ר' אינטערן טיש, איך קען דיר נישט און כ'האב נישט קיין אנונג ווער דו ביזט, אבער כ'גיי געבן א געס: דו ביזט געבוירן, אויפגעוואקסן און חתונה געהאט אין קרית יואל. דו האסט קיינמאל נישט געלעבט אין קיין איין אנדערע שטאט. ריכטיג?
וויאזוי איך ווייס? ווייל דיינע דעסקריפשאנס אויף אנדערע שטעט זענען ווייט פון די מציאות כרחוק מזרח ממערב, אזוי ווייט אז איינער וואס האט געוואוינט אין די שטעט קען נישט שרייבן אזאנס אן ווערן רויט און גרין. עס איז זייער אבוויעס אז דאס איז וויאזוי איר דמיונ'ט אז די שטעט זעען אויס און האט נישט קיין שייכות מיט די מציאות וויאזוי עס זעהט טאקע אויס.
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 9:45 pm
גראדע איז כרם מנחם נאכנישט קיין 10 יאר אלט, און קרן ויואל משה איז נישט קיין תקנה זאל, עטרת חיה שרה קאסט א חתונה ווי אימפעריעל אין וויליאמסבורג און אויך נאר געציילטע חתונות א חודש,
אקעי, כ'ווייס נישט פונקטליך ווי אלט כרם מנחם איז אבער מיינער א קרוב האט דארט חתונה געהאט בערך אכט יאר צוריק און זיין חתונה איז נישט געווען די ערשטע אדער צווייטע. קען זיין ס'איז טאקע נאר ניין א האלב יאר אלט. (עדיט, כ'זעה יעצט אז כ'האב בטעות געשריבן אז ס'איז שוין צוואנציג יאר אלט. מיי מיסטעיק, איך האב געמיינט צו שרייבן 10.)
כ'בין נישט באקאנט מיט די חתונה זאלן אין קרית יואל (פון די שטעט וואו איך האב דערווייל נישט געוואוינט) אבער אזויפיל ווייס איך אז ס'שוין דא דארט א ביליגע חתונה תקנה זאל שוין איבער 20 יאר (אפשר אולם עקשטיין?). און פארדעם איז געווען די ביליגע זאל אונטער'ן בית המדרש הגדול.
ווען עטרת חיה שרה האט זיך געעפנט איז עס געווען גאר גאר ביליג (מיט די אריינגעבויעטע קעמרעס און מוזיק). קען זיין היינט איז עס שוין נישט אזוי ביליג, אבער עס הייסט נאכאלץ תקנות און אז דו ווילסט עס קאמפעירן צו די ליטווישע תקנה זאלן דארפסטו וויסן וויפיל יענע זאלן קאסטן פאקטיש, נישט בלויז אז עס הייסט תקנות.
אויסער דעם האב איך דיר געברענגט נאך עטליכע זאלן וואס זענען שוין צען יאר אדער עלטער (די פרדסים, עטרת רבקה און תפארת מרדכי) וואס זענען שוין מער ווי צען יאר אלט, פלאס קהילה חתונה תקנות. זאגסטו אז ביי די ליטווישע האט מען
אויך געמאכט חתונה תקנות? אדרבה ואדרבה! אבער וויאזוי ווייזט דאס אז ביי זיי איז די סטאנדארט אנדערש - בעסער - ווי ביי אונז מיט אונזערע תקנות?
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 9:45 pm
מען האט געמאכט ביליגער תקנה פעקעדזשעס ביי ליטווישע אזוי ווי ביי אונז , אזוי ווי אונז אפילו רוב עולם האט ניטאמאל געמאכט קיין קאנטינענטעל חתונות ,אפגערעדט עטרת אברהם ,מיט דעם אלעם האט מען געדארפט תקנות ביי אונז , און ניין רובא דרובא עולם ביי זיי האט ניטאמאל געמאכט קיין קאנטינענטעל חתונות אדער אפילו ביליגער פון דעם,אבער עטרת אברהם מאן דכר שמיה, פאר די זעלבע סיבה האבן זיי געדארפט תקנות צו העלפן די ארימע , סאיז א ארגענעזאציע וואס האט געהאט בערך 10 זאלן שוין איבער 10 יאר צוריק, צו העלפן ארימע מענטשן חתונה מאכן ביליג,
ניטאמאל האסטו געוויסט פון אזא זאך, נאר געשריבן ווי א טיפעקעל וויליאמסבורג'ע עטרת אברהם ...,
כ'בין שוין אינגאנצן צומישט. די מצב דארט איז אזוי ווי אונז אדער בעסער? זענען געווען ליטווישע מענטשן וואס האבן חתונה געמאכט פאר מער ווי זיי האבן זיך געקענט ערלויבן צוליב די סטאנדארט, וואס מען האט צוליב דעם געדארפט מאכן חתונה תקנות?
