איסור מקוצה לצורך תשמיש המיוחד?זלמעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 1:44 amכוונדער טאקע, די אבג'עקט וואס מ'לייגט אויף די ספרים זענען נישט שאלה פון מוקצה?Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 1:21 am
ס'ארבעט שבת אויך, אזוי אז חוץ גניבה וועט מען אויך עובר זיין אויף חילול שבת... לאמיר האפן אז די בושות זענען גענוג גרויס צו קענען מכפר זיין אויף ביידע...
סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

בילד פון סעודת שבת מיט די בני המשפחה
- פיילס
-
- IMG-20260531-WA0139.jpg (84.51 KiB) געזען געווארן 3190 מאל
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 486
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 1012
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אוטערסאנט אז אפילו היכל לב אהרן מאנטשעסטער וואס איז ווייניגער פון א מעשר מענטשן פון קרית יואל האט דאפעלט זיצן און היכל התורה
וואס פשט?
וואס פשט?
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ווייל דארט איז עס פאר די שטאט, און דא איז עס פאר די קהלה
לויט די מספר הבענקלעך און די אויסקוק, שיינט מיר אז דאס איז בערך די זעלבע סייז ווי די היכל התורה אין מאנטרעאל
האב מיר אזוי געהאפט אז מ'וועט צושטעלן א מקום רחבת ידים, צו לינדערן אביסל דאס דחקות פון די אנדערע היכל התורה קעגן איבער
- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 206
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 424
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ווייל ביינאכט און אינדערפרי ניצט מען די היכל הביהמד. אינמיטן טאג ווען ס'איז א כולל ניצט מען דעם היכל און מען דארף נישט גרעסעראסרוחג האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 4:22 pmווייל דארט איז עס פאר די שטאט, און דא איז עס פאר די קהלה
לויט די מספר הבענקלעך און די אויסקוק, שיינט מיר אז דאס איז בערך די זעלבע סייז ווי די היכל התורה אין מאנטרעאל
האב מיר אזוי געהאפט אז מ'וועט צושטעלן א מקום רחבת ידים, צו לינדערן אביסל דאס דחקות פון די אנדערע היכל התורה קעגן איבער
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
וואס איז די מוקצה?Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 1:21 amתינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 01, 2026 3:27 pmשבת איז דער צייט צו גנב'נען...תורה ויראה האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 01, 2026 11:30 am פראכטפולע רחבות'דיגע אריינגאנג און קאווע שטיבל
(זעהט די ספעציעלע שווארצע סענסאר מאשינען וואס פייפן אויב מ'טראגט ארויס ספרים)
IMG_20260601_044238_607.jpgIMG_20260601_044249_657.jpgIMG_20260524_210038_547[1].jpg
ס'ארבעט שבת אויך, אזוי אז חוץ גניבה וועט מען אויך עובר זיין אויף חילול שבת... לאמיר האפן אז די בושות זענען גענוג גרויס צו קענען מכפר זיין אויף ביידע...
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 758
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1429
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 758
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1429
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אסרוחג האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 4:22 pmווייל דארט איז עס פאר די שטאט, און דא איז עס פאר די קהלה
לויט די מספר הבענקלעך און די אויסקוק, שיינט מיר אז דאס איז בערך די זעלבע סייז ווי די היכל התורה אין מאנטרעאל
האב מיר אזוי געהאפט אז מ'וועט צושטעלן א מקום רחבת ידים, צו לינדערן אביסל דאס דחקות פון די אנדערע היכל התורה קעגן איבער
די עכטע תירוץ איז אז מ'האט טאקע געוואלט מאכן גרעסער, אבער ס'איז נישטא קיין מעגליכקייט, דאס איז געווען די גרעסטע פלאץ וואס ס'איז דא אין דעם בנין.נויז מאשין האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 4:34 pmווייל ביינאכט און אינדערפרי ניצט מען די היכל הביהמד. אינמיטן טאג ווען ס'איז א כולל ניצט מען דעם היכל און מען דארף נישט גרעסער אפשר דארף מען נישט גרעסער לויט וויפיל יודן ס'לערנען יעצט, אבער אויב מ'וואלט געמאכט גרעסער וואלטן זיכער געקומען מער יודן אן קיין שאלהאסרוחג האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 4:22 pmווייל דארט איז עס פאר די שטאט, און דא איז עס פאר די קהלה די קהילה אין קר"י מיין איך האט מער מענטשן וואו גאנץ מאנטשעסטער
לויט די מספר הבענקלעך און די אויסקוק, שיינט מיר אז דאס איז בערך די זעלבע סייז ווי די היכל התורה אין מאנטרעאל כ'ווייס נישט וועלכע היכל התורה אין מאנטריאל דו רעדסט, אהל חיים? האט מיין איך 24 טישן טאקע, נאר סאך גרעסערע און סאך מער ברחבות, דעיס האט 27 טישן אבער סאך א קלענערע פלאץ.
