totty האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 20, 2026 7:32 pm
קראנטע אפדעיט פון לאנדאן:
ווי געזאגט האבעך נישט געהאט צייט צי רעדן מיט די עסקנים וואס קענען געבן די קראנטע באריכטן אבער אצינד האבעך גערעט קיין לאנדאן און מהאט געוואלט וויסן איבער די נייע ביל וכו'
אין קורצע ווערטער איז די מצב אזוי:
ביז 2 יאר צוריק איז די גאווערנמענט געווען מער פון די "קאנזערוועטיוו" רעכטע פארטיי דעריבער האט מען באוויזן צי מאכן לעכער אינעם געזעץ לטובת די מוסדות וואו דאס טוישן נוסח איבער געבן רעספעקט פאר אנדערע וכדומה און אויך איז די אינפארסמענט נישט געווען אזוי שטארק, און לעצטענס ווערן געשטארקט די כח פון די לינקע לעיבאר פארטיי און די מצב קוקט אויס זייער נישט אין גוטן ריכטונג
די פועל יוצא איז אז די יעצטיגע סקול ביל איז אדורך אן קיין שום הילף פאר ישיבות קטנות נאר פארקערט די געזעץ געבט די כח פארן סעקרעטערי אוו סטעיט זיך אריינצימישן אויך אין קלאבס ווי מלערנט נישט ענגליש, ווייל לויט די נייע געזעץ דארף יעדע קלאב וואו מלערנט סיי וועלכע לימודים ווערן א לעגאלע מוסד, און די ארבעט פון די וועד הישיבות צי מאכן לעכער אינעם ביל (דוגמת וואס חינוך יו קעי האט באוויזן אין עבר לגבי סקולס) איז דערווייל געגאנגען אין א שוואכע ריכטונג
און די נייע געזעץ גיבט די כח פאר די סעקרעטערי אוו סטעיט צי מאכן יעצט גיידליינס און סאיז בידה צי מבטל זיין די ביז יעצטיגע מהלך פון קלאבס פאר ישיבות קטנות
מען דארף יעצט רחמי שמים זי זאל מאכן די גיידענס לטובת ישיבות וואס די שאנסן זענען ליידער שוואכע דערווייל אבער מדארף יעצט טוהן די השתדלות דערויף ווי ווייט מעגליך
והשנית אלס די מינסטאר פאר די עדשיקעישן דעפארטמענט פאר פרייוועט סקולס איז אויפגענומען געווארן א נידריגע אשה וואס וואוינט מיט א...
יעצט לגבי ישיבות קטנות איז דא א נייע שווערע גזירה בעהו"ר וואס הויערט אויף אלע ישיבות אין ענגלאנד און מווארט צי זעהן וואס די גיידענס וועלן זיין
און לגבי די מוסדות התורה בכלל איז בעצם די געזעץ לטובת די מוסדות (מיט די נייע געטוישטע ווערטער אינעם גיידענס געזעץ פון 2019) נאר אפסטעד און די עדשעקעישאן דעפארטמענט דערקיטשענען די מוסדות מיטן לערנען פאלשע פשטים אינעם געזעץ וכו'
(די גיידענס געזעץ לכתחילה האט געזאגט אז מדארף אלעס לערנען פון אלע גלויבענס און תועבות און מהאט עס געטוישט צי קלארע ווערטער אז ממעג לערנען קעגן אלע אנדערע גלויבענס און תועבות און די גאנצע חיוב איז נאר אז מדארף נאר "טריטן" אלע מענטשן מיט רעספעקט, אן אריינגיין וואס אלע מענטשן זענען אדער גלייבן, טענהן יעצט אפסטעד און די עדשיקעישאן דעפארטמענט אז עס מיינט אז מדארף יא אלעס לערנען כדי צי וויסן וויאזוי צי טריטן אלע מענטשן...)
חינוך יו קעי איז למעשה אין העכערן געריכט HIGH COURT מיט די עדשיקעישן דעפארטמענט און מיט אפסטעד לגבי די מוסדות בכלל טענהדיג אז די געזעץ זאגט זייער קלאר אז סאיז גענוג אז מטריט יעדן "מענטש" מיט רעספעקט אן אריינגיין אין סיי וואסערע ידיעות אין די טמאנע גויים צי דארפן חלילה לערנען עניני תועבה, ווי אויך שטייט דאך קלאר אז מקען לערנען קעגן אלע פרעמדע ריליגיעס (ווי אינטערסאנט עס איז, איז כרגע די ראש פון די עדשיקעישן ערגער ווי אפסטעד פארקערט ווי געווען ביז היינט און אפסטעד פירט נישט אזא הייסע מערכה אין די געריכט ווי די עדשיקעישאן דעפארמענט)
בקיצור מדארף גרויסע תפילות לביטול רוע הגזירות נגד הדת אין גאנץ אייראפע און אין די גאנצע וועלט
אין ענגלאנד מיט גזירת החינוך
און אין אנטווערפן מיט ברית מילה
און אין ניו יארק דארף מען נאך אויך רחמים מיטן חינוך
און אין ארץ ישראל איז די גזירת גיוס ממש אין א מצב וואו מאיז נאך קיינמאל נישט געשטאנען
אבינו מלכינו הפר עצת אובינו
אבינו מלכינו קרע רוע גזר דינינו
אבינו מלכינו כתבינו בספר גאולה וישועה