אינטערסאנטע שמועס פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע מיט הרב בלאך (געדרוקט אין דברות קודש תש"כ, קוקט אויס אז די שמועס איז נישט אינגאצן בשלימות)
בלאך: היצט האב איך אזא מאטריאל, ... איך האב קודם פון בערלין און פון דער ציוניסטישער ארגעניזאציאן א בוך, שרייבן זיי אום יארע ניינצן (תרע"ט), אז דער ציוניזמוס איז נישט געקומען דורך די פארפאלגונג פון יודען, נאר פשוט זיי ווילן זיך האבן א לאנד פאר זיך ...
דערנאך האב איך היצטערט א הייס מאטריאל וואס מ'האט עס מיר יעצט אנפארטרויעט, איך האב דעס דייטשע פעיפער'ל פון דייטשלאנד, וויאזוי ס'איז געקומען צו היטלער'ן אז מ'האט יודען פארגאזט, .. ימח שמו היטלער'ן ..., ס'איז נאך דא אפאר טפשים וואס בלייבן שטעקן און פרעגן מיך אויף הערצל'ן: ער איז איינפאך געווען אזא טיפוש?, זאג איך וואס פרעגט איר, איך קען דיר נאר געבן קורץ פון די צייטונג, ליינט נאר דאס וואס היטלער שרייבט אין די דייטשע צייטונג, ... און איך מוז זאגן אז דאס האט מיך אליין איבערצייגט, "ווייל ווייצמאן האט ערקלערט דעם קריג".
רבינו: נו אוודאי, יא דאס געדענק איך פון דעמאלץ, איך געדענק נאך ווען ער (היטלער ימ"ש) האט געזאגט אין די רעדיא נאך דעמאלץ, איך בין געווארן דערציטערט, איך בין געווען אין סאקמיר אינדערהיים ביי מיר אין שטוב, האט מען געזאגט אז ער האט עפעס גערעדט אין די רעדיא, איז מען געגאנגען הערן, - איך געדענק נאך ווען מ'האט עס מיר באלד דערציילט, - האט ער געזאגט "די ציוניסטישע ארגאנעזאציע האט מיר ערקלערט קריג, וועל איך זיי אנטוואָרטן", און דעמאלץ האט זיך עס אנגעהויבן. איך בין דעמאלץ דערציטערט געווארן, דו גייסט ערקלערן קריג, ס'איז דאך דא אזויפיל מיליאנען יודען אונטער זיין האנט, אומבאהאלפענע, און דו קענסט זיי נישט מציל זיין, גייסטו ערקלערן קריג?! און וואס איז טייטש אנטוואָרטן?, איך גיי מיט דיר אריין אין קריג!. דו גייסט אין קריג?, דאס איז קיין שום ספק נישט אז ער האט עס דעמאלץ געפלאנט, דעס איז עפעס רחמנא ליצלן אזא מין אכזריות, דו טוהסט ערקלערן קריג פאר היטלער'ן?! דו ראָצער! ער וועט זיך דען דערשרעקן פאר דיר?
ב': ער האט נישט אזוי ערקלערט דעם קריג.
ר' סענדר: פארשטייט זיך אז ער האט נישט אזוי ערקלערט דעם קריג, אודאי האט ער גערעדט אנדערש געפירט פאליטיש ...
רבינו: זיי האבן עהם ערקלערט קריג אָפיציעל אָפיציעל, אזוי ווי ענגלאנד האט ערקלערט קריג.
ר' סענדר: זיי האבן דאך געמאכט דעם בויקאט אויף דייטשלאנד ...
רבינו: נאר ס'איז אזוי געווען דער שמועס, ענגלאנד האט נישט געוואלט נעמען פון זיי מיליטער (מהציונים), ער האט נישט געוואלט, זיי האבן עהם צוזאמגעקלאפט מיט צרות ביז זענען אריין, זענען געגאנגען מיט מסירות מיט געוואלד שפראך, .. ווי קומסטו עפעס אריין אינדערמיט?, זענען געגאנגען רחמנא ליצלן מיט געוואלד, מיט מסירות מיט געוואלד שפראך, זיי האבן צוגענעמען די פרנסות, דארט די ארבייטער פארטיי, די הסתדרות, און זיי האבן זיך ארומגעשלאגן מיט ענגלאנד ער זאל זיי וועלן צונעמען, .. ביי ענגלאנד האט ער קוים גע'פועל'ט, .. און למשל אין די אלע מדינות זענען געשטאנען שווערע מיליאנען מענטשן, ווען מ'האט נאך עפעס גיווען געקאנט טוהן, זענען נאכנישט געווען דעמאלץ אזוי ברוטאל, ס'זענען געווען נאך דיא פּאָר מענטשן וואס ס'איז געווען פון יודען, ער האט נאר געקאנט אזויפיל מרויח זיין אז ער העט רח"ל גיווען גע'הרג'עט עפעס א פאר ענגלענדער, ער העט גיווען גע'הרג'עט חלילה א פּאָר יודען, אבער מכריע זיין די קריג (על ידיהם) דאס האט נישט געקענט עולה על הדעת זיין אפילו, דעס גאנצע איז געווען כדי ער (ווייצמאן) זאל קענען זאגן ער האט אריינגעשיקט יודען, ער זאל קענען זאגן איך בין א שותף אין די קריג.
איך וועל זאגן נאך עפעס, דעס איז געווען דעס גאנצע, איז ער געגאנגען, און אויף דעם ארויף האט ער אָפיציעל אזוי ווי ענגלאנד ערקלערט קריג, ס'איז דאך געווען די אלע לענדער וואס זיי האבן ערקלערט קריג, ס'איז געווען אן אפגעשמועסטע זאך, און צווישן די אלע לענדער האט ער (ווייצמאן שר"י) עמטליך דערקלערט קריג פאר דייטשלאנד.
ב: ער האט ערקלערט אנדערש, וויל איך אייך זאגן, איך האב דאך אלע פאפירן, ס'איז געווען אזוי, ער האט געשריבן א בריוו צו טשעמבערלענס, - רבינו: טשעמבערליין, - אויב דעס עגלישע פאלק און די פרייע דענקערס וועלן גיין אין קריג געגן היטלער'ן, וואו וועט דעס יודישע פאלק שטיין?, שווימט ארויס! האט ער געשריבן.
ר' סענדר: ...
רבינו: ניין ניין איך וועל אייך זאגן ס'איז ביידע אמת, דאס האט ער אויך אמאהל געזאגט, נאר דעמאלץ האט ער געטוהן ...
ב': ניין ניין רבי, איך האב דאך ...
רבינו: איך געדענק היטלער האט אזוי געזאגט ..
ב': .. ערקלערט היטלער'ן קריג, ענגלאנד האט געהאט אן אמבאסאדאר דארט,
רבינו: יא דורכן ענגלישן אמבאסאדאר ...