א שיינעם פשט געזען…

יהושע עבד השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 170

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

יהושע עבד השם האט געשריבן: פרייטאג יוני 12, 2026 7:53 pm וְלֹא תָתוּרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם:

די חוזה פון לובלין זי"ע טייטש: וְלֹא תָתוּרוּ, בינד נישט אויף דיין קשר מיטן רבונו של עולם, אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם, נאכדעם וואס עטץ זענטץ נאכגעגאנגען די אויגן און די הארץ! געב נישט אויף!
מענין לענין.....

זאגט די מגיד ר' שלום שבדרון זצ"ל "אז אויב ווען די באשעפער האט זיי געגעבן די אפציע, אז אויב זיי ווילן איז ער מסכים אז זיי זאלן גיין "לָת֣וּר אֶת הָאָ֑רֶץ" און זיי האבן טאקע מקיים געווען דעם "וְיָתֻ֙רוּ" מיט דעם אלעם האט זיך עס אזוי שלעכט גענדיגט..... איז זיכער ווען די באשעפער איז מזהיר און זאגט "וְלֹא תָתוּרוּ" אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם, ווי שלעכט די תוצאות קענען זיין ודפח"ח......
יהושע עבד השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 170

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

יהושע עבד השם האט געשריבן: פרייטאג יוני 05, 2026 12:28 am עַיִן רוֹאָה, וְאֹזֶן שׁוֹמַעַת, וְכָל מַעֲשֶׂיךָ בַּסֵּפֶר נִכְתָּבִין: (פרק ב' משנה א')

"עַיִן רוֹאָה" דיינע אויגן זאלן זעהן וויאזוי ערליכע אידן פירן זיך אויף!

"וְאֹזֶן שׁוֹמַעַת" דיינע אויערן זאל הערן דערציילן פון צדיקים, וויאזוי זייערע העכערע עבודה איז געווען!

אבער "וְכָל מַעֲשֶׂיךָ בַּסֵּפֶר נִכְתָּבִין" דיינע מעשים דארפן שטימען מיט דאס וואס עס שטייט אין שולחן ערוך.....
מענין לענין....
די באשעפער זאגט "הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו! הערטס מיר אויף דינען און פאנגטס אן פאלגען דעם שולחן ערוך" והבן...
יהושע עבד השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 170

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

ויעיד עליו יודע תעלומות שלא ישוב לזה החטא לעולם (רמב”ם הלכות תשובה)

ר’ שמעון שקאפ זצ”ל איז מדייק אז עס שטייט נישט ויעיד עליו יודע ”עתידות” נאר עס שטייט יודע ”תעלומות”, וואס עס גייט למעשה זיין נישט דאס איז די עיקר, די עיקר איז דיין ”יעצטיגע” אמת’דיגע טיפע הכרה אויף תשובה און תיקון המעשים! דאס וויל דער יודע תעלומות זעהן ”יעצט” אז די ביסט אמת’דיג דערביי!!!

(בשם תלמידו הרב קאפעלמאן זצ”ל)
יהושע עבד השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 170

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

זֹאת חֻקַּת הַתּוֹרָה וגו' וְיִקְחוּ אֵלֶיךָ פָרָה אֲדֻמָּה תְּמִימָה:

זאגט רש"י "לפי שהשטן ואומות העולם מונין את ישראל לומר, מה המצוה הזאת? ומה טעם יש בה? לפיכך כתב בה חקה! גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.

פרעגט די וועלט, רש"י אליינס ברענגט דאך שפעטער א טעם בשם ר' משה הדרשן אלץ תבא אמו ותקנח?

ענטפערט ר' חנוך העניך מאלכסנדר זצ"ל "אלעס ווענדט זיך ווער עס פרעגט" ווען די שטן און אומות העולם פרעגן סתם לקנטר... דעמאלטס אין לך רשות להרהר אחריה!! אבער ווען ר' משה הדרשן פרעגט און ענטפערט דעמאלטס איז די תשובה א גוטע...
יהושע עבד השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 170

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

נאכדעם וואס קרח איז שוין געווען באגראבן אונטער דער ערד, און יעדער האט שוין לכאורה געזעהן ווער עס איז די אמת’ע מנהיג, פארוואס האט נאך אויסגעפעלט די סימן פון "וְהִנֵּה פָּרַח מַטֵּה אַהֲרֹן לְבֵית לֵוִי וַיֹּצֵא פֶרַח וַיָּצֵץ צִיץ וַיִּגְמֹל שְׁקֵדִים"?

נארוואזשע דען? ווייל "אויב ביסטו א מנהיג נאר ווייל די האסט מצליח געווען יענעם אין די ערד צו לייגן, איז עס נאכנישט גענוג א ראיה.... אבער אויב קענסטו נעמען א טרוקענע שטעקן און עס מאכן בליען! אה! דאס איז שוין א גוטע ראיה אז די ביסט דער ריכטיגע מנהיג!!

