יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
יחזקאל סגל לנדא
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 5:56 pm
Location: USA
x 135

יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך יחזקאל סגל לנדא »

שוין לאנגע יארן וואס וואך איין וואך אויס קומט א גרופע בחורים אויף שבת באזוכן אין 'שיכון סקווירא' זיך אנשעפן ביים גרויסן אור כ"ק האדמו"ר שליט"א. די בחורים געסט באקומען א ספעציעלע התקרבות און חשוב'ע פלעצער זיי זאלן קענען אלץ גוט מיטהאלטן. על פי רוב איז עס בחורים פון אזאנע היימישע שטובער וואס לערנען אין ישיבה'שע מקומות (אזעלעכע נעקטיי גארטל, אדער בעקיטשע בענטדאון טייפ).

לעצטנס אבער האט זיך עס אויך אריבערגעכאפט צו די אלגעמיינע חסידישע וועלט, וועכנטליך קומען גרופעס בארא פארקע און וויליאמסבורגע בחורים פון חסידישע ישיבות אויף סקווירא מיטהאלטן דעם שבת.

טאקע דעם לעצטן וואך שבת האט געקומען א קבוצה בחורים פון איינע פון די ישיבות המפורסמות אין בארא פארק (נאמען געהיטן אין מערכת). שבת צונאכטס זענען זיי אדורך געגאנגען נעמען שלום פונעם רבי'ן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, איינע פון די בחורים וואס איז אן אייניקל פון הרה"ח המפו' ר' יונה לאנדא שליט"א האט זיך געגעבן א רוף אן צום רבין: איך בין אן אייניקל פון 'יונה לאנדא'... דער רבי האט זיך צושמייכעלט און אים ווארעם באגריסט. אזוי איז דורך א דערהויבענעם שבת צונאכטס טיש מלא וגדוש.

שבת צופרי ביים ליינען: דער גבאי לויפט ארום און זוכט איינעם... וועם זוכט מען?! דער רבי האט געהייסן געבן אן עליה, צו יואלי לאנדא'ס אייניקל... וואו איז דער בחור, יואלי לאנדא'ס אייניקל?!

מען האט געזוכט און גענישטערט איבערן גאנצן בית מדרש און בעיקר צווישן אלע קבוצות 'בחורים געסט', אבער דער גבאי האט אים נישט געקענט אפיער ברענגען, בלית ברירה האט א צווייטער עולה געווען דעם עלייה.


היוצא לנו מזה: רעד קלאר!

ספעציעל אויב הייסטו 'לאנדא' (אדער עני אנדערע נאמען שיש בו מקום לטעות בך) זאלסטו זיין עקסטער נזהר וויאזוי דו רעדסט...
פארדאמט
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 29, 2026 1:56 pm

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך פארדאמט »

:lol: :lol: נעקסט לעוועל!!
ס'איז א אמת'ע געשיכטע?
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 2024

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך פלאם »

פארדאמט האט געשריבן: זונטאג מאי 31, 2026 6:52 pm :lol: :lol: נעקסט לעוועל!!
ס'איז א אמת'ע געשיכטע?
ביי חסידים האט מען געוואוסט ס'מוז נישט זיין אמת, מ'דארף גלייבן ס'וואלט געקענט געשעהן....
קרישקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 447

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך קרישקע »

פארדאמט האט געשריבן: זונטאג מאי 31, 2026 6:52 pm :lol: :lol: נעקסט לעוועל!!
ס'איז א אמת'ע געשיכטע?
לכאורה נישט ווייל די זעלבע מעשה האט זיך ארום געדרייט א האלב יאר צוריק
צבי וחמיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 189
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 3:04 pm
x 431

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך צבי וחמיד »

נישט פארגעסן, דער שרייבער הייסט לאנדא.....
נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען זאגן.
און נישט אלעס וואס מען זאגט קומט פון טראכטן!
MCITP
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 10:41 am
x 57

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך MCITP »

פארוואס מאכסטו חוזק פון א רבי פאר גארנישט? האסט שוין געשריבן די מעשה אויף אייוועלט און מהאט עס געמעקט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3675
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12405

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך פופציגער »

MCITP האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 12:16 am פארוואס מאכסטו חוזק פון א רבי פאר גארנישט? האסט שוין געשריבן די מעשה אויף אייוועלט און מהאט עס געמעקט.
רבי מכבד עשירים. ס'אקעי.

לעצם הסיפור: חחחחח...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1961
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6855

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך Think and Thank »

צבי וחמיד האט געשריבן: זונטאג מאי 31, 2026 9:30 pm נישט פארגעסן, דער שרייבער הייסט לאנדא.....

יואלי איז אבער נישט קיין לוי...
(דאכצעך ר' יונה לרפו"ש אויך נישט.)
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 1019

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך totty »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 1:08 am
צבי וחמיד האט געשריבן: זונטאג מאי 31, 2026 9:30 pm נישט פארגעסן, דער שרייבער הייסט לאנדא.....

