על דא ועל הא

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3936
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13443

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

גאלדבערג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:29 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:18 pm
רעאליסטיש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:12 pm
וויאזוי ארבעט א סטאנדארט טויש?
די מציאות האט זיך ארויסגעשטעלט במשך די יארן אז ווען משטעלט צו א געוויסע פראדאקט אדער סערוויס כאפט זיך דער עולם צו, ווי למשל די ביליגע כינור דוד / פרדס/ גינת אסתר זאלן צו תנאים זאלן אין קרית יואל, אפילו מענטשן האבן נאך אלס נישט ליב געוויסע זאכן פון די זאלן מיט דעם אלעם שטעלט זיך א גרויס ציבור צו, און דעס איז אלעס מיט גרויס סוקסעס,
דעס וואס שלוה טוט יעצט, זיי שטעלן אהער פעקעדש'ס צו קענען האבן ביליגע אפשענס צו די האנט, און דאס טוישט אטאמאטיש די סטאנדארט,
כינור דוד איז אן אפציע. נישט קיין סטאנדארט טויש.

כתר מלכות איז אין די גוטע צייטן געווען א סטאנדארט טויש.

כאפסט?
נישט ריכטיג
מצוה גוררת מצוה
כינור דוד האט א דירעקטע השפעה אז נאך זאלן ווי פרדס ועוד זאלן ווערן די גאנגבארע סטענדערט

ווען ברסלב ליבערטי מאכט זייער סטאנדארט ביי חתונות האט עס א השפעה אז מער מענטשן זאלן גיין צום שלוה פלאן.
אזוי גייט עס איבעראל.
סאיז געווארן דער סטאנדארט אז ס'דא אן אפציע פון כינור דוד. כ'הער. גג על גג.

כינור דוד איז נישט קיין סטאנדארט כללי. כתר מלכות אין די גוטע צייטן איז יא געווען. כאפסט?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אסרוחג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 612

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אסרוחג »

גאלדבערג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:29 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:18 pm
רעאליסטיש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:12 pm
וויאזוי ארבעט א סטאנדארט טויש?
די מציאות האט זיך ארויסגעשטעלט במשך די יארן אז ווען משטעלט צו א געוויסע פראדאקט אדער סערוויס כאפט זיך דער עולם צו, ווי למשל די ביליגע כינור דוד / פרדס/ גינת אסתר זאלן צו תנאים זאלן אין קרית יואל, אפילו מענטשן האבן נאך אלס נישט ליב געוויסע זאכן פון די זאלן מיט דעם אלעם שטעלט זיך א גרויס ציבור צו, און דעס איז אלעס מיט גרויס סוקסעס,
דעס וואס שלוה טוט יעצט, זיי שטעלן אהער פעקעדש'ס צו קענען האבן ביליגע אפשענס צו די האנט, און דאס טוישט אטאמאטיש די סטאנדארט,
כינור דוד איז אן אפציע. נישט קיין סטאנדארט טויש.

כתר מלכות איז אין די גוטע צייטן געווען א סטאנדארט טויש.

כאפסט?
נישט ריכטיג
מצוה גוררת מצוה
כינור דוד האט א דירעקטע השפעה אז נאך זאלן ווי פרדס ועוד זאלן ווערן די גאנגבארע סטענדערט

ווען ברסלב ליבערטי מאכט זייער סטאנדארט ביי חתונות האט עס א השפעה אז מער מענטשן זאלן גיין צום שלוה פלאן.
אזוי גייט עס איבעראל.
ליידער האט די השפעה נאכנישט צופיל משפיע געווען, די ביליגסטע זאלן זענען כמעט דאפלט ווי כינור דוד (כ'רעד פון די גאנצע נאכט)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3936
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13443

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

אסרוחג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:53 pm

פופצי, אפשר ביסטו מסביר וואס מיינט גוטע צייטן פון כתר מלכות?
אין מיינע אויגן איז כתר מלכות די זעלבע אפציע ווי כינור דוד, ווער ס'האט שכל נעמט דאס, און ווער נישט קלוגט איבער דעם סיסטעם
נאר וואסזשע דען, כינור דוד איז בכלל נישט קיין אפציע פאר יעדן ווייל ס'איז לימיטעט, משא"כ כתר מלכות
כתר מלכות היינט איז ליידער אן אפציע.

