רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
לאקאלער רב
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 502
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 1062

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך לאקאלער רב »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 4:22 pm
Who knows האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 4:12 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 2:15 pm
אזוי אויך מאכט די איין שעה פריער א חילוק פון אויפשטיין 5 פארטאגס ביזן אויפשטיין ביים צווייטן זמן קר''ש...
אה, ער האט געטראפן אויף וואס זיך ארויפצוכאפן.

אבער לאמיר זאגן אז עס איז נאר א שעה פריער, איז עס נישט ווערט?
ניין, ווייל פאר עפעס א סיבה האבן אונזערע טאטעס און זיידעס וואס האבן גראדע אויך געהאט שטובער מיט קליינע קינדער זיך דווקא אנגעשטרענגט צו דאווענען ביים זמן
דו ווייסט וואס דיין זיידע האט געטוהן אינדערהיים פאר די מלחמה? געדאווענט פרי.

און אויב נישט, איז עס געווען ווייל עס איז געווען נאר איין מנין אין שטעטל.

ס'דא א קלארע מהלך הלכה'דיג וויאזוי מען קען דאווענען פרי, עס איז נישט קיין בדיעבד'גע היתר. פאר מער פרעגט אייער @לאקאלער רב.

פארשטענדליך אז אן ערענסטע מנין דארף אלץ זיין, אפגעזעהן צו מען דאווענט פרי אדער שפעט.

אין א ביהמ"ד אין וויליאמסבורג איז דא אן ערענסטע פריע מנין ער"ש, אלעס ווערט געפירט בהוראת א חשוב'ע סאטמאר'ע דיין.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3094
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6959

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך פשוט און גראד »

@צווייטער

שתי תשובות בדבר
א. אריין צו לערנען פשט אין די דעת פון א מנהיג איז at best ווישפול טינקינג
ב. צו זאגען אז ס‘איז מער נישט נוגע דארף לכה"פ קומען פון א מנהיג בימינו

דיסקלעימער; איך בין מיר משתדל צו זיין פון די פריע מקבלי השבת. פאר נערווען purposes.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2082
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7347

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך Think and Thank »

וועגן די שמועס פון דאווענען שבת פרי להלכה, די אלע געוואלדיגע זאכן וואס שטייען אין חז"ל מיינט אויף מקבל שבת זיין (דהיינו מקבל זיין אויף זיך תוספות שבת), נישט אויף דאווענען מנחה און זינגען לכה דודי. דאס וואס די פוסקים רעדן וועגן דאווענען קבלת שבת און מעריב פרי איז נישט ווייל עס איז עפעס א מעלה להלכה אדער על פי חסידות, נאר ווייל אמאליגע צייטן זענען די בתי מדרשים געווען מחוץ לעיר (און טיילמאל אפילו ביי בתי מדרשים אין שטאט זעלבסט) איז געווען שרעקעדיג און מסוכן צו גיין ביינאכט ווען ס'איז טונקל.דאס זעהט מען קלאר אין פילע ראשונים ואחרונים, אנגעהויבן פון רש"י און תוספות אין מסכת ברכות ביז'ן משנה ברורה, וואס רעדן וועגן דאווענען מעריב פרי אינדערוואכן, דאווענען מנחה און מעריב נאכ'ן פלג אין די זעלבע טאג אדער צוויי באזונדערע טעג, ועוד, וואו עס ווערט קלאר אויסגעשמועסט אז מען פלעגט דאווענען פרי ווייל עס איז געווען א סכנה צו זיין אין ביהמ"ד שפעט. תוספות אין מסכת ברכות זאגט זאגאר אז די גאנצע ברכה ברוך השם לעולם ביי מעריב האט מען מתקן געווען כדי אויסצוציען די מעריב מיט נאך צוויי מינוט אז איינער וואס איז געקומען שפעט זאל נישט בלייבן אליין אין שול.

אלזא, שבת איז נישט געווען קיין אויסנאם, און מען האט נישט געקענט אויסווארטן ביז עס ווערט ריכטיג נאכט, ממילא שמועסן די פוסקים אויס פונקטליך וויאזוי מען קען עס טון עס זאל זיין אויסגעהאלטן להלכה פון אלע זייטן. אבער דאס מיינט נישט אז מען האט דאס געזוכט און ס'איז גאר א מעלה.

