אזויווי א יעדע וואך.
"טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
- פרויזן פיצא
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 26
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 5:38 pm
- Location: און וויין שטיבל
- x 54
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
די לינק עפענט זיך נישט (עכ''פ ביי מיך)
- פרויזן פיצא
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 26
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 5:38 pm
- Location: און וויין שטיבל
- x 54
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
איך מיין אז עס האט מיט דיר, ביי מיר ארבעט עס געהעריג.
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
פלעגט זיין געבלאקט ביי גדר, יעצט קען זיין סאיז שוין געבלאקט ביי משומר אויך
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 865
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1630
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
ב"ה באקומען אויף אימעיל
עכ"פ ווילאנג דער איד וועט נישט פארפירן אפצושטעלן די מערכת סאטמאר אימעיל אויך...

עומד על תלת
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 445
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
- Location: Ny
- x 1042
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
איך פארשטיי נישט אויב זיי בעטן געלט פארוואס קען מען זעהן אנליין פאר פרי?
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 865
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1630
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
גוט מארגןעומד על תלת האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 24, 2026 8:20 pm איך פארשטיי נישט אויב זיי בעטן געלט פארוואס קען מען זעהן אנליין פאר פרי?
זיי בעטן נאר געלט ווייל זיי קענען מער נישט געבן אין בוטשער און שמשים פאר אומזיסט, אבער ס'בלייבט ווייטער עמטליך א אומזיסטע אויסגאבע, גייט נאך נאכקומען צוביסלעך געשעפטן וואס מקען עס באקומען בחנם
- פרויזן פיצא
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 26
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 5:38 pm
- Location: און וויין שטיבל
- x 54
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
ביידאוועי דעס איז א מין צידרייטע זאך אז איין קהלה בלאקט זאכן פון די צווייטע קהלה, איך האב א פילטער מיך צי בלאקן פון אים איידעלע זאכן, נישט צי בלאקן זאכן פון א צווייטע קהלה.
-
טעכנאלאגיע עסקן
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 13
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:13 am
- x 43
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
דו האלטס באמת אז גדר בלאקט טועמי' ווייל ס'באלאנגט פאר מהרי"י?... די בוקלעט איז גע'האוסט אויף https://publuu.com/ וואס איז א פאבליק סייט וואס יענע סיי דארף זיין געבלאקט.פרויזן פיצא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 11:16 amביידאוועי דעס איז א מין צידרייטע זאך אז איין קהלה בלאקט זאכן פון די צווייטע קהלה, איך האב א פילטער מיך צי בלאקן פון אים איידעלע זאכן, נישט צי בלאקן זאכן פון א צווייטע קהלה.
בארואיג דיך און טראכט פארן שרייבן
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
איך האב גדר און ס'איז געהעריג אפן ביי מיר. אויף די אלטע האוסט וואס זיי פלעגן נוצן, פלעגן פארשידענע בלעטער געבלאקט ווערן, אבער עס האט אויסגעזען ווי א פילטער מאלפונקציע, נישט ווי קיין פאליטיש מאטיווירטע פאליסי...פרויזן פיצא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 11:16 amביידאוועי דעס איז א מין צידרייטע זאך אז איין קהלה בלאקט זאכן פון די צווייטע קהלה, איך האב א פילטער מיך צי בלאקן פון אים איידעלע זאכן, נישט צי בלאקן זאכן פון א צווייטע קהלה.