ווען איך בין געווען א בחור איז עס געווען דער סטאנדארט. יעדער האט געהאט כתר מלכות שטריימלעך, און אונטער א מנין חתנים פון יעדע עידזש האבן געטראגן טייערע שטריימלעך.

די חתנים מיט טייערע שטריימלעך האבן זיך געשעמט דערמיט. צוויי פון מיינע חברים האבן געקויפט טייערע שטריימלעך, און עס נישט אנגעטון צו די חתונה ווייל ס'געווען א בושה.

דאס הייסט א סטאנדארט טויש.

ליידער איז עס געבראכן געווארן, נישט דורך עשירים, נאר ליבערשט דורך עניים און נכדי רבינו ואכמ"ל
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3936
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13443

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

אסרוחג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:55 pm

ס'זיכער געווארן א סטאנדארט אז ס'דא ביליגע אפציעס, און כינור דוד איז זיכער דער פאן טרעגער פון דעם באוועגונג.

איך זע נישט פאר ריכטיג אוועקצונעמען פון דעם אומבאשרייבליכן דורכברוך וואס כינור האט געברענגט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אסרוחג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 612

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אסרוחג »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:57 pm

ב"ה בייז אונז אין די משפחה ווייסט מען נישט פון די ברעכעריי
די שאלה צו די עניים וואס האבן עס געבראכן איז עס אליין, אדער דורך אגענטן?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3936
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13443

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

אסרוחג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 3:00 pm

אין אנהייב איז נאכנישט געווען קיין אגענטן.

בעצם זענען זיי נישט אליינס שולדיג. דאס אז די שטריימל געשעפטן האבן אנגעהויבן אפפערן שיינע סחורה פאר ביליג, בו בזמן וואס כתר מלכות האט אנגעהויבן אביסל מזלזל זיין, האט אויך אסאך צוגעגעבן.

איך געדענק ווען מ'האט מיר באשולדיגט צו זיין אן אגענט פאר א שטריימל געשעפט און דער רבי האט דאן געהאלטן א דרשה דערוועגן, און די גאנצע ביהמ"ד האט זיך ספאנטאן אויסגעדרייט קוקן אויף מיר... מיין מנהל האט מיר אויך עטליכע מאל אריינגערופן און געווארנט מיט'ן לעבן... ס'פשוט נישט געווען בנמצא קיין שטריימל אגענטן אין ישיבה.

אגב, איך בין געווען בעצם א כתר מלכות אגענט, און דאס אז מ'האט מיר אזוי באשולדיגט איז פשוט נוסח סאטמאר וויאזוי מ'באגייט זיך מיט לאקאלע עסקנים.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
לעפעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 77
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 1:37 pm
x 81

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך לעפעלע »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:54 pm
לעפעלע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:21 pm חתנה מאכן היינט איז א צרות הכלל שלוה טרייט צו מאכן א סטאנדארט פאר מענטשן וואס האבן מחלוט געווען אז זיי קענען נישט נאכטאנצן די יעצטיגע סטאנדארט און זיי ווילן טעהן דראסטישע שריט נישט נאר זיך העלפן א פיצו נאר ווער עס איז באמת גרייט.
דאס מיינט אז שלוה איז אן אפציע, נישט קיין סטאנדארט טויש.

מ'קען נישט מאכן קיין פנימי סטאנדארט פאר אן ענגע צירקל מחותנים. סטאנדארט איז סטאנדארט, אפציע איז אפציע.
זיי נוצן די ווארט סטאנדארט פאר אן אפציע וואס סזאל זיין א זאך וואס יעדער וואס וויל שפארן געלט זאל קענען טון. נישט נאר מענטשון וואס האבן נישט קיין געלט (איך בין נישט קיין שרייבער אבער אפשר שטימיט עס נישט )
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 230

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך גאלדבערג »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:59 pm
אסרוחג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:55 pm
גאלדבערג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:29 pm
נישט ריכטיג
מצוה גוררת מצוה
כינור דוד האט א דירעקטע השפעה אז נאך זאלן ווי פרדס ועוד זאלן ווערן די גאנגבארע סטענדערט

ווען ברסלב ליבערטי מאכט זייער סטאנדארט ביי חתונות האט עס א השפעה אז מער מענטשן זאלן גיין צום שלוה פלאן.
אזוי גייט עס איבעראל.
ליידער האט די השפעה נאכנישט צופיל משפיע געווען, די ביליגסטע זאלן זענען כמעט דאפלט ווי כינור דוד (כ'רעד פון די גאנצע נאכט)
ס'זיכער געווארן א סטאנדארט אז ס'דא ביליגע אפציעס, און כינור דוד איז זיכער דער פאן טרעגער פון דעם באוועגונג.