יעצט, כדי אן אירלי שבת מנין זאל זיין 100% אויסגעהאלטן להלכה, דארף מען ענדיגן מנחה ביים פלג, אנזאגן אין שטוב אז די בני בית זאל דעמאלס צינדן ליכט, און זאגן מזמור שיר ליום השבת און ברכו עטליכע מינוט נאכ'ן פלג (גענוג צייט צו צינדן ליכט). עס זענען דא עטליכע מנינים וואס ארבעטן טאקע אזוי (איך האב שוין געדאוונט אין אזא מנין אמאל לעת הצורך), און ס'איז נישט אזוי שווער - די פלג היינט איז 7:53, אז מ'שטעלט זיך מנחה 7:30 און מען ענדיגט 7:52 אדער 7:53 קומט אויס אז מען זאגט מזמור שיר ליום השבת א גוטע 10-12 מינוט נאכ'ן פלג. אויב אבער מען האלט זיך נישט צו די פונקטליכע זמנים ווערט ערנסטע שאלות להלכה, צו ס'זאל זיין צינדן ליכט פאר פלג המנחה, צינדן ליכט נאכ'ן מאנ'ס מקבל שבת זיין, מקבל שבת זיין פאר'ן פלג, דאווענען מנחה און מעריב נאכ'ן פלג פאר צאת הכוכבים אדער אפילו די שקיעה, ועוד. על כן זאלן די וואס דאווענען יא פרי זיכער מאכן אז די מנין פארט לויט'ן פלג און אז אין שטוב ווייסט מען פונקטליך ווען צו צינדן.

ואחד הממהר ואחד המאחר ובלבד שיכוין לבו לשמים.
תינוק הבורח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1010
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1197

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך תינוק הבורח »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 7:56 pm וועגן די שמועס פון דאווענען שבת פרי להלכה, די אלע געוואלדיגע זאכן וואס שטייען אין חז"ל מיינט אויף מקבל שבת זיין (דהיינו מקבל זיין אויף זיך תוספות שבת), נישט אויף דאווענען מנחה און זינגען לכה דודי. דאס וואס די פוסקים רעדן וועגן דאווענען קבלת שבת און מעריב פרי איז נישט ווייל עס איז עפעס א מעלה להלכה אדער על פי חסידות, נאר ווייל אמאליגע צייטן זענען די בתי מדרשים געווען מחוץ לעיר (און טיילמאל אפילו ביי בתי מדרשים אין שטאט זעלבסט) איז געווען שרעקעדיג און מסוכן צו גיין ביינאכט ווען ס'איז טונקל.דאס זעהט מען קלאר אין פילע ראשונים ואחרונים, אנגעהויבן פון רש"י און תוספות אין מסכת ברכות ביז'ן משנה ברורה, וואס רעדן וועגן דאווענען מעריב פרי אינדערוואכן, דאווענען מנחה און מעריב נאכ'ן פלג אין די זעלבע טאג אדער צוויי באזונדערע טעג, ועוד, וואו עס ווערט קלאר אויסגעשמועסט אז מען פלעגט דאווענען פרי ווייל עס איז געווען א סכנה צו זיין אין ביהמ"ד שפעט. תוספות אין מסכת ברכות זאגט זאגאר אז די גאנצע ברכה ברוך השם לעולם ביי מעריב האט מען מתקן געווען כדי אויסצוציען די מעריב מיט נאך צוויי מינוט אז איינער וואס איז געקומען שפעט זאל נישט בלייבן אליין אין שול.

