סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
כותב
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 8:17 am
Location: בני ברק
x 19

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך כותב »

אויב געדענק איך גוט, איז די מנהג פארקערט, און צאנז איז מען געגאנגען מיט בלימען.
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 373
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1164

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך זלמעלע »

אסרוחג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:16 am די רבי האט דארט א חדר פרטי, און מ'האט געפרעגט דעם רבין צו ער מעג עס נוצן, און די רבי האט געענטפערט "בכבוד גדול"
ער איז די ערשטע וואס נוצט דעם צימער?

אגב הרה"צ מסאטמאר מב"ב איז אויך א מאל אהין געקומען דארט? ס'ליגט מיר עפעס אין זכרון אז ער האט געמאכט א נסיעה לקברי אבות.
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1779
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2983

פאוסט דורך נפתלי »

דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 9:13 am
מי שברך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 8:48 am 50ea19a158084ed18a9fe40ae5343352.jpg
סתם א שקר ווי אלע זיינע שקרים. די פלאץ באלאנגט פאר אשר ישעי' הארוויץ - חסיד מהר"א - (ווערט געזעהן אינעם בילד) און ווער ס'גיבט אים געלט איז וועלקאם.
דער בנין ליגט אויף א קאנגערגעישן ווי עטלכע מענטשן זענען די בארד

ווען מען האט געקויפט די שטח תשע"א איז נאך אשר ישעי' נישט געוועהן אינוואלווד

ער איז אריינגעקומען שפעטער און ער פירט עס היינט זייער געטריי
אבער האט נישט קיין שום ליגאלע בעלות
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1779
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2983

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

כותב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:07 am יודעי דבר זאגן אז מען האט געבעטן רשות צו קומען דארט.
שמואל ט"ב האט געקאלט חיים שלמה פישער בעטן רשות זיך צו באנוצן מיט די דירה
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 373
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1164

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך זלמעלע »

דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:02 am
אידיש געלט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 9:55 am
דאן איז דער גאנצער ציבור אין שפיץ פון רבין שליט"א ארויפגעגאנגען צום אהל הקדוש פון מרנן ורבנן רבותה"ק זכותם יגן עלינו. צום ערשט איז דער רבי - וועלכע טראגט די נאמען פון הייליגן זיידן - צוגעגאנגען צום ציון הקדוש פון מרן הייטב לב זי"ע. דער רבי האט מדליק געווען די נירות און דערנאך געזאגט די תפילות קודם תהלים, און געדינט אלס שליח ציבור לאמירת תהלים. מען האט געזאגט בקול בכי פון צ' ביז ק"ז, און דערנאך געזאגט דעם יהי רצון מיט שפאלטנדע בכיות. דאן האט דער רבי געליינט קוויטלעך.
דערנאך איז דער רבי צוגעטראטן צום ציון הקדוש פון מרן הקדושת יו"ט זי"ע. הרה"צ רבי חנני' יו"ט ליפא שליט"א האט געדינט אלס ש"ץ. וועלכער טראגט דעם נאמען פון הייליגן זיידן זי"ע
צום לעצט האט דער רבי צוגעטראטן צום ציון הקדוש פון פון מרן העצי חיים זי"ע. אלס שליח ציבור האט געדינט הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א, וועלכער טראגט דעם נאמען פון הייליגן זיידן זי"ע.
מיט הימלישע געפילן האט דער ציבור פארלאזט דעם בית החיים און אריבער עסן פת שחרית וואס איז געווען צוגעגרייט בהרחבה גדולה אין בנין השול-הויף.
יעצט האבן די צענדליגער באסעס פארלאזט סיגוט אויפן וועג צום שטאט סאטמאר, וואו דער קומענדיגער דעסטינאציע וועט זיין אין היסטארישן שטאטישן שול, בית מדרשו של רבי.
*זכותם יגן עלינו! פתח שערי שמים לתפלתינו!*
(כהאב שויין געלאזט דא וויסן אז ביניך אגרויסע מןהארץ און כפרעג עמארצישע שאלות).

