"טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1509

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2026 10:23 am
אברמי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 18, 2026 7:29 pm
קרישקע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 18, 2026 7:23 pm
ווי איך האב געהערט איז עס שוין דארט א אנגויאינג אישו, עטליכע חדשים צוריק האט מהרי"י עס געוואלט ארויס זעהן פון אונטער זיין נאמען, למעשה האט מען געפויעלט און אויפגענומען עטליכע אחרים וואס גייען איבער קוקן די ארטיקלען, און אזוי אויכט האט מען עס מער נישט געטיילט אין די בתי מדרשים.
למעשה ווי איך האבן געהערט פון א קראנטע מקור האבן זיי זיך נישט געהאלטן דערצי און נאר געשיקט די ערשטע צוויי וואכן עס איבער צו קוקן, ביז ער האט באשלאסן עד כאן און מהרי"י אליינס האט גשיקט זאגן אז מען טאר עס מער נישט פארקויפן אין קיין סאטמארע געשעפטן.
די טראכסט איין מינוט אז סמאכט סענס וואס די זאגסט? סיי דער איד און סיי טועמיה ווערן באטראכט פאר א סאטמארע אויסגאבע.

דער איד לייגט גואישע נייעס, פאליטשע קרישקעס, אנאליזן, גרויסע בילדער פון די רבי, סאך ערגערע עדס וכו,
טועמיה האלט זיך שטארק און לייגט קיין איינס פון דעם. און פאקט האט טועמיה א וועד פון עטליכע מחנכים מנהלים /דיינים וואס קוקן אלעס איבער. און זענען מחמיר אויף יעדע ספק ספיקא, און די ווילסט מיר זאגן אז זיי האבן גאר א פראבלעם מיט טועמיה?!!?!? טראכט פאר די רעדסט

דו ווייסט אז טועמיה האט א ועד פון מחנכים און דיינים וואס קוקן עס איבער (אדער אפילו איינס) אדער דו שטעלסט זיך פאר אזוי? ווייל דארט איז שוין געווארן געלופטערט עטליכע ארטיקלען וואס וואלטן געפאסט פאר פארצייטישע משכיל'ישע אויסגאבעס.

איך האב נישט קיין אנונג צו קרישקע'ס ווערסיע איז בכלל אמת, אבער עס 'קען' זיין אמת. דאס איז זיכער אז אן אויסגאבע וואס ווערט פארקויפט אין קהל'ישע געשעפטן איז סאך מער פרעזענטירט אלס סאטמאר'ס אן אויסגאבע ווי אן אויסגאבע וואס ווערט פארקויפט אין גראסעריס און שרייבט ניטאמאל אז זיי זענען די שופר פון סאטמאר. ווידער איבער די תוכן, איך ליין נישט אפט דער איד אבער ווען יא האב איך נאכנישט באגעגנט דארט קיין פראבלעמאטישע ארטיקלען. יא, עס שטייט דארט גוי'אישע נייעס, דאס איז אזוי נאך פון ווען סאטמאר האט אריגינעל אפגעקויפט דער איד, אבער וועסט דארט נישט טרעפן קיין ארטיקלען וואס באשרייבן אין די לענג און אין די ברייט אנדערע רעליגיעס מיט זייערע צערעמאניעס אדער שרייבט אויף מנהגי ישראל פארקערט ווי די ראשונים זאגן, משא"כ טועמיה וואס איז טאקע ריין פון גוי'אישע נייעס אבער דארט טרעפט זיך יא די אויבנדערמאנטע.
אודאי, ווייל ביי די גוים איז נישטא קיין משכילים... מילא איינער וואס באשרייבט די גוים פאלט נישט אריין קיין השכלה..