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
גדר איז נישט אין די ליין פון בלאקן דעם קאנקורענט קהלה, אבער ס'נישט קיין חידוש אז איינער מיינט אזוי, זינט משומר טוט דאס, טאקע באותו מקום, דא אויף אידטיש, און מיט דעם האט משומר אין א שאנדפולן אקט באשמוצט די נאמען פון אלע אידישע פילטערס.טעכנאלאגיע עסקן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 11:39 amדו האלטס באמת אז גדר בלאקט טועמי' ווייל ס'באלאנגט פאר מהרי"י?... די בוקלעט איז גע'האוסט אויף https://publuu.com/ וואס איז א פאבליק סייט וואס יענע סיי דארף זיין געבלאקט.פרויזן פיצא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 11:16 amביידאוועי דעס איז א מין צידרייטע זאך אז איין קהלה בלאקט זאכן פון די צווייטע קהלה, איך האב א פילטער מיך צי בלאקן פון אים איידעלע זאכן, נישט צי בלאקן זאכן פון א צווייטע קהלה.
בארואיג דיך און טראכט פארן שרייבן
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
גאנץ א גוטע ליין פאר די קאווער די וואך
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 865
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1630
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
ר' חיים הערש ר' יעקב בער אין ר' יואל וואס די דרריי פירן שטארק די מערכע קעגן טועמי'
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
האסט אויסגערעכנט אלע נעמען וואס דו געדענקסט? אז איז ידוע ומפורסם אז עס איז ר' יואל'ס מערכה אזויווי אזעלכע סארט מערכות, ר' יעקב בער איז פארנומען מיט וויכטיגערס ווי דעם. (חוץ אויב עס איז יש דברים בגוי אז עס האט מיט ל"פ)
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 865
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1630
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 865
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1630
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
האמיר למעשה געצאלט ווי א טאטעלע 4.99 אין לאנדאוס
די פרויען טעמע אפטיילונג האט צוגעלייגט 2 נייע וועכענטליכע קאלומס, כאטש עפעס אויפטוהן אז מ'בעהט געלט אז מגייט דארפן מער צושטעלן

- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 212
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 446
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
פון אייוועלט.
א גוט יאר הרב יאזעפאוויטש.
איך האב געזען אייער ארטיקל אינעם טועמיה אויסגאבע מיטן טיטל "דער קאנגרעסמאן אין גאטליבס", און איך מוז אייך זאגן אז איך בין אינגאנצן מסכים מיט אייך. איך בין מסכים אז עס איז א מזל אז איר וואוינט נישט אין מאנסי, אזוי האט מאנסי איין וואנזיניגער פארשוין ווייניגער. אבער נאר דאס איז וואס איך שטים מיט, ווייל אלעס אנדערש איז סתם שטותים און לאקשן, באבקעס און נארישקייטן וואס האבן מיטן מציאות נישט קיין שייכות.
אין אמת'ן האט זיך מיר געוואונדערט פארוואס איר האט בכלל גענומען די מי צו שרייבן איבער עפעס איידער איר האט זיך בכלל אינטערסירט אויף די פשוטע פאקטן. אדער קען גאר זיין אז איר האט דירעקט אויסגעקליבן צו איגנארירן די פאקטן, פשוט צו קענען אנקומען צו אייער -פון פריער באשטימטע- מיינונג, אפגעזען צו עס שטימט מיט די פאקטן צו נישט.
בכל אופן, פאר די וואס ווילן וויסן דעם אמת, נעמט אייך אריין דאס פאלגענדע אין קאפ:
מאנסי האט נישט געליטן ביי קאוויד, מער ווי די וויליאמסבורג'ע.
דער וואס האט באשטימט די זאנעס אויף דעם מאנסי געגענט איז דער וואס גאנץ יהדות מאנסי האט אריינגעוועלט.
בשעת קאוויד איז מאנסי נאך געווען נאכגעשלעפט נאך די אזוי גערופענע עסקנים בלינדערהייט און געשטימט פאר זייער אינדארסירטע קאנדידאטן.
ממילא צוווארפט עס אייער גאנצע בנין, נאר איז גאר היא הנותנת, אז מאנסי האט טאקע זיך געדארפט אליינס נעמען אין די האנט אריין.