פון ווי שטאמט די הנהגה אז דווקא בעל הנאמען זאל זיין די ש"צ?

נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:23 am
דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 9:13 am
מי שברך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 8:48 am 50ea19a158084ed18a9fe40ae5343352.jpg
סתם א שקר ווי אלע זיינע שקרים. די פלאץ באלאנגט פאר אשר ישעי' הארוויץ - חסיד מהר"א - (ווערט געזעהן אינעם בילד) און ווער ס'גיבט אים געלט איז וועלקאם.
דער בנין ליגט אויף א קאנגערגעישן ווי עטלכע מענטשן זענען די בארד
ווער?
רב הכולל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 4:37 pm
Location: ני
x 276

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך רב הכולל »

ירוושלמי22 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:20 am
תורה ויראה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:06 am
ירוושלמי22 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:03 am

איך בין נאר נייגעריג וואס וואלט געווען ווען די מעשה איז פונקט פארקערט, וד"ל
זעלבע זאך
איך קען דיר נישט אויפווייזן אז נישט
אבער ליבי אומר לי אז נישט פונקט אזוי
אויב מ' מעג ענטפערן, מ' קען יא אויפווייזן

אין די תקופה וואס איהעל איז געווען ביי צד מהר"י, האט מען דארט נישט אריינגעלאזט האדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א
רב הכולל, א שייינע טיטול פאר א כולל יונגערמאן
רב הכולל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 4:37 pm
Location: ני
x 276

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך רב הכולל »

זלמעלע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:26 am
דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:02 am
אידיש געלט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 9:55 am
דאן איז דער גאנצער ציבור אין שפיץ פון רבין שליט"א ארויפגעגאנגען צום אהל הקדוש פון מרנן ורבנן רבותה"ק זכותם יגן עלינו. צום ערשט איז דער רבי - וועלכע טראגט די נאמען פון הייליגן זיידן - צוגעגאנגען צום ציון הקדוש פון מרן הייטב לב זי"ע. דער רבי האט מדליק געווען די נירות און דערנאך געזאגט די תפילות קודם תהלים, און געדינט אלס שליח ציבור לאמירת תהלים. מען האט געזאגט בקול בכי פון צ' ביז ק"ז, און דערנאך געזאגט דעם יהי רצון מיט שפאלטנדע בכיות. דאן האט דער רבי געליינט קוויטלעך.
דערנאך איז דער רבי צוגעטראטן צום ציון הקדוש פון מרן הקדושת יו"ט זי"ע. הרה"צ רבי חנני' יו"ט ליפא שליט"א האט געדינט אלס ש"ץ. וועלכער טראגט דעם נאמען פון הייליגן זיידן זי"ע
צום לעצט האט דער רבי צוגעטראטן צום ציון הקדוש פון פון מרן העצי חיים זי"ע. אלס שליח ציבור האט געדינט הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א, וועלכער טראגט דעם נאמען פון הייליגן זיידן זי"ע.
מיט הימלישע געפילן האט דער ציבור פארלאזט דעם בית החיים און אריבער עסן פת שחרית וואס איז געווען צוגעגרייט בהרחבה גדולה אין בנין השול-הויף.
יעצט האבן די צענדליגער באסעס פארלאזט סיגוט אויפן וועג צום שטאט סאטמאר, וואו דער קומענדיגער דעסטינאציע וועט זיין אין היסטארישן שטאטישן שול, בית מדרשו של רבי.
*זכותם יגן עלינו! פתח שערי שמים לתפלתינו!*
(כהאב שויין געלאזט דא וויסן אז ביניך אגרויסע מןהארץ און כפרעג עמארצישע שאלות).

