אגד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 11, 2026 5:54 pm
@פופציגער @בודקע , איר זאגט זייער גוט.
אבער דער שרייבט , "און פאר אידן וואס דארפן דירות, קרית יואל האט גענוג שטח אויף וואס צו בויען און גענוג דעוועלאפמענטס וואס האלט זיך אינמיטן בויען, מען דארף נישט באראבאווען אונזער רואיגקייט וואס צוליב דעם זענען מיר אהערגעקומען, איר זיכט נאך דירות? גייט קיין קרית יואל.".
דאס איז סדומי'ש
האבן פארלאנגען וואס ווי ווען איז עפעס אנדערשט, ער, און ער פארטרעט לכאורה אנדערע, ווילן פשוט גארנישט.
ביזט הונדערט פראצענט גערעכט איך האלט ווי דיר אז נישט לאזן וואוינען אידן וואס זיכן דירות און האבן נישט ווי צו וואוינען ווייל איך וויל זיין באקוועם איז קלאר סדומיש,
נישט לאזן וואוינען אידן צווישן אונז ווייל איך האב פיינט א איד איז אנטיסעמיטיזים,
ביידע מציאותן קומט נישט דא אריין.
אינעם יעצטיגן פאל זענען מיר געקומען וואוינען דא צו א שטילע רואיגע געגנט,
ס'איז יעצט דא גענוג און נאך דירות עוועלעבל אין גאנץ קרית יואל, אזוי אז ס'איז בכלל נישט דא קיין צורך פאר אידן וואס זיכן ווי צו וואוינען, ווער עס זיכט ווי צו וואוינען האט צענדיליגע אנדערע אפציעס איבעראל, קיינער האט דא ח"ו גארנישט קעגן קיין שום איד, זילטש. אדרבא יעדער איד איז זייער חשוב.
אבער מיט וואספארא רעכט באגאנבעט מען די רואיגקייט און שטילקקייט פון א געגנט, מען פריפלט די עמאונט פון קארס אויף די גאס, דורך אונזערע שלוחים וואס אונז האבן אריינגעוועלט און זיי האבן קלאר ציגעזאגט עס נישט צו טוהן, בו בזמן וואס קרית יואל האט גענוג און איבער גענוג דירות, מיט וואספארא רעכט טוען זיי אונז פארראטן פאר זייערע ענגע אינטערעסן?
נאכאמאל ס'האט נישט קיין צורך, יעדער וואס וויל קען גיין וואוינען איבעראל אין גאנץ קרית יואל ס'איז דא אסאך דעוועלאפמענטס מיט טויזנטער דירות, פארוואס אונז צישטערן און מועל זיין בשליחות?
דאס איז גניבה קרומקייט און קארופציע אויפן העכסטן פארנעם.