סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1095
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1347

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך איד »

איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 11:28 pm לחיים בבית רבינו הגה"ק שליט"א,
לרגל די שידוך שליסן פון בן ר׳ שלום ט"ב שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה
בן הגה"צ דומ"ץ קרית ויואל משה ז"ל
וחתן ר׳ חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר ב"ב
בן הגה"צ אב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א
וחתן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

עב"ג בת הרב שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קרית יואל
בן הגה"צ אב"ד ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו ב"פ
וחתן הגה"צ גאב"ד קהלתינו מאנטרעאל שליט"א

IMG_1158.jpeg
פיילס
IMG_1163.jpeg
IMG_1163.jpeg (237.44 KiB) געזען געווארן 2004 מאל
IMG_1162.jpeg
IMG_1162.jpeg (181.46 KiB) געזען געווארן 2004 מאל
IMG_1161.jpeg
IMG_1161.jpeg (187.62 KiB) געזען געווארן 2004 מאל
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1095
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1347

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך איד »

איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 11:28 pm לחיים בבית רבינו הגה"ק שליט"א,
לרגל די שידוך שליסן פון בן ר׳ שלום ט"ב שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה
בן הגה"צ דומ"ץ קרית ויואל משה ז"ל
וחתן ר׳ חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר ב"ב
בן הגה"צ אב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א
וחתן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

עב"ג בת הרב שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קרית יואל
בן הגה"צ אב"ד ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו ב"פ
וחתן הגה"צ גאב"ד קהלתינו מאנטרעאל שליט"א

IMG_1158.jpeg
פיילס
IMG_1166.jpeg
IMG_1166.jpeg (199.07 KiB) געזען געווארן 2003 מאל
IMG_1165.jpeg
IMG_1165.jpeg (190.45 KiB) געזען געווארן 2003 מאל
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1095
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1347

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך איד »

איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 11:28 pm לחיים בבית רבינו הגה"ק שליט"א,
לרגל די שידוך שליסן פון בן ר׳ שלום ט"ב שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה
בן הגה"צ דומ"ץ קרית ויואל משה ז"ל
וחתן ר׳ חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר ב"ב
בן הגה"צ אב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א
וחתן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

עב"ג בת הרב שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קרית יואל
בן הגה"צ אב"ד ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו ב"פ
וחתן הגה"צ גאב"ד קהלתינו מאנטרעאל שליט"א

IMG_1158.jpeg
פיילס
IMG_1168.jpeg
IMG_1168.jpeg (208.14 KiB) געזען געווארן 2000 מאל
IMG_1167.jpeg
IMG_1167.jpeg (222.53 KiB) געזען געווארן 2000 מאל
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3087
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2651

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

עטוואס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 10:57 pm א גאר שיינע שמועס יעצט פארעפענטליכט געווארן צווישן דעם רבי'ן און רבי נח אייזיק אלביום שליט"א

דעיס איז חלק ב סדא חלק א אויכעט
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3087
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2651

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

ק/פ

זעמיר פריער געווען ביי א תנאים אין קרית יואל אין די איהעל קארט זאלן ידידי העסקן הדגול ר' ישראל לאנדא האט א שידוך געטוהן מיט א קינד. קודם מוז איך זאגן אז סאיז שיין אהערגעשטעלט די שמחה זאלן. נאכדעם בין איך ארויף אויבן געבן א טשעק אויס דאס געשעפט, איך בין שוין לאנג נישט געווען אין דעם הויז. מהאט דארט אויבן אויך איבערגעבויעט זעי איך. איך ווייס נישט ווי לאנג צוריק אלעס קוקט אויס היבש ניי. אבער ס'איז לע"ע נישט קאמפליטעד. פעלט נאך אפאר פענסטערס אין די טירן וכדו' די וואנט פון אינדרויסן איז נאך רוי. אבער....ס'בּאָבּלט מיט מענטשן... איך ווייס נישט וואס היינט נאכט איז אזוי פיל דארט. כהאב געזעהן מהאט געהאלטן אינמיטן א לחיים פון שלמה רוביןס שידוך מיטן איחוד דיין. מהר"א האט געפירט א בעטעמטע שמועס, יעדער האט אויסגעהערט שלמה רובין האט אריינגעפרעגט וכו'. אבער... ס'האבן געווארט דארט מער מענטשן ווי איך העט געוואלט....