איך זע נישט פאר ריכטיג אוועקצונעמען פון דעם אומבאשרייבליכן דורכברוך וואס כינור האט געברענגט.
דעס אז הונדערטער מחותנים האבן היינט א ביליגע פרדס זאל ועוד כהנה אזעלכע זאלן
איז בזכות די וואס האבן די ביליגע כינור דוד אפציע
א ביליגע אפציע פאר א ציבור אידן
ברענגט אראפ דעם סטאנדארט ביי יעדן
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3936
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13443

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

גאלדבערג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 4:06 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:59 pm
אסרוחג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:55 pm

ליידער האט די השפעה נאכנישט צופיל משפיע געווען, די ביליגסטע זאלן זענען כמעט דאפלט ווי כינור דוד (כ'רעד פון די גאנצע נאכט)
ס'זיכער געווארן א סטאנדארט אז ס'דא ביליגע אפציעס, און כינור דוד איז זיכער דער פאן טרעגער פון דעם באוועגונג.

איך זע נישט פאר ריכטיג אוועקצונעמען פון דעם אומבאשרייבליכן דורכברוך וואס כינור האט געברענגט.
דעס אז הונדערטער מחותנים האבן היינט א ביליגע פרדס זאל ועוד כהנה אזעלכע זאלן
איז בזכות די וואס האבן די ביליגע כינור דוד אפציע
א ביליגע אפציע פאר א ציבור אידן
ברענגט אראפ דעם סטאנדארט ביי יעדן
דאס אז סהאט אן עפעקט אויף די סטאנדארט איז נישט דער נושא. כינור דוד איז אין פאקט נישט דער סטאנדארט חתונה זאל.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 230

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך גאלדבערג »

וואס א נפק''מ צו ס'האט א עפעקט אויף די סטענדערט צו עס ווערט זעלבסט די סטענדערט
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3936
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13443

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

גאלדבערג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 4:37 pm וואס א נפק''מ צו ס'האט א עפעקט אויף די סטענדערט צו עס ווערט זעלבסט די סטענדערט
ווי געזאגט, איז עס אן אנדערע סארט געים.

ווען דו ווילסט טוישן א סטאנדארט כללי, דארפסטו גיין ווי מ'איז געגאנגען ביי כתר מלכות. מ'האט געארבעט אויף א דבר השוה לכל, און געהאלטן א שארפן פאקוס אז ס'זאל טאקע זיין לכל. דער דאונסייד איז אז מ'מוז קענען גוט באגלייטן אזא זאך, ווייל די רגע ס'ווערט שפאלטן, דער טוט אנדערש און יענער דרייט זיך ארויס, איז עס א קאצן שפרונג אוועק פון בטל ומבוטל.

ווען דו ווילסט געבן אן אפציע, א שטייגער ווי כינור דוד, דארף מען האלטן דעם פאקוס אז דער אפציע זאל זיין קראנט, גוט, און דו וואס וועלן דאס אויס זאלן שפירן אז זיי האבן באקומען מער ווי זיי האבן מקריב געווען. א קלאסישער ביישפיל איז כינור דוד, און מהאי טעמא שטייען זיי אזוי שטארק אויף זייערע רעגולאציעס, ווייל נאר דאס אז ס'איז אזוי אסטראנאמיש ביליג, דאס האט עס געברענגט צום נומער איינס אפציע. בכגון דא, פאסירט גארנישט ווען איינער מאכט חתונה אין פאראדייס, אבער, זייער אסאך מחותנים פילן נאכאלץ אז זיי מוזן חתונה מאכן אין פאראדייס, סא אן אפציע איז קיינמאל נישט אזוי עפעקטיוו צו ארויסנעמען מענטשן פונעם גייסטישן תפיסה, ווי א סטאנדארט.

