נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1894
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6563

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Think and Thank »

יחד כולם האט געשריבן: זונטאג מאי 10, 2026 9:44 pm רעדנדיג פון סוער, עס איז לאכעדיג, ווי עס איז ברייט באקאנט פאר היגע און געסט צוגלייך אז הונדערטער משפחות אין שכונת ברך משה וואוינען אין א סוער דאמפ/בית השחיטה מיט שרעקליכע אומגעזונטע ריחות וואס דער ווילעדזש דארט איז אחראי דערויף און לאכן זיך אויס פון די איינוואוינער פאר לאנגע יארן.

נו, טאקע פארדעם האבן די אידן ארויסגעמופט קיין בלומינג גראוו, אוועק פון די קעירלעס קר"י ווילידזש. נישט אז דא זאלן זיי אנטרעפן די זעלבע חזר'יי.

(איך פארשטיי דיין טענה אז דא איז עס נישט געווען די שולד פון די ווילידזש, און כ'קען נישט די מציאות - קען זיין אז דו ביזט גערעכט. אבער די טענה אז אין קר"י איז אויך שלעכט (אדער אפילו ערגער) איז לענ"ד נישט קיין טענה.)
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 416
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 1192

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

יחד כולם האט געשריבן: זונטאג מאי 10, 2026 9:44 pm
שמאטשקע האט געשריבן: זונטאג מאי 10, 2026 2:43 pm
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: זונטאג מאי 10, 2026 5:07 am

”עס וועלן ארומפארן ”קאוד ענפארסמענט” באאמטע יעדע וואך צו אינפארסירן די ריינקייט”

אין די צייט וואס צוויי היימישע הייזער זענען בלויז אפאר טעג צוריק געווארן פארפלייצט, צוליב וואס זייער סוער סיסטעם איז נישט צוגעגרייט צו אויפנעמען אזויפיל נייע הייזער.

אבער מען גייט אינפארסירן די ריינקייט... 😭

איינע פון די חברי הווילידזש האבן געדארפט אריבערקומען באזוכן די ‘ריינע‘ סצענע די לעצטע מוצאי שבת.

כ‘ווייס נישט פארוואס די מעלדונג האט מיר געטריגערט
ווען די קאוד אינפארסמענט פארן ארום זאלן זיי אכטונג געבן ס'זאל נישט באסטן די רעדלעך אזויווי ס'איז געשעהן ביי מיר 2 מאל לעצטנס צוליב די אנגייענדע קאנסטראקשן איבעראל אין אונזער קוואליטי אף לייף געגנט
אויך זאלן זיי אנגרייטן גענוג צייט אין קעיס זיי טרעפן זיך אין בעק פון א זאמד טראק וואס קראצט זיך אויפן ראוד,
דאס אלעס איז געשעהן אין א הערליכע שטילע שיינע רואיגע געגנט,
סוי פנחס דוד איך פארשטי דיר..
ביזט געקומען וואוינען דא פאר אביסעלע רואיגקייט, מען האט דיר פאררראטן געמאכט דיעלס מיט ביליאנערן געטוישט די זאונינג פאר זייערע אינטערעסן און מען פראבירט דיר איינרעדן אז אלס עקזיסטירנדע איינאווינער דארפסטו זיין העפי און זיך באדאנקען פאר די קאמערשאל ספעיס וואס זיי האבן דיר דא דעליווערט.
סוי פארגעס נישט צו האבן הכרת הטוב פאר אונזערע שלוחים\פארטרעטער וואס אונז האבן אריינגעשטעלט בתמימות פארן ארומטוישן אונזער דערפל צו א מולטי פראיעקט קאנסטראקשן זאון.
א זאך וואס גראדע קיינער פון די עקזיסטירנדע איינוואוינער דארף נישט האבן, און פאר אידן וואס דארפן דירות, קרית יואל האט גענוג שטח אויף וואס צו בויען און גענוג דעוועלאפמענטס וואס האלט זיך אינמיטן בויען, מען דארף נישט באראבאווען אונזער רואיגקייט וואס צוליב דעם זענען מיר אהערגעקומען, איר זיכט נאך דירות? גייט קיין קרית יואל.
פנחס דוד און שמאטשקע עס קען נישט שענער און בעסער ווערן ארויסגעברענגט די הערליכע צוגעלאזענע און מענטשליכע פירערשאפט פון אונזער באליבטע ווילעדזש באאמטע ווען מלאך רע בעל כרחו יענה אמן, ווען דו אליינס שרייבסט ארויס אז איינס פון די חברי ה׳ווילידזש זענען אריבער געקומען באזוכן די סצענע פון א סועדזש בעקאפ אין א פריוואטע הויז, אויף א פריוואטע פראפערטי אין א מוצאי שבת, (אגב, עפעס וואס ווי כ'האב מיר נאכגעפרעגט איז עס געווען א פארנאכלעסונג פון די בויער), וואס כידוע ווייסן מיר אז די עסקנים זענען גאר פארנומענע מענטשן און מיט דעם אלעם זענען זיי צוגעלאזן און עקסעסיבל אויף א פארמאט וואס מען זעט נישט אין ערגעץ.