אגב, די סארט ארטיקלען ווי די שומרונים איז געווען גאנץ אין אנהייב, און זיי שרייבן שוין בכלל נישט אזעלכע סארט ארטיקלען לעצטנס.
און אין דער איד תורה אפטיילונג איז גענונג און נאך דא פון דיין סארט א.ג. השכלה. ע"ע שמות החדשים וכו'..
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1509

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

בני יואל האט געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2026 1:55 pm
יושע זאב האט געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2026 2:59 am איך הער פון חברה אלץ ווייסער אז טועמיה איז פאפולער ביי חסידי מהר''א, קען דאס איינער באשטעטיגן?
יא, ביי די בית יעקב אלו האוויזויהייסטעס איז עס זייער פאפולער, זיי האבן (געהאט?) זייער א גוטע פרויען אפטיילונג
אויב אזוי וועלן עס ווייטער אלע פרויען קויפן פאר דריי דאלער אין גראסערי... און טועמיה וועט נאר פארדינען דערויף...
חצקל משמש
חבר המערכת
פאוסטס: 194
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:00 pm
x 399

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך חצקל משמש »

ווירקליך האט געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2026 1:36 pm @אנאנים ביטע האלט זיך צום אידטישן שפראך. רעדן בלשון זלזול אויף א מנהיג בישראל איז נישט אקעי.
אפדעיט מער נישטא
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 832
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1554

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך תורה ויראה »

קיגעל האט געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2026 4:13 pm
היים האט געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2026 1:55 pm אין די גראסערי קען מען נאך בייקומען די טועמי'?
אין די שמש שטיבל פין ביהמ"ד הגדול קרית יואל איז עס דא צי באקימען
אין קרית יואל איז עס דא אין די גראסערי און קהלס מקוה געשעפט
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 480
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1342

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך זלמעלע »

ני, די שבת איז אריבער גאנץ שטיל? נישטא א נייע צעטליך? עפעס מ'האט גערעדט אויף טועמיה אין די "פרק" שיעור? של"ס תורה?
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7001

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך Think and Thank »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2026 5:28 pm
Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2026 10:23 am
אברמי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 18, 2026 7:29 pm

די טראכסט איין מינוט אז סמאכט סענס וואס די זאגסט? סיי דער איד און סיי טועמיה ווערן באטראכט פאר א סאטמארע אויסגאבע.

דער איד לייגט גואישע נייעס, פאליטשע קרישקעס, אנאליזן, גרויסע בילדער פון די רבי, סאך ערגערע עדס וכו,
טועמיה האלט זיך שטארק און לייגט קיין איינס פון דעם. און פאקט האט טועמיה א וועד פון עטליכע מחנכים מנהלים /דיינים וואס קוקן אלעס איבער. און זענען מחמיר אויף יעדע ספק ספיקא, און די ווילסט מיר זאגן אז זיי האבן גאר א פראבלעם מיט טועמיה?!!?!? טראכט פאר די רעדסט

דו ווייסט אז טועמיה האט א ועד פון מחנכים און דיינים וואס קוקן עס איבער (אדער אפילו איינס) אדער דו שטעלסט זיך פאר אזוי? ווייל דארט איז שוין געווארן געלופטערט עטליכע ארטיקלען וואס וואלטן געפאסט פאר פארצייטישע משכיל'ישע אויסגאבעס.

איך האב נישט קיין אנונג צו קרישקע'ס ווערסיע איז בכלל אמת, אבער עס 'קען' זיין אמת. דאס איז זיכער אז אן אויסגאבע וואס ווערט פארקויפט אין קהל'ישע געשעפטן איז סאך מער פרעזענטירט אלס סאטמאר'ס אן אויסגאבע ווי אן אויסגאבע וואס ווערט פארקויפט אין גראסעריס און שרייבט ניטאמאל אז זיי זענען די שופר פון סאטמאר. ווידער איבער די תוכן, איך ליין נישט אפט דער איד אבער ווען יא האב איך נאכנישט באגעגנט דארט קיין פראבלעמאטישע ארטיקלען. יא, עס שטייט דארט גוי'אישע נייעס, דאס איז אזוי נאך פון ווען סאטמאר האט אריגינעל אפגעקויפט דער איד, אבער וועסט דארט נישט טרעפן קיין ארטיקלען וואס באשרייבן אין די לענג און אין די ברייט אנדערע רעליגיעס מיט זייערע צערעמאניעס אדער שרייבט אויף מנהגי ישראל פארקערט ווי די ראשונים זאגן, משא"כ טועמיה וואס איז טאקע ריין פון גוי'אישע נייעס אבער דארט טרעפט זיך יא די אויבנדערמאנטע.
אודאי, ווייל ביי די גוים איז נישטא קיין משכילים... מילא איינער וואס באשרייבט די גוים פאלט נישט אריין קיין השכלה..