כהאב געזעהן דארט א חידוש... קודם די שוועסטער הרבנית ממאנטרעאל און די ציעשנובער רביצין פון קרית יואל אשת ר שלמה רובין. און אויך..... הרבנית ממייזליש בני ברק.. א חידוש געווען אז זי איז דארט....

למעשה האט עס גענומען צי לאנג און מיין ווייב האט שוין געוואלט צוריק פארן אין קאנטרי האב איך אפגעטראגן פון שטח.
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 688

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

ק/פ

כי עתה הרחיב ה' לשיעור ד'! הרימותי בחור מעם!

עס קומט אריין די פריידיגע בשורה מרנינה איבער א פרישע הערליכע רינגעלע אינעם קייט פון הרחבת גבולי הקדושה אינ ערהאלב די מתיבתא אין קרית יואל, ווען די בארימטע "שיעור ד'" וועלכע זענען לאנגע יארן געווען אין אן ענגער צושטאנד העכער די פייער גאראדזש נעבן די אשת חיל פרויען צענטער, איז נארוואס אויפגעראכטן געווארן מיט סיינען "קאנטראקט" אויף א מאסיוו הערליכער בנין מפואר אויף א שטח אדיר ונאה, הארט נאנט צום שטאטישן צענטער אבער א שטילער רואיגער ווינקל, וואס בברכת קדשו ועידודו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז געווארן אראפגעלייגט א דעפאזיט און געשלאסן מקח אפצוקויפן בקרוב אי"ה דער ענדגילטיגער מקום מנוחה פאר דעם הערליכן צווייגל וועלכע שטעלט צו פאר די ערוואקסענע בחורים א מקום תורה ותפילה, מקום לינה, און א פלאץ צו שטייגן אויפ'ן שענסטן ניווא, יעצט אי"ה אויך מיט הרחבת הדעת.

דער יעצטיגער לאקאל פונעם בארימטער "מתיבתא שיעור ד'" איז געווארן אהערגעשטעלט מיט 15 יאר צוריק בעת די ישיבה גדולה האט זיך צוטיילט אין די סניפים, און ס'איז געווען א שווערע זארג אז די ערוואקסענע בחורים זאלן נישט בלייבן אן קיין ישיבה ח"ו נישט האבנדיג קיין לאקאל, האט די הנהלת הקרי' פון קרית יואל – כאטש רוב פון די בחורי חמד זענען נישט קיין קרית יואל'ע תושבים – זיך אנגערופן מיט א הילף-פארשלאג, און צוליב'ן קריטישן מצב האבן זיי געמאכט אוועילעבל א שטאק פונעם מצילי אש גאראדזש בנין צו ווערן ארויסגעדינגען אלס צייטווייליגער אכסניא לתועלת הענין. אין יענע צייט איז דער ארום נאך געווען גאנץ שטיל פון איינוואוינער, און דער אשת חיל בנין איז נאך נישט געווען פארגרעסערט, און מצילי אש איז נאך געווען פיל קלענער ווי היינט, און מ'האט געזען פאר פאסיג און א זכי' צוצושטעלן דאס פלאץ פאר צייטווייליג פאר דעם צוועק, דעמאלס מיט'ן פלאן צו זיין דארט אויף 2 יאר צייט, אז די הנהלת שיעור ד' זאל האבן צייט צו טרעפן א מקום מוכשר.

אינדערצווישן איז די ישיבה פארבליבן אויף דעם פלאץ שוין לאנגע יארן, בעת דער צושטאנד איז געווארן שווערער, סיי פאר די תלמידי הישיבה וועלכע שלאפן אין טרעילארס וואס מ'האט אראפגעשטעלט אויפ'ן פארקינג לאט, און מ'האלט זיך אויף צווישן ווירבלדיגע טרעפיק און אנגעלייגטע גאסן, און סיי פאר די הנהלת הקרי' וועלכע האט צוגעבויט צום בנין אשת חיל און 4 גאנצע שטאק שטייט שוין ליידיג 8 יאר וויבאלד דער אריינגאנג דערצו איז פונעם פארקינג לאט וועלכע ווערט באנוצט פאר די טרעילאר'ס און געברויכן פון די ישיבה, און ס'איז נישט פאסיג צו עפענען דארט דעם אריינגאנג צו א פרויען צענטער פאר קימפעטארינס און פאר'ן עזר פרויען אפטיילונג ווילאנג די ישיבה זיצט אויף דעם פלאץ.