און מיין שרייבן עטרת אברהם קומט צוליב א פאקט וואס נישט נאר דו האסט נישט געוואוסט נאר דו עקשנ'סט זיך נישט צו וויסן (זיך איינצורעדן פאקטן) שוין נאכדעם וואס כ'בין דיר עס מסביר 10 מאל. אין די ליטווישע וועלט איז זייער איינגעפירט (נישט דוקא ביי גבירים) צו מאכן די חתונה אין א טייערע זאל ערגעץ אין די מרחקים. טייל דינגען ארויס פאר דעם א טייערע האטעל ערגעץ אין די סטעיטס, טייל גייען מיט די ביליגערע (יא ביליגערע!) אפשען פון עטרת אברהם וכדומה. יא, טייל מאכן אויך חתונה אין געווענליכע זאלן, אבער די קאנצעפט אז פשוט'ע מענטשן זאל אפילו בייפאלן חתונה צו מאכן אין טייערע האטעלן (איך האב געהאט א מגיד שיעור אן עכט נארמאלע מענטש אן קיין שייכות מיט לוקסוס וואס האט חתונה געמאכט אין א האטעל ווייל דאס איז די סטאנדארט) איז עקסקלוסיוו ביי די ליטווישע. פאקטיש האב איך אליין שוין געהאט חתונות אין terrace on the park און אין marina del rey, פון נישט-חסיד'ישע באקאנטע, ווייט ווייט פון רייך אדער אפילו בעל בתיש, נאר דאס איז א סטענדערט חתונה זאל ביי זיי. (איינער פון די מחותנ'טעס האט זאגאר געזאגט פאר מיין ווייב אז אין זייערע קרייזן איז עטרת אברהם ממש א ישועה ווייל עס איז אזוי ביליג לפי ערך...) און די זעלבע איז מיט דאס וואס יעדע חתן-כלה 'מוז' (אן דעם איז א חשש אויף די קידושין) גיין מיט א לימוזין די נאכט פון די חתונה, און נאך משוגעת'ן וואס זיי האבן עקסקלוסיוו.
און צו דיין נעבעכדיגע 'באליידיגונג' טיפיקעל וויליאמסבורגער... נישט נאר וואס איך וואוין אין וויליאמסבורג סאך ווייניגער ווי דו וואוינסט אין מאנרא, נאר איך האב געוואוינט אין אנדערע שטעט מער ווי צוויי מאל אזויפיל צייט ווי אין וויליאמסבורג. איך האב געזען די וועלט אינדרויסן פון מיין (און דיין) באקס און כ'קען די מציאות.
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 9:45 pm
מיין נקודה איז געווען בעיקר ארויסצוברענגען פאר דער וואס מיינט אז די היינטיגע חסידישע לייפסטייל פון טייערע הויעך שטאקיגע שטריימלעך מיט ברענד ניו קארס און אלעס אינצוווישען פאר יעדע ארימאן ,איז נישט געווען קיין חסידות פארן קריג און האט נישט מיט אידישקייט אדער זיכער נישט אידישקייט,
פאר די אינגערמאן אינטער 30 וואס האבן שוין כמעט נישט געהערט פונעם אמאל פון א זיידען פארן קריג ,
קען דאס נישט פארשטיין
מיט דעם ביזטו גערעכט אז די היינטיגע לייפסטייל האט נישט מיט די לעבן פאר'ן קריג, אבער דיין גרויסע, גראבע טעות איז מיט דעם וואס דו מיינסט אז די לייפסטייל איז עקסקלוסיוו צו חסיד'ישע אידן.