אדרבה, צייג מיך אן פונקטליך וועם איך קען רופן אין קרית יואל פאר סיי וועלכע פיל גרעסערע פראבלעם וואס עס זאל זיך דארט מאכן? נישטא ווער עס הייבט אויף א טעלעפאון אין נישטא אפילו ווער עס קוקט אויף דיר אין ביהמ״ד… דאס מערסטע וואס דו קענסט באקומען איז א טוץ עטיטוד מיט א ברייטע האנט.

והשנית, איך מיין אז די פירערשאפט פון די ווילעדזש קען זיך עניטיים פארמעסטן מיט די עקספערטיז און מיט די עפעקטיווקייט ווין עס קומט צו די קאנדישאן פון אונזערע ראודס, און די סוערס, כ׳וואלט ווען אריבערגעפארן מיט דיר בעיקערטאון, פארעסט, עיקערס, ישראל זופניק און נאך פילע ראודס אין קרית יואל, און אדרבה לאמיר זען פראצענטועל ווי די רעדער פלאצן ענדערש, און ווי עס דארף א תיקון.

אונז געדענק מיר נאך אלע גאר גוט פון ווי די פארגאנגענע זומער וואס עס מיינט א געלונגענע פראיעקט, ווען מען האט צוגעלייגט די פעסינג לעין אויף די 208 וזה לעומת זה די פארשלאבערטע ארבעט ביים איבערבויען די אינטערסעקשאן אויף מאונטען ראוד און יעצט די ארבעט אויף בעקערטאון ראוד

רעדנדיג פון סוער, עס איז לאכעדיג, ווי עס איז ברייט באקאנט פאר היגע און געסט צוגלייך אז הונדערטער משפחות אין שכונת ברך משה וואוינען אין א סוער דאמפ/בית השחיטה מיט שרעקליכע אומגעזונטע ריחות וואס דער ווילעדזש דארט איז אחראי דערויף און לאכן זיך אויס פון די איינוואוינער פאר לאנגע יארן.

פנחס דוד מיר אלע דא אויפן זייטל ווייסן גוט וואס עס טריגערט דיר, דיר עגבערט און קראצט אז עס איז שוין אדורך קנאקעדיגע זעקס חדשים פון די 48 שעה דעדליין וואס די האסט געגעבן אום חודש חשון ואין פוצה פה ומצפצף, און נאך די מסירות און פילע אינטערווענץ פון אדמיניסטראטאר סעגעדין ביי די AG איז פון אלע דיינע זיסע חלומות וויאזוי מען פיקט אויף אינגעלייט אין קייטלעך האט זיך אויסגעלאזט א נפיחה גדולה, אתה יצרת

צום שלוס, שמאטשקע, איך בין אביסל דיזי, דו זאגסט אז "איר זיכט דירות דאן גייט קיין קרית יואל?" איז דען נישט דא אויפן זייטל געווידמעט געווארן "189 זייטן" פון השמצה, הלבנת פנים, לגיונות, לשון הרע און רכילות אלעס אויפצוווייזן אז דא איז קרית יואל? וואס האקסטו א טשייניק?! קיין ווי שיקסטו מיר? עס איז דאך דאאאאא
1. איך ארבעט נישט פאר קרית יואל. משא”כ דו וואס ביסט זיכער פארבינדן מיט יו דזשעי סי.

2. האסט בכוונה פארדרייט מיינע ווערטער: ”איינע פון די חברי הווילידזש האבן געדארפט אריבערקומען באזוכן די ‘ריינע‘ סצענע די לעצטע מוצאי שבת” - דיין מח פארשטייט אז דא שטייט אז איינער האט עקטשולי באזוכט.