ווען דו ווילסט מאכן א "מאוומענט", אזויווי כח היחיד וכדומה, איז, אםםםם, סתם, גיי טו עפעס בעסער מיט די צייט...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3341
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13833

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך בודקע »

כינור קען נישט ווערן אנגערופן סטאנדארט, פשוט ווייל דריי-פערטל מחותנים האבן ניטאמאל די אפציע צו חתונה מאכן דארט, ווערן סטאנדארט קען עס נאר אויב מ'לייגט צו עטליעסט נאך צוויי כינור סטייל זאלן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3936
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13443

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 4:53 pm כינור קען נישט ווערן אנגערופן סטאנדארט, פשוט ווייל דריי-פערטל מחותנים האבן ניטאמאל די אפציע צו חתונה מאכן דארט, ווערן סטאנדארט קען עס נאר אויב מ'לייגט צו עטליעסט נאך צוויי כינור סטייל זאלן.
דאס איז איינס פון מיינע פראגעס אויב איז וואר אז שלוה צילט א סטאנדארט.

וויאזוי קענסטו חלומ'ען פון א סטאנדארט ווען דו קענסט עס נישט נאכקומען?

איינער ענטפערט מיר גראדע גוט, אז די ערשטע שלוה חתונות גייען הערשט פארקומען קומענדיגע זומער (מ'קען זיך איינשרייבן נאר ביי די זיבעצן), סא דעמאלס וועט שוין זיין די נייע זאל.

נומערן שטימען נאכאלץ נישט, ווייל כינור יעצט דארף מען ווארטן כמעט א יאר, דאס מיינט אז נאך א זאל וועט העלפן זאלסט קענען אקאמאדירן 70 פראצענט חתונות מאנ"ש, אבער ס'שוין נישט אזא הארבע פראגע.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3341
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13833

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך בודקע »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 4:56 pm

אונזער קאמיוניטי וואקסט שנעל, ביי נעקסטע יאר וועט עס לכאורה זיין גענוג פאר 50%, סאוי ס'איז ווייט פון סטאנדארט.

צו מאכן פאר א סטאנדארט איז נישט גענוג אז ס'קאווערט אפי' 70%, ס'דארף קענען קאווערן 100%.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 230

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך גאלדבערג »

בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 9:05 pm

א זאך וואס נישט הונדערט פראצענט ציבור וויל דערפון נהנה זיין דארף מען צושטעלן פאר יעדן די אפציע צו קענען עס ניצן?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3936
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13443

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

ויצא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2026 6:20 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2026 6:05 pm האביך יעצט גערעדט מיט איינעם וואס איז פארמישט אביסל אינעם שלוה פלאן, און זאכן קלארן זיך אויס.

זיי זאגן זיי האבן א פלאן. כהער.

מגיימיר ווייטער נאכגיין די זאך, און אויב שטעלט זיך ארויס אז ס'שטימט יא וועט מען אודאי צוריקציען.
@פופציגער איז ממשיך פארשען ....
שוין איין מאל...

יעצט האביך אריינגעכאפט אין קאפ פון איינער פון די עסקנים וועלכע פילט - מיט רעכט - אז איך רייס אראפ זיינע אומצאליגע שעות עסקנות מיט הוילע לופט.

גראדע האט ער מיר אויסגעקלארט אסאך זאכן. גיימיר שפעטער שרייבן.

רואיגער-טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 8:40 am
Location: מיטינג
x 140

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך רואיגער-טיש »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2026 12:20 am
ויצא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2026 6:20 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2026 6:05 pm האביך יעצט גערעדט מיט איינעם וואס איז פארמישט אביסל אינעם שלוה פלאן, און זאכן קלארן זיך אויס.

זיי זאגן זיי האבן א פלאן. כהער.

מגיימיר ווייטער נאכגיין די זאך, און אויב שטעלט זיך ארויס אז ס'שטימט יא וועט מען אודאי צוריקציען.
@פופציגער איז ממשיך פארשען ....
שוין איין מאל...

יעצט האביך אריינגעכאפט אין קאפ פון איינער פון די עסקנים וועלכע פילט - מיט רעכט - אז איך רייס אראפ זיינע אומצאליגע שעות עסקנות מיט הוילע לופט.

גראדע האט ער מיר אויסגעקלארט אסאך זאכן. גיימיר שפעטער שרייבן.
עס וואלט געווען אופריכטיג צו ברענגען די ריכטיגע אינפו פארן ציבור, מיט וועם, וואס זאגט ער?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3341
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13833

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך בודקע »

גאלדבערג האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2026 12:08 am
בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 9:05 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 4:56 pm

דאס איז איינס פון מיינע פראגעס אויב איז וואר אז שלוה צילט א סטאנדארט.

וויאזוי קענסטו חלומ'ען פון א סטאנדארט ווען דו קענסט עס נישט נאכקומען?

איינער ענטפערט מיר גראדע גוט, אז די ערשטע שלוה חתונות גייען הערשט פארקומען קומענדיגע זומער (מ'קען זיך איינשרייבן נאר ביי די זיבעצן), סא דעמאלס וועט שוין זיין די נייע זאל.

נומערן שטימען נאכאלץ נישט, ווייל כינור יעצט דארף מען ווארטן כמעט א יאר, דאס מיינט אז נאך א זאל וועט העלפן זאלסט קענען אקאמאדירן 70 פראצענט חתונות מאנ"ש, אבער ס'שוין נישט אזא הארבע פראגע.
אונזער קאמיוניטי וואקסט שנעל, ביי נעקסטע יאר וועט עס לכאורה זיין גענוג פאר 50%, סאוי ס'איז ווייט פון סטאנדארט.

צו מאכן פאר א סטאנדארט איז נישט גענוג אז ס'קאווערט אפי' 70%, ס'דארף קענען קאווערן 100%.
א זאך וואס נישט הונדערט פראצענט ציבור וויל דערפון נהנה זיין דארף מען צושטעלן פאר יעדן די אפציע צו קענען עס ניצן?
ס'דארף "קענען" קאווערן, אויב וויל מען עס מאכן פאר א סטאנדארט.

אבער אפי' לאמיר זאגן אז נישט 100%, דארף עס זיין כאטשיג פאר די פראצענט וואס נעמען די חתן פעקעדזשעס פון די ישיבה, וואס דאס קומט אויס בערך 85%.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3936
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13443

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

סא נעכטן האב איך גערעדט מיט אן עסקן פון שלוה.

איי געס אז נאכ'ן ארויפקומען טשעלענדזשן אויף א פובליק פלאטפארמע, פילט מען שוין פאר וויכטיג צו ענטפערן פאר דעם צווייטן-קלאס אינגערמאן וואס וויל מסתם פלעין רודערן און אונטערברענגען... (שוין אלס בחור געווען א שטריימל-סענטער אגענט... דער חצוף...). פארוואס זאג איך עס? ווייל עס איז וויכטיג צו אויסקלארן איידער איך גיי ווייטער, אז מיין אויפברויז איז געקומען נאך א ציווילע אויסטויש וואס איך האב געהאט מיט איינעם פון די עסקנים, און יענער האט געענטפערט טריפעריש, אדער ווייל איך פארדין נישט קיין ענטפער, פלעין, ווייל מי שמך לאיש, אדער ווייל ער האט עכט געהאלטן אז מיין ציל איז סתם צו העצן. איך בין אים נישט דן, וכבודו במקומו מונח באקוועמערהייט.

איך וויל נישט אריינגיין אין די דעטאלן, ווייל טייל דערפון זענען טאקע א גרעי עריע, אבער דאס אז ווען מ'רעדט דערוועגן, איז אנשטאט דער עסקן זאל ענטפערן אז מ'גייט באהאנדלען יעדן פאל באזונדער, און פארשטיין ווען ס'איז דא א יוצא מן הכלל, ענטפערט ער אזעלכע סלאגאנען ווי אז דאס איז גאר דער אויפטו, אז מ'גייט צווינגען מחותנים צו ביליגע חתונות אפילו ווען קאמאן סענס איז נישט איינשטימיג, ווייל אזוי גייט מען געווינען די רייכע מחותנים וואס מאכן יא חתונה ברייט, איז קורצקעפיג ביז גאר. דער וועג וויאזוי דער עסקן האט מיר געענטפערט האט אויסגעזען ווי מ'גרייט זיך דא אויף אן ערנסטן קאמף מיט די פארמעגליכע אידן.

דאס קאנסידערן שלוה אלס א זיג דאס אז דער פארמעגליכער מחותן גייט זיין געצווינגען צו מאכן א ביליגע חתונה, איז סטופיד, אנלעס אויב שלוה איז א "סטאנדארט כללי", וואס דאן מאכט אלעס סענס. אויב רעדט מען פון א סטאנדארט כללי, האלט איך אפילו מ'זאל גיין נאך מער עקסטרעם, און צווינגען יעדן צו אראפטראסקען די חתונה הוצאות מיט אגרעסיווע שטאפלען. מיין לאגיק איז אז אויב 80 פראצענט ציבור לייגט זיך אליינס אין דער ערד, מ'זעט דעם חרבן, און מ'האט נישט די שטארקייט עס צו איבערקומען, איז א געווינטשענע זאך ס'זאלן אריינקומען עסקנים מיט ברייטע פלייצעס און צווינגען דעם ציבור ארויסצוקומען פון דעם קבר אחים.