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 9:45 pm
די איינציגסטע וועג דאס צו כאפן איז קורן ביי אנדערע אידן שומרי תורה ומצוות, וואס דארט ספענדט מען נישט,אוודאי ספענדען זיי אויף אנדערע זאכן, אבער קענסטו פארשטיין אביסעל אז מען קען לעבן אנדעם און סאיז נישט אידישקייט ,
די ארימע ליטווישע אין פאססעיק,לעיקוואד, און פלעטבוש, שפילן נישט נגידים ווי ביי אונזערע ארימע ברודער, איין גוטע מל איז ברענד ניו קארס און מיני ווענס ,וואס איז א ריזיגע שאדט אויף אידיש געלט וואס מען האט נישט, און פארשטייט זיך אויך די וועג פון חתונה מאכן , מען קויפט נישט דארט קיין טייערע פורניטשער, טייערע ברענד ניו קליידער פאר די נשים פאר די נאכט פון די חתונה ,ועוד ועוד
די פראבלעם מיט דיין גוטע משל איז אז די מציאות איז פשוט נישט מסכים מיט דיין דמיון וויאזוי דאס לעבן גייט צו ביי די אנדערע שומרי תורה ומצוות. סיי בנוגע קארס (ווי איך שרייב אינ'ם נעקסטו שטיקל), סיי בנוגע קליידער (איר ווייסט וויפיל א בארסאלינא הוט קאסט? ארום $650! איר ווייסט וויפיל פראצענט לעיקוואוד גייט דערמיט? צווישן 75% און 90%! איר ווייסט וויפיל א ברוקס בראדערס מענער העמד קאסט? צווישן $75 און $125! איר ווייסט וואו איך בין געוואויר געווארן אז ברוקס בראדערס מאכט מענערישע העמדער? אויף די בולעטין באורד פון במ"ג וואו מענטשן לייגן פון צייט צו צייט ארויף ווען זיי האבן עס פאר עטוואס ביליגער). די קליידער פאר די נשים זענען קיין האר נישט ווייניגער לוקסריעז אדער ביליגער ווי ביי אונז, אפגערעדט די שייטלען וכדומה.
פורניטשער קויפט מען טאקע יא ביליגער, אבער דאס איז ווארשיינליך מער צוליב זייער אומבאלעבאסטישקייט ווי צו שפארן געלט.
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 9:45 pm
וועגן נייע קארס מאכסטו א טעות, די רעדסט דייקא פון ישיבה קארס 20 יאר אלט,איך רעדט פון די עצם זאך פון נישט נייע קארס, דאס איז אין פלעטבוש, לעיקוואד,פאססעיק, מאנסי א געוואלד ,אפילו בארא פארק איז דא היפש מער ווי וויליאמסבורג און קרית יואל, דאס איז א מציאות וואס מען קען זען אויף די גאסן
אהובי ידידי, כ'גלייך זייער דיינע דמיונות אבער מיט'ן מציאות האט עס נישט די מינדעסטע שייכות. די ישיבה לייט אין לעיקוואוד האבן ישיבה'שע קארס, און זייער ווייבער דרייוון ברענד ניו, טייערע קארס. בעיני ראיתי הונדערטער מאל. קענסט זיך עס גרינג איבערצייגן דורך שטיין ביי בית מדרש גבוה (בית אהרן אדער בית שלום וואו רוב יונגעלייט לערנען) צען אזייגער אינדערפרי ווען די פרויען דראפן אפ זייערע מענער אין ישיבה. און דאס איז חוץ די פאקט אז יעדע קאפל א מינוט נאך די חתונה מוז האבן צוויי קארס, עפעס וואס איז ביי אונז א שטארקע לוקסוס וואס גאר ווייניג מענטשן ערלויבן זיך בכלל.
און די זעלבע איז מיט דיינע חלומות איבער ביליגע קארס אין פלעטבוש און בארא פארק. (סתם ממחיש צו זיין מיינע באקאנטשאפטן מיט די שטעט קעגן דיינע, ווען ביזטו די לעצטע מאל געווען אין די צוויי שטעט? איך בין געווען אין ביידע אין די לעצטע דריי טעג.) פאסעיאיק און מאנסי האב איך נישט קיין ידיעה, אבער כ'קען זיך פארשטעלן אז די פאקטן זענען נישט צופיל אנדערש ווי פלעטבוש און בארא פארק.
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 9:45 pm
ווייטער מיט חתונות ביזטו זייער ראנג, סאיז דא פיל מיט ביליגערע חתונה זאלן ווי למשל רוב חתונה זאלן אין בארא פארק האבן ליטווישע חתונות געהאט אלע יארן, ויואל משה חתונה זאל אין וויליאמסבורג האט אלע יארן געהאט סוף חודש חתונות פון ליטווישע פאר ביליג , פלאס די נייע חתונה זאלן די לעצטע איבער 10 יאר פון די תקנות ארגענעזאציע וואס נגידים לאזן איבער יערליך מיליאנען צדקה פאר די צוועק .
ר' איד, איר דמיונ'ט אויף כוחות! אין מיין חדר לאנטש רום איז געווען איינס פון די פאפולערע חתונה זאלן אין בארא פארק, און אלס איינער וואס איז געווען ביי עפטער סקול פראגראם (המכונה וואוטשערס) האב איך מיטגעהאלטן כמעט יעדע חתונה ווי די משפחה קומט אן וכו'. איר דמיונ'ט אוועק איבער די מיליאנען ליטווישע חתונות אז עס גייט א רויך! אפשר 2-3 חתונות א יאר, דעטס איט!