בכלל, ברענגט דער ארטיקל צו שמייכלען, ווען מען זעט ווי איר האט פרובירט צו פארגלייכן וויליאמסבורג מיט מאנסי, און ווי איר קלאפט זיך אין פלייצע ווייל וויליאמסבורג האט ארויסגעברענגט די גאר פאנטאסטישע קוואנטיטעט פון גאנצע פינף פראצענט פון די אידישע וויילער באזע. הו הא, א גאר מעכטיגע געווינס, לעומת מאנסי וואס ברענגט ארויס יעדעס מאל לכה"פ זעכציג-זיבעציג פראצענט אדער מער. עס קומט זיך טאקע א גאלדענער מעדאל פאר אזא מעכטיגע דערגרייכונג אין וויליאמסבורג. דער עיקר אז מען זאל נאכפאלגען נאר קהילה אינדארסירונגען. פאלט אייך נישט ביי אז דער פארלאנג צו פאלגן בלינדערהייט אינדארסירונגען איז גאר דער סיבה פון דער קליינער פראצענט אנטיילנעמער, אז דער ציבור פילט בכלל נישט קיין שום צורך צו גיין שטימען, נישט פארשטייענדיג וואס עס האט מיט זיי.
און ניין. מאנסי האט זיך גארנישט מיט וואס צו שעמען. די עטליכע אינגען וואס פירן זיך גוי'איש זענען נישט די פנים פון מאנסי, און דאס איז דא אין וויליאמסבורג אויך, און ווי איר זאגט אליינס אין קרית יואל אויכעט. דער מאנסי אידנטום האט זיך אפגעשאקעלט פון די אזוי גערופענע עסקנים נישט צוליב'ן זיין א שטח הפקר, נאר פשוט צוליב וואס אומאחריות'דיגע פארשוינען האבן זיך אנגעגעבן אלס ווארטזאגערס און עסקנים פון יהדות מאנסי און האבן אביוזט דעם סיסטעם טיענ'דיג מיט די וואלן כבתוך שלהם. זיי האבן ערלעדיגט אינדארסירונגען לויט וואס איז געווען גוט פאר זייערע אינטערעסן, בכלל נישט נעמענדיג אין באטראכט אז דער ציבור איז אייגענטליך דער וואס גייט שטימען, און זיי טוען דאס נישט צופרידנשטעלן געוויסע אינטערעסן נאר ענדערש מיטן בלויזן ציל אז זייערע אייגענע אינטערעסן זאלן ווערן פארטרעטן.
פאר יארן לאנג האט אין מאנסי עקזיסטירט בלויז איין מצוה אין די תורה: "פדיון שבוים". פאר יעדע וואל סעזאן איז דאס געווען דאס שלאג ווארט, וואו כאילו דער מאנסי אידנטום האט נישט קיין אנדערע געברויכן אויסער 'פדיון שבוים'. איך מאך נישט אוועק דאס גרויסקייט פון פדיון שבוים, אבער אלס איז עס תושבי מאנסי וואס האבן דאס געדארפט אינזין האבן, דערביי אויפגעבנ'דיג אויף אמת'ע צרכים וואס זיי האבן געקענט נוצן הילף דערויף, בעת וואס זייערע שכנים פון קרית יואל האבן באקומען זייערע געברויכן אויף א גאלדענעם טאץ דורך זייערע פארטרעטער.
טייערע שרייבער! ווייסט איר אויך אז מאנסי האט דאס טייערסטע שטייערן פונעם גאנצן לאנד?
ווייסט איר אויך אז דאס מאנסי אידנטום איז באשמוצט ביי אירע ארומיגע שכנים אלס אזעלכע וואס קימערן זיך נישט מיט דאס וואוילזיין פון זייערע נישט אידישע שכנים, און דאס איז צושטאנד געקומען דורך די פארטרעטער וואס מאנסי האט אריינגעוועלט? אדער דאס זענען מינדערוויכטיגע דעטאלן וואס איז נישט אינטערסאנט נאכצוברענגען.
