איך וויל דא אויסשמועסן א נקודה וואס איך בין לעצטנס אפאר מאל געפרעגט געווארן דערוועגן.
ווי באקאנט, ווען מין וויל אוועקשטעלן א נייע נאן-פראפיט אדער קאנגריגעישן דארף מען געווענליך האבן 3 באורד מעמבער'ס / טראסטי"ס.
און היות אז אין אסאך פעלער איז באמת דא נאר איינער אדער צוויי וואס פירן עס בפועל, זוכט מען סתם עמך יודן צו חתמנ'ן אלץ א טראסטי 'נאר אויף פאפיר'.
איז ווילן מענטשן וויסן וואס באדייט דאס צו זיין א טראסט.
בעפאר איך גיי וויטער וויל איך קודם מאכן צוויי דיסקלעימערס.
- 1. איך קום נישט דא זאגן וואס יא צו טון אדער נישט צו טון. דאס איז א פערזענליכע החלטה און אויב עס איז נוגע זאל מען פרעגן א פראפעסיאנאל. איך וויל נאר אראפלייגן די פשועט פאקטן וואס דאס געזעץ זאגט איבער די פליכטן און ריזיקעס פון זיין א טראסטי.
- 2. אלעס וואס איך שרייב דא איז נאר בככלוית, אבער בפרטיות האט יעדע סטעיט און יעדע סטרוקטור איר אייגענע געזעצן, וואס קען אביסל טוישן די בילד אויך איין וועג אדער א צווייטע.
וואס מיינט דאס א טראסטי?
א Trustee איז א Fiduciary דאס מיינט אז מען האט דיר געגעבן 'צוטרוי (Trust)' צו היטן אויף די אינטערעסן פון די ארגאניזאציע און אירע געלטער.
לויט דעם געזעץ איז נישטא אזא באגריף פון א Silent Trustee. אויב דיין נאמען שטייט אויף די Bylaws אדער אויף די IRS פארמען, ביסטו לעגאל פאראנטווארטליך פונקט ווי דער וואס פירט די ארגאניזאציע טאָג-טעגלעך.
די דריי הויפט אויפגאבעס פון א טראסטי:
די קאורטס קוקן אויף דריי זאכן ווען זיי באטראכטן א טראסטי.
- Duty of Care: איר דארפט זיין גענוג אינפארמירט איבער וואס די ארגאניזאציע טוט. מען קען נישט זאגן איך האב נישט געוויסט אז עפעס אומלעגאל פאסירט.
- Duty of Loyalty: איר טארט נישט נוצן דעם מוסד פאר אייער אייגענער טובה.
- Duty of Obedience: איר מוזט זיכער מאכן אז די ארגאניזאציע פאלגט נאך אירע אייגענע תקנות (Bylaws) און אזוי אויך די סטעיט געזעצן.
די ריזיקעס פון זיין א טראסטי
אפילו אויב איר זענט נישט אקטיוו, קענען פאסירן עטליכע זאכן וואו אייער נאמען קען ווערן פארמישט:
- Lawsuits: אויב דער מוסד ווערט געקלאגט (למשל פאר אן עקסידענט אדער א קאנטראקט), קענען די Trustees אויך ווערן גערופן אין קאורט, וואס דאס באדייט באצאלן פאר אדוואקאטן אא"וו.
- IRS Penalties: אויב די ארגאניזאציע פיילט נישט די "Form 990" (די יערליכע אינפארמאציע רעטורן), קען די IRS ארויפלייגן גרויסע געלט שטראפן אויף די ארגאניזאציע, און אין געוויסע פעלער קענען זיי אויך מאכן פראבלעמן פאר די באורד מעמבערס. [ביי קאנגרעגעישען'ס איז נישט דא די פראבלעם, היות זיי דארפן נישט פיילן קיין 990'ס].
זיין א Signer אויפן באנק אקאונט
זיין א סיינער אויפן באנק איז א שטאפל העכער ווי סתם א באורד מעמבער. ווען איר זענט א סיינער, באשטעטיגט איר פארן באנק אז איר האט די כח צו פירן די געלטער. דאס מאכט עס פיל שווערער צו טענה'ן שפעטער אז איר האט נישט געוויסט וואס מען טוט מיט דעם געלט.
אזוי אויך קען עס צו ברענגען נאך א ריזיקע:
- Payroll Taxes: אויב די ארגאניזאציע האט ארבעטער אבער באצאלט נישט די געהעריגע Payroll Taxes צום IRS, קען דער IRS גיין נאך יעדן "Responsible Person" פערזענליך. וואס דאס קען אריין נעמען איינער וואס איז א סיינער אויפן באנק אקאונט.
וואס קען מען טון זיך צו באשיצן?
אויב איר טוט דעם חסד און איר זענט א Trustee, זענען דא צוויי וויכטיגע זאכן צו טוען כדאי זיך צו באשיצן.
- 1D&O Insurance: מאכט זיכער אז די ארגאניזאציע האט Directors and Officers Insurance דאס איז א פאליסי וואס באשיצט די באורד מעמבערס פערזענליך אויב מען קלאגט די ארגאניזאציע.
- יערליכע רעפארטס: פארלאנגט צו זען א קאפי פונעם יערליכן שטייער רעטוירן (990) כדי צו וויסן אז אלעס ווערט געפירט געהעריג.