תן לחכם ויחכם עוד...
יהושע עבד השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 170

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

יִפְקֹד השם אֱלֹהֵי הָרוּחֹת לְכׇל בָּשָׂר אִישׁ עַל הָעֵדָה: אֲשֶׁר יֵצֵא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יָבֹא לִפְנֵיהֶם:

זאגט די הייליגע ווארקע רבי זי"ע, משה רבינו האט געבעטן פונעם אויבערשטער אזא מנהיג "אֲשֶׁר יֵצֵא לִפְנֵיהֶם" איינער וואס זאל אויסגיין פאר זיי!! זיין הארץ זאל אויסגיין פאר זיי! און ער זאל זיין גרייט זיך מוסר נפש זיין פאר זיי! אזא איינער איז ראוי צו זיין א מנהיג אויף אידישע קינדער!!
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2108
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7438

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך Think and Thank »

יהושע עבד השם האט געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2026 1:13 pm ויעיד עליו יודע תעלומות שלא ישוב לזה החטא לעולם (רמב”ם הלכות תשובה)

ר’ שמעון שקאפ זצ”ל איז מדייק אז עס שטייט נישט ויעיד עליו יודע ”עתידות” נאר עס שטייט יודע ”תעלומות”, וואס עס גייט למעשה זיין נישט דאס איז די עיקר, די עיקר איז דיין ”יעצטיגע” אמת’דיגע טיפע הכרה אויף תשובה און תיקון המעשים! דאס וויל דער יודע תעלומות זעהן ”יעצט” אז די ביסט אמת’דיג דערביי!!!

(בשם תלמידו הרב קאפעלמאן זצ”ל)

בימי חורפי האב איך אליין מדייק געווען די דיוק אין רמב"ם, און שפעטער האב איך געזען אז עס שטייט שוין פון פריערדיגע (כ'געדענק נישט פון וועם).
יהושע עבד השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 170

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

"ראוי לכל ירא שמים שיהא מיצר ודואג על חורבן בית המקדש"

האבן צדיקים געזאגט "אז אויב איינער איז נישט צובראכן, און עס טוט אים נישט וויי די חורבן הבית, און ער שפירט ווי ער קען נישט קלאגן דערויף... דאן זאל ער וויינען און קלאגן אויף דעם אליינס, פארוואס עס טוט אים נישט וויי!!...

געווען אמאל א איד וואס האט ל"ע געהאט א גרוש אינדערהיים, דער גרוש האט זיך אויפגעפירט זייער נישט צום זאך (מילד גערעדט...) און צו אלע צרות איז ער געווען א העווי העווי סמאוקער... האט דער טאטע אים אמאל געפרעגט, וואס טוסטו?!? דו רייכערסט ווי א קוימען! און דו מאכסט קאליע אלע שידוכים.... האט דער גרוש צוריק גענטפערט, איך פארשטיי נישט טאטי דו רייכערסט דאך אויך?! האט דער טאטע אים גענטפערט, יא! ווייל איך האב דאך א צרה אינדערהיים... האט דער גרוש געזאגט, נו! איך בין דאך דער צרה אליינס!! דארף איך דאך אוודאי רייכערן...

לעניננו.... ס'נישט פשט אז אויב דו קענסט נישט קלאגן אויפ'ן חורבן, קלאג כאטשיג אויף דעם אז דו קענסט נישט קלאגן, ניין!! פשט גייט אזוי "דאס אז דו קענסט נישט קלאגן, דאס איז דאך די חורבן אליינס!! נו אויב אזוי דארפסטו דאך הערשט קלאגן...
יהושע עבד השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 170

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

ואם בא לשוח בסוף כל ברכה וברכה, ובתחלת כל ברכה וברכה, מלמדין אותו שלא ישחה. (ברכות לד.)

פרעגט תוס' וא"ת וישחה ומה בכך? וי"ל "שלא יבא לעקור דברי חכמים, שלא יאמרו כל אחד מחמיר כמו שהוא רוצה, ואין כאן תקנת חכמים". זעהט מען פון דעם די פראבלעם פון צולייגן אומנוטיגע חומרות ווייל נאכדעם פארלירט מען די עכטע הלכות.....

זאגט די תורה "אִישׁ כִּי יִדֹּר נֶדֶר לַיהֹוָה" ווען א מענטשט מאכט א נדר, זאל ער זיכער מאכן אז די נדר זאל זיין "א נדר להשם" עפעס וואס וועט מוסיף זיין אויף זיין עבדות השם, און אים נענטער ברענגן צום באשעפער! און נישט ח"ו עס זאל זיין א בחינה פון כל המוסיף גורע...