אגב, די סארט ארטיקלען ווי די שומרונים איז געווען גאנץ אין אנהייב, און זיי שרייבן שוין בכלל נישט אזעלכע סארט ארטיקלען לעצטנס.
און אין דער איד תורה אפטיילונג איז גענונג און נאך דא פון דיין סארט א.ג. השכלה. ע"ע שמות החדשים וכו'..

דאס איז ריכטיג אז די שומרונים ארטיקל איז געווען ממש אנהייב, און ווי איינער האט דא געברענגט א צעטל (וואס איז אגב א גרויסע עוולה געווען עס ארויסצושטעלן פאר די גאס (הועווער ס'האט עס געליעקט) ווען די שרייבער פונ'ם צעטל בעטן זייער קלאר עס זאל בלייבן פנימי) וואו דיינים און מחנכים מקרב קהלתינו וואס באשטעטיגן אז טועמיה האלט זיך צו די ליינס וואס מען האט אפגעמאכט מיט זיי, ממילא קומט טאקע נישט אריין זייערע אלטע עוולות.

'מיין סארט א.ג' השכלה' רעדט פון שרייבן אויף עפעס וואס ראשונים שרייבן "היינט ווייסט מען שוין אנדערש" באזירט אויף אויסטייטשונגען פון חוקרים איבער געפינסן אין גניזה. אויב האלטסטו אז דאס איז נישט קיין השכלה, ביטע זיי מסביר וואס איז יא. און יא, אזא סארט השכלה איז ערגער ווי באשרייבן גוי'אישע פאליטיק.

דער איד תורה אפטיילונג האב איך שוין גאר לאנג נישט געליינט. אדרבה, וואס שרייבן זיי וועגן די שמות החדשים?
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 322
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 528

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך Who knows »

אפשר אז די שמות החדשים זענען אריגינעל גוי'איש? (עלו מבבל)
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13619

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך בודקע »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 2:50 am

ווי איך פארשטיי האט עס די טועמיה אליינס אפיציעל/אומאפיציעל געליעקט נאכן זיין אובד עצות.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7001

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך Think and Thank »

Who knows האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 2:57 am אפשר אז די שמות החדשים זענען אריגינעל גוי'איש? (עלו מבבל)

דאס שטייט דאך אין ירושלמי און אין מדרש רבה, וביתר ביאור ברמב"ן פרשת בא.

השכלה מיינט נישט עפעס וואס איך האב נאכנישט געהערט אדער וואס איז ראנג לויט מיין קליינעם שכל, נאר פארקערט - ווען מען מאכט אוועק עפעס וואס די פריערדיגע זאגן ווייל מיין קליינעם שכל פארשטייט בעסער.
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 832
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1554

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך תורה ויראה »

אקעי, כ'מיין אז דער איד זאל זיך פארשפארן, טועמי' זאל ווערן דער ארגאן פונעם אומאפהענגען אמעריקאנעם אידונטום, און מ'קען צולייגן דער איד תורה אפטיילונג צום טועמי', נייעס קען מען ליינען אין דער איד דעילי און שלום על ישראל.
ווער וואוט פאר אזא געדאנק?
איי וואס וועט דער איד רעדאקציע איינגעשטעלטע טוהן? דעיס וואס די טועמי' איינגעשטעלטע וועלן טוהן יעצט...
מחפש שלווה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
x 937

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך מחפש שלווה »