פון ווי שטאמט די הנהגה אז דווקא בעל הנאמען זאל זיין די ש"צ?
שוין געשמועסט דא אז רבינו הב"מ זי"ע שרייבט אין א בריוו אז ער האט געגעבן די נאמען נאך זיין ברודער זצ"ל הי"ד וואס האט געהייסן נאכן ייטב לב

עכט נישט משנה, סתם א פאקט
רב הכולל, א שייינע טיטול פאר א כולל יונגערמאן
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 374
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 841

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך עומד על תלת »

רב הכולל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:31 am
ירוושלמי22 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:20 am
תורה ויראה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:06 am
זעלבע זאך
איך קען דיר נישט אויפווייזן אז נישט
אבער ליבי אומר לי אז נישט פונקט אזוי
אויב מ' מעג ענטפערן, מ' קען יא אויפווייזן

אין די תקופה וואס איהעל איז געווען ביי צד מהר"י, האט מען דארט נישט אריינגעלאזט האדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א
עס איז נישט געווען א תקופה, עס איז געווען צוויי טאג,
דער פראבלעם איז נאר געווען אז איינע פון די טעג איז געווען די טאג וואס מען דריקט דער איד,
אין ווען די איד איז ארויסגעקומען מיט גרויסע אותיות אויפן דעקל אז מען האט צוריק געקערט די בעלות אויף איהל צו די " ריכטיגע בעלים" איז עס שוין געווען צוריק צו ר' איתמר מייזליש.....
אסרוחג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 191
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 440

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך אסרוחג »

זלמעלע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:22 am
אסרוחג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:16 am די רבי האט דארט א חדר פרטי, און מ'האט געפרעגט דעם רבין צו ער מעג עס נוצן, און די רבי האט געענטפערט "בכבוד גדול"
ער איז די ערשטע וואס נוצט דעם צימער?

אגב הרה"צ מסאטמאר מב"ב איז אויך א מאל אהין געקומען דארט? ס'ליגט מיר עפעס אין זכרון אז ער האט געמאכט א נסיעה לקברי אבות.
ניין, כ'האב געשריבן אויבן אז די זעלבע איז געווען מיט ר' חיים יושע
אבער כ'מיין ווען מ'נוצט דעם צימער פרעגט מען רשות
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1779
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2983

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

זלמעלע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:27 am
נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:23 am
דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 9:13 am

סתם א שקר ווי אלע זיינע שקרים. די פלאץ באלאנגט פאר אשר ישעי' הארוויץ - חסיד מהר"א - (ווערט געזעהן אינעם בילד) און ווער ס'גיבט אים געלט איז וועלקאם.
דער בנין ליגט אויף א קאנגערגעישן ווי עטלכע מענטשן זענען די בארד
ווער?
מהר"א
ר' שלום אליעזר אב"ד 15
אשר ישעי'
און נאך
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 373
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1164

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך זלמעלע »

נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:42 am
זלמעלע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:27 am
נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:23 am

דער בנין ליגט אויף א קאנגערגעישן ווי עטלכע מענטשן זענען די בארד
ווער?
מהר"א
ר' שלום אליעזר אב"ד 15
אשר ישעי'
און נאך
קומט אויס אז משה ויסבערג די ליטפאק האט געשריבן אמת לאמתה

און די אלע "סאטמאר'ס" דא האבן געהאקט אין טשעיניק

:shock:
הייסע קרעטשניפער
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 169

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

אסרוחג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:16 am
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 9:34 am
בלק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 9:25 am

פיין באלאנגט עס פאר מהרא אפולו עס שמעקט דיר נישט
וואס הייסט עס באלאנגט צו מהר"א? האט ער געדארפט געבן רשות יעצט פאר די מהרי"י נסיעה?

