סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אסרוחג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 257
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 606

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך אסרוחג »

רואיגער-טיש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2026 4:36 pm
אגד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2026 4:18 pm @רואיגער-טיש, איר האט געפרעגט ר' חיים אויב אייער רעבעצין קען גיין און ער האט געענטפערט ניין?

אנדערע נישט ווי איי פי האט ער יא געלאזט ווי ווייט איך ווייס, האסט אים דארט געדארפט פרעגן, ער איז דארט געווען.

--------

איך האלט אז מען דארף מאכן א געהעריגע חומש סעודה, אבער לויט הרב וויינבערגער דארט איז עס נישט אין פלאן.
יא יא, לאקשן פארקויף פאר א צווייטן.

איך האלט אז די VIP ברויכט מען פעמפערן ביזן סוף, אבער די עוורידזש עלטערן חסידים ואנשי מעשה וואס שטעלן זיך צו, אין זענען געווען די ערשטע VIP עלטערן ביי מלבושי כבוד סאמאטוכע צו פאלגן אין שלינגען ווען הויזענע'ס האבן אסגעקוקט ווי גארבעדזש בעג'ס אויף די קינדער, פעמפער אויך איינמאל, נאר איינמאל.

א דאנק
@רואיגער-טיש רואיג רואיג
שוין ב"ה נישט מיין ערשטע קינד וואס הייבט אן לערנען חומש, און מיין רעבעצין האט אויך געהאט חשק מיטצוהאלטן, אבער אז מ'האט געזאגט מ'קען נישט נישטא קיין פלאץ, איז נישט, נעמט אייך אזוי נישט צום הארצן, קוקט אויס איר האלט ביים ערשטן קינד, גארטל דיך גוט אן, נאך דאך אסאך שענערע טשעלענזשעס לאורך הדרך, בסבלנות!

א איד האט יא געזאגט א גוט ווערטל, אז אונטער די מחיצה האט מען נאר אריינגעלאזט די פרויען וואס האבן שוין באקומען א ווארענונגס בריוו פון ועד החינוך, והמ"י
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 424
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 755

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך אגד »

אסרוחג האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2026 8:30 pm א איד האט יא געזאגט א גוט ווערטל, אז אונטער די מחיצה האט מען נאר אריינגעלאזט די פרויען וואס האבן שוין באקומען א ווארענונגס בריוו פון ועד החינוך, והמ"י
דו האלטסט אז עס מאכט סענס אז דאס זאל זיין דער מצב, אז אזא וויץ זאל גוט היטן?

דאס איז נאך ערגער אראפגעלייגט ווי זיין גאנצע לאנגע תגובה.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3865
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4796

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך אנדערער »

פארק שול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2026 6:30 pm גארנישט טוישט זיך נישט פון שרייבען אויף א בלאג אונטער א ניק
אמת. עס ברענגט אבער אז מענטשן זאלן זען אז זיי זענען נישט די איינציגסטע מיט דעם פראבלעם. נאכדעם קען מען גיין צום קומענדיגן סטעפ
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 292

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מי שברך »

אסרוחג האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2026 8:30 pm
רואיגער-טיש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2026 4:36 pm
אגד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2026 4:18 pm @רואיגער-טיש, איר האט געפרעגט ר' חיים אויב אייער רעבעצין קען גיין און ער האט געענטפערט ניין?

אנדערע נישט ווי איי פי האט ער יא געלאזט ווי ווייט איך ווייס, האסט אים דארט געדארפט פרעגן, ער איז דארט געווען.

--------

איך האלט אז מען דארף מאכן א געהעריגע חומש סעודה, אבער לויט הרב וויינבערגער דארט איז עס נישט אין פלאן.
יא יא, לאקשן פארקויף פאר א צווייטן.