ביז ווי לאנג אין די אויסגאבע איז דא א שרייבער פאר די פרויען אויסגאבע מיטן נאמען ד שטייו אין זי שרייבט זאכן וואס איז נגד השכל ונגד התורה נמשל נישט לאנג צירוק האט זי געשריבן א מעשה אז די חיוב פון כיבוד אב איז מחייוב אן חתונה געהאטע ווייבל וואס איר טאטע פלעגט חרוב מאכן די סעודת אין עס פלעגט זייער שטערן די קינדער אין עס איז דא א חיוב פאר די ווייבל צי האלטן די טאטע ביי זיך אינדערהיים אפי' איר משפחה ווערט חרוב ועוד דברי דופי מען נעמט עפעס א פרוי אין זי שרייבט וואס זי וויל אן קיין שום איבערזיכט
אזא אויסגאבע האט נישט קיין זכיות קיום סארי
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 1010

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך עומד על תלת »

מחפש שלווה האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:33 pm ביז ווי לאנג אין די אויסגאבע איז דא א שרייבער פאר די פרויען אויסגאבע מיטן נאמען ד שטייו אין זי שרייבט זאכן וואס איז נגד השכל ונגד התורה נמשל נישט לאנג צירוק האט זי געשריבן א מעשה אז די חיוב פון כיבוד אב איז מחייוב אן חתונה געהאטע ווייבל וואס איר טאטע פלעגט חרוב מאכן די סעודת אין עס פלעגט זייער שטערן די קינדער אין עס איז דא א חיוב פאר די ווייבל צי האלטן די טאטע ביי זיך אינדערהיים אפי' איר משפחה ווערט חרוב ועוד דברי דופי מען נעמט עפעס א פרוי אין זי שרייבט וואס זי וויל אן קיין שום איבערזיכט
אזא אויסגאבע האט נישט קיין זכיות קיום סארי
איך בעט אייך רייסט נישט ארפ די. שטיין קען זיין מען דארף איר פארעכטן, אבער די נשים האבן איר זייער ליב,
זי איז אסאך בעסער פון וואס איז דא ביי די אנדערע ענגלישע ציניסטשע שרייבער,
איך האב שוין געליינט אסאך פון איר אין גארנישט געזעהן ראנג!!
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13619

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך בודקע »

מחפש שלווה האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:33 pm ביז ווי לאנג אין די אויסגאבע איז דא א שרייבער פאר די פרויען אויסגאבע מיטן נאמען ד שטייו אין זי שרייבט זאכן וואס איז נגד השכל ונגד התורה נמשל נישט לאנג צירוק האט זי געשריבן א מעשה אז די חיוב פון כיבוד אב איז מחייוב אן חתונה געהאטע ווייבל וואס איר טאטע פלעגט חרוב מאכן די סעודת אין עס פלעגט זייער שטערן די קינדער אין עס איז דא א חיוב פאר די ווייבל צי האלטן די טאטע ביי זיך אינדערהיים אפי' איר משפחה ווערט חרוב ועוד דברי דופי מען נעמט עפעס א פרוי אין זי שרייבט וואס זי וויל אן קיין שום איבערזיכט
אזא אויסגאבע האט נישט קיין זכיות קיום סארי
איי געס זיי האלטן אנדערש ווי דיר.
attachment (2) (1).jpg
attachment (2) (1).jpg (79.68 KiB) געזען געווארן 323 מאל
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
קרישקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 483

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך קרישקע »

בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:52 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:33 pm ביז ווי לאנג אין די אויסגאבע איז דא א שרייבער פאר די פרויען אויסגאבע מיטן נאמען ד שטייו אין זי שרייבט זאכן וואס איז נגד השכל ונגד התורה נמשל נישט לאנג צירוק האט זי געשריבן א מעשה אז די חיוב פון כיבוד אב איז מחייוב אן חתונה געהאטע ווייבל וואס איר טאטע פלעגט חרוב מאכן די סעודת אין עס פלעגט זייער שטערן די קינדער אין עס איז דא א חיוב פאר די ווייבל צי האלטן די טאטע ביי זיך אינדערהיים אפי' איר משפחה ווערט חרוב ועוד דברי דופי מען נעמט עפעס א פרוי אין זי שרייבט וואס זי וויל אן קיין שום איבערזיכט
אזא אויסגאבע האט נישט קיין זכיות קיום סארי
איי געס זיי האלטן אנדערש ווי דיר.
attachment (2) (1).jpg
אלע 4 האבן עס דורך געקוקט יעדע וואך?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13619

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך בודקע »

קרישקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:53 pm

איי דאונט נאו, איך זעה נאר וואס זיי שרייבן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
אסרוחג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 230
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 556

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך אסרוחג »

בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:56 pm
קרישקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:53 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:52 pm

איי געס זיי האלטן אנדערש ווי דיר.
attachment (2) (1).jpg
אלע 4 האבן עס דורך געקוקט יעדע וואך?
איי דאונט נאו, איך זעה נאר וואס זיי שרייבן.
א בריוו וואס ווערט געשיקט בתנאי כפול נאר לכ"ק אדמו"ר שליט"א ושלא להראות לשום אחד און ס'איז מפורסם בראש כל חוצות, וויפיל טראסט קען מען האבן אויף די עצם בריוו?
יושע זאב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 1:14 am
x 228

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך יושע זאב »

איינער האט א לינק צו לעצטע וואך טועמיה?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13619

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך בודקע »

אסרוחג האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 2:05 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:56 pm
קרישקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:53 pm

אלע 4 האבן עס דורך געקוקט יעדע וואך?
איי דאונט נאו, איך זעה נאר וואס זיי שרייבן.
א בריוו וואס ווערט געשיקט בתנאי כפול נאר לכ"ק אדמו"ר שליט"א ושלא להראות לשום אחד און ס'איז מפורסם בראש כל חוצות, וויפיל טראסט קען מען האבן אויף די עצם בריוו?
אין אזא סיטואציע, אסאך.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
מחפש שלווה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
x 937

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך מחפש שלווה »

בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:52 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:33 pm ביז ווי לאנג אין די אויסגאבע איז דא א שרייבער פאר די פרויען אויסגאבע מיטן נאמען ד שטייו אין זי שרייבט זאכן וואס איז נגד השכל ונגד התורה נמשל נישט לאנג צירוק האט זי געשריבן א מעשה אז די חיוב פון כיבוד אב איז מחייוב אן חתונה געהאטע ווייבל וואס איר טאטע פלעגט חרוב מאכן די סעודת אין עס פלעגט זייער שטערן די קינדער אין עס איז דא א חיוב פאר די ווייבל צי האלטן די טאטע ביי זיך אינדערהיים אפי' איר משפחה ווערט חרוב ועוד דברי דופי מען נעמט עפעס א פרוי אין זי שרייבט וואס זי וויל אן קיין שום איבערזיכט
אזא אויסגאבע האט נישט קיין זכיות קיום סארי
איי געס זיי האלטן אנדערש ווי דיר.
attachment (2) (1).jpg
די ברייו איז שקר וכזב עין אין די פאריגע וואך ביילאגע איך האב עס נישט דא צי די האנט אבער אויב איינער קען ארויפברענגן די ברויי וואס די שרייבער ד שטיין שרייבט זי האט אנגהויבן א מעשה אין עס איז געווארן א שטורעם האט זי געשריבן א לאנגע בריוו עין שם וועסטו זען צי סאיז דא רבנים צי נישט אויב איינער קען עס ברענגען וואלט עס געוון א גרויסע זאך אין זעטס מיט די אייגענע אויגן
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7001

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך Think and Thank »