איך פארשטיי נישט די געבראטל, אפילו עס זאל ווען באלאנגען צו מהר"א פערזענליך, א מין קליינקעפיגקייט.
אוודאי האט ער געדארפט געבן רשות
אמת ער האט נישט געדארפט רשות צו קומען קיין סיגוט און גיין צום ציון, און ניטאמאל צו דאווענען אין ביהמ"ד, דאס קען יעדער פריוואטער מענטש טון, און יעדע גרופע וואס קומט דארף מעלדן פאראויס - נישט בעטן רשות
אבער צו נוצן אלע רבי'שע פעסיליטי'ס האט מען יא געדארפט רשות
מ'האט געפרעגט דעם רבין סיי פאר א יאר ווען ר' חיים יושע איז געפארן, און סיי יעצט, מ'איז דורכגעגאנגען אלע דיטעילס, למשל די רבי האט דארט א חדר פרטי, און מ'האט געפרעגט דעם רבין צו ער מעג עס נוצן, און די רבי האט געענטפערט "בכבוד גדול"
געהערט ערשט האנטיג

געהערט אז קהלת מהר"יי איינגעילייגט א מיליאן דאלער פאר קהלת מהר"א אז מען גייט איבערלאזן די פלאץ כמו שהוא און נישט באדעקן די שילדן אז די פלאץ איז בנשיאות דורך האדמ"ר מהר"א ט"ב שליט"א
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
אוועיטער
משה רבינו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 556
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 691

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך משה רבינו »

עומד על תלת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:37 am
רב הכולל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:31 am
ירוושלמי22 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:20 am

איך קען דיר נישט אויפווייזן אז נישט
אבער ליבי אומר לי אז נישט פונקט אזוי
אויב מ' מעג ענטפערן, מ' קען יא אויפווייזן

אין די תקופה וואס איהעל איז געווען ביי צד מהר"י, האט מען דארט נישט אריינגעלאזט האדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א
עס איז נישט געווען א תקופה, עס איז געווען צוויי טאג,
דער פראבלעם איז נאר געווען אז איינע פון די טעג איז געווען די טאג וואס מען דריקט דער איד,
אין ווען די איד איז ארויסגעקומען מיט גרויסע אותיות אויפן דעקל אז מען האט צוריק געקערט די בעלות אויף איהל צו די " ריכטיגע בעלים" איז עס שוין געווען צוריק צו ר' איתמר מייזליש.....
למען הדיוק נישט צירוק צו איתמר צירו- צו חברה קדישא עס ליגט אויף חברה קדישאס נאמען אפשר אויך יוסף ווייס פריוואט
ר' איתמר און ר' אברהם יושע גלאנץ זענען געווען די עסקנים וואס האבן געטוהן דערין
אוועיטער
משה רבינו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 556
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 691

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך משה רבינו »

הייסע קרעטשניפער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 12:19 pm
אסרוחג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:16 am
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 9:34 am

וואס הייסט עס באלאנגט צו מהר"א? האט ער געדארפט געבן רשות יעצט פאר די מהרי"י נסיעה?

איך פארשטיי נישט די געבראטל, אפילו עס זאל ווען באלאנגען צו מהר"א פערזענליך, א מין קליינקעפיגקייט.
אוודאי האט ער געדארפט געבן רשות
אמת ער האט נישט געדארפט רשות צו קומען קיין סיגוט און גיין צום ציון, און ניטאמאל צו דאווענען אין ביהמ"ד, דאס קען יעדער פריוואטער מענטש טון, און יעדע גרופע וואס קומט דארף מעלדן פאראויס - נישט בעטן רשות
אבער צו נוצן אלע רבי'שע פעסיליטי'ס האט מען יא געדארפט רשות
מ'האט געפרעגט דעם רבין סיי פאר א יאר ווען ר' חיים יושע איז געפארן, און סיי יעצט, מ'איז דורכגעגאנגען אלע דיטעילס, למשל די רבי האט דארט א חדר פרטי, און מ'האט געפרעגט דעם רבין צו ער מעג עס נוצן, און די רבי האט געענטפערט "בכבוד גדול"
געהערט ערשט האנטיג

געהערט אז קהלת מהר"יי איינגעילייגט א מיליאן דאלער פאר קהלת מהר"א אז מען גייט איבערלאזן די פלאץ כמו שהוא און נישט באדעקן די שילדן אז די פלאץ איז בנשיאות דורך האדמ"ר מהר"א ט"ב שליט"א
די חידוש אז מען לאזט זיי אריין איז
ווייל די גאנצע נסיעה איז דאך א פאנדרעזינג פאר די שול אין קרית יואל וואב די צד מהר''א קוקט אן אז עס האט די איינע צול צו צוברעכען די כוח הנהגה ומרא דאתרא

און דאך לאזט מען אריין דאס איז די חידוש וואס איך קען נישט פארשטיין
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 374
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 841

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך עומד על תלת »

משה רבינו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 12:20 pm
עומד על תלת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:37 am
רב הכולל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:31 am

אויב מ' מעג ענטפערן, מ' קען יא אויפווייזן

אין די תקופה וואס איהעל איז געווען ביי צד מהר"י, האט מען דארט נישט אריינגעלאזט האדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א
עס איז נישט געווען א תקופה, עס איז געווען צוויי טאג,
דער פראבלעם איז נאר געווען אז איינע פון די טעג איז געווען די טאג וואס מען דריקט דער איד,
אין ווען די איד איז ארויסגעקומען מיט גרויסע אותיות אויפן דעקל אז מען האט צוריק געקערט די בעלות אויף איהל צו די " ריכטיגע בעלים" איז עס שוין געווען צוריק צו ר' איתמר מייזליש.....
למען הדיוק נישט צירוק צו איתמר צירו- צו חברה קדישא עס ליגט אויף חברה קדישאס נאמען אפשר אויך יוסף ווייס פריוואט
ר' איתמר און ר' אברהם יושע גלאנץ זענען געווען די עסקנים וואס האבן געטוהן דערין
איך האב נישט געמיינט זיין נאמען, איך האב געמיינט נישט ר' יש"ג, אגב ער איז אויף די נסיעה ער טאר דארט נישט אריינטרעטן....
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 374
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 841

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך עומד על תלת »

די שטאטישע שול אין סאטמאר באלאנגט פאר וועים?
אסרוחג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 191
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 440

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך אסרוחג »

הייסע קרעטשניפער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 12:19 pm
אסרוחג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:16 am
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 9:34 am

וואס הייסט עס באלאנגט צו מהר"א? האט ער געדארפט געבן רשות יעצט פאר די מהרי"י נסיעה?

איך פארשטיי נישט די געבראטל, אפילו עס זאל ווען באלאנגען צו מהר"א פערזענליך, א מין קליינקעפיגקייט.
אוודאי האט ער געדארפט געבן רשות
אמת ער האט נישט געדארפט רשות צו קומען קיין סיגוט און גיין צום ציון, און ניטאמאל צו דאווענען אין ביהמ"ד, דאס קען יעדער פריוואטער מענטש טון, און יעדע גרופע וואס קומט דארף מעלדן פאראויס - נישט בעטן רשות
אבער צו נוצן אלע רבי'שע פעסיליטי'ס האט מען יא געדארפט רשות
מ'האט געפרעגט דעם רבין סיי פאר א יאר ווען ר' חיים יושע איז געפארן, און סיי יעצט, מ'איז דורכגעגאנגען אלע דיטעילס, למשל די רבי האט דארט א חדר פרטי, און מ'האט געפרעגט דעם רבין צו ער מעג עס נוצן, און די רבי האט געענטפערט "בכבוד גדול"
געהערט ערשט האנטיג

געהערט אז קהלת מהר"יי איינגעילייגט א מיליאן דאלער פאר קהלת מהר"א אז מען גייט איבערלאזן די פלאץ כמו שהוא און נישט באדעקן די שילדן אז די פלאץ איז בנשיאות דורך האדמ"ר מהר"א ט"ב שליט"א
שלא יעשו כדרך שעשו בציון הקדוש באוהעל
כותב
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 8:17 am
Location: בני ברק
x 19