איך האלט אז די VIP ברויכט מען פעמפערן ביזן סוף, אבער די עוורידזש עלטערן חסידים ואנשי מעשה וואס שטעלן זיך צו, אין זענען געווען די ערשטע VIP עלטערן ביי מלבושי כבוד סאמאטוכע צו פאלגן אין שלינגען ווען הויזענע'ס האבן אסגעקוקט ווי גארבעדזש בעג'ס אויף די קינדער, פעמפער אויך איינמאל, נאר איינמאל.

א דאנק
@רואיגער-טיש רואיג רואיג
שוין ב"ה נישט מיין ערשטע קינד וואס הייבט אן לערנען חומש, און מיין רעבעצין האט אויך געהאט חשק מיטצוהאלטן, אבער אז מ'האט געזאגט מ'קען נישט נישטא קיין פלאץ, איז נישט, נעמט אייך אזוי נישט צום הארצן, קוקט אויס איר האלט ביים ערשטן קינד, גארטל דיך גוט אן, נאך דאך אסאך שענערע טשעלענזשעס לאורך הדרך, בסבלנות!

א איד האט יא געזאגט א גוט ווערטל, אז אונטער די מחיצה האט מען נאר אריינגעלאזט די פרויען וואס האבן שוין באקומען א ווארענונגס בריוו פון ועד החינוך, והמ"י
אדער וואס דארפן באקומען... זיי זענען דאך Vip....
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3863
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13242

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פופציגער »

א מענטש מעג ווילן זיין ווייב זאל קענען גיין צו א חומש סעודה, און מ'מעג עס אויסשמועסן.

אבער האבן טענות כאילו מ'קומט אים עפעס, און שילדערן א בילד ווי דא שטעקט דער לאך פון די מוסדות, איז ראדיקאל, און מאכט אז אנדערע טענות זאלן אויך נישט האבן קיין האפט.

ביטע. אקעי?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3865
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4796

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך אנדערער »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2026 10:19 pm א מענטש מעג ווילן זיין ווייב זאל קענען גיין צו א חומש סעודה, און מ'מעג עס אויסשמועסן.

אבער האבן טענות כאילו מ'קומט אים עפעס, און שילדערן א בילד ווי דא שטעקט דער לאך פון די מוסדות, איז ראדיקאל, און מאכט אז אנדערע טענות זאלן אויך נישט האבן קיין האפט.

ביטע. אקעי?
זיין ווייב טוט זייער וויי אז זי האט נישט געקענט זיין ביי די חומש סעודה

אויב זענען דא נאך אסאך וואס עס טוט זיי אזוי וויי דארף מען עס נעמען אין באטראכט
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 843
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 958

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך טראפקעלע »

לאמיר זאגן די זעלבע זאך רואיג...
א אידישע מאמע און אויך די באבעס גייען אויס צו עס קענען מיטהאלטן,
במילא וואלט מען מוראדיג אפרישיעיטעט אויב מהייבט עס אן מאכן אויף א אופן אז פרויען זאלן קענען מיטהאלטן,
אויב סאיז דא עפעס א סיבה פארוואס סאיז נישט שייך וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן.
רואיגער-טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 8:40 am
Location: מיטינג
x 139

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך רואיגער-טיש »

אסרוחג האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2026 8:30 pm
רואיגער-טיש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2026 4:36 pm
אגד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2026 4:18 pm @רואיגער-טיש, איר האט געפרעגט ר' חיים אויב אייער רעבעצין קען גיין און ער האט געענטפערט ניין?

אנדערע נישט ווי איי פי האט ער יא געלאזט ווי ווייט איך ווייס, האסט אים דארט געדארפט פרעגן, ער איז דארט געווען.

--------

איך האלט אז מען דארף מאכן א געהעריגע חומש סעודה, אבער לויט הרב וויינבערגער דארט איז עס נישט אין פלאן.
יא יא, לאקשן פארקויף פאר א צווייטן.