יואלי איז אבער נישט קיין לוי...
(דאכצעך ר' יונה לרפו"ש אויך נישט.)
וואס איז מיט ר' יונה אז איר שרייבט לרפו"ש
אוועיטער
שלא לשמה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 112
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
Location: חיפה
x 390

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך שלא לשמה »

די מעשה לכשלעצמו איז נישט אמת לויט מיין אינפראמאציע, אבער ס'איז א זיס געשיכטע'לע וואס ברענגט ארויס די קירוב וואס מען גיבט אין שיכון סקווירא פאר געסט, אגב גיבט מען נישט פאר די געסט קיין ספיציעלע פלעצער מיטצוהאלטן.
בדידי הוה עובדא ווען גאר גרויסע חסידים האבן מיר איידעלערהייט פארשיקט פון זייערע מקומות קבועים ביים טיש, מיט אן איידעלע אויסרייד אז די פלעצער דא זענען קבוע דארטן איז דא ליידיג פלאץ, איך זיך נאך די דארטן...
אגב די געסט גייען אריבער שלום נעמען פארן זמן בביתו נאוה קודש, און נישט נאכן דאווענען אין ביהמ"ד, (אפשר היינט אין דעם נייעם ביהמ"ד איז שוין נייע צייטן)
מתוך שלא לשמה בא לשמה, אבער דא מיינט שלא לשמה אן קיין נאמען
מיט א ברען
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
x 61

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך מיט א ברען »

totty האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 1:21 am
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 1:08 am
צבי וחמיד האט געשריבן: זונטאג מאי 31, 2026 9:30 pm נישט פארגעסן, דער שרייבער הייסט לאנדא.....

יואלי איז אבער נישט קיין לוי...
(דאכצעך ר' יונה לרפו"ש אויך נישט.)
וואס איז מיט ר' יונה אז איר שרייבט לרפו"ש
ער איז היבש פארעלטערט
אוועיטער
מלך בייוואז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 331
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
Location: אויפן טעלעפאון הערענדיג קול מבשר
x 194

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך מלך בייוואז »

מיט א ברען האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 3:16 pm
totty האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 1:21 am
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 1:08 am

יואלי איז אבער נישט קיין לוי...
(דאכצעך ר' יונה לרפו"ש אויך נישט.)
וואס איז מיט ר' יונה אז איר שרייבט לרפו"ש
ער איז היבש פארעלטערט
פארעלטערט שרייבט מען נישט לרפו״ש
מאך אידטיש שטארק נאכאמאל!
!Make Yidtish Great Again
!Hacer Excelene Yidtish Nuevamente
מיט א ברען
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
x 61

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך מיט א ברען »

מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 7:01 pm
מיט א ברען האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 3:16 pm
totty האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 1:21 am

וואס איז מיט ר' יונה אז איר שרייבט לרפו"ש
ער איז היבש פארעלטערט
פארעלטערט שרייבט מען נישט לרפו״ש
ווענדט זיך אינעם צושטאנד
אוועיטער
מלך בייוואז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 331
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
Location: אויפן טעלעפאון הערענדיג קול מבשר
x 194

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך מלך בייוואז »

מיט א ברען האט געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2026 7:12 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 7:01 pm
מיט א ברען האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 3:16 pm
ער איז היבש פארעלטערט
פארעלטערט שרייבט מען נישט לרפו״ש
ווענדט זיך אינעם צושטאנד
אויב עפעס איז מיט אים חיץ אז ער איז אלט
מאך אידטיש שטארק נאכאמאל!
!Make Yidtish Great Again
!Hacer Excelene Yidtish Nuevamente
מיט א ברען
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
x 61

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך מיט א ברען »

מלך בייוואז האט געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 1:23 pm
מיט א ברען האט געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2026 7:12 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 7:01 pm

פארעלטערט שרייבט מען נישט לרפו״ש
ווענדט זיך אינעם צושטאנד
אויב עפעס איז מיט אים חיץ אז ער איז אלט
כ'האב נישט געשריבן אז ער איז אלט, ער איז גראדע נישט אזוי אלט, ער איז פשוט פארעלטערט.

לאמיר זען וואס גייט דיר יעצט שווער זיין
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 396

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך פארנומען »

דער עולם וואס פרעגט צו עס איז עכט האבן גלייכצייטיג פארזעהן אז הנגיד ר' יואל האט נאכנישט קיין אייניקל א בחור..
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 739
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1390

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך תורה ויראה »

פארנומען האט געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 6:04 pm דער עולם וואס פרעגט צו עס איז עכט האבן גלייכצייטיג פארזעהן אז הנגיד ר' יואל האט נאכנישט קיין אייניקל א בחור..
נא, סקווירא רבי האט דאך עס אויך פארזעהן...
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 396

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך פארנומען »

תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 6:05 pm
פארנומען האט געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 6:04 pm דער עולם וואס פרעגט צו עס איז עכט האבן גלייכצייטיג פארזעהן אז הנגיד ר' יואל האט נאכנישט קיין אייניקל א בחור..
נא, סקווירא רבי האט דאך עס אויך פארזעהן...
:D :D
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 986

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך לאקאלער רב »

תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 6:05 pm
פארנומען האט געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 6:04 pm דער עולם וואס פרעגט צו עס איז עכט האבן גלייכצייטיג פארזעהן אז הנגיד ר' יואל האט נאכנישט קיין אייניקל א בחור..
נא, סקווירא רבי האט דאך עס אויך פארזעהן...
דאס פאלט דיר נישט ביי אז דער רבי האט געהייסן געבן אן עלי' פאר יונה לאנדא'ס אייניקל און דער גבאי האט פארטוישט מיט יואלי לאנדא???
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 739
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1390

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא

פאוסט דורך תורה ויראה »

לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 04, 2026 11:38 am
תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 6:05 pm
פארנומען האט געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 6:04 pm דער עולם וואס פרעגט צו עס איז עכט האבן גלייכצייטיג פארזעהן אז הנגיד ר' יואל האט נאכנישט קיין אייניקל א בחור..
נא, סקווירא רבי האט דאך עס אויך פארזעהן...
דאס פאלט דיר נישט ביי אז דער רבי האט געהייסן געבן אן עלי' פאר יונה לאנדא'ס אייניקל און דער גבאי האט פארטוישט מיט יואלי לאנדא???
ניין, ספ'אלט מיר נישט ביי
שרייב פאוסט