די הונדערטער געשעצטע חברי "בוני המלוכה" אין שפיץ פון עטרת תפארת ראשינו כבוד קדושת רבינו שליט"א ובניו הגאוה"צ שליט"א פארלאזן יעצט דעם עיר האבות סיגוט, נאך לעכטיגע געהויבענע שעות פון תפלה ותחנונים, התרוממות הנפש, מיט זעק און פעק ישועות און א רפואות לנו ולכל ישראל!!!
גלייך ביים אנקומען האבן אלע משתתפים אריינגעכאפט א טבילה במקוה אין די מקוה המפואר אין בנין המפואר "שול הויף" , דערנאך איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום געהויבענעם מעמד הכנה לציון אין היכל הביהמ"ד; ר' מענדל סאמעט הי"ו האט געעפנט דעם מעמד און אויפגערופן הרה"ח ר' יוסף יוספא ווייסמאן שליט"א מחשובי אנש בעיר לאנדאן, וועלכער האט במתק לשונו פאסיג ארויסגעהויבן די זכיה פון די משתתפים וואס זענען ממשיך די כח הקדושה פון אונזערע סיגוטע רביים, באתרא דמר קרית מלך קרית יואל.
נאכן זינגען דעם סיגוטער נענועים ניגון בהתעוררות רב, האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש ברגש קודש פון כ"ק רבינו שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט די זכיה ארויסצוגיין פוקד זיין די ציונים הקדושים, נאכדעם וואס מען איז זוכה צו מקיים זיין דעם אגורה באהלך עלמים און דורכדעם איז מען זוכה צו שפתותיו דובבות בקבר. דער רבי האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב אז מזאל אויספועלן אלעס גוטס!
רבינו שליט"א האט געטרונקען לחיים און געגעבן שיריים פאר די מארגני הנסיעה און ראשי הקהלה, באזונדער האט דער רבי געגעבן שיריים פאר די עסקני השול הויף, בנש"ק הרב אשר ישעי הורוויץ שליט"א און ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.
דאן איז דער גאנצער ציבור אין שפיץ פון רבין שליט"א ארויפגעגאנגען צום אהל הקדוש פון מרנן ורבנן רבותה"ק זכותם יגן עלינו. צום ערשט איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון הקדוש פון מרן הייטב לב זי"ע. דער רבי האט מדליק געווען די נירות און דערנאך געזאגט די תפילות קודם תהלים, און געדינט אלס שליח ציבור לאמירת תהלים. מען האט געזאגט בקול בכי פון צ' ביז ק"ז, און דערנאך געזאגט דעם יהי רצון מיט שפאלטנדע בכיות. דאן האט דער רבי געליינט קוויטלעך.
דערנאך איז דער רבי צוגעטראטן צום ציון הקדוש פון מרן הקדושת יו"ט זי"ע. הרה"צ רבי חנני' יו"ט ליפא שליט"א האט געדינט אלס ש"ץ. וועלכער טראגט דעם נאמען פון הייליגן זיידן זי"ע
צום לעצט האט דער רבי צוגעטראטן צום ציון הקדוש פון פון מרן העצי חיים זי"ע. אלס שליח ציבור האט געדינט הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א, וועלכער טראגט דעם נאמען פון הייליגן זיידן זי"ע.
מיט הימלישע געפילן האט דער ציבור פארלאזט דעם בית החיים און אריבער עסן פת שחרית וואס איז געווען צוגעגרייט בהרחבה גדולה אין בנין השול-הויף.
יעצט האבן די צענדליגער באסעס פארלאזט סיגוט אויפן וועג צום שטאט סאטמאר, וואו דער קומענדיגער דעסטינאציע וועט זיין אין היסטארישן שטאטישן שול, בית מדרשו של רבי.
*זכותם יגן עלינו! פתח שערי שמים לתפלתינו!*
מקדש מלך עיר מלוכה! די צענדליגע באסעס און אויטאס וואס מאכן זייער וועג קיין שטאט סאטמאר וועלן בעז"ה אנקומען בשעה 5:15 צום היסטארישן שטאטישן שול, מען וועט הערן פאסיגע דברי חרוזים און א דרשה נלהבה פון הרה"ג ר' לייבוש דייטש שליט"א בגודל קדושת המקום, בשעה 5:45 בדיוק וועט רבינו שליט"א ערשיינען צו תפלת מנחה בהיכל בית מדרשו של רבי. מה נורא המקום הזה אין זה כי אם בית אלקים!!!
חמול עלינו ועל עוללינו וטפינו - יהי רצון מלפניך שתשים עלינו בנאדך להיות!!!