איך האלט אז די VIP ברויכט מען פעמפערן ביזן סוף, אבער די עוורידזש עלטערן חסידים ואנשי מעשה וואס שטעלן זיך צו, אין זענען געווען די ערשטע VIP עלטערן ביי מלבושי כבוד סאמאטוכע צו פאלגן אין שלינגען ווען הויזענע'ס האבן אסגעקוקט ווי גארבעדזש בעג'ס אויף די קינדער, פעמפער אויך איינמאל, נאר איינמאל.

א דאנק
@רואיגער-טיש רואיג רואיג
שוין ב"ה נישט מיין ערשטע קינד וואס הייבט אן לערנען חומש, און מיין רעבעצין האט אויך געהאט חשק מיטצוהאלטן, אבער אז מ'האט געזאגט מ'קען נישט נישטא קיין פלאץ, איז נישט, נעמט אייך אזוי נישט צום הארצן, קוקט אויס איר האלט ביים ערשטן קינד, גארטל דיך גוט אן, נאך דאך אסאך שענערע טשעלענזשעס לאורך הדרך, בסבלנות!

א איד האט יא געזאגט א גוט ווערטל, אז אונטער די מחיצה האט מען נאר אריינגעלאזט די פרויען וואס האבן שוין באקומען א ווארענונגס בריוו פון ועד החינוך, והמ"י
למען האמת שוין ב"ה די דריטע אין כיתה א', וואס באדערט איז אז די פריעדיגע איז נישט געווען קיין גארד ביים טיר!!

אגב דיין לעצטע שורה האט אלעס גענטפערט
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 460
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 1070

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך עומד על תלת »

רואיגער-טיש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2026 4:36 pm
אגד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2026 4:18 pm @רואיגער-טיש, איר האט געפרעגט ר' חיים אויב אייער רעבעצין קען גיין און ער האט געענטפערט ניין?

אנדערע נישט ווי איי פי האט ער יא געלאזט ווי ווייט איך ווייס, האסט אים דארט געדארפט פרעגן, ער איז דארט געווען.

--------

איך האלט אז מען דארף מאכן א געהעריגע חומש סעודה, אבער לויט הרב וויינבערגער דארט איז עס נישט אין פלאן.
יא יא, לאקשן פארקויף פאר א צווייטן.

איך האלט אז די VIP ברויכט מען פעמפערן ביזן סוף, אבער די עוורידזש עלטערן חסידים ואנשי מעשה וואס שטעלן זיך צו, אין זענען געווען די ערשטע VIP עלטערן ביי מלבושי כבוד סאמאטוכע צו פאלגן אין שלינגען ווען הויזענע'ס האבן אסגעקוקט ווי גארבעדזש בעג'ס אויף די קינדער, פעמפער אויך איינמאל, נאר איינמאל.

א דאנק
איין טענה האב איך צו דיר פארוואס פאלגסטו טאקע יעדע נארישקייט, ווי למשל גארביטש בעג הויזנע‘ס,
אין לאמיר זאגן אז ביסט מסכים מיט‘ן יסוד, פארוואס שטעלסטו זיך נישט אז זאלסט כאטש קענען קויפן א כשערע הויזן אין לייגן א הכשר אויף דעים,
ווייל זיי האבן א שטארקע בעיס פון חברה ווי דיר וואס פאלגן גלייך קענען זיי יעצט זיצן אויף מיין קאפ!
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 953
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 2010

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בן תורה »

גארביטש בעג הויזנס...
איך האב גענומען (איך... מיין שטוב) אלע אלטע הויזנס וואס איך האב פארמאגט און באקומען א הכשר דערויף. קיינער האט מיך נישט מחייב געווען צו קויפן קיין גארביטש בעג הויזנס.

קען זיין מיינע קינדער גייען סייווי מיט גארביזש בעגס? טערסאנט, ווייס איך נישט.
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 460
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 1070

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך עומד על תלת »

בן תורה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2026 4:03 pm גארביטש בעג הויזנס...
איך האב גענומען (איך... מיין שטוב) אלע אלטע הויזנס וואס איך האב פארמאגט און באקומען א הכשר דערויף. קיינער האט מיך נישט מחייב געווען צו קויפן קיין גארביטש בעג הויזנס.

