גאלדבערג האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:29 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:18 pm
רעאליסטיש האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:12 pm
וויאזוי ארבעט א סטאנדארט טויש?
די מציאות האט זיך ארויסגעשטעלט במשך די יארן אז ווען משטעלט צו א געוויסע פראדאקט אדער סערוויס כאפט זיך דער עולם צו, ווי למשל די ביליגע כינור דוד / פרדס/ גינת אסתר זאלן צו תנאים זאלן אין קרית יואל, אפילו מענטשן האבן נאך אלס נישט ליב געוויסע זאכן פון די זאלן מיט דעם אלעם שטעלט זיך א גרויס ציבור צו, און דעס איז אלעס מיט גרויס סוקסעס,
דעס וואס שלוה טוט יעצט, זיי שטעלן אהער פעקעדש'ס צו קענען האבן ביליגע אפשענס צו די האנט, און דאס טוישט אטאמאטיש די סטאנדארט,
כינור דוד איז אן אפציע. נישט קיין סטאנדארט טויש.
כתר מלכות איז אין די גוטע צייטן געווען א סטאנדארט טויש.
כאפסט?
נישט ריכטיג
מצוה גוררת מצוה
כינור דוד האט א דירעקטע השפעה אז נאך זאלן ווי פרדס ועוד זאלן ווערן די גאנגבארע סטענדערט

אסרוחג האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:53 pm

פופצי, אפשר ביסטו מסביר וואס מיינט גוטע צייטן פון כתר מלכות?
אין מיינע אויגן איז כתר מלכות די זעלבע אפציע ווי כינור דוד, ווער ס'האט שכל נעמט דאס, און ווער נישט קלוגט איבער דעם סיסטעם
נאר וואסזשע דען, כינור דוד איז בכלל נישט קיין אפציע פאר יעדן ווייל ס'איז לימיטעט, משא"כ כתר מלכות
כתר מלכות היינט איז ליידער אן אפציע.
ווען איך בין געווען א בחור איז עס געווען דער סטאנדארט. יעדער האט געהאט כתר מלכות שטריימלעך, און אונטער א מנין חתנים פון יעדע עידזש האבן געטראגן טייערע שטריימלעך.
די חתנים מיט טייערע שטריימלעך האבן זיך געשעמט דערמיט. צוויי פון מיינע חברים האבן געקויפט טייערע שטריימלעך, און עס נישט אנגעטון צו די חתונה ווייל ס'געווען א בושה.
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:57 pm

אסרוחג האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 16, 2026 3:00 pm

ליידער האט די השפעה נאכנישט צופיל משפיע געווען, די ביליגסטע זאלן זענען כמעט דאפלט ווי כינור דוד (כ'רעד פון די גאנצע נאכט)
ס'זיכער געווארן א סטאנדארט אז ס'דא ביליגע אפציעס, און כינור דוד איז זיכער דער פאן טרעגער פון דעם באוועגונג.
איך זע נישט פאר ריכטיג אוועקצונעמען פון דעם אומבאשרייבליכן דורכברוך וואס כינור האט געברענגט.
דעס אז הונדערטער מחותנים האבן היינט א ביליגע פרדס זאל ועוד כהנה אזעלכע זאלן
איז בזכות די וואס האבן די ביליגע כינור דוד אפציע
א ביליגע אפציע פאר א ציבור אידן
ברענגט אראפ דעם סטאנדארט ביי יעדן
גאלדבערג האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 16, 2026 4:06 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:59 pm
אסרוחג האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:55 pm
ליידער האט די השפעה נאכנישט צופיל משפיע געווען, די ביליגסטע זאלן זענען כמעט דאפלט ווי כינור דוד (כ'רעד פון די גאנצע נאכט)
ס'זיכער געווארן א סטאנדארט אז ס'דא ביליגע אפציעס, און כינור דוד איז זיכער דער פאן טרעגער פון דעם באוועגונג.
איך זע נישט פאר ריכטיג אוועקצונעמען פון דעם אומבאשרייבליכן דורכברוך וואס כינור האט געברענגט.
דעס אז הונדערטער מחותנים האבן היינט א ביליגע פרדס זאל ועוד כהנה אזעלכע זאלן
איז בזכות די וואס האבן די ביליגע כינור דוד אפציע
א ביליגע אפציע פאר א ציבור אידן
ברענגט אראפ דעם סטאנדארט ביי יעדן
דאס אז סהאט אן עפעקט אויף די סטאנדארט איז נישט דער נושא. כינור דוד איז אין פאקט נישט דער סטאנדארט חתונה זאל.