מחפש שלווה האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:33 pm ביז ווי לאנג אין די אויסגאבע איז דא א שרייבער פאר די פרויען אויסגאבע מיטן נאמען ד שטייו אין זי שרייבט זאכן וואס איז נגד השכל ונגד התורה נמשל נישט לאנג צירוק האט זי געשריבן א מעשה אז די חיוב פון כיבוד אב איז מחייוב אן חתונה געהאטע ווייבל וואס איר טאטע פלעגט חרוב מאכן די סעודת אין עס פלעגט זייער שטערן די קינדער אין עס איז דא א חיוב פאר די ווייבל צי האלטן די טאטע ביי זיך אינדערהיים אפי' איר משפחה ווערט חרוב ועוד דברי דופי מען נעמט עפעס א פרוי אין זי שרייבט וואס זי וויל אן קיין שום איבערזיכט
אזא אויסגאבע האט נישט קיין זכיות קיום סארי

אין מיין גמרא שטייט עד היכן כיבוד אב און די גמרא גיבט אויך ווילדע דוגמאות און פארט איז מען מחויב ווייטער מכבד צו זיין.
צו כיבוד אב גייט אן ביי א פרוי נאך די חתונה איז א מחלוקת האחרונים, אבער על הצד אז יא כאפ איך נישט וואו זי זאגט ראנג, נאכדערצו עד כדי די אויסגאבע זאל פארלירן איר זכות קיום.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7001

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך Think and Thank »

היים האט געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2026 1:55 pm אין די גראסערי קען מען נאך בייקומען די טועמי'?

צו וואס דארפט איר בייקומען די טועמיה? נישט גענוג אז דער איד איז איר שוין בייגעקומען?..
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 360
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1018

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך חנן »

מחפש שלווה האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:33 pm ביז ווי לאנג אין די אויסגאבע איז דא א שרייבער פאר די פרויען אויסגאבע מיטן נאמען ד שטייו אין זי שרייבט זאכן וואס איז נגד השכל ונגד התורה נמשל נישט לאנג צירוק האט זי געשריבן א מעשה אז די חיוב פון כיבוד אב איז מחייוב אן חתונה געהאטע ווייבל וואס איר טאטע פלעגט חרוב מאכן די סעודת אין עס פלעגט זייער שטערן די קינדער אין עס איז דא א חיוב פאר די ווייבל צי האלטן די טאטע ביי זיך אינדערהיים אפי' איר משפחה ווערט חרוב ועוד דברי דופי מען נעמט עפעס א פרוי אין זי שרייבט וואס זי וויל אן קיין שום איבערזיכט
אזא אויסגאבע האט נישט קיין זכיות קיום סארי
טו מיר א טובה... אויב א פרוי לייגט אריין אין א מעשה עפעס וואס קען זיין איז נישט הונדערט פראצענט אזוי, ווי דער דוגמא פון דעם חיוב כיבוד אב, איך ווייס נישט וואס דער הלכה דא איז, קען זיין אז עס איז טאקע נישט פארהאן קיין שום חיוב פאר איר ע"פ הלכה, אבער ע"פ מענטשליכקייט, נאכדערצו אז איר מאן איז מסכים דערמיט, מאכט סענס עס צו טון, און אפילו ע"פ הלכה איז א שיינע זאך, א לפנים משורת הדין, פארלירט נאך דעם אויסגאבע נישט קיין זכות קיום דערוועגן...

פליז...
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1509

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 2:50 am
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2026 5:28 pm
Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2026 10:23 am

דו ווייסט אז טועמיה האט א ועד פון מחנכים און דיינים וואס קוקן עס איבער (אדער אפילו איינס) אדער דו שטעלסט זיך פאר אזוי? ווייל דארט איז שוין געווארן געלופטערט עטליכע ארטיקלען וואס וואלטן געפאסט פאר פארצייטישע משכיל'ישע אויסגאבעס.