קען זיין מיינע קינדער גייען סייווי מיט גארביזש בעגס? טערסאנט, ווייס איך נישט.
איך ווייס נישט, אפשר ביסטו אויך פון דעי וואס מען האט איינגעלאזט צום חומש סעודה,
מיין חבר'ס שטוב, האט די שטוב וואס לייגט די הכשר נישט ארויפגעלייגט ווען זי איז געקומען מיט א צעטיל וואס באשטעטיקט די קינד מיט די הויזן, "ווייל די מנהל קען נישט זאגן".....
גראדע מיין זין'ס מנהל, מלמד, איגנארירט די גאנצע זאך,
לאמיר זעהן וואס די נעקסטע יאר מלמד וועט טיהן,
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט די עצם תקנה די זאך דארף א תיקון גדול,
אבער דעיס צווינגען צו קויפן ביי זיי מאכט משוגע,
אין סתם אזוי משוגע מאכן די קינדער עשו, לבן, זענען געגאנגען אהן א הכשר אויף די הויזן איז אויך איבערגעטריבן.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3863
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13242

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פופציגער »

איך וויל זיך באציען צו וואס מען רעדט אסאך אז די קרית יואל'ע זענען געספוילט.

אין די אלגעמיינע וועלט איז אנגענומען אז ווען עמיצער האלט דעם מאנאפאל און קאנטראל אויף א זאך, און לאזט נישט קיין ברירה פאר די קליענטן אדער אונטערטאנען, נאר יעדער מוז צוקומען צו אים, איז דא אן אחריות צו צושטעלן העכערע סטאנדארטן. דער סברה איז בעצם פשוט, אויב האב איך אן אויסוואל פון 10 סופערמארקעטס, מעג איינער פון די צען באשליסן אז ער פארקויפט נישט קיין סענדוויטשעס. אבער אויב איינער האלט פאר זיך די אויסשליסליכע רעכטן פאר א סופערמארקעט אין דעם געגנט, מוז ער יא פארקויפן אלעס וואס קליענטן ערווארטן צו טרעפן אין א סופערמארקעט, אפילו אזעלכע וואס געהערן נאר צו העכערע סטאנדארט סופערמארקעטס. ווייל אויב דו לאזסט נישט יענעם עפענען, שטעל דו צו, און אז נישט הייסט עס אז דו בא'עוול'סט דעם ציבור, אפילו אויב ביסט שענער פון אסאך אנדערע סופערמארקעטס אין פרייע שטעט.

קרית יואל איז א שטאט וואס ווערט קאנטראלירט. מיט א רחניות'דיגע בליק איז עס גאר געוואונטשן, ואשרי חלקינו. אבער, די הנהלה, הנהגה, פירערשאפט, וכו', מוז אנערקענען אז יא, דער פרייז פון האלטן קאנטראל איז אז דו דארפסט צושטעלן פון שענסטן און בעסטן, און אז נישט וועט מען האבן "בארעכטיגטע" טענות צו דיר.

לאמיר נעמען "משלים" פאר אילוסטראציע...

---אויב דו לאזט נישט א צווייטן עפענען א מעדיקל צענטער - זענען די תושבים גערעכט מיט'ן דיר פארשרייען פאר'ן נישט האבן קיין עוועילעבל דענטיסט אפוינטמענטס, און פאר'ן נישט זיין מסודר מיט לעבנסקריטישע איינריכטונגען. הגם דעם לאקאלן דאקטאר אין וויליאמסבורג וואלט מען נישט באשמוצט טאמער פארגעסט ער צו אפדעיטן דיין פייל מיט לעצטיגע וויכטיגע לעב רעזאלטס. ווייל צו אים מוז מען נישט גיין.

