאט?
אדער וויבאלד די התחלה איז געווען קרית יואל בלייבט עס שוין אזוי אייביג?
די התחלה איז בס"ה וואס צייגט אונז די ווארהייט.
די ווארהייט איז אז בלומינגראוו איז ביי דיפאלט טייל פון קרית יואל.
אויב ווילן זיי זיך אפטיילן? איך גלייב ס'זיכער דא א וועג עס צו טון. דארף מען הערן פון א הלכה'דיגע קוואל וויאזוי טייל פון א שטאט קען ווערן א שטאט פאר זיך.
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
ניין, און די אויך נישטפופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:15 pmפארשטייסט שוין די חילוק צווישן בלומינגבורג און בלומינגראוו?קיגעל האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:06 pmקרית יואל איז א חלק פין וויליאמסבורג, יארן לאנג האבן זיי געדארפט צי קימען צי סערוויסעס פין וויליאמסבורג, די התחלה איז בס"ה וואס צייגט אונז די ווארהייט.פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 9:34 pm
ממש נישט.
די התחלה איז בס"ה וואס צייגט אונז די ווארהייט.
די ווארהייט איז אז בלומינגראוו איז ביי דיפאלט טייל פון קרית יואל.
אויב ווילן זיי זיך אפטיילן? איך גלייב ס'זיכער דא א וועג עס צו טון. דארף מען הערן פון א הלכה'דיגע קוואל וויאזוי טייל פון א שטאט קען ווערן א שטאט פאר זיך.
סארי מהאט ארויס געמופט ווייל מוויל נישט זיין אין קרית יואלSuper mario האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 6:04 pmסארי אבער מען האט אהינגעמאפט וויל עס איז נעבן ווילידזש אף קרית יואלאשר האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 16, 2026 9:25 am איך בין ניי דא, אבער נאכן דורכקוקן שנעל די טעמע דא וואונדער מיר פארוואס אין אלע צוויי הונדערט בלעטער דא זעה איך נישט בארירן די טעמע פארוואס טאקע דער רבי שליט"א האלט אז בלומינג גראוו איז זיין שטאט?
עס קען זיין אז אין הלכה איז דא אזא זאך אז גלילות פון א שטאט ווערט גערעכנט ווי די שטאט אליינס, אבער דא איז דאך באמת בלומינג גראוו א שטאט פאר זיך, סיי לעגאל און אפיציעל, סיי מצד די נאמען שבו, סיי מצד די גרויסקייט וואו עס שלינגט ממש איין קרית יואל, סיי מצד ווייל די מענטשן וואס האבן עס מייסד געווען האבן עס נישט מייסד געווען על מנת צו זיין א חלק פון קרית יואל, סיי מצד ווייל עס האט פירער וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט קרית יואל, סיי די וויליזש פירער סיי די רבני העיר, סיי מצד די תושבים וואס זענען נישט אויסען צו זיין אונטער די קרית יואל הנהגה, איז דא אזא זאך אז יעדע רב אדער הנהלת העיר קען אלינס באשליסן צו ארויפצווינגען אויף א מענצאפליטעט אז זיי זיי מוזן הייסן גלילות און זיי מוזן זיך אונטערווארפן בעל כרחם? ביטע מסביר זיין
הרב ר' אשר גאלדבערג שליט"א אפשר קענסטו מיר אויסרעכענען וועלכע רבנים פון בלומינגראוו דו רעדסט דא, און אזוי אויך ווען און ווי זיי האבן געלאזט הערן זייער דעת תורה איבער דעם??גאלדבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 4:17 pm @פופציגער
איין קשיא נאר צו דעם פילמאר לעבל פאר אזויפיל מייל ארום און ארום
קוק אויף דעם גראנדיעזן קאמפיין וואס האלט יעצט אינדערמיט לטובת די "קרית יואל עירוב".