אז דער מאנסי ציבור איז געקומען צום אנערקענונג אז אם אין אני לי מי לי, אז קיינער קימערט זיך באמת נישט פאר זייערע אינטערעסן, דארף מען זיך אליינס אינטערסירן איבער ווער עס וועט טאקע יא פארטרעטן זייערע אינטערעסן, קומט זיך זיי נישט קיין שפאט רייד דערויף, ווייל זיי זענען פילבארעכטיגט דאס צו טון, אפגעזען צו עס געפעלט פאר די אזוי גערופענע עסקנים אדער נישט, וועמען איר פראבירט דא צו געפעלן.
מיסטער שרייבער! איר קענט מיר מסביר זיין פון וואנעט עס נעמט זיך דער חוצפה און העזה חוזק צו מאכן פון גאנץ יהדות מאנסי און פארלאנגען פון זיי צו גיין שטימען פאר א געוויסער קאנדידאט וואס זיי קענען אים נישט און ער קען זיי נישט, אנשטאט עמיצער וואס זיי קענען גוט און ער קען זיי אויך גוט און האט זיי שוין פארטרעטן און ארויסגעהאלפן בעבר, נאר צוליב וואס קרית יואל דארף באקומען פון יענעם א פייפליין, וואס וועט זיי איינשפארן מיליאנען דאלארן? און נאך מיט אן אויסרייד פון 'פדיון שבוים'... האט דען קרית יואל איין מאל געשטימט פאר א קאנדידאט כדי מאנסי זאל עפעס באקומען? און איר בקלאגט זיך אז מאנסי פאלגט נישט אויס קיין אינדארסירונגען. וואס מיינט איר תושבי מאנסי זענען? נאראנים? בטלנים? וואס ערווארט איר אז תושבי מאנסי זאלן טון, זעענדיג אז די אינדארסירונגען האט מיט זייער טובה קיין שום שייכות נישט?
אלזא טייערע שרייבער! ווי געזאגט איז זייער גוט אז איר זענט אין וויליאמסבורג. מאנסי דארף אייך און אייערע מיינונגען בכלל נישט. מאנסי גיבט זיך ב"ה אן עצה. די אביוזערס נישט? נו, וואס האבן זיי ערווארטעט, אז מאנסי וועט אלעמאל גיין כצאן לטבח?
עס איז נאר א הארצוויי אז די לאנג יעריגע אמת'ע מאנסי'ער עסקנים און מוסד פירער זענען געווארן פארכאפט דורך די אביוזערס און היידזשעקערס, און זיך געלאזט פירן דורך זיי, דערמיט פארלירנדיג זייער טראסט ביי די וויילער.
איז טייערע שרייבער, אנשטאט צו פרובירן צו באשמוצן און חוזק מאכן די מאנסי'ער איינוואוינער, וואס גייט אייך סייווי אין ערגעץ נישט ברענגען, ווייל די מאנסי'ער איינוואוינער זענען זייער צופרידן מיט דעם איצטיגן מהלך, ווי זיי אליינס קלויבן זיך אויס און ווערן סערווירט דורך די פארטרעטער דירעקט, און יעדער יחיד וואס האט סיי וועלכע געברויך פאר זייער הילף קען זיך דירעקט ווענדן צו זיי, אן קיין פארמיטלערס, און זיי ווערן ב"ה ארויסגעהאלפן, און דאס מערסטע וואס אייער שרייבעריי טוט אויף איז אז עס ברענגט ארויף גרויס געלעכטער אויף זייערע לעפצן, אויף דעם פרישן אורח וואס גייט זיי פרובירן צו לעקטשערן, און גייט חוזק מאכן פון זיי ווי כאילו זיי זענען פארנומען מיט פארטייען, ווען דער מציאות איז בכלל נישט דאס. עס קען זיך אפשר דוכטען אז דאס איז עס, אבער עס האט מיט פארטיי גארנישט. קען זיין אז איין געוויסער פארטיי האט גענומען תושבי מאנסי פאר גרענטעט, צוליב וואס זיי האבן זיך איינגערעדט אז ווען מען איז גוט מיט די אזוי גערופענע עסקנים איז שוין גענוג, און מען דארף פאר תושבי מאנסי גארנישט צושטעלן, וויבאלד דער עסקן וועט סייווי דעליווערן די שטימען וואס מען דארף, אבער דאס מיינט נישט אז מאנסי שטימט לויט פארטייען.