---אויב דו לאזט נישט אנדערע מוסדות אפערירן געהעריג - זיי מוחל און מאך זיכער דו ביסט טאקע די בעסטע מוסד וואס איז פארהאן. דאס אז איינער איז א הויכראנגיגע בנש"ק אדער בתש"ק איז גענוג סיבה צו געבן א הויכע פאזיציע אין א לאקאלע מוסד וואס קיינער מוז נישט שיקן אהין. נישט אין קרית יואל.

---אויב דו לאזט נישט "שוואכערע מוסדות" אפערירן געהעריג - קענסטו נישט ארויסווארפן א קינד אדער נישט אננעמען א קינד פאר זאכן וואס זענען נישט "עכט" א פראבלעם פאר'ן מוסד! דיינע רעסטריקשאנס מוזן ווערן א מיליאן מאל בעסער דורכגעזיפט, ווייל דו ביסט נישט אין א פאזיציע פון זאגן "ביסט נישט אנגענומען אין מיין מוסד" נאר מ'רעדט פון "ביסט נישט אנגענומען אין קיין מוסד".

---אויב מען בויט דעוועלאפמענטס אויף א וועג אז די תושבים זאלן נישט "קענען" עפענען אליינס שוהלן - פארשטיי ביטע ווען מ'האט טענות אויב דער דעוועלאפער רעכנט זיך נישט מיט גענוג פלאץ פאר שוהלן.

---אויב דער שטאט, מיט יעדן פרט און דעטאל, מוז געפירט ווערן דורך דיינע ועדים און מפעלים - זענען די שטאטישע איינוואוינער בארעכטיגט צו אנהארגענען די ביינער פאר אן אנגעשטעלטן הרב הגאון וואס איז קארופטירט. כמובן, אויב ווייסן זיי קלאר אז ער איז טאקע נישט יושר'דיג.

---אויב דו האסט קאנטראל אויף וואס ווערט פארקויפט אין שטאט פון איין עק שטאט צום צווייטן - קענסטו נישט פסק'ענען זאכן לויט דיינע בויך געפילן. געפילן, הרגשים, און "טצטע" צונג שלוקערצן, איז גוט פאר א לאקאלע רב וואס זאגט אז אין מיין שוהל וויל איך נישט מזאל עסן הערינג ווייל מיר קוקט עס נישט אויס היימיש... ווען דו צווינגסט ארויף דיין הנהגה, קען מען נישט פסק'ענען מיט בויך געפילן, אפילו ס'זייער חשוב! דו מוזט זיין דאס מערסטע ליבעראל וואס פיט אריין אין הלכה (און פארשטייט זיך, אין אונזער פאל אין א סאטמארע שטאט, מוז עס אריינפיטן אין שיטת סאטמאר).

דער ליסטע פון משלים קען גיין ווייטער און ווייטער.

אונטערשטע שורה, איך בין זייער צופרידן פון קרית יואל מיט אלע סניפי הנהגה - כמעט... אשרינו אשרינו!

איך בין אבער נישט געספוילט! אויב דו נעמסט דעם אחריות אויף מיר, און איך מוז זיך אנלאנען אויף דיר, מאך זיכער ביסט גענוג שטארק!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6982

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

@פופציגער

שטארק הנאה געהאט פון דיין קול קורא די האסט א שכל הישר
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1092
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1345

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך איד »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2026 4:52 pm
---אויב דער שטאט, מיט יעדן פרט און דעטאל, מוז געפירט ווערן דורך דיינע ועדים און מפעלים - זענען די שטאטישע איינוואוינער בארעכטיגט צו אנהארגענען די ביינער פאר אן אנגעשטעלטן הרב הגאון וואס איז קארופטירט. כמובן, אויב ווייסן זיי קלאר אז ער איז טאקע נישט יושר'דיג.