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך כותב »

ווען האבן זיי געטהון אין אוהעל, היינט?
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 374
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 841

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך עומד על תלת »

כותב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 12:39 pm ווען האבן זיי געטהון אין אוהעל, היינט?
ניין, ניין, אלטע צייטן, איין מענטש איז אריין אין ארפגעפליקט, א סיין וואס איז געשטאנען אז אז כ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א , האט איבערגעבויט די פלאטץ,
מען קען נאך זעהן די סיין עס האט פיר לעכער, ווייל מען האט עס צוויי מאל געדארפט אויף הענגען...
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3118
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 12535

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

כותב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 12:39 pm ווען האבן זיי געטהון אין אוהעל, היינט?
א שיינע פאר יאר צוריק.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2277
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2950

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שבת קודש »

אידיש געלט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2026 9:55 am באזונדער האט דער רבי געגעבן שיריים פאר די עסקני השול הויף, בנש"ק הרב אשר ישעי הורוויץ שליט"א און ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.
אינטערסאנטע נייעס
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1284

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך תורה ויראה »

אין א היסטארישע נייעס נעכטן מיטוואך האט דער לעגענדארן נגיד לבית סאטמאר די בכל אתר ואתר הרבני הנגיד ר' חיים מרדכי אינזליכט שליט"א פון מאנסי אפגעקויפט דער זכות "שער הבנין" פונעם ביהמ"ד החדש "ויואל משה" שכונת ווען הארן אין מאנטריאל וואס האלט יעצט אין די לעצטע חדשים פון די בוי ארבעט.

די בשורה טובה איז אויפגענומען געווארן מיט פרייד ביי אלפי חסידי סאטמאר, ובפרט ביי חסידי סאטמאר אין מאנטריאל וואס היינט דאנערשטאג קומט פאר דער מעמד יציקת הבורות אינעם נייעם ביהמ"ד און אנ"ש קוקן שוין ארויס אויף די עפענונג פון דעם ביהמ"ד וואס וועט זיין דער צענטער פונקט פונעם גאנצן שכונה.

נעכטן פארנאכטס האט דער מנהיג העדה כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס עינו ולבו שם כל הימים, זייענדיג אריינגעטוהן אין דעם אויפבוי פונעם ביהמ"ד די לעצטע 3 יאר, זיך פארבינדן טעלעפאניש צום נדבן זייענדיג אויפן פליגער צום מסע בוני המלוכה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, אין די קומענדיגע וואכן וועט פארקומען די אפיציעילע מעמד הקנין זכות מיטן נדבן הדגול שליט"א בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א צוזאמען מיט די הנהלת וועד קרן הבנין פון מאנטריאל.

אנ"ש איבער דער גארער וועלט קוקן זיך צו מיט פרייד צו די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' אינעם שטאט מאנטריאל, און נעמען אויף מיט שעצונג דעם פרישע פאנטאסטישע נדבה פונעם נדבן הדגול וואס כמעט נישטא קיין סאטמארע בנין איבער די גארער וועלט וואס פיגורירט נישט זיין נאמען דערויף.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 931
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1953

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בן תורה »

סך הכל:
די בנין אין סיגוט באלאנגט יא פאר אדמו"ר מהר"א
אדמו"ר מהר"א האט געגעבן רשות צו נוצן זיין פריוואטע דירה
ווען אוהעל איז געווען אינטער בעלות פון מהרי"י האט מען נישט אריינגעלאזט אדמו"ר מבית יצחק ספינקא
פרייליכע נאטור
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 8:41 pm
x 80

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פרייליכע נאטור »

שוין העכסט צייט צו טוישן די קעפל פון די אשכול צו: "סאטמאר (מהר"א): נייעס און שמועסן בתוככי הקהילה".....

(אין איינוועגס וועט מען קענען צולייגן נאך א זאך צו די ליסטע פון זאכן וואס מ'מאכט זיי נאך....)
שרייב פאוסט