איך האב נישט קיין אנונג צו קרישקע'ס ווערסיע איז בכלל אמת, אבער עס 'קען' זיין אמת. דאס איז זיכער אז אן אויסגאבע וואס ווערט פארקויפט אין קהל'ישע געשעפטן איז סאך מער פרעזענטירט אלס סאטמאר'ס אן אויסגאבע ווי אן אויסגאבע וואס ווערט פארקויפט אין גראסעריס און שרייבט ניטאמאל אז זיי זענען די שופר פון סאטמאר. ווידער איבער די תוכן, איך ליין נישט אפט דער איד אבער ווען יא האב איך נאכנישט באגעגנט דארט קיין פראבלעמאטישע ארטיקלען. יא, עס שטייט דארט גוי'אישע נייעס, דאס איז אזוי נאך פון ווען סאטמאר האט אריגינעל אפגעקויפט דער איד, אבער וועסט דארט נישט טרעפן קיין ארטיקלען וואס באשרייבן אין די לענג און אין די ברייט אנדערע רעליגיעס מיט זייערע צערעמאניעס אדער שרייבט אויף מנהגי ישראל פארקערט ווי די ראשונים זאגן, משא"כ טועמיה וואס איז טאקע ריין פון גוי'אישע נייעס אבער דארט טרעפט זיך יא די אויבנדערמאנטע.
אודאי, ווייל ביי די גוים איז נישטא קיין משכילים... מילא איינער וואס באשרייבט די גוים פאלט נישט אריין קיין השכלה..

אגב, די סארט ארטיקלען ווי די שומרונים איז געווען גאנץ אין אנהייב, און זיי שרייבן שוין בכלל נישט אזעלכע סארט ארטיקלען לעצטנס.
און אין דער איד תורה אפטיילונג איז גענונג און נאך דא פון דיין סארט א.ג. השכלה. ע"ע שמות החדשים וכו'..

דאס איז ריכטיג אז די שומרונים ארטיקל איז געווען ממש אנהייב, און ווי איינער האט דא געברענגט א צעטל (וואס איז אגב א גרויסע עוולה געווען עס ארויסצושטעלן פאר די גאס (הועווער ס'האט עס געליעקט) ווען די שרייבער פונ'ם צעטל בעטן זייער קלאר עס זאל בלייבן פנימי) וואו דיינים און מחנכים מקרב קהלתינו וואס באשטעטיגן אז טועמיה האלט זיך צו די ליינס וואס מען האט אפגעמאכט מיט זיי, ממילא קומט טאקע נישט אריין זייערע אלטע עוולות.

'מיין סארט א.ג' השכלה' רעדט פון שרייבן אויף עפעס וואס ראשונים שרייבן "היינט ווייסט מען שוין אנדערש" באזירט אויף אויסטייטשונגען פון חוקרים איבער געפינסן אין גניזה. אויב האלטסטו אז דאס איז נישט קיין השכלה, ביטע זיי מסביר וואס איז יא. און יא, אזא סארט השכלה איז ערגער ווי באשרייבן גוי'אישע פאליטיק.

דער איד תורה אפטיילונג האב איך שוין גאר לאנג נישט געליינט. אדרבה, וואס שרייבן זיי וועגן די שמות החדשים?
די היינטיגע אינטערנעט ידענים וועלן ווי פארשטענדליך זייער אסאך אריינכאפן פון וואס די חוקרים זאגן, און יעדע אויסגאבע וואס פרובירט צו האבן שיינע תורה'דיגע ארטיקלען, נישט ממש אויף אויסגעדראשענע נושאים, וועט זיך אריינכאפן אזעלכע ווערטער ביודעים ובלא יודעים...

ווען מען רעדט פון א ערליכע שרייבער, וואס סך הכל איז ער אביסל אומוויסנד וויאזוי צו אפצולערנען געוויסע זאכן, און מען לייגט אויף אים א לעיבל "משכיל", מאכט שוואך די מערכה קעגן השכלה...