די איינציגסטע זאך וואס כ'האב נישט געוויסט צו וועלכע זאך עס איז זיך מיחס.
עפעס איז פארגעגאנגען אז עס האט שוין געהאלטן אזוי ווייט?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3863
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13242

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פופציגער »

איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2026 8:31 pm

גארנישט ספעציפיש. קיין איינס פון מיינע ליינס האבן זיך נישט עכט באצויגן צו געשיכטעס אדער צו העיט, בלויז גערעדט פונעם מיינדסעט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 108
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 106

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך גאלדבערג »

@פופציגער
וואלסט געקענט זעהן אז איינער אין צפון קארעא זאל פארלאנגען מ'זאל אים סערווירן מיט "עמעזאן פריים" קאסטומער סערוויס

ס'נאר א משל
די געדאנק איז אז דעי 2 גייט נישט אינאיינעם
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3863
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13242

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פופציגער »

גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 12:26 am @פופציגער

צפון קארעא איז א דיקטאטאריש לאנד. דארט אונטערדרוקט מען די מענטשן. דארט רעכנט זיך קיינער נישט מיט קיינעמ'ס אינטערעסן.

קרית יואל איז פארקערט. קרית יואל האט הנהגה טאקע ווייל מען רעכנט זיך יא מיט דעם ציבור'ס אינטערעסן. קרית יואל'ע אידן זענען אין פאקט געספוילט, און מיר ווערן סערווירט מיט זאכן וואס אין אנדערע שטעט איז א חלום. פארקערט ווי דער צפון קארעא ביישפיל.

מיין פוינט איז נאר אז ווען מענטשן קומען ארויף זאגן אז קרית יואל'ע טארן זיך נישט אפרעדן ווייל מיר זענען געספוילט, דארף מען געדענקען אז אונזער זיין געספוילט איז נישט לפנים משורת הדין.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אינטערן טיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 337
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 2:55 pm
x 617

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך אינטערן טיש »

תושב קרית יואל האט געשריבן: פרייטאג יולי 31, 2026 1:46 am
אינטערן טיש האט געשריבן: פרייטאג יולי 31, 2026 1:08 am
נפתלי האט געשריבן: פרייטאג יולי 31, 2026 12:29 am

די האלטסט אז עכט האבן זיי איבריגע 100 מיליאן דאלער פון די שאפינג סענטער בית השחיטה וכו' נאר מען האט יעצט סתם דעסיידעד צו פייניגען דעם ציבור?

כ'מיין נישט דיך איך מיין דיין פרענד...
לויט די יודעי דבר,האט די מוסדות מיט די בית השחיטה כהיום גארנישט איינגעלייגט,וד'"ל
איך האב א קרוב א שוחט און ער האלט און איין זאגן אז די מוסדות מיט די בית השחיטה איז היינו הך
Lol
די טשיקענס האבן אים דערציילט דעם סוד?
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 108
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 106

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך גאלדבערג »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 12:31 am
גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 12:26 am @פופציגער
וואלסט געקענט זעהן אז איינער אין צפון
מיין פוינט איז נאר אז ווען מענטשן קומען ארויף זאגן אז קרית יואל'ע טארן זיך נישט אפרעדן ווייל מיר זענען געספוילט, דארף מען געדענקען אז אונזער זיין געספוילט איז נישט לפנים משורת הדין.
אלע צרכים ווערן צוגעשטעלט אנגעהויבן פון מאכלים ביז קריטישע היילונג נישט דורך א פרייער קאנקורענץ מארקעט עס איז אלעס אין די הענט פינעם פירערשאפט וואס האט נישט קיין קאנקורענץ

וויאזוי ווילסטו האבן די סערוויסעס פון א מארקעט וואס האט יא קאנקורענץ.

