צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 557

צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך העלדיש »

הודו לה' קראו בשמו הודו בעמים עלולותיו,
איך בין נאך אביסל הייזעריג פון שרייען אזוי סאך אויף די קינדער דעם שבת אבער דאך פרוביר איך צו דאווענען מיט א פלאם, די בעל תפילה פירט די מנין ווי א געניטע שיף'ס קאפיטאן איבער די שטארעמישע כוואלעס און איך טריי מיי בעסט צו מיטפלאמען מיט אים, איך בין זיך מתעטף אין מיין געלן טלית און איך שאקל מיך אריין מיט התעוררות.

צדקה צדקה, הער איך א שטומע אויסריפן.
איך דריי מיר ארום און מיינע אויגן איך באגעגענען זיך מיט א עלטערע ירושלימער אידל, איך מאך חתונה מיין דריטן קינד און די זעלבע יאר און מיין ווייב איז נישט געזונט, זאגט ער צו מיר מיט א שטומע וואס ריפט ארויס רחמנות, ער קוקט מיר אן מיט זיינע צוויי טיפע אויגן און א געפיל פון רחמנות האט מיר ארומגענומען, שוין איך ווער איבערגענומען, איך שטעק אריין מיין הענט און מיין צולעכערטע טאש און איך קראץ אפיר אפאר גראשן, דא האט איר. אסאך שקלים און נחת פון די קינדער, ווינטש מיר דער אידל מיט זיין אייגן ערצייגטן נוסח און ער גייט ווייטער צום קומענדיגן מתפלל.

דער קומענדיגע אויף די ליסטע איז א שנה ראשונה אינגערמאן וועלעכע שטייט ביים שטענדערל מיט זיין קריספי נייע טלית און זיין לעדערנע סידור וואס ער שלעפט אייביג מיט און זיין טלית בעג. ווי נאר ער האט דערזען דעם צדקה גייער פון דערווייטענס האט ער גלייך אויפגעלאכן, ענדליך גייט מען אים שוין בעטן צדקה, אזוי ווי א עכטע טאטע.
ער שלעפט ארויס זיין מסודר'דיגע בערזל פון זיי טאש און ער ציט ארויס זיין ברענד ניו קעפיטאל וואן קרעדיט קארד וואס קען סווייפן ביז פיר מאות 'עיזילי'. יארן קוקט ער שוין ארויס אויף דעם גליקליכן מאמענט.
אפס, ס'קוקט אויס אז די משולח האט אים נישט באמערקט, אדער עכ''פ האט ער נישט געוואלט זיין א חלק פון דעם אינגערמאן'ס תאווה צו פארניצן זיין ווייבס שווער אויסגעהארעוועטער געלטער ווייל ער האט זיך נישט אפגעשטעלט, נאר איז גלייך געגאנגען צו די קומענדיגע רייע, איבערלאזנדיג דעם אינגערמאנטשיקל מיט א שווערע דילעמע אויב ער זאל יא אדער נישט צוגיין צום משולח, פון איין זייט וויל ער דאך עכט שטארק געבן, ווידעראום פון די אנדערע זייט וועט ער אויסקוקן ווי א קליין קינד וואס חלש'ט צו געבן צדקה.

גייט ער ווייטער און ער קומט אן צו די געוועזענע גראף פאטאצקי, א עלטערע איד מיט א דאבל טשין און א שעיווד בארד מיט אזא קליינע טלית וואס קען קוים באדעקן א חלק פון זיין מאסיוו גרויסע פלייצע'ס. דער גראף הייבט אויף זיין אנטיק סידור און אינטער דעם ליגט א פעקל פון פרישע צווייער'ס ער לייגט עס אראפ אויפן טיש מיט אן צו איבערגעבן דיירעקט און די הענט, ס'איז דאך דשערמס. ''רעסיט''? פאדערט ער פון דעם קלייבער וועלעכע ווייסט נישט וואס האט אים דא באטראפן.