3. דו דערמאנסט נאך א חאזעריי פון עלעקשאנס צו פארדעקן אז די ווילידזש האט נישט גענומען קיין שום ריספאנסעבילעטי פון די סוער פראבלעם.
איך האב נאר גערעדט פון איין פראבלעם און דו מוזט דערמאנען די עקלדיגע אויסשפיל פון לאקאלע וואלן.

4. אויב דיין ווילידזש קען נאר זיין גערעכט, ווייל קרית יואל איז ערגער... זע איך שוין פונקטליך וויפיל בעסער ענק זענען פון זיי...

5. דו זאגסט אז אין קרית יואל קען מער נאר באקומען עדיטוד. אדרבה זאג דו מיר וואס איך באקום דא מער?

זיי מוחל און ענטפער שיין...

נ. ב. איך דערמאן דיר נאכאמאל כבוד הרב: אז דו רופסט מיר ביים נאמען... אויב קענסטו מיר טאקע ווייסטו, אז איך האב און וועל קריטיקירן וועמען עס קומט זיך. און זיך אננעמען פאר עניוואן וואס העלפט מיך. דערווייל האט דער באשעפער געפירט איך זאל וואוינען דא, און איך זע א סצענע אז אלע אינוועסטערס זענען טאקע אויף די ווילידזש‘עס זייט, און איך פארליר דערפון. דירות ווערן טייער. אי”ה ווען די פירערשאפט וועט בעסער ווערן, וועל איך ענק בענטשן טאג און נאכט.
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 254
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 302

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2026 3:27 am

הרב לעבאוויטש בעפאר איך ענטפער אויף די פאוסטס וואס דו האסט געשריבן די לעצטע פאר טאג וויל איך קלארמאכן עפעס וואס איך (און איך גלויב אז רוב שרייבער דא) פיל:

ווען דו האסט אנגעהויבן שרייבן דא מיט דיין אייגענעם נאמען האסטו נאך געשריבן היפש רעספעקטפול און נישט בייסיג און עס איז גרינגער געווען צו ענטפערן אפילו מען האט געהאלטן אז דו ביזט נישט גערעכט, לעצטנס שרייבסטו מער בייסיג און אטאקירנד קעגן שרייבער דא און עס איז זייער אומבאקוועם אויף אזא וועבסייט וואו רוב שרייבער זענען אנאנים און ווען מען רייסט אראפ א שרייבער איז עס סך הכל אראפגעריסן אן אנאנימער ניק, ביי דיר אויב אטאקירט מען פערזענליך איז עס אראפגעריסן א יונגערמאן וואס דרייט זיך ביינונז אין שטאט און ביהמ"ד ווערט עס זייער אומבאקוועם, אלזא וויל איך בעטן איינס פון די 2:

1. נוץ נישט דעם לשון וואס אנאנימע ניקים נוצן (למשל "דו וואס דו ביזט זיכער פארבינדן מיט יו דזשעי סי" אדער "זע איך שוין פונקטליך וויפיל ענק זענען בעסער פון זיי") צו אטאקירן א ניק.

2. אויב ווילסטו יא נוצן דעם שפראך זאלסטו ביטע נישט ווערן געטריגערט 2 שורות שפעטער און שרייבן "אז דו רופסט מיר ביים נאמען".

קיינער האט דיר נישט געבעטן ארויסצושטעלן דיין נאמען, דו האסט אויסגעוועלט עס צו טון מה טוב ומה נעים אבער דו קענסט נישט עקספעקטן צו ווארפן עדיטוד און דערנאך ווערן באליידיגט אז מען "אטאקירט דיר ביים נאמען"
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 416
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 1192

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2026 12:14 pm

פונקט פארקערט מיין פריינד

איך ווער נישט געטריגערט ווען איינער זאגט מיר דעם אמת איבער מיר. דערפאר שרייב איך מיט מיין נאמען.

די קיוט‘קייט פון שרייבן אינמיטן א תגובה פערזענליך ‘פנחס דוד‘, וואו כאילו ער קען מיך ווייל ער האט דאך באקומען דא מיין נאמען, צו דעם האב איך רעאגירט אז אויב קענסטו מיר, ווייסטו אז איך קען היינט ווערן א חסיד פון די ווילידזש. דעטס איט.