א געשעפטסמאן אין אן אפענער שטאט קומט פרי אין סטאר, קלינט די פלארס, שמייכלט צום קליענט, טרייט אראפצולאזן די פרייזן,
וואס שטופט אים זיך צו איבעררייסן דיר צו באפרידיגן?
ווייל ער איז א צדיק הדור און האט ליב חסד? ווייל ער פילט א מאראלישע "אחריות"?
ניין, פשוט ווייל ער לעבט אין פחד,
אין א פרייער מארקעט האט דער קליענט א וואונדערליכע וואפן וואס רופט זיך "או אינו''
דער קליענט קומט אריין און זאגט אין איין ווארט: "גיב מיר א גוטע פרייז און א גיטער סערוויס, אדער גיי איך צום געשעפט אקעגן איבער!"
די הנהלת המוסד ווייסט: "מ'מוז צושטעלן א גוטן מחנך און אלע צוגעהערן, אדער נעמט ער ארויס דאס קינד און שיקט אים אין די אנדערע מוסד אקעגן איבער"
ווען דו באשטעלסט עפעס אויף עמעזאן, וועט עס אנקומען צו דיין טיר אין 24 שעה,
אויב ס'איז צעבראכן באקומסטו צוריק דאס געלט אין 3 סעקונדעס, קיינער פרעגט נישט קיין קשיות
פארוואס? ווייל זיי ווייסן אז מיט איין קליק קענסטו גיין צו טארגעט אדער וואלמארט, זיי האבן א פחד פונעם 'או אינו'

אין קורצן:
ווען דו בינדסט זיך די הענט און פיס און גיבסט איבער די שליסלען פאר א צווייטן,
קענסטו נישט ערווארטן מ'זאל דיר קראצן די נאז ווען ס'בייסט דיר.

האסטיר סוקסעספול איינגעשפארט און דו האסט געשריגן "אשרינו אשרינו"!
יעצט קוקן זיי אויף דיר מיט רחמנות און לאכן זיך אונטער אויף דיינע טענות.
מונאפאל ברענגט פוילקייט

כ'פארשטיי די ווילסט זיין דער געטרייער חסיד וואס קושט די בייטש וואס שמייסט
ס'גייט אבער נישט אינאיינעם מיט שפילן קליענט וואס פאדערט גוטע סערוויס רעכטן.
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 977
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1874

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך תורה ויראה »

איינער האט אן אנונג ווי מ'קען באשטעלן א בודקע פאר כ"ו אב? שטייט נישט אדווערטייזט.
קראנץ
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 2:03 pm
x 4

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קראנץ »

הייסע נייעס!!!!!!!!

עס האלט זיך אינמיטן פארמירן א סאטמארע קהלה אין א נייע געגנט אין קענעדע.

ימים ידברו.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3865
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4796

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך אנדערער »

איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2026 8:31 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2026 4:52 pm
---אויב דער שטאט, מיט יעדן פרט און דעטאל, מוז געפירט ווערן דורך דיינע ועדים און מפעלים - זענען די שטאטישע איינוואוינער בארעכטיגט צו אנהארגענען די ביינער פאר אן אנגעשטעלטן הרב הגאון וואס איז קארופטירט. כמובן, אויב ווייסן זיי קלאר אז ער איז טאקע נישט יושר'דיג.

די איינציגסטע זאך וואס כ'האב נישט געוויסט צו וועלכע זאך עס איז זיך מיחס.
עפעס איז פארגעגאנגען אז עס האט שוין געהאלטן אזוי ווייט?
קענסט נישט פופציגער'ס וועג פון שרייבן?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3863
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13242

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פופציגער »

גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 6:02 am
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 12:31 am
גאלדבערג האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 12:26 am @פופציגער
וואלסט געקענט זעהן אז איינער אין צפון
מיין פוינט איז נאר אז ווען מענטשן קומען ארויף זאגן אז קרית יואל'ע טארן זיך נישט אפרעדן ווייל מיר זענען געספוילט, דארף מען געדענקען אז אונזער זיין געספוילט איז נישט לפנים משורת הדין.
אלע צרכים ווערן צוגעשטעלט אנגעהויבן פון מאכלים ביז קריטישע היילונג נישט דורך א פרייער קאנקורענץ מארקעט עס איז אלעס אין די הענט פינעם פירערשאפט וואס האט נישט קיין קאנקורענץ

וויאזוי ווילסטו האבן די סערוויסעס פון א מארקעט וואס האט יא קאנקורענץ.