מען קען דעבאטירן א לאנגע צייט וואס השכלה איז, אבער דאס איז זיכער אז זיי האבן זיך געוואלט צוגלייכן צום גוי, און מאכן די אידן פאר'גוי'אישט, מילא קענסטו אנרופן אריינברענגען גוי'אישע מושגים פונקט אזוי השכלה...
מחפש שלווה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
x 937

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך מחפש שלווה »

חנן האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 2:46 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:33 pm ביז ווי לאנג אין די אויסגאבע איז דא א שרייבער פאר די פרויען אויסגאבע מיטן נאמען ד שטייו אין זי שרייבט זאכן וואס איז נגד השכל ונגד התורה נמשל נישט לאנג צירוק האט זי געשריבן א מעשה אז די חיוב פון כיבוד אב איז מחייוב אן חתונה געהאטע ווייבל וואס איר טאטע פלעגט חרוב מאכן די סעודת אין עס פלעגט זייער שטערן די קינדער אין עס איז דא א חיוב פאר די ווייבל צי האלטן די טאטע ביי זיך אינדערהיים אפי' איר משפחה ווערט חרוב ועוד דברי דופי מען נעמט עפעס א פרוי אין זי שרייבט וואס זי וויל אן קיין שום איבערזיכט
אזא אויסגאבע האט נישט קיין זכיות קיום סארי
טו מיר א טובה... אויב א פרוי לייגט אריין אין א מעשה עפעס וואס קען זיין איז נישט הונדערט פראצענט אזוי, ווי דער דוגמא פון דעם חיוב כיבוד אב, איך ווייס נישט וואס דער הלכה דא איז, קען זיין אז עס איז טאקע נישט פארהאן קיין שום חיוב פאר איר ע"פ הלכה, אבער ע"פ מענטשליכקייט, נאכדערצו אז איר מאן איז מסכים דערמיט, מאכט סענס עס צו טון, און אפילו ע"פ הלכה איז א שיינע זאך, א לפנים משורת הדין, פארלירט נאך דעם אויסגאבע נישט קיין זכות קיום דערוועגן...

פליז...
נאפ עס איז נישט ערלויבט פאר א פרוי וואס איז חתונה געהאט צי חרוב מאכן אן אייגענע שטוב פאר כיבוד אב אבער עס איז נאר געווען א משל נעם די ארטיקלן פון ד שטיין אין ליין עס אין זאג מיר וואס די האלטס אויף איר
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
מחפש שלווה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
x 937

Re: "טועמיה" - וועכנטליכע אויסגאבע דורך חסידי סאטמאר (מהרי"י)

פאוסט דורך מחפש שלווה »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 2:45 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 1:33 pm ביז ווי לאנג אין די אויסגאבע איז דא א שרייבער פאר די פרויען אויסגאבע מיטן נאמען ד שטייו אין זי שרייבט זאכן וואס איז נגד השכל ונגד התורה נמשל נישט לאנג צירוק האט זי געשריבן א מעשה אז די חיוב פון כיבוד אב איז מחייוב אן חתונה געהאטע ווייבל וואס איר טאטע פלעגט חרוב מאכן די סעודת אין עס פלעגט זייער שטערן די קינדער אין עס איז דא א חיוב פאר די ווייבל צי האלטן די טאטע ביי זיך אינדערהיים אפי' איר משפחה ווערט חרוב ועוד דברי דופי מען נעמט עפעס א פרוי אין זי שרייבט וואס זי וויל אן קיין שום איבערזיכט
אזא אויסגאבע האט נישט קיין זכיות קיום סארי

אין מיין גמרא שטייט עד היכן כיבוד אב און די גמרא גיבט אויך ווילדע דוגמאות און פארט איז מען מחויב ווייטער מכבד צו זיין.
צו כיבוד אב גייט אן ביי א פרוי נאך די חתונה איז א מחלוקת האחרונים, אבער על הצד אז יא כאפ איך נישט וואו זי זאגט ראנג, נאכדערצו עד כדי די אויסגאבע זאל פארלירן איר זכות קיום.
דאס איז נאר א משל קןק אריע אלע ארטיקלן אפי די ארטיקל וואס זי האט אנגהויבן פארגיע וואך אין לאז מיר וויסן צי זי איז אויסגעהאלטן
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
שרייב פאוסט