אויף דעם האב איך געפרעגט, איז שלוה א סטאנדארט כללי? אדער אן אפציע?

אויב איז עס א סטאנדארט, שטימט אז דו צווינגסט דעם מחותן, אבער איך האב א שטארקע קשיא דא... דו צווינגסט דעם רייכן מחותן צו חתונה מאכן ביליג, ווייל דו פארשטייסט אז אפילו איין יוצא מן הכלל וועט שטערן דעם גאנצן סטאנדארט... איז וויאזוי פירסטו איין א סטאנדארט וואס בע"כ גייסטו נישט קענען אקאמאדירן יעדן, און בע"כ גייסטו לאזן יוצאים מן הכלל?

סטאנדארט ארבעט נאר אויף די וועג וויאזוי כתר מלכות האט אמאל געארבעט, אז א חתן האט זיך ליטערלי געשעמט צו האבן א טייערע שטריימל! אודאי קען אן אפציע ווערן עווענטועל א סטאנדארט, א שטייגער ווי די ביליגע תנאים זאלן וועלכע האבן עווענטועל געטוישט דעם צורה פון תנאים אפילו אין די טייערערע זאלן, אבער אויב דאס איז דער מהלך, צווינג נישט דעם רייכן מחותן... לאז עס דעוועלאפן...

אויב איז עס אן אפציע, מאכט עס בעצם אסאך מער סענס, ווייל ווי כינור דוד האט באוויזן, אז אויב געסטו אן אפציע וואס רעדוצירט "דראסטיש" די הוצאות, איז עס ווי פסיכילאגיש געצווינגען דעם מחותן צו נעמען דעם אפציע. דער מחותן וויל בעצם אויך שפארן געלט, אבער ער דארף דזשאסטיפייען פאר זיך און פאר זיין כלה אז ער איז נישט סתם א נעבעכ'ל וואס שפארט אפאר הונדערט דאלאר... סא אויב איז עס אזוי גרויס, איז עס א לייכטע, קלוגע, לכתחילה'דיגע באשלוס.

כינור דוד האט איבערגעוויזן מערערע מערקווירדיגע רעזולטאטן, צווישן זיי אז ווען אן אפציע איז קראנט, הארט, און פארמאגט נישט קיין בויגזאמקייט אין די תקנות, אבער גלייכצייטיג איז קראנט און אומבויגזאם אז עס שפארט "אסאך" געלט, זענען מענטשן צופרידן צו פאלאוען די רולס און ס'האט א קיום נישט נאר אויף א הייפער לאקאלע פארנעם, נאר דאס איז וואס ברענגט אז עווענטועל זאל עס קענען ווערן א סטאנדארט. די קאנסיסטענסי מיט וואס כינור גייט אן שוין אזויפיל יאר, שפארנדיג שוין אזויפיל מיליאנען, און גלייכצייטיג אפגעזאגט שוין אזויפיל מחותנים וואס האבן געוואלט אריינברענגען אפגרעידס, דאס האט געברענגט אז דער אפציע זאל זיך רוקן נענטער צו סטאנדארט. עס איז א קאנסיסטענסי וואס קיין שום מארקעטינג קען נישט ערזעצן.

האט עס אבער נישט געשטימט מיט'ן שפראך וואס דער עסקן הנ"ל האט גערעדט.

וואס איך פארשטיי למעשה:

"שלוה" איז א רעזולטאט פון אריבער הונדערט זיצונגען דורך עסקנים, נגידים, און וויזיאנערן, וועלכע האבן גענומען אלע פראבלעמען, ארויסגעלייגט אויפ'ן טיש, און איינס ביי איינס זיי עלימינירט ביז מ'איז אנגעקומען צום שלוה פלאן.

שלוה איז אן אינפרוסטראקטור פאר ביליגע חתונות. דאס הייסט אז עס איז אן "אפציע", אבער געבויט באופן אז עס זאל זיין גענוג שטארק, עווענטועל צו ווערן א סטאנדארט. ווי פריער ערקלערט מיט כינור דוד, אבער האפענטליך אויף אסאך שטערקערע לעוולס.