דעיס איז א ריזיגער פראיעקט וואס עסקנים און רבנים פון קרית יואל ארבעטן שווער און שפאנען איין יעדן
די גאנצע שטאט צו ברענגען טויזנטער שטיצער פארן עירוב
אבער אינטערעסאנט איז אז די רבני העיר און עסקני בלומינגראוו נעמען נישט קיין חלק דערין
און נישט ווייל מען האט זיי נישט געבעטן מען איז זיי נאכגעלאפן מיט כבוד און געבעטן זיי זאלן זיך אנשליסן
אין הלכה (סיי אין הלכות עירובין און סיי אין הלכות שותפות), א עירוב איז די גרעסטער סימבאל פון א "מחיצה המאחדת"אבער די רבנים פון בלומינגראוו האבן קלאר און דייטלעך געענטפערט "מיר האבן אונזער שטאט פאר זיך, אונזערע דיינים פאר זיך, און אונזערע צרכים פאר זיך
צווינגט אונז נישט ארויף זאכן וואס מיר האבן נישט געבעטן
ווען א גאנצער געגנט 'פון 5 מייל' מיט זייערע רבנים פירן זיך אלס באזונדערע רשות לגבי דעם עירוב און נעמען נישט קיין חלק אינעם עול פונעם קאמפיין, קענסטו נישט קומען מיט געוואלד און זאגן "עטץ זענטס טייל פון מיין פילמאר ישוב"
דעיס איז דער הימל און ערד חילוק צווישן א תושב בישוב פילמאר, ווי א תושב קען נישט זאגן "איך בין נישט קיין חלק פונעם עירוב קאמפיין", איך שליס מיר אויס פינעם שטאט
צו בלומינגראוו וואס פירט זיך זעלבסטשטענדיג,
די מציאות רעדט פאר זיך אליין
אויף וואס גייט דעיס ארויף? אויף די פאקט אז אנהייב בלומענבערג זענען די קינדער געקומען אין קרית יואלע חדר, און מ'האט געמיזט קומען איינקויפן אין ק''י. מילא זאל בלומבערג אויך זיין א חלק פון ק''י?
הא?..אשר האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:52 amאיך בין מיטן גאנצן הארץ מוותר אויף די אומגעבעטענע מחילה פון אזוינע חסידים ווי דיר. שכחאויגעלעך האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:48 amסאטמארע חסידים תלמידי רבינו שליט"א זענען מיטן גאנצן הארץ מוותר אויף די אומגעבעטענע הילף פון הרב @אשר. שכחאשר האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:42 am
נישט סתם. דעם כ"ו אב ווען איך האב געזעהן רבינו שליט"א מיט די טעקס בילל אין זיין האנט פארפירן, ווען עס מאכט די אימפרעשאן ווי א פאדקעסטער אדער רעפארטער להבדיל, ולכל היותר ווי א ריעל עסטעיט בראקער וואס זוכט צו שטופן זיין אגענדע, אנשטאט צו הערן א לומדות אדער דברי תוכה בעניני תורה ויר"ש, איז מיר די בלוט פארלאפן אין פנים און איך האב געוואלט דערלאנגען פאר געוויסע אידן אין ביהמ"ד וואס האבן גורם געווען די בושות צוויי פעטש.
ואיככה אוכל וראיתי ברע אשר ימצא את עמי ואבדן מולדתי, ווען מען מאכט משוגע דעם רבי'ן עד זקנה ושיבה און מאכן זיכער אז ער וועט פארלאזן די וועלט מיט דעם שלעכטן אימעזש רח"ל.
אשר דערמאנסט מיר פון אזעלכע געטרייע חסידים ווי דיר, וואס האבן מיר מיט צוואנציג יאר צוריק אויך מסביר געווען, וואס איז די עכטע מיינונג פון מיין רבי!לא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:27 pmהא?..אשר האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:52 amאיך בין מיטן גאנצן הארץ מוותר אויף די אומגעבעטענע מחילה פון אזוינע חסידים ווי דיר. שכח
ואיככה אוכל וראיתי ברע אשר ימצא את עמי ואבדן מולדתי, ווען מען מאכט משוגע דעם רבי'ן עד זקנה ושיבה און מאכן זיכער אז ער וועט פארלאזן די וועלט מיט דעם שלעכטן אימעזש רח"ל.![]()
![]()
ערשט יעצט האב איך באמערקט די פילע תוכן פינעם ערשטע פאוסט פון אשר און די תמיהותאשר האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 16, 2026 9:25 am איך בין ניי דא, אבער נאכן דורכקוקן שנעל די טעמע דא וואונדער מיר
עס קען זיין אז אין הלכה איז דא אזא זאך אז גלילות פון א שטאט ווערט גערעכנט ווי די שטאט אליינס,
אבער דא איז דאך באמת בלומינג גראוו א שטאט פאר זיך,
סיי לעגאל און אפיציעל,
סיי מצד די נאמען שבו,
סיי מצד די גרויסקייט וואו עס שלינגט ממש איין קרית יואל,
סיי מצד ווייל די מענטשן וואס האבן עס מייסד געווען האבן עס נישט מייסד געווען על מנת צו זיין א חלק פון קרית יואל,
סיי מצד ווייל עס האט פירער וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט קרית יואל,
סיי די וויליזש פירער סיי די רבני העיר,
סיי מצד די תושבים וואס זענען נישט אויסען צו זיין אונטער די קרית יואל הנהגה,
איז דא אזא זאך אז יעדע רב אדער הנהלת העיר קען אליינס באשליסן צו ארויפצווינגען אויף א מענצאפליטעט
2 באפעלן, איינס
אז זיי זיי מוזן הייסן גלילות
און זיי מוזן זיך אונטערווארפן בעל כרחם?