נאכער איז ער געגאנגען צום עלטערן אידל וואס שטייט ביים עק פון די בית המדרש, ביי אים איז א דאלער א הון תואפת און ער קען זיך נישט ערלויבן דאס צו פארטיילן אזוי מיט א מאך פון די הענט, געלט וואקסט עפעס אויפן בוים? ער נעמט ארויס פון זיין קעשענע אן אלטער אויסגעריבענע לעדערנע בייטל וואס ווען מען קוועטשט עס אויף די זייט עפענט זיך עס א ביסל, נאר גענוג אויף צו ארויסנעמען איין מטבע אויפאמאל, ער נעמט אפיר א ניינטין ניינטי פייוו ניקל וואס ליגט שוין און אט דעם האלטער זינט איר געבורט און ער גיבט עס מיט א שמייכל אויפן פנים. אסאך הצלחה ווינטש ער פאר דער בעט'ער.

בעצם וויל איך דאווענען ווייטער אבער מיינע אויגן קענען זיך נישט אפטיילן פון דער אידל וואס גייט ארום ביים ציבור. אה, יעצט קומט ער אן צו מיין שכן וואס וואינט אראפ די גאס, א דרייסיג יאריגע טשוטשיק וואס האט לעצטנס געמאכט אסאך געלט אויף אמעזאן, אזוי הייסט עס. ער נעמט ארויס א פיפציגער און ער גיבט עס אהין צו דעם שאקירטן משולח וועלעכע וויל אים ארומהאלדזן, אבער דער אינגער גביר קוקט אים און מיט אזעלעכע צוויי שחצנות'דיגע אויגן, כאילו צו זאגן, קריך אראפ פון מיר, איך קען דיר נישט.
ברוך אתה ה' גאל, ששששש. אוי וויי, איך האלט נאך ביי ברוך שאמר, שוין כ'וועל שוין דאווענען מיטן נעקסטן מנין.

ועמך כולם צדיקים...
שפיגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:28 pm
x 10

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך שפיגל »

😄😄

גאר גוט!
איך האב א זיץ אין ראדני נישט אז איך בין א ראדני זיצער.
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 74

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך שכל הישר »

העלדיש איז דא מיט א העלדישע ארטיקל...
הנאה געהאט, ש'כח
אוועיטער
שוואכע הערצער
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:42 pm
x 24

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך שוואכע הערצער »

אה מיי... ווי איז די לייק-קנעפל פאר א גוט געבענטשט יאר?!?!?

הערליך!! @העלדיש!!!
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 557

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך העלדיש »

שוואכע הערצער האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:39 pm אה מיי... ווי איז די לייק-קנעפל פאר א גוט געבענטשט יאר?!?!?

הערליך!! @העלדיש!!!
די ווארט גייט אז פאר יעדער פאוסט (תגובה) וואס באדאנקט איז דא נאך פינף וואס וואלטן ווען געלייקט... :twisted:
אוועיטער
שוואכע הערצער
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:42 pm
x 24

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך שוואכע הערצער »

העלדיש האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:53 pm
שוואכע הערצער האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:39 pm אה מיי... ווי איז די לייק-קנעפל פאר א גוט געבענטשט יאר?!?!?

הערליך!! @העלדיש!!!
די ווארט גייט אז פאר יעדער פאוסט (תגובה) וואס באדאנקט איז דא נאך פינף וואס וואלטן ווען געלייקט... :twisted:
לייק.....
אוועיטער
מיילעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 209
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:41 am
x 235

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך מיילעך »

דא דארף מען שרייבן דרייווער געזיכט פליז...

ערענס גערעדט ביזט פיינע נייעס...
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 736
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1217

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך ווירקליך »

גוט גוט!

לייק קנעפל הבעל"ט רעזערווירט
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
קאטשקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:10 pm
x 9

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך קאטשקע »

פיין!
מפיבושת
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:58 pm
x 3

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך מפיבושת »

וואאף!!! קעמער זיך נישט פארשטעלן וואס @העלדיש גרייט זיך פארן קאנטעסט פר' שופטים...
אדם גדול [רש"י עירובין נג:]
יודעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:39 am
x 8

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך יודעלע »

אה מיי!!
ווילסאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:09 pm
x 48

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך ווילסאן »

גאר גוט!!
מעכטיגע פעדער און גוטגייענדער שפראך
אוועיטער
אינגערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:06 pm
x 57

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך אינגערמאן »

אייזן!