ווינטער זענען מיר מקבל שבת פארן פלג.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 903
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1879

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך צווייטער »

פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 7:18 pm @צווייטער

שתי תשובות בדבר
א. אריין צו לערנען פשט אין די דעת פון א מנהיג איז at best ווישפול טינקינג
ב. צו זאגען אז ס‘איז מער נישט נוגע דארף לכה"פ קומען פון א מנהיג בימינו
ווער ס'האט געלערנט דעם רבי'נס ספרים און ווער ס'האט געהערט מעשיות פון הנהגות פונעם רבי'ן ווייסט אז שו''ע איז ביי אים געווען דער ערשטע זאך, ובפרט ביי הנהגת הציבור. צו זאגן אז דער רבי האט נישט געהאלטן באופן עקרוני פון א זאך וואס ווערט קלאר אויסגעשמועסט בדברי הפוסקים אין לך היפך דעת רבינו יותר מזו.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 895
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1685

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך תורה ויראה »

תינוק הבורח האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 5:37 am

שוין א אלטע הלכה'דיגע שאלה זייט מ'האט איינגעפירט דא צו צינדן 15 מינוט פאר די שקיעה אז ווינטער צינדט מען עטליכע מינוט פאר די פלג וואס ס'איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה, און די תירוץ איז אז ווייל מ'האט אזוי קובע געווען און יעדער צינדט דעמאלטס איז שוין ניכר אז ס'איז לכבוד שבת אפי' ס'איז פארן פלג,
האב איך געזעהן טאקע אז ס'דא וואס זענען מער מיקל כלפי מאכן א תנאי צו קענען עסן נאכן צינדן אום ווינטער ווייל ס'איז דאך פארן פלג.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3094
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6959

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך פשוט און גראד »

צווייטער האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 8:57 am
פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 7:18 pm @צווייטער

שתי תשובות בדבר
א. אריין צו לערנען פשט אין די דעת פון א מנהיג איז at best ווישפול טינקינג
ב. צו זאגען אז ס‘איז מער נישט נוגע דארף לכה"פ קומען פון א מנהיג בימינו
ווער ס'האט געלערנט דעם רבי'נס ספרים און ווער ס'האט געהערט מעשיות פון הנהגות פונעם רבי'ן ווייסט אז שו''ע איז ביי אים געווען דער ערשטע זאך, ובפרט ביי הנהגת הציבור. צו זאגן אז דער רבי האט נישט געהאלטן באופן עקרוני פון א זאך וואס ווערט קלאר אויסגעשמועסט בדברי הפוסקים אין לך היפך דעת רבינו יותר מזו.
לפי דעתך

איי סטראנגלי דיסעגרי ביי די נושא אז ס‘רעלעוואנט די נקודה. אין נאכאמאל, ס‘איז א מנהיג'ס דיפארטמענט.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2301
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 3007

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך שבת קודש »

לאקאלער רב האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 5:55 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 4:22 pm
Who knows האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 4:12 pm

אה, ער האט געטראפן אויף וואס זיך ארויפצוכאפן.

אבער לאמיר זאגן אז עס איז נאר א שעה פריער, איז עס נישט ווערט?
ניין, ווייל פאר עפעס א סיבה האבן אונזערע טאטעס און זיידעס וואס האבן גראדע אויך געהאט שטובער מיט קליינע קינדער זיך דווקא אנגעשטרענגט צו דאווענען ביים זמן
דו ווייסט וואס דיין זיידע האט געטוהן אינדערהיים פאר די מלחמה? געדאווענט פרי.

און אויב נישט, איז עס געווען ווייל עס איז געווען נאר איין מנין אין שטעטל.
איך רעד פון נאך די מלחמה ביז אפאר יאר צוריק האט קיינער נישט געדאוונט פרי כאטש זיי האבן אויך געהאט אלע תירוצים וואס אונז האבן, פארוואס?
צבי וחמיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 209
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 3:04 pm
x 480

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך צבי וחמיד »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 1:11 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 5:55 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 4:22 pm
ניין, ווייל פאר עפעס א סיבה האבן אונזערע טאטעס און זיידעס וואס האבן גראדע אויך געהאט שטובער מיט קליינע קינדער זיך דווקא אנגעשטרענגט צו דאווענען ביים זמן
דו ווייסט וואס דיין זיידע האט געטוהן אינדערהיים פאר די מלחמה? געדאווענט פרי.

