totty האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 04, 2026 10:14 pm
זייער קלאר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 04, 2026 9:40 pm
צום ערשטן מאל:
סטעיט באשטעטיגט אז די 'נייע חינוך-אמענדמענט' האט קיינמאל נישט אוועקגענומען געזעצליכער פארלאנג פון מוסדות התורה צוצושטעלן א פולקאמע סאבסטענשיל עקוויוועלנד עדיוקעישאן צום פאבליק סקול!!!
(זייט 11)
סאיז זייער אומבעטעמט אז זיי שרייבן דאס אבער דא שטייט נאכנישט אז מדארף טאקע אלעס לערנען נאר אז מדארף זיין עקוויוולענט קען נאך די נייע געזעץ זאגן אז די כשרע טעסט אליינס הייסט שוין עקוויוולענט
איינער וואס קען זאגן אז דא שטייט נישט מען דארף לערנען אלעס, מוז זיין ער האט נישט קיין אנונג וואס איז די משא ומתן דא אין געריכט איבער די נייע אמענדמענט,
און ער האט ווייסט אויס נישט געלייענט די טענות פון רעבעל צו פארשטיין וואס די סטעיט האט געענטפערט.
אבער איינער וואס האט מיטגעהאלטן און געליינט די פאפירן אהין און צוריק, פארשטייט זייער קלאר וואס די סטעיט האט דא געענטפערט, אז די חיוב הלימודים האט זיך בכלל נישט געטוישט קיין משהו, און אלעס איז געבליבן פונקט ווי פריער, און פונקט ווי פאר די בודזשעט אמענדמענט האבן די מוסדות געהאט די 'חיוב הלימודים' צו לערנען אלעס 'סאסבסטענשאל עקוויווילענט' ום פאבליק סקול, די זעלבע חיוב הלימודים איז ווייטער דא, די נייע אמענדמענט האט נאר געטוישט די וועג פון 'אויפווייזן' צי מען קומט דאס נאך און מען לערנט טאקע אלעס.
און דאס איז ממש וואס מיר האבן געשריבן בשעתו נאך וואס די אמענדמענט איז אדורך, ווען מאנכע האבן געוואלט דמיון'ען אז די 'חיוב הלימודים' איז אראפגעשניטן געווארן דורך די נייע אמענדמענט, און מיר האבן שוין דעמאלס גע'טענה'ט אז די 'חיוב הלימודים' איז בכלל נישט געווארן אוועקגענומען.
מען קען דאס גיין אויפזוכן אין די דעמאלסדיגע בלעטער, ודו"ק וקצרתי.