סאו, אויב האסטו עפעס זאכליך צו שמועסן. חוץ ‘ארום און ארום‘... בין איך העפי צו שמועסן.
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 245
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 488

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אגד »

שמאטשקע האט געשריבן: זונטאג מאי 10, 2026 2:43 pm און פאר אידן וואס דארפן דירות, קרית יואל האט גענוג שטח אויף וואס צו בויען און גענוג דעוועלאפמענטס וואס האלט זיך אינמיטן בויען, מען דארף נישט באראבאווען אונזער רואיגקייט וואס צוליב דעם זענען מיר אהערגעקומען, איר זיכט נאך דירות? גייט קיין קרית יואל.
מיט וואס איז דאס אנדערש ווי די "אנטיסעמיטן" וואס האבן דיר נישט געוואלט האבן דארט אין די פירסט פלעיס?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3636
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12110

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

איר זענט נישט גערעכט, לענ"ד. @פנחס דוד לעבאוויטש האט דירעקט געהאלטן א רואיגן טאן, און זאגן אז איר ארבעט פאר די ווילעדזש, בעת אין אייער תגובה איז עס מער ווי קלאר ארויסגעשריבן, איז נישט קיין אטאקע. דאס זעלביגע איז נישט קיין אטאקע ווען איינער זאגט אז אויב דאס איז דיין שטאלץ, זע איך שוין וואס דו ביסט.

ס'איז פלעין א נארמאלע וועג פון ענטפערן.

אן אטאקע איז עס ווען איינער קומט קאמפלעינען אויף אן עכטע אישו, און אנשטאט ענטפערן דערויף, אדער אייננעמען א מויל מיט וואסער (אין בלומינגראוו איז בעסער צו נוצן גרעיפ דזשוס צוליב'ן מאנגל אין וואסער), רייסט מען אים אראפ אז ער קאמפלעינט צוליב פריוואטע ענגע אינטערעסן.

ס'איז דא בלורי ליין אין בלומינגראוו וואס איר גייט איין טאג דארפן כאפן... ווען איינער האט סוער בעקאפ אינדערהיים און ער קאמפלעינט, קען דער ענטפער נישט זיין אז ער קאמפלעינט נאר ווייל ער איז גוט מיט פלוני וואס איז אנגעווייטאגט אויף די ווילעדזש... ברודער, קאמאן סענס. איגנארן וואלט שוין אסאך בעסער געווען.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3636
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12110

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

אגד האט געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2026 12:25 pm
שמאטשקע האט געשריבן: זונטאג מאי 10, 2026 2:43 pm און פאר אידן וואס דארפן דירות, קרית יואל האט גענוג שטח אויף וואס צו בויען און גענוג דעוועלאפמענטס וואס האלט זיך אינמיטן בויען, מען דארף נישט באראבאווען אונזער רואיגקייט וואס צוליב דעם זענען מיר אהערגעקומען, איר זיכט נאך דירות? גייט קיין קרית יואל.
מיט וואס איז דאס אנדערש ווי די "אנטיסעמיטן" וואס האבן דיר נישט געוואלט האבן דארט אין די פירסט פלעיס?
די אנטיסעמיטן זענען בעצם גערעכט געווען מיט זייער ווייטאג. נישט נאר דארט, נאר איבעראל וואו אידן נעמען איבער געגנטער האבן זיי גערעכטע ווייטאג... פונקט ווי די אידן האבן גערעכטע טענות אויף די ארטיסטן אין וויליאמסבורג... נאר וואס דען, אזוי גייט די וועלט...

די אידן וואס האבן אריינגעוועלט באאמטע אויף א טיקעט אז מ'גייט נישט בויען אסאך, און זעען ווי די זעלבע באאמטע טוען דאס יא, האבן בארעכטיגטע ווייטאג, און עטוואס מער ווי די אנטיסעמיטן הנ"ל, ווייל מ'האט זיי אריינגענארט - לויט ווי זיי זעען דעם בילד.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 245
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 488

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אגד »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2026 1:42 pm

טענות אויף די ארטיגע באהערדע האבעך אויך.

אבער אויב זייער טענה איז בעצם אויף לאזן בויען, זענען זיי גארנישט בעסער ווי די אנטיסעמיטן.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3636
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12110

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

אגד האט געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2026 3:15 pm

מיר קענען ארומגיין אין סוירקלס.