נאר אנגעכאפט א מספר מצמצום, קענסט רואיג מאכן א חלק ב'
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 557

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך העלדיש »

ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:36 pm גוט גוט!

לייק קנעפל הבעל"ט רעזערווירט
לייק.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 557

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך העלדיש »

אינגערמאן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:28 pm אייזן!

נאר אנגעכאפט א מספר מצמצום, קענסט רואיג מאכן א חלק ב'
איך האב פשוט נישט געקענט צוקוקן ווי די ארטיקלען שטייט ליידיג,

אי''ה וועט מען נאך אסאך שרייבן.
אזוי זאג איך
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:38 pm
x 1

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך אזוי זאג איך »

👍🏻
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 84

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך רעגנדיג »

:lol: :lol: :lol:

גוט, פיין, פליסיג, הומאריסטיש, געשמאק.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 557

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך העלדיש »

רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:35 pm :lol: :lol: :lol:

גוט, פיין, פליסיג, הומאריסטיש, געשמאק.
איך האב הנאה אז דו ביסט מקיים דיין אינטערשריפט...

במקום שאין לייק
איז א פאוסט די מייק
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 84

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך רעגנדיג »

נישט אזוי!

אזוי: אפילו במקום שיש לייק, אויף אן ארטיקל איז בלויז א פאוסט די מייק!
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 36

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך אהרן זאב »

זייער גוט געשמאק געשריבן.
האט מיך געקאסט א שמייכל עטליכע מאל.
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 397

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך דאפלטער »

שטארק הנאה געהאט, כאטש ס'איז אביסל צו קורץ..
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
ריכטיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:54 pm
x 17

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך ריכטיג »

גוט...

אמר"ש, די וואס פירן זיך צו קלאפן די טאש פונעם רעקל און דערנאך ווייזן מיט די האנט איקסל און פנים אזא אויסדריק וואס זאגט 'איך האב נישט יעצט', ווערן געבעטן ארויסצונעמען די שליסלעך פונעם רעקל טאש, ווייל ווען דער קלייבער הערט די שליסלעך קלינקען, און דערנאך זעהט ער דיין הענט_אקסל_פנים אויסדריק, ווייסט ער נישט צו לאכן אדער וויינען...
רייכסטאג איז נישט ריכטיג!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4631

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך שמח »

א 👍 פארן שרייבער, קורץ און געשמאַק!
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
בוטשער
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:14 pm
x 2

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך בוטשער »

אהרן זאב האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:29 pm זייער גוט געשמאק געשריבן.
האט מיך געקאסט א שמייכל עטליכע מאל.
ישר כוח פאר די חיזוק.
הא הא הא ,,,
ס'איז נישט קיין גילוי...

איך האב קודם גע'עפענט א צווייטער ניק, אבער איך האב נישט געוואלט אז דער נאמען זאך ווערן גענוצט דורך א צווייטן סא האב איך עס אויך גענומען.
איך האף עס איז נישט אקעגן די תקנות
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 36

Re: צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה

פאוסט דורך אהרן זאב »

בוטשער האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:44 pm
אהרן זאב האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:29 pm זייער גוט געשמאק געשריבן.
האט מיך געקאסט א שמייכל עטליכע מאל.
ישר כוח פאר די חיזוק.
הא הא הא ,,,
ס'איז נישט קיין גילוי...

איך האב קודם גע'עפענט א צווייטער ניק, אבער איך האב נישט געוואלט אז דער נאמען זאך ווערן גענוצט דורך א צווייטן סא האב איך עס אויך גענומען.
איך האף עס איז נישט אקעגן די תקנות
סא @בוטשער איז @העלדיש?
שרייב פאוסט