האב מיר אזוי געהאפט אז מ'וועט צושטעלן א מקום רחבת ידים, צו לינדערן אביסל דאס דחקות פון די אנדערע היכל התורה קעגן איבער
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 758
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1429
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1978
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 6924
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
זלמעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 1:44 amכוונדער טאקע, די אבג'עקט וואס מ'לייגט אויף די ספרים זענען נישט שאלה פון מוקצה?Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 1:21 am
ס'ארבעט שבת אויך, אזוי אז חוץ גניבה וועט מען אויך עובר זיין אויף חילול שבת... לאמיר האפן אז די בושות זענען גענוג גרויס צו קענען מכפר זיין אויף ביידע...
די עצם כלי האט נישט קיין שום עלעקטריציטעט נאר עס ארבעט מיט א טשיפ וואס באקומט די עלעקטריציטעט פון די מאשין וואס כאפט עס אויף (RFID, אזוי ווי מקוה קארטלעך און קרעדיט קארטלעך). עס איז לכאורה מאקסימום א כלי שמלאכתו לאיסור, טלטול מן הצד, און הערשט איז עס מחובר צום ספר (וואס איז מציל מידי בסיס [דורך עס מאכן א בסיס לאיסור ולהיתר] וכ"ש אז עס ווערט אליינס נישט קיין בסיס).
- שלא לשמה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 116
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
- Location: חיפה
- x 409
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
די נייע ויואל משה ביהמ"ד וועט מען אויך נוצן די היכל פארן לערנען....תורה ויראה האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 8:34 pmאסרוחג האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 4:22 pmווייל דארט איז עס פאר די שטאט, און דא איז עס פאר די קהלה
לויט די מספר הבענקלעך און די אויסקוק, שיינט מיר אז דאס איז בערך די זעלבע סייז ווי די היכל התורה אין מאנטרעאל
האב מיר אזוי געהאפט אז מ'וועט צושטעלן א מקום רחבת ידים, צו לינדערן אביסל דאס דחקות פון די אנדערע היכל התורה קעגן איבערדי עכטע תירוץ איז אז מ'האט טאקע געוואלט מאכן גרעסער, אבער ס'איז נישטא קיין מעגליכקייט, דאס איז געווען די גרעסטע פלאץ וואס ס'איז דא אין דעם בנין.נויז מאשין האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 4:34 pmווייל ביינאכט און אינדערפרי ניצט מען די היכל הביהמד. אינמיטן טאג ווען ס'איז א כולל ניצט מען דעם היכל און מען דארף נישט גרעסער אפשר דארף מען נישט גרעסער לויט וויפיל יודן ס'לערנען יעצט, אבער אויב מ'וואלט געמאכט גרעסער וואלטן זיכער געקומען מער יודן אן קיין שאלהאסרוחג האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 4:22 pm
ווייל דארט איז עס פאר די שטאט, און דא איז עס פאר די קהלה די קהילה אין קר"י מיין איך האט מער מענטשן וואו גאנץ מאנטשעסטער
לויט די מספר הבענקלעך און די אויסקוק, שיינט מיר אז דאס איז בערך די זעלבע סייז ווי די היכל התורה אין מאנטרעאל כ'ווייס נישט וועלכע היכל התורה אין מאנטריאל דו רעדסט, אהל חיים? האט מיין איך 24 טישן טאקע, נאר סאך גרעסערע און סאך מער ברחבות, דעיס האט 27 טישן אבער סאך א קלענערע פלאץ.
האב מיר אזוי געהאפט אז מ'וועט צושטעלן א מקום רחבת ידים, צו לינדערן אביסל דאס דחקות פון די אנדערע היכל התורה קעגן איבער
מתוך שלא לשמה בא לשמה, אבער דא מיינט שלא לשמה אן קיין נאמען
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
.