מ’קען דא אסאך מאריך זיין אבער תן לחכם ויחכם עוד!....
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3826
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4776

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך אנדערער »

יהושע עבד השם האט געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2026 1:32 pm
יהושע עבד השם האט געשריבן: פרייטאג יוני 05, 2026 12:28 am עַיִן רוֹאָה, וְאֹזֶן שׁוֹמַעַת, וְכָל מַעֲשֶׂיךָ בַּסֵּפֶר נִכְתָּבִין: (פרק ב' משנה א')

"עַיִן רוֹאָה" דיינע אויגן זאלן זעהן וויאזוי ערליכע אידן פירן זיך אויף!

"וְאֹזֶן שׁוֹמַעַת" דיינע אויערן זאל הערן דערציילן פון צדיקים, וויאזוי זייערע העכערע עבודה איז געווען!

אבער "וְכָל מַעֲשֶׂיךָ בַּסֵּפֶר נִכְתָּבִין" דיינע מעשים דארפן שטימען מיט דאס וואס עס שטייט אין שולחן ערוך.....
מענין לענין....
די באשעפער זאגט "הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו! הערטס מיר אויף דינען און פאנגטס אן פאלגען דעם שולחן ערוך" והבן...
@מסתמא דאס איז פאר דיר...
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
יהושע עבד השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 170

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

תבא אמו ותקנח צואת בנה.

ברענגט די הייליגע סלאנים רבי זי"ע אין זיין ספר בית אברהם א משל, א טאטע איז געגאנגען מיט זיין קינד שפאצירן אין וואלד, ווען פלוצלינג זענען רויבערס זיי באפאלן און באקלאפט מיט ביטערע קלעפ, די ערשטע זאך האט די טאטע פרובירט זיך ארויסצוזעהן פון די רויבערס, און זיך דערוויטערן פון זיי, שפעטער ווען זיי האבן זיך געראטעווט, און אנגעקומען צו א פארזיכערטע פלאץ, הערשט דאן האט די טאטע זיך אנגעהויבן מטפל צו זיין מיט די קינד'ס אלע ווייטאגן, און עס שיין באשמירט און באנדעזשירט.

האט די בית אברהם זי"ע אויסגעפירט, די זעלבע דארף א איד וויסן לגבי עבדות השם, אז ווען די יצר הרע קומט צו א מענטש אים צורעדן צו אן עבירה ח"ו, ובפרט אויב די יצר הרע האט ליידער מצליח געווען און ער איז שוין ח"ו דורעכגעפאלן.... דעמאלטס דארף דער מענטש קודם זען די ערשטע זאך צו אנטלויפן די ווייטסטע שייך.... נישט ח"ו ווייטער צו ווערן פארשלעפט בעצת היצר! הערשט נאכדעם ווען די יצר הרע איז שוין אפגעשוואכט נאר דעמאלטס קען ער אנהייבן צו טראכטן פון פארעכטן דאס וואס ער איז יא דורעכגעפאלן...

דאס איז די כוונה "תבא אמו ותקנה צואת בנה" אמו איז מדת הבינה, מרמז צו זיין אויף די "בן ארבעים לבינה" וואס דעמאלטס ווערט שוין אפגעשוואכט די כח היצר אז הערשט דעמאלטס "ותקנח צואת בנו" נאר דעמאלטס קען א מענטש אנהייבן צו טראכטן פון פארעכטן דאס וואס ער איז דורעכגעפאלן.....
יהושע עבד השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 170

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

הֲשִׁיבֵנוּ יְהֹוָה אֵלֶיךָ וְנָשׁוּבָה חַדֵּשׁ יָמֵינוּ כְּקֶדֶם: כִּי אִם מָאֹס מְאַסְתָּנוּ קָצַפְתָּ עָלֵינוּ עַד מְאֹד:

כִּי אִם מָאֹס מְאַסְתָּנוּ: רבוש''ע! אויב האסטו אונז טאקע אזוי פארמיאוסט...
קָצַפְתָּ עָלֵינוּ עַד מְאֹד?! וואלסטו דען געצערנט אויף אונז אזוי שטארק?!

איינער וואס עקלט זיך פון איינעם לאזט אים פייפן... און קוקט נישט אויף זיין זייט...
ווי די משל, אז א הינדל וואס מאכט חרוב אין שטוב ווארפט מען ארויס, אבער דער קינד כאפט גוטע פעטש....

איז אויב דער רבוש''ע וואלט אונז ח"ו פיינט געהאט, וואלט ער אונז נישט אזוי געשטראפט...

די אבילות אליינס דאס איז די גרעסטע נחמה!!
יהושע עבד השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 170

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

"וְאַתֶּם הַדְּבֵקִים בַּיהֹוָה אֱלֹהֵיכֶם" אויב עטץ ווילטס זיין מקושר צום אויבערשטער און אים ריכטיג דינען, איז די עצה אז מ'זאל שטענדיג טראכטן "חַיִּים כֻּלְּכֶם הַיּוֹם" אז דיין גאנצע לעבן איז נאר היינט....

(הרה"ק ר' העניך מאלכסנדר זצ"ל)
שרייב פאוסט