און אויב נישט, איז עס געווען ווייל עס איז געווען נאר איין מנין אין שטעטל.
איך רעד פון נאך די מלחמה ביז אפאר יאר צוריק האט קיינער נישט געדאוונט פרי כאטש זיי האבן אויך געהאט אלע תירוצים וואס אונז האבן, פארוואס?
און פארוואס האבן אונזערע זיידעס געטוהן נאך צענדליגע זאכן אנדערש פון וואס אונז טוען היינט???
אלזא וואס איז די ליין?
וואס מעג מען יא טוישן און וואס נישט??
נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען זאגן.
און נישט אלעס וואס מען זאגט קומט פון טראכטן!
אוועיטער
לאקאלער רב
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 502
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 1062

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך לאקאלער רב »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 1:11 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 5:55 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 4:22 pm
ניין, ווייל פאר עפעס א סיבה האבן אונזערע טאטעס און זיידעס וואס האבן גראדע אויך געהאט שטובער מיט קליינע קינדער זיך דווקא אנגעשטרענגט צו דאווענען ביים זמן
דו ווייסט וואס דיין זיידע האט געטוהן אינדערהיים פאר די מלחמה? געדאווענט פרי.

און אויב נישט, איז עס געווען ווייל עס איז געווען נאר איין מנין אין שטעטל.
איך רעד פון נאך די מלחמה ביז אפאר יאר צוריק האט קיינער נישט געדאוונט פרי כאטש זיי האבן אויך געהאט אלע תירוצים וואס אונז האבן, פארוואס?
אונזערע זיידעס האבן געוואוינט אראונד די קארנער פונעם רבי'ן שוהל אין וויליאמסבורג, אוואו דען זאלן זיי דאווענען אויב נישט ביים רבי'ן? און אז דער רבי דאווענט שפעט, דאווענען זיי אויך שפעט.

די וועלט האט זיך צושפרייט, נישט יעדער וואוינט ביים רבי'ן אין בעקיארד, מען דאווענט אין א שוהל וואו עס איז א מנין ערליכע אידן.

ווען דאווענט מען? ווען עס שטייט אין שולחן ערוך! שולחן ערוך איז דער אנגענומער וועג ווייזער פאר יעדן איד, פאר יעדן חסידיש'ן איד, און פאר יעדן סאטמאר'ער איד.

אין שולחן ערוך שטייט אז מען קען דאווענען אינדערוואכן פונעם נץ ביז פיר שעה אין טאג.

איין מינוט! מיין טאטע האט גע'דאווענט ביים נץ.. איך מעג דאווענען אכטע? יא! אין שו"ע שטייט אז מען מעג! (איך גיי נישט אריין אין די געוואלדיגע הידור להלכה פון דאוונען כותיקין).

איך שטעל איך מיר אויס מיין צייט צו דאווענען ווען עס שטומט לויט הלכה און ווען עס שטימט לויט מיין סקעדזשול.

פארוואס זאל ערב שבת זיין אנדערש?
אוועיטער
לאקאלער רב
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 502
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 1062

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך לאקאלער רב »

צבי וחמיד האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 1:19 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 1:11 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 5:55 pm

דו ווייסט וואס דיין זיידע האט געטוהן אינדערהיים פאר די מלחמה? געדאווענט פרי.

און אויב נישט, איז עס געווען ווייל עס איז געווען נאר איין מנין אין שטעטל.
איך רעד פון נאך די מלחמה ביז אפאר יאר צוריק האט קיינער נישט געדאוונט פרי כאטש זיי האבן אויך געהאט אלע תירוצים וואס אונז האבן, פארוואס?
און פארוואס האבן אונזערע זיידעס געטוהן נאך צענדליגע זאכן אנדערש פון וואס אונז טוען היינט???
אלזא וואס איז די ליין?
וואס מעג מען יא טוישן און וואס נישט??
אלטע שווערע קשיא, זעה מער דא, מען קומט למעשה נישט צו צו קיין מסקנא.

ס'איז דא א געוואלד מיט מנהגים וואס ווערט פאהייליגט אלץ "מסורה" וואס האט זיך אנגעהויבן אין אמעריקע נאך די מלחמה, בעת עס איז קלאר ווי די טאג אז א דור פריער האט דאס נישט עקזיסטירט.

