בימים ההם ווען מהאט געמאכט א רעפירענדום בין אויך אויך געווען דארט א תושב און איך האב מייעץ געווען צי מאכן צוויי סארט זאנינגפנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 11, 2026 7:08 pm איך מיין אז די ווילידזש קען נאך יא ארויסקומען די געווינער דא.
זיי דארפן מאכן א רעפערענדום, ווי נאר תושבי המקום (נישט בחורים פון וויזניץ, ליטאים, אדער סאטמארע מתיבתא) קענען זיך באטייליגן. און די קשיא אויפן בעלאט זאל זיין צי מען איז מסכים צום טויש אין די זאונינג, אדער מען וויל צוריק די אלטע.
אויף וועלכע זייט די רעזולטאטן וועלן זיין, בין איך אונטערגעבויגן, און איך מיין אז גאר אסאך תושבים וועלן אויך אננעמען די רעזולטאטן צופרידן.
די יעצטיגע געגנט כרצון התושבים און די דרויסענדע קלאוו וכו' כרצון אינוועסטארס
אבער מהאט למעשה געמאכט א זאך וואס דער פירער פון די ווילעדש האט זיך געטראפן אין א לאך זייענדיג באצאלט פון די אינוועסטארס
יעצט איז סיי נישטא קיין וואסער פאר די אינוועסטארס און סיי די תושבים ברויזן אויף די קאנסטראקשען..
און די פרומע עולם איז סתם אזוי אויסגעשפילט געווארן דורך די אין עוד מלבדו מהלך
בקיצור צי האנדלן מיט א ציבור איז קיינמאל נישט גרינג בעצם אפילו ווען מאיז יא גערעכט און מען איז יא דא לטובת הציבור אבער ווען זיי האבן ווען די פיפטע וואלטן זיי נישט געווען צוקריגט מיט א האלבע שטאט..
כל הנ"ל איז אן אריינגיין אין די נושא פון ב"ג איז קרית יואל וואס איז א עקסטערע נערישקייט סיי תורהדיג און סיי פאליטיש מיטן עס וועלן אפטיילן אלס עיר ב"ג כעיר מאנסי א זאך וואס האט וויי געטון פאר זייער אסאך ערנסטע אידן פון אלע דריי טיילן אין סאטמאר