איי געס אז נאכ'ן ארויפקומען טשעלענדזשן אויף א פובליק פלאטפארמע, פילט מען שוין פאר וויכטיג צו ענטפערן פאר דעם צווייטן-קלאס אינגערמאן וואס וויל מסתם פלעין רודערן און אונטערברענגען... (שוין אלס בחור געווען א שטריימל-סענטער אגענט... דער חצוף...). פארוואס זאג איך עס? ווייל עס איז וויכטיג צו אויסקלארן איידער איך גיי ווייטער, אז מיין אויפברויז איז געקומען נאך א ציווילע אויסטויש וואס איך האב געהאט מיט איינעם פון די עסקנים, און יענער האט געענטפערט טריפעריש, אדער ווייל איך פארדין נישט קיין ענטפער, פלעין, ווייל מי שמך לאיש, אדער ווייל ער האט עכט געהאלטן אז מיין ציל איז סתם צו העצן. איך בין אים נישט דן, וכבודו במקומו מונח באקוועמערהייט.
איך וויל נישט אריינגיין אין די דעטאלן, ווייל טייל דערפון זענען טאקע א גרעי עריע, אבער דאס אז ווען מ'רעדט דערוועגן, איז אנשטאט דער עסקן זאל ענטפערן אז מ'גייט באהאנדלען יעדן פאל באזונדער, און פארשטיין ווען ס'איז דא א יוצא מן הכלל, ענטפערט ער אזעלכע סלאגאנען ווי אז דאס איז גאר דער אויפטו, אז מ'גייט צווינגען מחותנים צו ביליגע חתונות אפילו ווען קאמאן סענס איז נישט איינשטימיג, ווייל אזוי גייט מען געווינען די רייכע מחותנים וואס מאכן יא חתונה ברייט, איז קורצקעפיג ביז גאר. דער וועג וויאזוי דער עסקן האט מיר געענטפערט האט אויסגעזען ווי מ'גרייט זיך דא אויף אן ערנסטן קאמף מיט די פארמעגליכע אידן.
דאס קאנסידערן שלוה אלס א זיג דאס אז דער פארמעגליכער מחותן גייט זיין געצווינגען צו מאכן א ביליגע חתונה, איז סטופיד, אנלעס אויב שלוה איז א "סטאנדארט כללי", וואס דאן מאכט אלעס סענס. אויב רעדט מען פון א סטאנדארט כללי, האלט איך אפילו מ'זאל גיין נאך מער עקסטרעם, און צווינגען יעדן צו אראפטראסקען די חתונה הוצאות מיט אגרעסיווע שטאפלען. מיין לאגיק איז אז אויב 80 פראצענט ציבור לייגט זיך אליינס אין דער ערד, מ'זעט דעם חרבן, און מ'האט נישט די שטארקייט עס צו איבערקומען, איז א געווינטשענע זאך ס'זאלן אריינקומען עסקנים מיט ברייטע פלייצעס און צווינגען דעם ציבור ארויסצוקומען פון דעם קבר אחים.
אויף דעם האב איך געפרעגט, איז שלוה א סטאנדארט כללי? אדער אן אפציע?
אויב איז עס א סטאנדארט, שטימט אז דו צווינגסט דעם מחותן, אבער איך האב א שטארקע קשיא דא... דו צווינגסט דעם רייכן מחותן צו חתונה מאכן ביליג, ווייל דו פארשטייסט אז אפילו איין יוצא מן הכלל וועט שטערן דעם גאנצן סטאנדארט... איז וויאזוי פירסטו איין א סטאנדארט וואס בע"כ גייסטו נישט קענען אקאמאדירן יעדן, און בע"כ גייסטו לאזן יוצאים מן הכלל?
סטאנדארט ארבעט נאר אויף די וועג וויאזוי כתר מלכות האט אמאל געארבעט, אז א חתן האט זיך ליטערלי געשעמט צו האבן א טייערע שטריימל! אודאי קען אן אפציע ווערן עווענטועל א סטאנדארט, א שטייגער ווי די ביליגע תנאים זאלן וועלכע האבן עווענטועל געטוישט דעם צורה פון תנאים אפילו אין די טייערערע זאלן, אבער אויב דאס איז דער מהלך, צווינג נישט דעם רייכן מחותן... לאז עס דעוועלאפן...
אויב איז עס אן אפציע, מאכט עס בעצם אסאך מער סענס, ווייל ווי כינור דוד האט באוויזן, אז אויב געסטו אן אפציע וואס רעדוצירט "דראסטיש" די הוצאות, איז עס ווי פסיכילאגיש געצווינגען דעם מחותן צו נעמען דעם אפציע. דער מחותן וויל בעצם אויך שפארן געלט, אבער ער דארף דזשאסטיפייען פאר זיך און פאר זיין כלה אז ער איז נישט סתם א נעבעכ'ל וואס שפארט אפאר הונדערט דאלאר... סא אויב איז עס אזוי גרויס, איז עס א לייכטע, קלוגע, לכתחילה'דיגע באשלוס.