א איד דארף האלטן קלאר פאר די אויגן: מען דארף זיך פירן לויט ווי עס שטייט אין שו"ע. און אויב ער האט סיי וועלכע שאלה, זאל מען אנפרעגן ביי א מורה הוראה מובהק.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2082
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7347

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך Think and Thank »

תורה ויראה האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:13 am
תינוק הבורח האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 5:37 am
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 7:56 pm וועגן די שמועס פון דאווענען שבת פרי להלכה, די אלע געוואלדיגע זאכן וואס שטייען אין חז"ל מיינט אויף מקבל שבת זיין (דהיינו מקבל זיין אויף זיך תוספות שבת), נישט אויף דאווענען מנחה און זינגען לכה דודי. דאס וואס די פוסקים רעדן וועגן דאווענען קבלת שבת און מעריב פרי איז נישט ווייל עס איז עפעס א מעלה להלכה אדער על פי חסידות, נאר ווייל אמאליגע צייטן זענען די בתי מדרשים געווען מחוץ לעיר (און טיילמאל אפילו ביי בתי מדרשים אין שטאט זעלבסט) איז געווען שרעקעדיג און מסוכן צו גיין ביינאכט ווען ס'איז טונקל.דאס זעהט מען קלאר אין פילע ראשונים ואחרונים, אנגעהויבן פון רש"י און תוספות אין מסכת ברכות ביז'ן משנה ברורה, וואס רעדן וועגן דאווענען מעריב פרי אינדערוואכן, דאווענען מנחה און מעריב נאכ'ן פלג אין די זעלבע טאג אדער צוויי באזונדערע טעג, ועוד, וואו עס ווערט קלאר אויסגעשמועסט אז מען פלעגט דאווענען פרי ווייל עס איז געווען א סכנה צו זיין אין ביהמ"ד שפעט. תוספות אין מסכת ברכות זאגט זאגאר אז די גאנצע ברכה ברוך השם לעולם ביי מעריב האט מען מתקן געווען כדי אויסצוציען די מעריב מיט נאך צוויי מינוט אז איינער וואס איז געקומען שפעט זאל נישט בלייבן אליין אין שול.

אלזא, שבת איז נישט געווען קיין אויסנאם, און מען האט נישט געקענט אויסווארטן ביז עס ווערט ריכטיג נאכט, ממילא שמועסן די פוסקים אויס פונקטליך וויאזוי מען קען עס טון עס זאל זיין אויסגעהאלטן להלכה פון אלע זייטן. אבער דאס מיינט נישט אז מען האט דאס געזוכט און ס'איז גאר א מעלה.

יעצט, כדי אן אירלי שבת מנין זאל זיין 100% אויסגעהאלטן להלכה, דארף מען ענדיגן מנחה ביים פלג, אנזאגן אין שטוב אז די בני בית זאל דעמאלס צינדן ליכט, און זאגן מזמור שיר ליום השבת און ברכו עטליכע מינוט נאכ'ן פלג (גענוג צייט צו צינדן ליכט). עס זענען דא עטליכע מנינים וואס ארבעטן טאקע אזוי (איך האב שוין געדאוונט אין אזא מנין אמאל לעת הצורך), און ס'איז נישט אזוי שווער - די פלג היינט איז 7:53, אז מ'שטעלט זיך מנחה 7:30 און מען ענדיגט 7:52 אדער 7:53 קומט אויס אז מען זאגט מזמור שיר ליום השבת א גוטע 10-12 מינוט נאכ'ן פלג. אויב אבער מען האלט זיך נישט צו די פונקטליכע זמנים ווערט ערנסטע שאלות להלכה, צו ס'זאל זיין צינדן ליכט פאר פלג המנחה, צינדן ליכט נאכ'ן מאנ'ס מקבל שבת זיין, מקבל שבת זיין פאר'ן פלג, דאווענען מנחה און מעריב נאכ'ן פלג פאר צאת הכוכבים אדער אפילו די שקיעה, ועוד. על כן זאלן די וואס דאווענען יא פרי זיכער מאכן אז די מנין פארט לויט'ן פלג און אז אין שטוב ווייסט מען פונקטליך ווען צו צינדן.