אזוי ארום איז דער מצב פון די געברויכן און פלאץ פאר די צענלדיגער ערוואקסענע בחורי חמד געווען בשפל המצב, אין די צייט וואס אלע מוסדות סאטמאר איבער די וועלט - בפרט אינעם עיר הקודש קרית יואל - דערגרייכן ב"ה די ריכטיגע מקומות מנוחה ווי עס פאסט זיך, אבער דוקא די טייערע בחורי שלומינו דארפן פארבלייבן אזוי פארוואגלט אן קיין געהעריגער פלאץ ווי עס פאסט פאר אזא מוסד.

ועתה באת אל המנוחה ואל הנחלה!

אצינד קומט אריין די פריידיגע נייעס, אז נאך א שטיק צייט וואס די הנהלת הקרי' האט זיך אריינגעווארפן צו טרעפן א פלאץ וואס זאל ריכטיג צושטעלן אלע מעלות וואס קען נאר זיין, האט מען ב"ה געשלאסן א מקח און אונטערגעשריבן א 3-מיליאן דאלאר'דיגער קאנטראקט, אויף א גאר הערליכער און פאסיגער בנין פון 12,000 סקווער פיס; וועלכע זיצט אויף א ריזן שטח פון 2 עיקער, מיט 100,000 סקווער פיס פון גראז און ביימער; א שטאק צו לערנען בהרחבה מלאה; א שטאק פאר דארמיטארי; צוגעגרייטע יסודות פאר א מקוה אינעם בעיסמענט; א ריזן הויף פאר פרישע לופט; און אזוי יעדע מעלה טובה וואס קען נאר זיין, און דערצו זייער נאנט צום צענטער פון שטאט.

מאשפות ירים אביון!

דער הערליכער בנין און שטח געפינט זיך ביי די אזויגערופענע "4 קארנערס פון וואודבורי", ביים אינטערסעקשאן פון קאונטי רוט 44 און פארעסט ראוד. דער אדרעס אויפן מאפע איז 441 סקאנעמאנק רד. (דאס איז קעגנאיבער די שטוב פון הרה"ח ר' יונה בערנאטה הי"ו)

די הנהלת הקרי' איז איבערגעגאנגען דעם הערליכן פלאן מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א, וועלכע האט אויסגעדרוקט שמחת לבו אז "שיעור ד'" וועט ענדליך אנקומען צו אזא הערליכער בנין מפואר לטובת הבחורי חמד. די הנהלת הקרי' האט באוויזן צו דערגרייכן דעם געוואלדיגן מקח, מיט א דעפאזיט פון $325,000. אין די קומענדיגע טעג און וואכן איז ערווארטעט צו עטאבלירן א "ועד קרן הבנין" וועלכע וועלן זיך אריינווארפן אין די ארבעט צו טרעפן נדיבי לב וועלכע ווילן האבן די זכי' פון א שותפות אין אזא וויכטיגער בנין החינוך וואו הונדערטער בחורי חמד וועלן אין די נאנטע יארן שטעלן זייערע יסודות בעפאר'ן אויפשטעלן זייערע אידישע שטובער בס"ד, און דער ועד וועט אי"ה פארזיכערן צו קענען גומר זיין דעם "קלאוזינג" ביז'ן דאטום וואס איז אריינגעשריבן אינעם מקח, וואס איז למספרם דעצעמבער 1, און נישט צופעליג קומט דאס אויס אינעם גרויסן יום ההצלה, כ"א כסליו תשפ"ז!