ובכן, דארפן תקנות זיין אראפגעשטעלט דויערהאפטיג, באופן אז עס זאל נישט זיין צופיל גרעי עריע. דאס מיינט אבער נישט אז מ'גייט שוין יעצט אנהייבן צווינגען אלע מחותנים, אפילו רייכע, און אז אלעס גייט געפירט ווערן מיט א ראבאטישע הארטקייט.

מעגליך עווענטועל, ווען ס'וועט זיין גענוג זאלן (זיי האבן צענדליגע פלענער אויף וואס זיי ארבעטן), וועט מען עס יא מער אינפארסירן. נישט עכט אין פלאן, אבער אני הקטן האלט אז מ'זאל עס יא טון. ווער פרעגט מיר...

סא וואס מ'האט דא גערעדט איז קלאר: שלוה איז אן אפציע, אזאנס וואס זאל זיין אזוי גוט אז עווענטועל זאל עס דער ציבור פארוואנדלען אינעם נייעם סטאנדארט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 99

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אשר »

אולי איז כדאי צו עפענען א נייע אשכול געווידמעט אלע חתונה אישוס, און דעבאטירן דארט טאקע די נייע שלוה-גילה פלענער, מעלות און חסרונות פון יעדע, וירא הקהל וישפוט.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 230

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך גאלדבערג »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2026 2:01 pm

אויב איז עס אן אפציע, מאכט עס בעצם אסאך מער סענס, ווייל ווי כינור דוד האט באוויזן, אז אויב געסטו אן אפציע וואס רעדוצירט "דראסטיש" די הוצאות, איז עס ווי פסיכילאגיש געצווינגען דעם מחותן צו נעמען דעם אפציע. דער מחותן וויל בעצם אויך שפארן געלט, אבער ער דארף דזשאסטיפייען פאר זיך און פאר זיין כלה אז ער איז נישט סתם א נעבעכ'ל וואס שפארט אפאר הונדערט דאלאר... סא אויב איז עס אזוי גרויס, איז עס א לייכטע, קלוגע, לכתחילה'דיגע באשלוס.

מען קען עס יא מער אינפארסירן. נישט עכט אין פלאן, אבער אני הקטן האלט אז מ'זאל עס יא טון. ווער פרעגט מיר...

סא וואס מ'האט דא גערעדט איז קלאר: שלוה איז אן אפציע, אזאנס וואס זאל זיין אזוי גוט אז עווענטועל זאל עס דער ציבור פארוואנדלען אינעם נייעם סטאנדארט.
שכח @פופציגער פאר דיין הערליכע אנאליז אויף די געוואלדיגע אויפטוה למען הכלל
און דא איז די פלאץ צו אויסדרוקן הכרת הטוב פאר די עסקנים במסי''נ לטובת הכלל וואס האבן שוין אפגעראטעוועט שווערע מיליאנען פאר כלל ישראל מיט זייערע פעולות חובקות זרועות עולם
מ'דארף בכלליות מכיר טוב זיין פאר די עסקני קהל מהר''א ק''י וואס זענען שטענדיג וואך אויף די נושא צו לינדערן די שווערע הוצאות בעת השמחה און ווען אימער צו לייכטער מאכן פאר אידן, לאו דווקא נאר פאר די וואס שלאגן כפרות ביי זייער כפרות צענטער.

לגבי שלוה:
א געזעלשאפטליכע רעוואלוציע וואס ווערט ארויפגעצווינגען מיט כח, ברענגט אפטמאל א רעוואלט אדער טרעפט מען וועגן עס אויסצושפילן
אבער א אפציע וואס איז דראסטיש ביליגער און אומבויגזאם אין אירע תקנות, ארבעט פסיכאלאגיש בעסער
עס געט דעם מחותן די מעגליכקייט צו שפירן אז ער מאכט אליינס א קלוגן און לכתחילה'דיגן באשלוס, אהן זיך שפירן ווי א קרבן.
דעיס אז "שלוה איז אן אינפראסטרוקטור פאר ביליגע חתונות" וואס וועט עווענטועל נאכדעים דורכן ציבור ווערן דער סטאנדארט, איז די מערסט רעאליסטישע און ריכטיגע אפשאצונג דא,
די תקנות דארפן זיין סטאביל אבער די עסקנים טארן נישט אריינפאלן אין א ראבאטישע הארטקייט @פופציגער דו האסט עס ארויסגעשריבן פונקט צום פינטל.
שרייב פאוסט