ואחד הממהר ואחד המאחר ובלבד שיכוין לבו לשמים.
ווינטער זענען מיר מקבל שבת פארן פלג.
שוין א אלטע הלכה'דיגע שאלה זייט מ'האט איינגעפירט דא צו צינדן 15 מינוט פאר די שקיעה אז ווינטער צינדט מען עטליכע מינוט פאר די פלג וואס ס'איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה, און די תירוץ איז אז ווייל מ'האט אזוי קובע געווען און יעדער צינדט דעמאלטס איז שוין ניכר אז ס'איז לכבוד שבת אפי' ס'איז פארן פלג,
האב איך געזעהן טאקע אז ס'דא וואס זענען מער מיקל כלפי מאכן א תנאי צו קענען עסן נאכן צינדן אום ווינטער ווייל ס'איז דאך פארן פלג.

ריכטיג, און אפילו אזוי זענען דא וואס זענען יא מקפיד אויפ'ן פלג אפילו ווינטער.
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 895
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1685

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך תורה ויראה »

לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 2:04 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 1:11 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2026 5:55 pm

דו ווייסט וואס דיין זיידע האט געטוהן אינדערהיים פאר די מלחמה? געדאווענט פרי.

און אויב נישט, איז עס געווען ווייל עס איז געווען נאר איין מנין אין שטעטל.
איך רעד פון נאך די מלחמה ביז אפאר יאר צוריק האט קיינער נישט געדאוונט פרי כאטש זיי האבן אויך געהאט אלע תירוצים וואס אונז האבן, פארוואס?
אונזערע זיידעס האבן געוואוינט אראונד די קארנער פונעם רבי'ן שוהל אין וויליאמסבורג, אוואו דען זאלן זיי דאווענען אויב נישט ביים רבי'ן? און אז דער רבי דאווענט שפעט, דאווענען זיי אויך שפעט.

די וועלט האט זיך צושפרייט, נישט יעדער וואוינט ביים רבי'ן אין בעקיארד, מען דאווענט אין א שוהל וואו עס איז א מנין ערליכע אידן.
► Show Spoiler
[/spoil]
איז דען נישט געווען סאטמארע אידן אין מאנטרעאל, ב"פ , אורוגוואי, וכו' וכו', ?
איז דארט געווען אזא מנין?

מנין ביים 60 מעריב יעדן טאג האט די רבי געלאזט מאכן (אין פאליש), דאווענען פרי ער"ש איז נישט ניחא געווען פארן רבי'ן (אפי' ס'שטייט אין שו"ע אז מ'מעג) און נישט פאר גדולי תלמידיו נ"ע ויבדלחט"א שליט"א אשר מפיהם אנו חיים.
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 895
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1685

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך תורה ויראה »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 2:15 pm
תורה ויראה האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:13 am
תינוק הבורח האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 5:37 am

ווינטער זענען מיר מקבל שבת פארן פלג.
שוין א אלטע הלכה'דיגע שאלה זייט מ'האט איינגעפירט דא צו צינדן 15 מינוט פאר די שקיעה אז ווינטער צינדט מען עטליכע מינוט פאר די פלג וואס ס'איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה, און די תירוץ איז אז ווייל מ'האט אזוי קובע געווען און יעדער צינדט דעמאלטס איז שוין ניכר אז ס'איז לכבוד שבת אפי' ס'איז פארן פלג,
האב איך געזעהן טאקע אז ס'דא וואס זענען מער מיקל כלפי מאכן א תנאי צו קענען עסן נאכן צינדן אום ווינטער ווייל ס'איז דאך פארן פלג.

ריכטיג, און אפילו אזוי זענען דא וואס זענען יא מקפיד אויפ'ן פלג אפילו ווינטער.
וויאזוי? די פלג קען דאך אויסקומען ממש צוזאמען מיט די שקיעה
אוועיטער
לאקאלער רב
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 502
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 1062

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך לאקאלער רב »

תורה ויראה האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 2:16 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 2:04 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 1:11 pm
איך רעד פון נאך די מלחמה ביז אפאר יאר צוריק האט קיינער נישט געדאוונט פרי כאטש זיי האבן אויך געהאט אלע תירוצים וואס אונז האבן, פארוואס?
אונזערע זיידעס האבן געוואוינט אראונד די קארנער פונעם רבי'ן שוהל אין וויליאמסבורג, אוואו דען זאלן זיי דאווענען אויב נישט ביים רבי'ן? און אז דער רבי דאווענט שפעט, דאווענען זיי אויך שפעט.