אלזא, אויב ווילט איר באמת אויפטון אין דעם נושא, און איר ווילט זען א טויש אין מאנסי, זאלט איר ווענדן אייערע ווערטער צו די אזוי גערופענע עסקנים, וואס האבן געהיידזשעקט די וואלן פון מאנסי, און פארלאנגט פון זיי אז זיי זאלן ארויסלייגן אן עפענטליכער אנטשולדיגונג פאר תושבי מאנסי פארן חוזק מאכן פון זיי, און זאלן מוחל זיין און אפטרעטן לטובת די אמת'ע עסקנים וואס האבן אינזין די צרכים פונעם ציבור. ווי אויך אויב ווילט איר נאכמער אויפטון, זאלט איר –אנשטאט זיין גאר פרייליך מיט א פינף פראצענט'יגע טורנאויט- זיך ווענדן צו תושבי וויליאמסבורג, זיי מסביר זיין אז מען האט גאר שטארקע נוצן ווען מען נעמט אנטייל אין די וואלן, און זיי זאלן זיך צוקוקן צו מאנסי, ווי זיי האבן היינט א פארטרעטער וואס מען ווענדט זיך צו אים פון אלע עקן לאנד, און יא, פון וויליאמסבורג אויך, און אויב וועלן זיי אלע ארויסגיין שטימען און דעליווערן אזא דרייסיג פערציג טויזנט שטימען, קען וויליאמסבורג זיך אליינס פארטרעטן, און וועט נישט דארפן צוקומען צו דער פארטרעטער פון מאנסי, און מען וועט נישט דארפן אנווענדן גרויסע שתדלנות צו אוועקנעמען א בייק ליין, נאר דאס וועט מתחילה נישט אוועקגעשטעלט ווערן.
זיי געזונט.

- פיילס
-
- IMG_20260624_172612_571.jpg (339.34 KiB) געזען געווארן 750 מאל
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
גלייב נישט. קענסט אליינס מאכן דיין ריסערזש. די קינדער רעדן געהעריג אין ביהמ"ד קעגן דעם.
-
עומד על תלת
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 445
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
- Location: Ny
- x 1042
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
איינער זאגט מיר אז ער פארגעהאלטן א חבר אין Foodo גראסערי פאר‘ן קויפן טועמיה,
זאגט אים זיין חבר, דא מעג מען ווייל אין איסור חל על איסור.....
זאגט אים זיין חבר, דא מעג מען ווייל אין איסור חל על איסור.....
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
גוט מארגן.פרויזן פיצא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 11:16 amביידאוועי דעס איז א מין צידרייטע זאך אז איין קהלה בלאקט זאכן פון די צווייטע קהלה, איך האב א פילטער מיך צי בלאקן פון אים איידעלע זאכן, נישט צי בלאקן זאכן פון א צווייטע קהלה.
אין א"י לאזן די געפילטערטע סעלפאונס (געפירט דורך גור) נישט דורך קיין קאול צום האטליין פון קהילת פני מנחם.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)
און דאס גייט בקרוב אויך זיין די מציאות מיט די "AI בלאק"? איך האף אז נישט, אבער איך פיהל אז יאדריידל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 29, 2026 2:03 pmגוט מארגן.פרויזן פיצא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 11:16 amביידאוועי דעס איז א מין צידרייטע זאך אז איין קהלה בלאקט זאכן פון די צווייטע קהלה, איך האב א פילטער מיך צי בלאקן פון אים איידעלע זאכן, נישט צי בלאקן זאכן פון א צווייטע קהלה.