דיו אילו ימי כל מי כנישתא! עס איז נישט פאראן די ריכטיגע ווערטער מיטן בעסטן פענע צו קענען שילדערן די הימל-שפאלטנדע יללות און בכיות, ביים הייליגן בכיות'פולן מעמד "תפלת הדורות", בתפלה למשה איש האלקים, ביים ציון הקדוש פון ציס"ע, מרן רבינו קוה"ק בעל ישמח משה זי"ע, במקהלות הונדערטער תלמידים וחסידים די חברי "בוני המלוכה" אין שפיץ פון רבן ומהיגן של ישראל, שומר גחלת ישראל שלא תכוה, כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א, אין די פארנאכטס שעה'ן פון יום המסוגל ערב ראש חודש סיון מוקדם!!!
נאך א פולן טאג פון דביקות און התקשרות צו אבותינו ורבותינו הקדושים זכותם יגן עלינו האט זיך דער ריזיגער ציבור ארויסגעלאזט קיין אתרא קדישא אוהעל, וואו עס האט שוין אפגעווארט די צווייטע גרופע וואס זענען געקומען צופליען מיטן צווייטן טשארטער פליגער - לעת ינטו צללי ערב האט מען דערגרייכט דעם מקום מנוחת קדשו אין שטאט אוהעל, אין שפיץ פון נכדו ממשיך דרכו בקודש עטרת תפארת ישראל, כבוד קדושת רבינו שליט"א.
אין טעלעפאנישן פארבינדונג האבן טויזנטער אידן איבער די גארער וועלט זיך פארבינדן דורך די ספעציעלע לייוו הוקאפ מיט טויזנטער ליניעס וואס איז צוגעשטעלט געווארן מיט עטליכע ספעציעלע נומערן פאר אלע עקן וועלט דורך "מערכת סאטמאר".
איידער דער רבי שליט"א איז ערשינען אין אהל הקדוש האט מען געהערט א פייערדיגע דרשה נלהבה פון הרה"ג רבי לייבוש דייטש שליט"א מ"מ בקהלתינו קרית יואל, וועלכער האט אריינגעברענגט דעם ציבור בהכנה דרבה לקראת די היסטארישע רגעים!
תיכף ווען כ"ק רבינו שליט"א איז ערשינען אין אהל הקדוש האט דער אנגעהויבן די דברות קודש מלהבות אש, בקול בכי וחנוק מדמעות, מעורר צו זיין דעם זכות אבות פון מרן הישמח משה, וועלכער האט אזוי פיל מעורר רחמים געווען פאר ישועות ישראל ושמחתן, דער רבי האט מיט הארציגע טרערן מעמקי הלב ארומגערעדט איבער די שווערע נסיונות הזמן וואס רייסט אוועק אידישע דורות אויסשרייענדיג "בניך ובנתיך נתונים לעם אחר ואין לאל ידינו!" וויפיל עלטערן פארלאזן טרערן אויף זייערע קינדער וואס ווערן אוועקגעריסן פון אידישן וועג, רח"ל!!!
דער רבי האט דערמאנט די פילע צרות ישראל און עקסטער דערמאנט די חשוכי בנים המצפים לישועה זאגנדיג "איך האב דא א קוויטל פון איבער פופציג פארפעלקער המצפים לישועה בזרע של קיימא!!!"
דער רבי שליט"א האט מעורר געווען דעם גאנצן ציבור אז אינאיינעם מיט די תפילות דארף מען מקבל זיין "קבלות טובות" צו אפהיטן אונזערע דורות מיט א חומה בצורה פון די שווערע נסיונות הזמן!
בסיום דבריו האט דער רבי שליט"א מרעיש עולמות געווען איבער דעם ביטערן גזירות הגיוס וואס הויערט אויף אחינו בני ישראל אין ארצינו הקדושה וואו איבער הונדערט טויזנט בחורים שטייען אויס צו ווערן אריינגעשלעפט אין דעם כור ההיתוך רח"ל מיט איין ציל אויסצורייסן דעם שמע ישראל פון זייערע דורות!
דער רבי שליט"א האט מסיים געווען מיט א ברכת הקודש, ברכות לרוב לקהל עדתינו, שימלא ה' משאלות לבבינו לטובה, והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם, אמן.
דאן האט רבינו שליט"א מכבד געווען בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א צו דינען אלס שליח ציבור, בהתרוממות רב האט דער ציבור הנאספים געזאגט די מזמורי תהילים פון צ' ביז ק"ז, בקול המעורר הכוונה. דער רבי שליט"א האט מסיים געווען דעם יהי רצון ווען דער ציבור זאגט נאך די י"ג מידות של רחמים בקול ה' בכח!
מיט שטורמישע געפילן האט מען זיך געגרייט צום הויכפונקט פונעם מעמד קודש לאמירת תפלת השל"ה וואס איז מקובל צו זאגן בהאי יומא דקא גרים ערב ראש חודש סיון. הרה"ג רבי לייבוש דייטש שליט"א האט נאכאמאל גערעדט קורצע דיבורים לעורר רחמים רבים, ער האט דערמאנט הייליגע דיבורים וואס רביה"ק זי"ע דערמאנט אין הקדמה צום ויואל משה, איבער דעם זכות פון הייליגן ישמח משה שיאמר לצרותינו די.
בקולות וברקים, בבכיות ותחנונים האט דער גאנצער פארזאמלטער ציבור - אינאיינעם מיט די טויזנטער חסידים סאטמאר די בכל אתר ואתר וואס האבן מיטגעהאלטן דעם מעמד דורכן הוקאפ, - אנגעהויבן זאגן דעם הייליגן אויסגעווייקטן "תפלת השל"ה", וואס איז פארגעזאגט געווארן דורך הרה"ג ר' לייבוש דייטש שליט"א מילה במילה!
די הימלען העכער אוהעל זענען געשפאלטן געווארן פון די טייכן טרערן וואס זענען פארגאסן געווארן באתו מקום קדוש!!! פעסער אהבה-טרערן לקרוע שערי שמים האבן אויסגעוואשן די הערצער!!! מיט האפענונג אויף סייעתא דשמיא צו מעמיד זיין דורות ישרים ומבורכים בדרך ישראל סבא כדרך שהורונו רבותינו הקדושים מדור דור!!!
ויהי רצון מ'זאל האבן געפועלט אלעס גוטס!!!
אבינו מלכינו פתח שערי שמים לתפלתינו!!!
כ"ק מרן רבינו שליט"א ווערט געזען ארויסגיין פון אהל הקדוש פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע ומטה משה בידו, מיט'ן היסטארישער הייליגער שטעקן פונעם ישמח משה זי"ע, וואס דער צדיק האט אייביג געהאלטן גרייט נעבן זיך צו קענען גיין קעגן גואל צדק, צו וועמען ער האט כל ימיו משתוקק געווען מיט אן אויסטערלישע אמונה צו די גאולה שלימה.
דערנעבן ווערט געזען הגה"צ אב"ד לאפוש שליט"א וועלכער מיטגעברענגט דעם שטעקן צו די היסטארישע נסיעה, וואס ער האט בירושה מבית אבותיו הק':
אמירת תהלים און יהי רצון אין אהל הקדוש פונעם רא"ש השושילתא מרן איש אלוקים בעל ישמח משה זי"ע אין אוהעל, אינאיינעם מיט נכדו כ"ק מרן רבינו שליט"א, דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
אוהעל - הרב אבא גרינבוים פון 'רבי ישעילע'ס הויז' אין קערעסטיר, ביים ברענגען פאר דער סאטמארער רבי פריש גרויסע חלות און אנדערע מאכלי שבת געבאקן געווארן אין רבי ישעילע'ס קאך לכבוד שבת בוני המלוכה אין שטאט קראקא.
ברוך הבא בשם ה'
משב''ק ר' משה איז שוין צוריק פון די נסיעה בוני המלוכה!
גלייך ביים אנקומען און שטאט סאטמאר האט אפגעווארט א פריוואטע העליקאפטער און ער איז געפארן קיין סיגוט דערנאך צוריק צום עירפארט אויפן וועג צוריק.
אידיש געלט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:42 pm
ברוך הבא בשם ה'
משב''ק ר' משה איז שוין צוריק פון די נסיעה בוני המלוכה!
גלייך ביים אנקומען און שטאט סאטמאר האט אפגעווארט א פריוואטע העליקאפטער און ער איז געפארן קיין סיגוט דערנאך צוריק צום עירפארט אויפן וועג צוריק.
שטאטסמאן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 14, 2026 9:09 pm
בגלל אבות תושיע בנים, ותביא גאולה לבני בניהם
אמירת תהלים און יהי רצון אין אהל הקדוש פונעם רא"ש השושילתא מרן איש אלוקים בעל ישמח משה זי"ע אין אוהעל, אינאיינעם מיט נכדו כ"ק מרן רבינו שליט"א, דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,muW2oW.jpegaBwSYH.jpegPLfgTH.jpeg
וואס איז די ראשי תיבות פון ראש, כזע עס האט אויבערשטרעכלעך