א געשעפטסמאן אין אן אפענער שטאט קומט פרי אין סטאר, קלינט די פלארס, שמייכלט צום קליענט, טרייט אראפצולאזן די פרייזן,
וואס שטופט אים זיך צו איבעררייסן דיר צו באפרידיגן?
ווייל ער איז א צדיק הדור און האט ליב חסד? ווייל ער פילט א מאראלישע "אחריות"?
ניין, פשוט ווייל ער לעבט אין פחד,
אין א פרייער מארקעט האט דער קליענט א וואונדערליכע וואפן וואס רופט זיך "או אינו''
דער קליענט קומט אריין און זאגט אין איין ווארט: "גיב מיר א גוטע פרייז און א גיטער סערוויס, אדער גיי איך צום געשעפט אקעגן איבער!"
די הנהלת המוסד ווייסט: "מ'מוז צושטעלן א גוטן מחנך און אלע צוגעהערן, אדער נעמט ער ארויס דאס קינד און שיקט אים אין די אנדערע מוסד אקעגן איבער"
ווען דו באשטעלסט עפעס אויף עמעזאן, וועט עס אנקומען צו דיין טיר אין 24 שעה,
אויב ס'איז צעבראכן באקומסטו צוריק דאס געלט אין 3 סעקונדעס, קיינער פרעגט נישט קיין קשיות
פארוואס? ווייל זיי ווייסן אז מיט איין קליק קענסטו גיין צו טארגעט אדער וואלמארט, זיי האבן א פחד פונעם 'או אינו'

אין קורצן:
ווען דו בינדסט זיך די הענט און פיס און גיבסט איבער די שליסלען פאר א צווייטן,
קענסטו נישט ערווארטן מ'זאל דיר קראצן די נאז ווען ס'בייסט דיר.

האסטיר סוקסעספול איינגעשפארט און דו האסט געשריגן "אשרינו אשרינו"!
יעצט קוקן זיי אויף דיר מיט רחמנות און לאכן זיך אונטער אויף דיינע טענות.
מונאפאל ברענגט פוילקייט

כ'פארשטיי די ווילסט זיין דער געטרייער חסיד וואס קושט די בייטש וואס שמייסט
ס'גייט אבער נישט אינאיינעם מיט שפילן קליענט וואס פאדערט גוטע סערוויס רעכטן.

ברודער, פאקטן דאמינירן דא דעם שמועס, נישט סייענטיפישע חשבונות.

דער פאקט איז אז קרית יואלע אידן ווערן סערווירט אסאך בעסער און אסאך מער געצערטלט ווי אנדערע שטעט! דאס איז דער פאקט!

און נאכאמאל, דו באציסט זיך צום שמועס ווי א דיקטאטארשאפט, איך זע עס ווי א פרידליכע מאנאפאל.

עס איז נישט מיין חידוש, נאר אנגענומען אין די וועלט, אז איינער וואס האלט א מאנאפאל מוז זיכערמאכן צו סערווירן אויך די הויכע סטאנדארט מענטשן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 953
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 2010

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בן תורה »

קראנץ האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 10:38 am הייסע נייעס!!!!!!!!

עס האלט זיך אינמיטן פארמירן א סאטמארע קהלה אין א נייע געגנט אין קענעדע.

ימים ידברו.
סאיז אזוי הייס ווי קאסא גראנדא?
טוישן א לאנד איז היבש א שווערע זאך. מאכן סיטיזענשיפ.
קראנץ
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 2:03 pm
x 4

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קראנץ »

וואו ווייט איך פארשטיי איז עס מער געווידמעט פאר מענטשן וואס וואוינען שוין אין קענעדע.

צב"ש טאהש.באסבריאנד.מאנטריאל.און די ארומיגע געגנטער.
שרייב פאוסט