וועגן די ליטווישע חתונות אין ויואל משה דורכאויס די יארן קען איך דיר נישט אפפרעגן ווייל איך ווייס נישט פון די נאנט, עס איז נאר א פלא ווי פונקט ווען איך האב זיך באזעצט אין וויליאמסבורג האט עס פלוצלונג געסטאפט.
די פרישע תקנה זאלן פון די לעצטע 10 יאר זענען טאקע זייער א ריכטיגע און וויכטיגע זאך, אבער האסט נאך אלץ נישט באוויזן מסביר צו זיין וויאזוי דאס טוישט די סטאנדארט ביי די ליטווישע מער ווי די חסיד'ישע תקנה זאלן טוישט די סטאנדארט ביי חסידים.
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 9:45 pm
דא נאך צענדליגע חילוקים, אבער נישט דאס איז געווען מיין נקודה דא זיך צו טענה'ן , נאר אז אונזער חסידישע לייפסטייל איז זילטש מיט חסידישקייט אדער אידישקייט, נישט די לבוש און נישט די פרעס, און נישט די ברענד ניו קארס, און נישט גארנישט!
סאיז אלס אמעריקאנע טרענדס ,נאכגעמאכט פארן איד,
אמת אז א גרויסע חלק פון אונזער לייפסטייל האט נישט מיט אידישקייט אדער חסיד'ישקייט, א שטייגער ווי די פרעס און די טייערע קארס. די לבוש איז ביסודו אודאי יא א חסיד'ישע זאך, נאר געוויסע פרטים דערפון (א שטייגער ווי די טייערע שטריימלעך און מעטשינג קליידער פאר די קינדער) זענען נישט.
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 9:45 pm
די עמך אידן פון פלעטבוש אדער לעיקוואד האט נישט קיין ברענד נעים אנגעטיעכטס, דאס איז אויסער אז די ברענד נעים קען קאסטען ביליגער ווי די חסידישע ilimio shirt פאר 60 טאלער
ווידער מיט דיינע חלומות און דמיונות, דאס מאל אויף ביידע זייטן. אנדערש ווי דו פרובירסט אראפצולייגן כאילו דער טיפיקל חסיד'ישער איד גייט מיט ILMIO העמדער, האב איך דא צום ערשטן מאל געהערט פון די ברענד. די חסיד'ישע אידן וועם איך קען גייען פרענטש טאוסט וכדומה, די וואס ערלויבן זיך א בעסערע העמד גייען בראכסאני (פרייז צווישן 20 און 30 דאלער) און די וואס רייסן זיך אויף מיט אן אוט אף די באקס העמד גייען מיט ENOD (צווישן 20 און 40 דאלער). אבער אז דו רעדסט אזוי פון ILMIO האב איך עס אויפגעזוכט אנליין, און ווי עס קוקט אויס האבן זיי צוויי סארט חסיד'ישע העמדער מיט צוויי פרייזן: $35 און $55.
ביי די ליטווישע איז די נארם אפילו ביי בחורים צו גיין מיט טייערע ברענד העמדער, מיט טייערע קאפלינקס דערצו. אפגעזען אז א רעקל גייט מען מיט א טייערע (גוי'אישע) ברענד וואס קאסט 2-3 מאל די פרייז פון די גלויבער'ס למיניהם, פאסיקס וואס די מנהלים פון אוהזערע חדרים אסר'ן נישט ווייל אין ווילדסטן חלום פאלט זיי נישט ביי אז איינער קען צאלן אזויפיל געלט פאר א פאסיק, און טייערע (דינע שפיציגע) שיך. און פארגעס נישט פון א קאלעקשאן פון ברענד נעים, עכט זיידענע נעקטייס און בארסאלינא הוטן.
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 9:45 pm
די רעדסט פון די נגידים און די ספענדערס, די וואס מאכן חתונה אין עטרת אברהם, דער וואס האט נישט קיין געלט קויפט א העמעד אין וואל מארט פאר 7 טאלער
ווי געזאגט, ניין, איך רעדט דוקא פונ'ם ברייטן המון. נאר די חילוק צווישן מיר און דיר איז אז דו לייגסט אראפ וויאזוי דו שטעלסט זיך פאר עס זעט אויס דארט בעת וואס איך קען די מציאות.
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 25, 2026 9:45 pm
די גראז איז נישט גרינער די אנדערע זייט, אבער פארט קענסטו פארשטיין וואס איז משיגע ביי אונז ,צו קוקן ביי אנדערע,צו כאפן אז מען קען לעבן אן די זאכן.
מיינסט מסתמא צו זאגן פון זיך פארשטעלן וויאזוי אנדערע לעבן, ווייל אויב דו וועסט פאקטיש קוקן וועסטו זיין שטארק אנטוישט.