דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

נייעס אין אונזער קווארטאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 702
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 595

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: מוצש"ק מאי 02, 2026 11:14 pm נישט ריכטיג צי לייגן צעטלעך אנע חתימות פון אלע רבנים פון די גרויסע קהילות ווייל דאן מאכט עס אויסזעהן ווי כאילו נאר די קלענערע רבנים וואס פארטרעטן נישט רוב קהילות זענען גרייט אויף מסירות נפש ווען אין פאקט זענען ברוך השם אלע גרייט אויף מסירת נפש
דעריבער אויב ווילט איר מאכן א צעטיל און איר קענט נישט האבן די חתימות פון די גרויסע מחמת איזה סיבה דאן לייגט אנע שום נעמען בלויז צי האבן מסירת נפש וואס אויף דעם איז יעדער זיכער מסכים
שלום עליכם, וועלקאם בעק.

ס'איז נישט ריכטיג ארויפצושמירן א נאסן ליילעך אויף געוויסע רבנים פון ענגלאנד און פארקויפן אז באמת זענען זיי גרייט אויף מסירת נפש נאר סתם 'מחמת איזה סיבה' האבן זיי נישט 'געוואלט' חתמ'נען.

דעריבער כדי עס זאל ארויסקומען א בזיון ת"ח פאר די אלע רבנים, דאן קומט אריין מיט א קלארע פארשטענדליכע הסבר המתקבל על הלב פאר וועלכע סיבה די אנדערע רבני הקהילות האבן נישט 'געוואלט' געבן קיין חתימה מען זאל זיין גרייט אויף מסירת נפש, אין די צייט וואס מען רעדט פון אזא שרעקליכע גזירה און יעדער פשוט'ער בר דעת פארשטייט אז ווען עס קומט צו כבוד שמים דארף מען פארקוקן אויף אייגענע סיבות.

נ.ב. אויב די רבני הקהילות וואס איר זעהט נישט זייער חתימה מיינט איר די וואס זייערע מוסדות (חדרים און מיידל שולעס) זענען רעגיסטרירט ביי די רעגירונג און צוליב דעם גייען זיי כסדר דורך די אפסטעד אינספעקשאנס, דאן איז גארנישט אזוי זיכער אז זיי זענען אלע גרייט אויף מסירת נפש, נאך וואס מען האט שוין געזעהן די אלע פשרות וואס זייערע מוסדות האבן שוין געמאכט ביז יעצט אין די חדרים און מיידל שולעס.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 977

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

[
איך וואלט אויך נישט געחתמעט פאר עסקנים וואס זענען נישט הונדערט פארצענט אמתדיג כאטש איך האלט אויך אז מדארף מסירת נפש פאר חינוך הטהור
ווי רבינו הקדוש זיע האט שוין געזאגט אז מיט ... שרייבט מען נישט אינטער קיין עשרת הדברות אויך נישט

ואגב נישט וועלקאם בעק כהאב נישט אריינגעטשעקט לעצטענס מחמת חוסר הזמן אויב וועט מען האבן צייט וועט מען אריינקומען אבער לעת עתה איז עס א הערה בעלמא
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 702
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 595

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

גאר שוואכע תירוץ נישט צו חתמ'נען א צעטל אז מען זאל האבן מסירת נפש אויף אזא שרעקליכע גזירה,
ובכלל קומען די ווערטער פון רבינו הקדוש אינגאנצן נישט אריין דא, ואין הנידון דומה לראי' כלל וכלל, ווייל דער מימרא פון רבינו הקדוש האט זיך נאר באצויגן אז ער וויל נישט אונטערצושרייבן צוזאמען 'מיט' געוויסע 'רבנים', אבער דא בין איך זיכער אז די רבנים וואס האבן נישט גע'חתמ'ט האלטן נישט אפילו אויף איינעם פון די אלע רבנים וואס האבן יא גע'חתמ'ט אז זיי זענען א משהו עפעס נישט ערליך, ממילא איז נישט קיין נפק"מ צי די עסקנים זענען יא אדער נישט הונדערט פראצענט אמת'דיג.

והשנית, קיינער האט נאכנישט אויפגעוויזן עפעס אויף די עסקנים פון 'קרן להצלת יהדות ענגלאנד' וואס זיי האבן ארויסגעגעבן די קול קורא אז זיי זענען מיט עפעס נישט הונדערט פראצענט אמת'דיג.