אבער ווען אנטיסעמיטן וואוטן אריין באערדע וואס פארשפרעכן זיי גייען נישט לאזן בויען, און מיטאמאל זעט מען ווי זיי ווערן מיסטריעז רייך, און פערמיטס הייבן אן פליסן, גייענדיג דירעקט אין קאנטראסט צו זייערע קאמפיין הבטחות, איז מען גערעכט פאר'ן האבן טענות.

אנטיסעמיטן, אידן, אראבער, נטורי קרתא, אדער ווער ס'זאל נאר זיין.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 245
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 488

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אגד »

זיי זענען אפשר גערעכט פארן האבן טענות אויף די באהערדע.

אבער עקלדיגע מידות פארן נישט לאזן נאך מענטשן וואוינען אין זייער שטאט אויס מורא אז א דעוועלאפער וועט פארדינען אפאר דאלער אויף זייער חשבון.

ווען די טענות זענען אויף פראסעס ווען צו לאזן בויען, צום ביישפיל נאכן איבערמאכן די אינפראסטרוקטור, הער איך.

נישט ווען עס איז פרעך אז עס איז דא גענוג ווי צו בויען אין קרית יואל.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2770
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6731

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך הדסים »

אגד האט געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2026 3:47 pm זיי זענען אפשר גערעכט פארן האבן טענות אויף די באהערדע.

אבער עקלדיגע מידות פארן נישט לאזן נאך מענטשן וואוינען אין זייער שטאט אויס מורא אז א דעוועלאפער וועט פארדינען אפאר דאלער אויף זייער חשבון.

ווען די טענות זענען אויף פראסעס ווען צו לאזן בויען, צום ביישפיל נאכן איבערמאכן די אינפראסטרוקטור, הער איך.

נישט ווען עס איז פרעך אז עס איז דא גענוג ווי צו בויען אין קרית יואל.
ליין וואס ער שרייבט, ער וויל נישט נאך דירות ווייל די פרייזן גייען ארויף, איך וויל נישט אז פוטער זאל ארויפגיין און איך בין נישט קיין בעל מידות רעות דערוועגן.

חוץ מזה וואס מ'האט אריינגעוועלט די באאמטע - לדבריו, איך האב נישט קיין אייגענע ידיעות - צו האלטן ווייניג מענטשן אויף א שטח. אויב טוט ער אנדערש איז ער א מועל בשליחותו און ס'קומט אים צו ווערן ארויסגעוועלט.

איך פארשטיי נישט די תאווה פון וואוינען אין וואלד, אבער אן אפמאך איז אן אפמאך.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 245
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 488

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אגד »

שמאטשקע האט געשריבן: זונטאג מאי 10, 2026 2:43 pm , און פאר אידן וואס דארפן דירות, קרית יואל האט גענוג שטח אויף וואס צו בויען און גענוג דעוועלאפמענטס וואס האלט זיך אינמיטן בויען, מען דארף נישט באראבאווען אונזער רואיגקייט וואס צוליב דעם זענען מיר אהערגעקומען, איר זיכט נאך דירות? גייט קיין קרית יואל.
@הדסים, איך באצי זיך צו דעם קוואויט.

ווילסט וואוינען אין א וואלד? אמעריקע איז גענוג גרויס, ווילסט וואוינען צווישן אידן? לאז אידן וואוינען צווישן דיר.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3075
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 12189

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

אגד האט געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2026 3:54 pm

דו הערסט נישט? זיין טענה איז, אז מ'איז געגאנגען דארט וואוינען, ווייל דארט גייט נישט זיין אזוי ווי ק"י, און מיט דעם דעת האט מען אריין געוועלט די באאמטע דארט, און יעצט אז זיי קענען מאכן געלט פייפן זיי אויף די וואס האבן זיי אריין געוועלט.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק

בודקע האט געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2026 4:02 pm

און איך פארשטיי זיין טענה אויף די באהערדע, וועם איך האס גראדע..

איך ברענג נאר ארויס אז ער באלאנגט אין סדום.

אגד האט געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2026 4:14 pm

אויב דו פארשטייסט זיין טענה אויף די באעהרדע, בלייב ביי דעם.

קומט דא בכלל נישט אריין סדום, ווען איינער קויפט א הויז ביי א פלאץ מיטן דעת אז דא גייט זיין א רואיגע געגנט, און פון איין מינוט אויפן צווייטן הייבט אן פארן אפראוועלס פאר הונדערטער דירות האט דאס אז סבאדערט אים גארנישט מיט מידות איינגעלייגט.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3636
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12110

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

אגד האט געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2026 3:47 pm זיי זענען אפשר גערעכט פארן האבן טענות אויף די באהערדע.