- פיילס
-
- 3d4bbe_a828612f863b41d0b693a4280dc5f156~mv2.jpeg (304.17 KiB) געזען געווארן 857 מאל
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
- פיילס
-
- חי סיון.png (319.52 KiB) געזען געווארן 835 מאל
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 758
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1429
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געהויבענע באזוך פון כבוד הגה"צ אבד"ק קרית יטב לב שליט"א אין שטאט "מאנטריאל – קאנאדע" לטובת מוסדותינו הקדושים קרית יטב לב
הגה"צ אבד"ק קרית יטב לב שליט"א האט אפגעשטאט די וואך דינסטאג פרשת שלח א בליץ באזוך אין שטאט מאנטריאל, קאנאדע, לטובת די מסיבה של מצוה פאר מוסדותינו הקדושים אין קרית יטב לב, וואס איז פארגעקומען אין שטאט, אויפן פערזענליכן קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר שליט"א.
ויחן את פני העיר
דינסטאג 7:30 אינדערפרי איז דער רב שליט"א אנגעקומען אויף די קאנאדישע באדענעס, אין שטאט מאנטריאל, ווי ער איז אפגעווארט געווארן דורך די נכבדי הקהלה, און תיכף דערויף צוגעפארן צו די אכסניא של תורה בבית הרבני הנגיד ר' משה פריעדמאן שליט"א סגן ראה"ק דקהלתינו הק' מאנטריאל.
בשעה 9:20 איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' אויף תפלת שחרית, ווי עס האבן מיטגעדאוונט א גרויסע ציבור אנשי שלומינו, ווי נאך תפלת שחרית האט מען שלום גענומען פונעם רב שליט"א. דערנאך האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס מיט דודו הגה"צ גאב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
דערויף איז דער רב שליט"א צוריק אנגעקומען אין שטוב פון סגן ראה"ק הרבני הנגיד ר' משה פריעדמאן שליט"א אויף א מסיבת פת שחרית.
על פתחי הנדיבים
במשך דעם טאג איז דער רב שליט"א ארום על פתחי הנדיבים בעם, אויפצוטרייבן די נויטיגע סכומים לטובת מוסדותינו הקדושים קרית יטב לב, צווישן אנדערע בבית הרבני הנגיד ר' יואל קליין שליט"א, בבית הרבני הנגיד ר' יוסף שמואל פאזען שליט"א, בבית הרבני הנגיד ר' יודא אשר ראטבארד שליט"א, בבית הרבני הנגיד המרומם ר' מרדכי הכהן קאהן שליט"א ראש הקהל דקהלתינו הקדושה.
זייענדיג אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא אשר ראטבארד שליט"א, האט דער נדיב פארבעטן פונעם רב שליט"א אריבערצוגיין באזוכן בנין בית המדרש החדש 'ויואל משה' דקהלתינו הק' אויף די ווענ-הארן גאס, דער רב איז צוגעגאנגען אין בית המדרש, און זיך אומגעקוקט מיט התפעלות אויף די בוי ארבעט לנצח על מלאכת בית ה', סיי אינעם היכל בית המדרש, אין די חדרי התפלה, אזוי אויך אין די מקוה מפוארה וועלכע ווערט געבויעט לאטהר ולאתקדש. – נאכן באזוך אין מאנטריאל האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן א גרוס פאר מר אביו הגדול כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א איבער די גאלאפירענדע בוי ארבעט ביים בית המדרש החדש ההולכת ונבנית לשם ולתפארת.
דערנאך איז דער רב שליט"א אנגעקומען בבית דודו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, ווי עס איז געווען גאר א הערליכע אויפנאמע, און עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות.
תפלת מנחה
שפעטער נאכמיטאג איז דער רב שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור כבוד אין היכל ישיבתינו הק' תורת משה סאטמאר, צום ערשט האט דער רב שליט"א געדאווענט תפלת מנחה ברוב עם אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי הישיבה בלעיה"ר מיט די צוות כלי קודש ומרביצי תורה.
נאך תפלת מנחה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אהרן יוסף לייטנער שליט"א, ווי ער האט מקבל פנים געווען את פני כבוד דער רב שליט"א, און דערביי מכבד געווען דעם רב צו זאגן דברי חיזוק פאר די תלמידי הישיבה – עס איז געווען א מחזה הוד ווי די הונדערטער בחורי חמד זיצן צוגענאגלט צו די ערטער ועושים אזם כאפרכסת און זענען מקבל די דברים היוצאים מן הלב הנכנסים אל הלב.
נאך די געוואלדיגע דרשת חיזוק, זענען די תלמידים אריבער איינציגווייז ביים רב שליט"א, ווי מען האט שלום גענומען.
