יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
-
יחזקאל סגל לנדא
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 6
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 5:56 pm
- Location: USA
- x 135
יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
שוין לאנגע יארן וואס וואך איין וואך אויס קומט א גרופע בחורים אויף שבת באזוכן אין 'שיכון סקווירא' זיך אנשעפן ביים גרויסן אור כ"ק האדמו"ר שליט"א. די בחורים געסט באקומען א ספעציעלע התקרבות און חשוב'ע פלעצער זיי זאלן קענען אלץ גוט מיטהאלטן. על פי רוב איז עס בחורים פון אזאנע היימישע שטובער וואס לערנען אין ישיבה'שע מקומות (אזעלעכע נעקטיי גארטל, אדער בעקיטשע בענטדאון טייפ).
לעצטנס אבער האט זיך עס אויך אריבערגעכאפט צו די אלגעמיינע חסידישע וועלט, וועכנטליך קומען גרופעס בארא פארקע און וויליאמסבורגע בחורים פון חסידישע ישיבות אויף סקווירא מיטהאלטן דעם שבת.
טאקע דעם לעצטן וואך שבת האט געקומען א קבוצה בחורים פון איינע פון די ישיבות המפורסמות אין בארא פארק (נאמען געהיטן אין מערכת). שבת צונאכטס זענען זיי אדורך געגאנגען נעמען שלום פונעם רבי'ן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, איינע פון די בחורים וואס איז אן אייניקל פון הרה"ח המפו' ר' יונה לאנדא שליט"א האט זיך געגעבן א רוף אן צום רבין: איך בין אן אייניקל פון 'יונה לאנדא'... דער רבי האט זיך צושמייכעלט און אים ווארעם באגריסט. אזוי איז דורך א דערהויבענעם שבת צונאכטס טיש מלא וגדוש.
שבת צופרי ביים ליינען: דער גבאי לויפט ארום און זוכט איינעם... וועם זוכט מען?! דער רבי האט געהייסן געבן אן עליה, צו יואלי לאנדא'ס אייניקל... וואו איז דער בחור, יואלי לאנדא'ס אייניקל?!
מען האט געזוכט און גענישטערט איבערן גאנצן בית מדרש און בעיקר צווישן אלע קבוצות 'בחורים געסט', אבער דער גבאי האט אים נישט געקענט אפיער ברענגען, בלית ברירה האט א צווייטער עולה געווען דעם עלייה.
היוצא לנו מזה: רעד קלאר!
ספעציעל אויב הייסטו 'לאנדא' (אדער עני אנדערע נאמען שיש בו מקום לטעות בך) זאלסטו זיין עקסטער נזהר וויאזוי דו רעדסט...

Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
ס'איז א אמת'ע געשיכטע?
Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
נישט פארגעסן, דער שרייבער הייסט לאנדא.....
נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען זאגן.
און נישט אלעס וואס מען זאגט קומט פון טראכטן!
און נישט אלעס וואס מען זאגט קומט פון טראכטן!
Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
פארוואס מאכסטו חוזק פון א רבי פאר גארנישט? האסט שוין געשריבן די מעשה אויף אייוועלט און מהאט עס געמעקט.
Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
רבי מכבד עשירים. ס'אקעי.
לעצם הסיפור: חחחחח...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1961
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 6855
Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
וואס איז מיט ר' יונה אז איר שרייבט לרפו"שThink and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 01, 2026 1:08 am
יואלי איז אבער נישט קיין לוי...
(דאכצעך ר' יונה לרפו"ש אויך נישט.)
- שלא לשמה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 112
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
- Location: חיפה
- x 390
Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
די מעשה לכשלעצמו איז נישט אמת לויט מיין אינפראמאציע, אבער ס'איז א זיס געשיכטע'לע וואס ברענגט ארויס די קירוב וואס מען גיבט אין שיכון סקווירא פאר געסט, אגב גיבט מען נישט פאר די געסט קיין ספיציעלע פלעצער מיטצוהאלטן.
בדידי הוה עובדא ווען גאר גרויסע חסידים האבן מיר איידעלערהייט פארשיקט פון זייערע מקומות קבועים ביים טיש, מיט אן איידעלע אויסרייד אז די פלעצער דא זענען קבוע דארטן איז דא ליידיג פלאץ, איך זיך נאך די דארטן...
אגב די געסט גייען אריבער שלום נעמען פארן זמן בביתו נאוה קודש, און נישט נאכן דאווענען אין ביהמ"ד, (אפשר היינט אין דעם נייעם ביהמ"ד איז שוין נייע צייטן)

מתוך שלא לשמה בא לשמה, אבער דא מיינט שלא לשמה אן קיין נאמען
-
מיט א ברען
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
- x 61
Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
ער איז היבש פארעלטערטtotty האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 01, 2026 1:21 amוואס איז מיט ר' יונה אז איר שרייבט לרפו"שThink and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 01, 2026 1:08 am
יואלי איז אבער נישט קיין לוי...
(דאכצעך ר' יונה לרפו"ש אויך נישט.)
- מלך בייוואז
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
- Location: אויפן טעלעפאון הערענדיג קול מבשר
- x 194
Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
פארעלטערט שרייבט מען נישט לרפו״שמיט א ברען האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 01, 2026 3:16 pmער איז היבש פארעלטערטtotty האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 01, 2026 1:21 amוואס איז מיט ר' יונה אז איר שרייבט לרפו"שThink and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 01, 2026 1:08 am
יואלי איז אבער נישט קיין לוי...
(דאכצעך ר' יונה לרפו"ש אויך נישט.)
מאך אידטיש שטארק נאכאמאל!
!Make Yidtish Great Again
!Hacer Excelene Yidtish Nuevamente
-
מיט א ברען
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
- x 61
Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
ווענדט זיך אינעם צושטאנדמלך בייוואז האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 01, 2026 7:01 pmפארעלטערט שרייבט מען נישט לרפו״ש
- מלך בייוואז
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
- Location: אויפן טעלעפאון הערענדיג קול מבשר
- x 194
Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
אויב עפעס איז מיט אים חיץ אז ער איז אלטמיט א ברען האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 7:12 pmווענדט זיך אינעם צושטאנד
מאך אידטיש שטארק נאכאמאל!
!Make Yidtish Great Again
!Hacer Excelene Yidtish Nuevamente
-
מיט א ברען
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
- x 61
Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
כ'האב נישט געשריבן אז ער איז אלט, ער איז גראדע נישט אזוי אלט, ער איז פשוט פארעלטערט.מלך בייוואז האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 03, 2026 1:23 pmאויב עפעס איז מיט אים חיץ אז ער איז אלט
לאמיר זען וואס גייט דיר יעצט שווער זיין
Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
דער עולם וואס פרעגט צו עס איז עכט האבן גלייכצייטיג פארזעהן אז הנגיד ר' יואל האט נאכנישט קיין אייניקל א בחור..
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 739
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1390
Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 467
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 986
Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
דאס פאלט דיר נישט ביי אז דער רבי האט געהייסן געבן אן עלי' פאר יונה לאנדא'ס אייניקל און דער גבאי האט פארטוישט מיט יואלי לאנדא???
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 739
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1390
Re: יואלי לאנדא'ס אייניקל, אויף שבת אין סקווירא
ניין, ספ'אלט מיר נישט ביילאקאלער רב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 04, 2026 11:38 amדאס פאלט דיר נישט ביי אז דער רבי האט געהייסן געבן אן עלי' פאר יונה לאנדא'ס אייניקל און דער גבאי האט פארטוישט מיט יואלי לאנדא???