אבער עקלדיגע מידות פארן נישט לאזן נאך מענטשן וואוינען אין זייער שטאט אויס מורא אז א דעוועלאפער וועט פארדינען אפאר דאלער אויף זייער חשבון.

ווען די טענות זענען אויף פראסעס ווען צו לאזן בויען, צום ביישפיל נאכן איבערמאכן די אינפראסטרוקטור, הער איך.

נישט ווען עס איז פרעך אז עס איז דא גענוג ווי צו בויען אין קרית יואל.
ווען מענטשן קויפן הייזער אין א שטילע געגנט, מעגן זיי ווילן ס'זאל בלייבן שטיל.

און יא, דאס אז ס'דא גענוג הייזער ארום איז א וויכטיגע פאקטאר.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3636
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12110

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

יעדע מענטש וואס קויפט א הויז האט זאכן וואס ער וויל יא און נישט. פרעג איינעם צי דו מעגסט בויען א הויז אין זיין בעקיארד, און זאג ער זאל גיין קיין סדום אויב ער לאזט נישט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 245
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 488

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אגד »

@פופציגער @בודקע , איר זאגט זייער גוט.

אבער דער שרייבט , "און פאר אידן וואס דארפן דירות, קרית יואל האט גענוג שטח אויף וואס צו בויען און גענוג דעוועלאפמענטס וואס האלט זיך אינמיטן בויען, מען דארף נישט באראבאווען אונזער רואיגקייט וואס צוליב דעם זענען מיר אהערגעקומען, איר זיכט נאך דירות? גייט קיין קרית יואל.".

דאס איז סדומי'ש

האבן פארלאנגען וואס ווי ווען איז עפעס אנדערשט, ער, און ער פארטרעט לכאורה אנדערע, ווילן פשוט גארנישט.
עטרת חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 2:29 pm
Location: קרית יואל
x 516

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטרת חיים »

רינגא ראנגא ראויזי
ועולתה תקפץ פיה, וכל הרשעה כלה כעשן תכלה, כי תעבור ממשלת זדון מן הארץ!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3636
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12110

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

אגד האט געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2026 5:54 pm @פופציגער @בודקע , איר זאגט זייער גוט.

אבער דער שרייבט , "און פאר אידן וואס דארפן דירות, קרית יואל האט גענוג שטח אויף וואס צו בויען און גענוג דעוועלאפמענטס וואס האלט זיך אינמיטן בויען, מען דארף נישט באראבאווען אונזער רואיגקייט וואס צוליב דעם זענען מיר אהערגעקומען, איר זיכט נאך דירות? גייט קיין קרית יואל.".

דאס איז סדומי'ש

האבן פארלאנגען וואס ווי ווען איז עפעס אנדערשט, ער, און ער פארטרעט לכאורה אנדערע, ווילן פשוט גארנישט.
ער זאגט גוט... מ'גיימיר זיך דרייען ביזן ווערן דיזי...

א מענטש האט רעכט צו זאגן איך האב געמופט צו א שטילע געגנט, איך וויל ס'זאל בלייבן שטיל. קיין שום סדום אינוואלווד.

ספעציעל ווען ער האט זיך פארלאזט אויף די באאמטע וועלכע האבן אים דאס פארשפראכן. דאן האט ער רעכט צו האבן טענות צו זיי.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1535
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2492

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

פיין, אבער למעשה די ווערטער "קרית יואל האט גענוג דעוועלאפמענטס וואס האלט זיך אינמיטן בויען" שמעקט פון ווילן אנהאלטן א רואיגע געגענט, הערט זיך עס נישט סדום'יש?
ברלנד
שמאטשקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 5:54 pm
x 284

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמאטשקע »

אגד האט געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2026 5:54 pm @פופציגער @בודקע , איר זאגט זייער גוט.

אבער דער שרייבט , "און פאר אידן וואס דארפן דירות, קרית יואל האט גענוג שטח אויף וואס צו בויען און גענוג דעוועלאפמענטס וואס האלט זיך אינמיטן בויען, מען דארף נישט באראבאווען אונזער רואיגקייט וואס צוליב דעם זענען מיר אהערגעקומען, איר זיכט נאך דירות? גייט קיין קרית יואל.".

דאס איז סדומי'ש

האבן פארלאנגען וואס ווי ווען איז עפעס אנדערשט, ער, און ער פארטרעט לכאורה אנדערע, ווילן פשוט גארנישט.
ביזט הונדערט פראצענט גערעכט איך האלט ווי דיר אז נישט לאזן וואוינען אידן וואס זיכן דירות און האבן נישט ווי צו וואוינען ווייל איך וויל זיין באקוועם איז קלאר סדומיש,

נישט לאזן וואוינען אידן צווישן אונז ווייל איך האב פיינט א איד איז אנטיסעמיטיזים,

ביידע מציאותן קומט נישט דא אריין.

אינעם יעצטיגן פאל זענען מיר געקומען וואוינען דא צו א שטילע רואיגע געגנט,

ס'איז יעצט דא גענוג און נאך דירות עוועלעבל אין גאנץ קרית יואל, אזוי אז ס'איז בכלל נישט דא קיין צורך פאר אידן וואס זיכן ווי צו וואוינען, ווער עס זיכט ווי צו וואוינען האט צענדיליגע אנדערע אפציעס איבעראל, קיינער האט דא ח"ו גארנישט קעגן קיין שום איד, זילטש. אדרבא יעדער איד איז זייער חשוב.

אבער מיט וואספארא רעכט באגאנבעט מען די רואיגקייט און שטילקקייט פון א געגנט, מען פריפלט די עמאונט פון קארס אויף די גאס, דורך אונזערע שלוחים וואס אונז האבן אריינגעוועלט און זיי האבן קלאר ציגעזאגט עס נישט צו טוהן, בו בזמן וואס קרית יואל האט גענוג און איבער גענוג דירות, מיט וואספארא רעכט טוען זיי אונז פארראטן פאר זייערע ענגע אינטערעסן?

נאכאמאל ס'האט נישט קיין צורך, יעדער וואס וויל קען גיין וואוינען איבעראל אין גאנץ קרית יואל ס'איז דא אסאך דעוועלאפמענטס מיט טויזנטער דירות, פארוואס אונז צישטערן און מועל זיין בשליחות?

דאס איז גניבה קרומקייט און קארופציע אויפן העכסטן פארנעם.
שמאטשקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 5:54 pm
x 284

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמאטשקע »

אט די זאת חליפתי שפיל באדערט געפערליך פאר די תושבים וואס האבן נאכנישט פארלוירן די שכל ביי די ציבעלע חלוקות,
האסט איבערגעדרייט אונזער געגנט פאר א קאנסטראקשן זאון, מיט סוער פייפברעיקס, האסט גענימען א שטילע דערפל און עס פארוואנדלט אין א קאנדענסט זאונינג, חוש מיר יעצט נישט ארום מיט א ניגון פון קוואליטי אף לייף, איך בין נישט דיין נאר און אויך נישט דיין רויטע ראסטיגע פעני.

דאס באדערט פאר די תושבים און דאס האט פנחס דוד ארויסגעברענגט עפעס וואס ליגט ביי כמעט יעדן אין הארץ. (אויך אויב זיי זאגן עס נישט הויעך ווייל זיי ווילן נאך באקומען פערמיטס)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3636
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12110

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2026 6:42 pm פיין, אבער למעשה די ווערטער "קרית יואל האט גענוג דעוועלאפמענטס וואס האלט זיך אינמיטן בויען" שמעקט פון ווילן אנהאלטן א רואיגע געגענט, הערט זיך עס נישט סדום'יש?
א מענטש וואס וויל וואוינען אין א רואיגע געגנט איז סדום? פון וועלכע זייט?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 416
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 1192

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

איך מיין אז די ווילידזש קען נאך יא ארויסקומען די געווינער דא.

זיי דארפן מאכן א רעפערענדום, ווי נאר תושבי המקום (נישט בחורים פון וויזניץ, ליטאים, אדער סאטמארע מתיבתא) קענען זיך באטייליגן. און די קשיא אויפן בעלאט זאל זיין צי מען איז מסכים צום טויש אין די זאונינג, אדער מען וויל צוריק די אלטע.

אויף וועלכע זייט די רעזולטאטן וועלן זיין, בין איך אונטערגעבויגן, און איך מיין אז גאר אסאך תושבים וועלן אויך אננעמען די רעזולטאטן צופרידן.
שרייב פאוסט