והשלישית והיא העיקר, אויב זענען די אנדערע רבנים אויך גרייט אויף מסירת נפש, און זיי ווילן נאר נישט חתמ'נען פאר די עסקנים פון קרן להצלת יהדות ענגלאנד, נו זאלן זיי כאטש ארויסגעבן אן אייגענע קול קורא (נאר פון אזעלכע וואס מען מעג צוזאמען אונטערשרייבן עשרת הדברות...), און דארט מפרסם זיין אז זיי האלטן אויך דער ציבור זאל זיין גרייט אויף מסירת נפש.
מיט א ברען
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
x 38

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך מיט א ברען »

totty האט געשריבן: זונטאג מאי 03, 2026 3:38 pm [
איך וואלט אויך נישט געחתמעט פאר עסקנים וואס זענען נישט הונדערט פארצענט אמתדיג כאטש איך האלט אויך אז מדארף מסירת נפש פאר חינוך הטהור
ווי רבינו הקדוש זיע האט שוין געזאגט אז מיט ... שרייבט מען נישט אינטער קיין עשרת הדברות אויך נישט
להד"מ
פיילס
sig.jpg
sig.jpg (226.13 KiB) געזען געווארן 324 מאל
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 373
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1179

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך זלמעלע »

מיט א ברען האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 4:25 pm
totty האט געשריבן: זונטאג מאי 03, 2026 3:38 pm [
איך וואלט אויך נישט געחתמעט פאר עסקנים וואס זענען נישט הונדערט פארצענט אמתדיג כאטש איך האלט אויך אז מדארף מסירת נפש פאר חינוך הטהור
ווי רבינו הקדוש זיע האט שוין געזאגט אז מיט ... שרייבט מען נישט אינטער קיין עשרת הדברות אויך נישט
להד"מ
וואס האט דעם בריוו שייכות מיט "להד"ם"?

אגב אוייף וועמען האט דער רבי האט אזוי געזאגט?
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2778
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6797

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך הדסים »

זלמעלע האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 9:56 pm
מיט א ברען האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 4:25 pm
totty האט געשריבן: זונטאג מאי 03, 2026 3:38 pm [
איך וואלט אויך נישט געחתמעט פאר עסקנים וואס זענען נישט הונדערט פארצענט אמתדיג כאטש איך האלט אויך אז מדארף מסירת נפש פאר חינוך הטהור
ווי רבינו הקדוש זיע האט שוין געזאגט אז מיט ... שרייבט מען נישט אינטער קיין עשרת הדברות אויך נישט
להד"מ
וואס האט דעם בריוו שייכות מיט "להד"ם"?

אגב אוייף וועמען האט דער רבי האט אזוי געזאגט?
זעסט דאך אז דער רבי האט דארט אונטערגעשריבן מיט'ן ברך משה.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
מיט א ברען
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
x 38

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך מיט א ברען »

זלמעלע האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 9:56 pm
מיט א ברען האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 4:25 pm
totty האט געשריבן: זונטאג מאי 03, 2026 3:38 pm [
איך וואלט אויך נישט געחתמעט פאר עסקנים וואס זענען נישט הונדערט פארצענט אמתדיג כאטש איך האלט אויך אז מדארף מסירת נפש פאר חינוך הטהור
ווי רבינו הקדוש זיע האט שוין געזאגט אז מיט ... שרייבט מען נישט אינטער קיין עשרת הדברות אויך נישט
להד"מ
וואס האט דעם בריוו שייכות מיט "להד"ם"?

אגב אוייף וועמען האט דער רבי האט אזוי געזאגט?
דער רבי האט דאס נישט געזאגט
זייער קלאר
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:51 pm
Location: ברוקלין
x 12

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך זייער קלאר »

דורותינו גליון קכ’’ה
פרשת במדבר תשפ”ו לפ”ק
פיילס
גליון קכה פרשת במדבר תשפ''ו.pdf
(1.39 MiB) דאונלאודעד 7 מאל
unnamed (2).png
unnamed (2).png (975.63 KiB) געזען געווארן 123 מאל
unnamed (1).png
unnamed (1).png (1.38 MiB) געזען געווארן 123 מאל
זייער קלאר
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:51 pm
Location: ברוקלין
x 12

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך זייער קלאר »

המשך
פיילס
unnamed.png
unnamed.png (587.4 KiB) געזען געווארן 123 מאל
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 977

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

קראנטע אפדעיט פון לאנדאן:

ווי געזאגט האבעך נישט געהאט צייט צי רעדן מיט די עסקנים וואס קענען געבן די קראנטע באריכטן אבער אצינד האבעך גערעט קיין לאנדאן און מהאט געוואלט וויסן איבער די נייע ביל וכו'

אין קורצע ווערטער איז די מצב אזוי:

ביז 2 יאר צוריק איז די גאווערנמענט געווען מער פון די "קאנזערוועטיוו" רעכטע פארטיי דעריבער האט מען באוויזן צי מאכן לעכער אינעם געזעץ לטובת די מוסדות וואו דאס טוישן נוסח איבער געבן רעספעקט פאר אנדערע וכדומה און אויך איז די אינפארסמענט נישט געווען אזוי שטארק, און לעצטענס ווערן געשטארקט די כח פון די לינקע לעיבאר פארטיי און די מצב קוקט אויס זייער נישט אין גוטן ריכטונג

די פועל יוצא איז אז די יעצטיגע סקול ביל איז אדורך אן קיין שום הילף פאר ישיבות קטנות נאר פארקערט די געזעץ געבט די כח פארן סעקרעטערי אוו סטעיט זיך אריינצימישן אויך אין קלאבס ווי מלערנט נישט ענגליש, ווייל לויט די נייע געזעץ דארף יעדע קלאב וואו מלערנט סיי וועלכע לימודים ווערן א לעגאלע מוסד, און די ארבעט פון די וועד הישיבות צי מאכן לעכער אינעם ביל (דוגמת וואס חינוך יו קעי האט באוויזן אין עבר לגבי סקולס) איז דערווייל געגאנגען אין א שוואכע ריכטונג
און די נייע געזעץ גיבט די כח פאר די סעקרעטערי אוו סטעיט צי מאכן יעצט גיידליינס און סאיז בידה צי מבטל זיין די ביז יעצטיגע מהלך פון קלאבס פאר ישיבות קטנות
מען דארף יעצט רחמי שמים זי זאל מאכן די גיידענס לטובת ישיבות וואס די שאנסן זענען ליידער שוואכע דערווייל אבער מדארף יעצט טוהן די השתדלות דערויף ווי ווייט מעגליך

והשנית אלס די מינסטאר פאר די עדשיקעישן דעפארטמענט פאר פרייוועט סקולס איז אויפגענומען געווארן א נידריגע אשה וואס וואוינט מיט א...

יעצט לגבי ישיבות קטנות איז דא א נייע שווערע גזירה בעהו"ר וואס הויערט אויף אלע ישיבות אין ענגלאנד און מווארט צי זעהן וואס די גיידענס וועלן זיין

און לגבי די מוסדות התורה בכלל איז בעצם די געזעץ לטובת די מוסדות (מיט די נייע געטוישטע ווערטער אינעם גיידענס געזעץ פון 2019) נאר אפסטעד און די עדשעקעישאן דעפארטמענט דערקיטשענען די מוסדות מיטן לערנען פאלשע פשטים אינעם געזעץ וכו'
(די גיידענס געזעץ לכתחילה האט געזאגט אז מדארף אלעס לערנען פון אלע גלויבענס און תועבות און מהאט עס געטוישט צי קלארע ווערטער אז ממעג לערנען קעגן אלע אנדערע גלויבענס און תועבות און די גאנצע חיוב איז נאר אז מדארף נאר "טריטן" אלע מענטשן מיט רעספעקט, אן אריינגיין וואס אלע מענטשן זענען אדער גלייבן, טענהן יעצט אפסטעד און די עדשיקעישאן דעפארטמענט אז עס מיינט אז מדארף יא אלעס לערנען כדי צי וויסן וויאזוי צי טריטן אלע מענטשן...)

חינוך יו קעי איז למעשה אין העכערן געריכט HIGH COURT מיט די עדשיקעישן דעפארטמענט און מיט אפסטעד לגבי די מוסדות בכלל טענהדיג אז די געזעץ זאגט זייער קלאר אז סאיז גענוג אז מטריט יעדן "מענטש" מיט רעספעקט אן אריינגיין אין סיי וואסערע ידיעות אין די טמאנע גויים צי דארפן חלילה לערנען עניני תועבה, ווי אויך שטייט דאך קלאר אז מקען לערנען קעגן אלע פרעמדע ריליגיעס (ווי אינטערסאנט עס איז, איז כרגע די ראש פון די עדשיקעישן ערגער ווי אפסטעד פארקערט ווי געווען ביז היינט און אפסטעד פירט נישט אזא הייסע מערכה אין די געריכט ווי די עדשיקעישאן דעפארמענט)

בקיצור מדארף גרויסע תפילות לביטול רוע הגזירות נגד הדת אין גאנץ אייראפע און אין די גאנצע וועלט
אין ענגלאנד מיט גזירת החינוך
און אין אנטווערפן מיט ברית מילה
און אין ניו יארק דארף מען נאך אויך רחמים מיטן חינוך
און אין ארץ ישראל איז די גזירת גיוס ממש אין א מצב וואו מאיז נאך קיינמאל נישט געשטאנען

אבינו מלכינו הפר עצת אובינו
אבינו מלכינו קרע רוע גזר דינינו
אבינו מלכינו כתבינו בספר גאולה וישועה
שרייב פאוסט