כינור דוד האט איבערגעוויזן מערערע מערקווירדיגע רעזולטאטן, צווישן זיי אז ווען אן אפציע איז קראנט, הארט, און פארמאגט נישט קיין בויגזאמקייט אין די תקנות, אבער גלייכצייטיג איז קראנט און אומבויגזאם אז עס שפארט "אסאך" געלט, זענען מענטשן צופרידן צו פאלאוען די רולס און ס'האט א קיום נישט נאר אויף א הייפער לאקאלע פארנעם, נאר דאס איז וואס ברענגט אז עווענטועל זאל עס קענען ווערן א סטאנדארט. די קאנסיסטענסי מיט וואס כינור גייט אן שוין אזויפיל יאר, שפארנדיג שוין אזויפיל מיליאנען, און גלייכצייטיג אפגעזאגט שוין אזויפיל מחותנים וואס האבן געוואלט אריינברענגען אפגרעידס, דאס האט געברענגט אז דער אפציע זאל זיך רוקן נענטער צו סטאנדארט. עס איז א קאנסיסטענסי וואס קיין שום מארקעטינג קען נישט ערזעצן.
אולי איז כדאי צו עפענען א נייע אשכול געווידמעט אלע חתונה אישוס, און דעבאטירן דארט טאקע די נייע שלוה-גילה פלענער, מעלות און חסרונות פון יעדע, וירא הקהל וישפוט.
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 2:01 pm
אויב איז עס אן אפציע, מאכט עס בעצם אסאך מער סענס, ווייל ווי כינור דוד האט באוויזן, אז אויב געסטו אן אפציע וואס רעדוצירט "דראסטיש" די הוצאות, איז עס ווי פסיכילאגיש געצווינגען דעם מחותן צו נעמען דעם אפציע. דער מחותן וויל בעצם אויך שפארן געלט, אבער ער דארף דזשאסטיפייען פאר זיך און פאר זיין כלה אז ער איז נישט סתם א נעבעכ'ל וואס שפארט אפאר הונדערט דאלאר... סא אויב איז עס אזוי גרויס, איז עס א לייכטע, קלוגע, לכתחילה'דיגע באשלוס.
מען קען עס יא מער אינפארסירן. נישט עכט אין פלאן, אבער אני הקטן האלט אז מ'זאל עס יא טון. ווער פרעגט מיר...
סא וואס מ'האט דא גערעדט איז קלאר: שלוה איז אן אפציע, אזאנס וואס זאל זיין אזוי גוט אז עווענטועל זאל עס דער ציבור פארוואנדלען אינעם נייעם סטאנדארט.
שכח @פופציגער פאר דיין הערליכע אנאליז אויף די געוואלדיגע אויפטוה למען הכלל
און דא איז די פלאץ צו אויסדרוקן הכרת הטוב פאר די עסקנים במסי''נ לטובת הכלל וואס האבן שוין אפגעראטעוועט שווערע מיליאנען פאר כלל ישראל מיט זייערע פעולות חובקות זרועות עולם
מ'דארף בכלליות מכיר טוב זיין פאר די עסקני קהל מהר''א ק''י וואס זענען שטענדיג וואך אויף די נושא צו לינדערן די שווערע הוצאות בעת השמחה און ווען אימער צו לייכטער מאכן פאר אידן, לאו דווקא נאר פאר די וואס שלאגן כפרות ביי זייער כפרות צענטער.
לגבי שלוה:
א געזעלשאפטליכע רעוואלוציע וואס ווערט ארויפגעצווינגען מיט כח, ברענגט אפטמאל א רעוואלט אדער טרעפט מען וועגן עס אויסצושפילן
אבער א אפציע וואס איז דראסטיש ביליגער און אומבויגזאם אין אירע תקנות, ארבעט פסיכאלאגיש בעסער
עס געט דעם מחותן די מעגליכקייט צו שפירן אז ער מאכט אליינס א קלוגן און לכתחילה'דיגן באשלוס, אהן זיך שפירן ווי א קרבן.
דעיס אז "שלוה איז אן אינפראסטרוקטור פאר ביליגע חתונות" וואס וועט עווענטועל נאכדעים דורכן ציבור ווערן דער סטאנדארט, איז די מערסט רעאליסטישע און ריכטיגע אפשאצונג דא,
די תקנות דארפן זיין סטאביל אבער די עסקנים טארן נישט אריינפאלן אין א ראבאטישע הארטקייט @פופציגער דו האסט עס ארויסגעשריבן פונקט צום פינטל.