די וועלט האט זיך צושפרייט, נישט יעדער וואוינט ביים רבי'ן אין בעקיארד, מען דאווענט אין א שוהל וואו עס איז א מנין ערליכע אידן.
► Show Spoiler
[/spoil]
איז דען נישט געווען סאטמארע אידן אין מאנטרעאל, ב"פ , אורוגוואי, וכו' וכו', ?
איז דארט געווען אזא מנין?

מנין ביים 60 מעריב יעדן טאג האט די רבי געלאזט מאכן (אין פאליש), דאווענען פרי ער"ש איז נישט ניחא געווען פארן רבי'ן (אפי' ס'שטייט אין שו"ע אז מ'מעג) און נישט פאר גדולי תלמידיו נ"ע ויבדלחט"א שליט"א אשר מפיהם אנו חיים.
האסט קאנפירמט אז עס איז נישט געווען קיין מנין דארט? אויב עס איז טאקע נישט געווען, איז עס געווען ווייל דער רבי האט נישט געוואלט אדער ווייל עס איז נישט אויסגעקומען, אדער ווייל עס איז קיינעם נישט געקומען אויפן געדאנק וכו' וכו'.

דער רבי האט געלאזט מאכן א מנין ביים 60 נאר אין פאליש. היינט איז דא לכתחילה'דיגע (אויפן צעטל) מנינים מעריב ביי די 60 אין א גרויס חלק סאטמארע מנינים צענטערן. הלמאי, דער רבי האט נאר געלאזט אזא בדיעבדיגע מנין?

דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל מאכן דעם ווייבער שוהל מיט טינטעד מחיצות. ס'שוין דא היינט סאטמאר'ע בתי מדרשים אזוי.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2082
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7347

Re: רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל

פאוסט דורך Think and Thank »

תורה ויראה האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 2:21 pm
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 2:15 pm
תורה ויראה האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:13 am
שוין א אלטע הלכה'דיגע שאלה זייט מ'האט איינגעפירט דא צו צינדן 15 מינוט פאר די שקיעה אז ווינטער צינדט מען עטליכע מינוט פאר די פלג וואס ס'איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה, און די תירוץ איז אז ווייל מ'האט אזוי קובע געווען און יעדער צינדט דעמאלטס איז שוין ניכר אז ס'איז לכבוד שבת אפי' ס'איז פארן פלג,
האב איך געזעהן טאקע אז ס'דא וואס זענען מער מיקל כלפי מאכן א תנאי צו קענען עסן נאכן צינדן אום ווינטער ווייל ס'איז דאך פארן פלג.

ריכטיג, און אפילו אזוי זענען דא וואס זענען יא מקפיד אויפ'ן פלג אפילו ווינטער.
וויאזוי? די פלג קען דאך אויסקומען ממש צוזאמען מיט די שקיעה

אין אונגארן האט מען לכתחילה געטון מלאכות נאך די שקיעה, ווי דער חתם סופר שרייבט שוין. (אין סאטמאר האט דער רבי קובע געווען די זמן הדלקת הנרות ביים שקיעה.) דאס אז סאטמארע אידן זענען מקפיד נישט צו טון קיין מלאכות נאך די שקיעה נעמט זיך פון די הסכם צווישן די אונגארישע רבנים און די אמעריקאנער רבנים אז מיר וועלן אויפהערן טון מלאכות ערב שבת ביים שקיעה און זיי וועלן האלטן מוצ"ש זמן רבינו תם. למעשה זענען דא אסאך סאטמארע אידן וואס האלטן זיך נישט צו דעם הסכם... (פונקט ווי א גרויסע עולם פון די אמעריקאנער אידן האלטן נישט זייער זייט...)
שרייב פאוסט