עס איז יעדנס וואונטש אז אלע חסידי סאטמאר זאלן טון שידוכים מיט די קינדער פלינק און גרינג, אבער יעדן איז באשערט זיין צייט משמים, און ביז דער טאג קומט אן, "ביז'ן קרעטשמע" דארפן די בחורים ווערן באגלייט און באזארגט נישט צו דארפן זיצן פארווארפן ווי אין א קרעטשמער צימער ח"ו מיט א דחקות און אומאנגענעמליכקייט, און דעריבער איז די שמחה ביי אלע אנ"ש גאר גרויס מיט דעם נייעם פרעכטיגער מקום הישיבה וועלכע וועט בלויז צוגעבן די ריכטיגע הרחבת הדעת צו קענען שטייגן און זיין מסודר אויפ'ן בעסטן און שענסטן אופן ברוחניות ובגשמיות, ביזן זוכה זיין צום קול ששון וקול חתן.

שמחת בית סאטמאר, ענדליך א הערליכער היים פאר איבער 140 בחורי סאטמאר!
פיילס
5.png
5.png (158.53 KiB) געזען געווארן 1538 מאל
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 688

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

דער ביז יעצטיגער פלאץ, צושטיפט מיט טרעילארס, נעבן א פארמאכטע פליגל וועלכע דארף דינען די נשים צדקניות תושבי קרית יואל
1.png
1.png (1.08 MiB) געזען געווארן 1535 מאל
2.png
2.png (1.27 MiB) געזען געווארן 1535 מאל
כי עתה הרחיב ה'!

דער נייער לעכטיגער ווינקל בס"ד!

3.png
3.png (1.37 MiB) געזען געווארן 1535 מאל
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 688

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2026 6:09 pm כי עתה הרחיב ה'!

דער נייער לעכטיגער ווינקל בס"ד!
פיילס
4.png
4.png (2.22 MiB) געזען געווארן 1482 מאל
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 900
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1719

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 7:13 pm
תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 2:32 pm
קראנץ האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 2:28 pm
איך ווייס נאכנישט קיין דעטאלן.

איין זאך ווייס איך אז פאר די רבי איז אהיימגעפארן ממעון הנופש איז פארגעקומען א אסיפה דערוועגן ביים רבי'ן אינדערהיים אינאיינעם מיט רבני ועסקני קהלתינו פון קענעדע.

אדרבה.זאל איינער פון די קאנעדישע אריינקומען מיט דיטעילס
אין מאנטריאל רעדט מען לעצטנס פון קאוט סט לוק געגענט וואס בעלז האט זיך שוין אריינגעצויגן א שיינע פאר יאר, און יעצט קאמפיינט מען דארט מיט אסיפות וועגן דעם, איז מעגליך רעדט מען פון דעם?
יא מ'רעדט פון דעם
נאכנישט דא קיין קהלה וכו, צוליב די דירות מצב אין מאנטרעאל קלערן אינגעלייט פון קאוט סעינט לוק, פאריגע וואך איז הר"ר אפרים זלמן מרגליות שליט"א מו"ץ בקהלתינו און האברך ר' הערשל קליין הי"ו אריין צום רבי'ן אין ניו העמפשער איבער די נושא און די רבי האט געזאגט וואס עס פארלאנגט זיך כדאי די קהלה זאל קען אינדארסירן אז אינגעלייט זאלן זיך אהינציען.
פיילס
image.png
image.png (686.48 KiB) געזען געווארן 796 מאל
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3087
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2651

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

🌴בצל הקודש🌴

‏"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ברכת מזל טוב להוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת נכדו למז"ט,
בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א
בן הגה"צ רבי אברהם מאיר שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו.
וחתן הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט"א. ‏
"שישו ושמחו בשמחת רבינו"
~🌴~
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3087
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2651

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

🌴בצל הקודש🌴

‏"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ברכת מזל טוב להוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א
לרגל הולדת נכדתו למז"ט,
בת הנולדה אצל הרב יואל מייזליש שליט"א
בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א
וחתן הגה"צ רבי יהושע לייפער שליט"א - אבד"ק באר משה פרעמישלאן מאנסי ונשיא מכון עוז והדר.
"שישו ושמחו בשמחת רבינו"
~🌴~
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3087
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2651

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

תורתך שעשועי
פיילס
f507ee52-ffa5-69be-e415-548b95ff16fa.jpg
f507ee52-ffa5-69be-e415-548b95ff16fa.jpg (304.76 KiB) געזען געווארן 443 מאל
שרייב פאוסט