בית החתונות
פארנאכטס איז דער רב שליט"א אנגעקומען אין די שפאגל נייע "בית אסתר" חתונה זאל, וועלכע ווערט געבויעט בתוככי בנין בית חינוך שע"י מוסדותינו הק', וואס האלט שוין אין די לעצטע פאזעס. זייענדיג די ערשטע 'חתונה זאל' אין צענטער פון שטאט מאנטריאל, אנדערש ווי ביז היינט ווען אלע זאלן געפינען זיך אינדרויסן פון די היימישע געגענט.
דער רב שליט"א האט זיך אומגעקוקט אין אלע דעטאלן פונעם פרעכטיגן אולם הגדול, באוואונדערנדיג מיט התפעלות איבער איר שיינקייט און פרעכטיגקייט אשר כולו אומר כבוד, און מאציל געווען מברכותיו פאר די עוסקי במלאכת הקודש.
מסיבה של מצוה
אויפדערנאכט איז אפגעראכטן געווארן די צענטראלער "מסיבה של מצוה" לטובת חיזוק וביסוס מוסדותינו הקדושים בראשות הגה"צ אבד"ק שליט"א, עס איז פארגעקומען אין שטוב פון אחד מחשובי אנ"ש בעיר מאנטריאל הרה"ח ר' יואל יהושע ווייזער שליט"א, אויף Ave.Weisman 760, ווי עס איז ב"ה געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה.
א ריזיגער ציבור האט זיך באטייליגט ביים מסיבה של מצוה, ווי מען האט דאן געהאט די געלעגנהייט מקבל פנים צו זיין דעם דערהויבענעם גאסט הגה"צ אבד"ק שליט"א, צווישן די באטייליגטע האט זיך אנגעזעהן חשובע בעלי בתים, ראשי הקהלה, חברי הנהלה, מגידי שיעורים, בעלי בתים, אברכים יקרים, ובראשם פני העדה הרבנים הגאונים שליט"א.
צווישן די פילע רבנים וגאונים שליט"א וועלכע האבן זיך באטייליגט ביים מסיבה של מצוה האט זיך אנגעזען הגה"צ גאב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א, הגה"צ דומ"ץ ור"מ קהלתינו מאנטריאל שליט"א, הגאון הגדול רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא ובעמח"ס חיי הלוי, הגה"צ אב"ד קארלסבורג שליט"א, הרה"ג ר' עקיבא יוסף ראבינאוויטש שליט"א, און נאך פילע חשובע פני העדה שליט"א.
ביים מסיבה של מצוה האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס צווישן הגה"צ אבד"ק שליט"א און הגאון הגדול ראב"ד סקווירא שליט"א, דער סקווירא ראב"ד האט זיך נאכגעפרעגט אויפן בליה און וואוקס פון קרית יטב לב, און מען האט אויך ארומגערעדט איבער די נייע 'קרית סקווירא' וועלכע געפינט זיך אין סוואן לעיק, נישט ווייט פון קרית יטב לב – דער סקווירא ראב"ד האט געמאכט א לחיים, און דערביי האט דער ראב"ד געשאנקען א מתנה פארן רב שליט"א זיין נייע ספר "חיי הלוי" חלק י"ג על תרי"ג מצות – און דאן געגעבן פארן רב שליט"א א פערזענליכע קוויטל וואס ער זאל איבערגעבן בשליחותו לידיו הטהורות פון מר אביו הגדול כ"ק אדמו"ר שליט"א להיפקד בדבר ישועה ורחמים, און אויך מיטגעשיקט פארן רבי'ן שליט"א זיין נייע ספר "חיי הלוי".
ווען די זייגער האט שוין געקלאפט 12:00 אויפדערנאכט, האט דער רב שליט"א געדאווענט תפלת ערבית בבית האכסניא, און דאן איבערגעגעבן פארן בעל אכסניא א מנחת מזכרת ספה"ק על הגאולה ועל התמורה, אזוי אויך א עקסטערע 'על הגאולה' פאר אלע קינדער פונעם בעל אכסניא.
מיט דעם האט זיך געשלאסן די הערליכע באזוך פון הגה"צ אבד"ק שליט"א אין מאנטריאל, וואס האט איבערגעלאזט הויפענעס מיט חיזוק פאר אנשי שלומינו תושבי מאנטריאל, און א געוואלדיגע קיום וביסוס פאר מוסדותינו הקדושים אין קרית יטב לב למעלה מן המשוער ב"ה.
מיטוואך פארטאגס האט דער רב שליט"א ערשיינט אין היכל ישיבתינו הק' אין וויליאמסבורג כרגיל, און פארגעלערנט די טיפזיניגע שיעורים תמידין כסדרן, טראץ די שווערע טילטולא דאורחא פון די לעצטע 36 שעה.
בכל מדינה ומדינה מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע!