נייע סעריע! ביזנעס ענטיטיס - מיט א קלארקייט

שמועסן אין די פינאנציעלע וועלט
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 250
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1251

Re: נייע סעריע! ביזנעס ענטיטיס - מיט א קלארקייט

פאוסט דורך יענץ מבין »

לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:24 pm @יענץ מבין, לויט אייער מבינות, איז שייך אזא זאך צו עפענען א קארפ. אין נ"י אויף צוריקצווועגס?

דהיינו, איך האב געפירט א קליינע ביזנעס אין יארע '25, יעצט קומט צו פיילן טעקסעס האב איך נישט קיין קארפ. און איך וויל עס נישט פיילן אלץ סעלף-אימפלויד.

איז דא אזא זאך ווי עפענען יעצט און זאגן עס זאל זיין אפפעקטיוו פון א יאר אדער עטליכע חדשים צוריק?

יישר כחכם.
ליידער איז די פשוטע ענטפער, אז ניין, עס איז נישט שייך צו עפענען א ענטיטי אויף צירוק צו-וועגס.

אבער היות איך בין נישט קיין אקאונטענט, וואלט איך אייך געראטן זיך אדורך צו רעדן מיט אן אקאונטענט צו זעהן צו עס איז דא א וועג ארויס.

הגם אויב אייער אינטערעסע עס צו םיילן אלץ א קארפ איז כדי עס זאל נישט רעפלעקטן אייער פריוואטע אינקאם, איז לכאורה נישט דא קיין געהעריגע וועג ארויס דערפון, אבער נאכאמאל איך בין נישט קיין אקאונטענט.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 250
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1251

Re: נייע סעריע! ביזנעס ענטיטיס - מיט א קלארקייט

פאוסט דורך יענץ מבין »

Keystone filings Ad-01 (1).png
Keystone filings Ad-01 (1).png (663.2 KiB) געזען געווארן 264 מאל
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 250
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1251

Re: נייע סעריע! ביזנעס ענטיטיס - מיט א קלארקייט

פאוסט דורך יענץ מבין »

חלק ב: די הויפט ביזנעס סטרוקטורן

סטרוקטור 8: TRUSTS

וואס איז א Trust?

א טראסט איז נישט קיין 'ביזנעס' וואס פארקויפט סחורה. נאר עס איז ליבערשט א סעיף (Safe) וואו מען קען אריין לייגן דערין אנדערע קאמפאניס, אדער פראפערטיעס.

עס זענען דא צוויי הויפט סארטן טראסטס:

1. Revocable Trust:
דאס איז די מערסט פארשפרייטסטע טראסט.
  • וויאזוי ארבעט עס: מען לייגט אריין די LLC אין דעם טראסט. די בעה"ב פון די LLC ווערט דער Trustee און ער האט פולע קאנטראל פון די ביזנעס און פון די טראסט. ווען מען וויל קען מען טוישן ווער זאל זיין די יורש פון דעם טראסט אזוי אויך קען מען פארמאכן די טראסט ווען מען וויל.
  • די מעלה (Probate Avoidance): דאס איז די עיקור אויפטוה פון די טראסט. בדרך כלל ווען איינער ווערט נפטר, ווערן זיינע נכסים פארפרוירן דורך דעם געריכט (Probate Court). משא"כ נכסים וואס ליגן אין א טראסט גייען גלייך אריבער צו די קינדער, אן קיין געריכט, אן קיין לויערס, און אן קיין פובליסיטי. [וויבאלד אין די טראסט דאקומענטן שטייט קלאר ארויסגעשריבען ווער זאל איבערנעמען אין פאל דער Trustee שטארבט].
  • Tax Specifics: עס איז א Disregarded Entity. מען דארף נישט פיילן קיין באזונדערע טעקס רעטוירן. מען ניצט די אייגענע Social Security Number, און מען פיילט עס אלץ א חלק פון די פערזענליכע 1040.
  • Asset Protection: די סארט טראסט באשיצט נישט די assets פון קיין בעלי חובות. היות עס ווערט קאנטראלירט דורך די בעה"ב, קענען זיינע בעלי חובות עס אוועק נעמען.
2. Irrevocable Trust
דאס איז שוין פאר די העכערע ליגע, פאר די וואס ווילן האבן סיי Asset Protection און סיי Estate Tax Planning.
  • וויאזוי ארבעט עס: מען לייגט אריין די ביזנעס אין די טראסט, און די בעה"ב גיבט אויף די קאנטראל פון די ביזנעס. ער קען עס מער קיינמאל נישט צירוק נעמען פאר זיך. און ער קען אויך נישט זיין דער Trustee פון דער טראסט (עס דארף זיין אן אנדערער מענטש).
  • Asset Protection: היות די ביזנעס געהערט לעגאל מער נישט צו איהם, קענען זיינע פערזענליכע בעלי-חובות נישט צונעמען די בעלות אויף די / פארמעגען פון די טראסט.
  • Tax Specifics: דא ווערט עס מער קאמפליצירט. דער טראסט דארף אן אייגענעם EIN און פיילט אן אייגענעם טעקס רעטורן (Form 1041).
ווער צאלט די טעקס:

בעצם איז די טראסט אן אייגענער קערפערשאפט, און עס דארף אליינס באצאלן די טעקסעס. די פראבלעם איז אז די טעקס ראטע פון א טראסט איז גאר הויעך (אזויפיל ווי 37% אויב עס פארדינט מער ווי $15,200).

כדי זיך צו שפארן טעקסעס איז דא א מהלך פון אריינשרייבן געוויסע סעיפים און די טראסט-קאנטראקט וואס צוברעכען די טעקס רול"ס, אבער לאזן נאך אלץ די ליגאלע באשיצונג אין פלאץ. וואס דאס ברענגט צו אז די IRS זאל עס - פאר שטייער צוועקן (tax purposes) - אנקוקן ווי א Grantor Trust און נישט ווי א זעלבסטֹ-ֹשטענדיגע ענטיטי.
דער מערסט-באקאנטער וועג איז דורך אריינשרייבן אין די קאנטראקט אז מען האט Power of Substitution, וואס דאס גיבט רעכט פארן Grantor אויפצוטוישן נכסים מיט'ן טראסט פאר די זעלבע ווערט. וויבאלד איר האט דעם כח, זאגט די IRS אז די grantor איז נאך אלץ דער בעל הבית פון די טראסט לגבי טעקס צוועקן, און מען צאלט עס אויף די ביליגערע פערזענליכע ראטעס.

S-Corporations:

אויב אייער ביזנעס איז א S-Corp, טארט איר עס נישט אריין לייגן אין סתם א טראסט. אן S-Corp מעג נאר באלאנגען צו זייער ספעציפישע סארט טראסטס:
  • QSST: עס מעג נאר האבן איין יורש, און מען דארף אויסצאלן אלע פראפיטס צום יורש א יעדעס יאר.
  • ESBT: מעג האבן עטליכע יורשים, אבער די טעקס ווערט גלייך גערעכנט לויט די העכסטע טעקס בראקעט (37%), אפגעזען וויפיל עס פארדינט.
    אויב איר טראנספערט S-Corp שעירס צו א פשוטן טראסט, פארלירט איר די S-Corp סטאטוס אויפן פלאץ, און איר וועט צאלן C-Corp טעקסעס.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 250
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1251

Re: נייע סעריע! ביזנעס ענטיטיס - מיט א קלארקייט

פאוסט דורך יענץ מבין »

איך וויל דא אויסשמועסן א נקודה וואס איך בין לעצטנס אפאר מאל געפרעגט געווארן דערוועגן.

ווי באקאנט, ווען מין וויל אוועקשטעלן א נייע נאן-פראפיט אדער קאנגריגעישן דארף מען געווענליך האבן 3 באורד מעמבער'ס / טראסטי"ס.

און היות אז אין אסאך פעלער איז באמת דא נאר איינער אדער צוויי וואס פירן עס בפועל, זוכט מען סתם עמך יודן צו חתמנ'ן אלץ א טראסטי 'נאר אויף פאפיר'.

איז ווילן מענטשן וויסן וואס באדייט דאס צו זיין א טראסט.

בעפאר איך גיי וויטער וויל איך קודם מאכן צוויי דיסקלעימערס.
  • 1. איך קום נישט דא זאגן וואס יא צו טון אדער נישט צו טון. דאס איז א פערזענליכע החלטה און אויב עס איז נוגע זאל מען פרעגן א פראפעסיאנאל. איך וויל נאר אראפלייגן די פשועט פאקטן וואס דאס געזעץ זאגט איבער די פליכטן און ריזיקעס פון זיין א טראסטי.
  • 2. אלעס וואס איך שרייב דא איז נאר בככלוית, אבער בפרטיות האט יעדע סטעיט און יעדע סטרוקטור איר אייגענע געזעצן, וואס קען אביסל טוישן די בילד אויך איין וועג אדער א צווייטע.

וואס מיינט דאס א טראסטי?

א Trustee איז א Fiduciary דאס מיינט אז מען האט דיר געגעבן 'צוטרוי (Trust)' צו היטן אויף די אינטערעסן פון די ארגאניזאציע און אירע געלטער.

לויט דעם געזעץ איז נישטא אזא באגריף פון א Silent Trustee. אויב דיין נאמען שטייט אויף די Bylaws אדער אויף די IRS פארמען, ביסטו לעגאל פאראנטווארטליך פונקט ווי דער וואס פירט די ארגאניזאציע טאָג-טעגלעך.


די דריי הויפט אויפגאבעס פון א טראסטי:

די קאורטס קוקן אויף דריי זאכן ווען זיי באטראכטן א טראסטי.
  • Duty of Care: איר דארפט זיין גענוג אינפארמירט איבער וואס די ארגאניזאציע טוט. מען קען נישט זאגן איך האב נישט געוויסט אז עפעס אומלעגאל פאסירט.
  • Duty of Loyalty: איר טארט נישט נוצן דעם מוסד פאר אייער אייגענער טובה.
  • Duty of Obedience: איר מוזט זיכער מאכן אז די ארגאניזאציע פאלגט נאך אירע אייגענע תקנות (Bylaws) און אזוי אויך די סטעיט געזעצן.

די ריזיקעס פון זיין א טראסטי

אפילו אויב איר זענט נישט אקטיוו, קענען פאסירן עטליכע זאכן וואו אייער נאמען קען ווערן פארמישט:
  • Lawsuits: אויב דער מוסד ווערט געקלאגט (למשל פאר אן עקסידענט אדער א קאנטראקט), קענען די Trustees אויך ווערן גערופן אין קאורט, וואס דאס באדייט באצאלן פאר אדוואקאטן אא"וו.
  • IRS Penalties: אויב די ארגאניזאציע פיילט נישט די "Form 990" (די יערליכע אינפארמאציע רעטורן), קען די IRS ארויפלייגן גרויסע געלט שטראפן אויף די ארגאניזאציע, און אין געוויסע פעלער קענען זיי אויך מאכן פראבלעמן פאר די באורד מעמבערס. [ביי קאנגרעגעישען'ס איז נישט דא די פראבלעם, היות זיי דארפן נישט פיילן קיין 990'ס].

זיין א Signer אויפן באנק אקאונט

זיין א סיינער אויפן באנק איז א שטאפל העכער ווי סתם א באורד מעמבער. ווען איר זענט א סיינער, באשטעטיגט איר פארן באנק אז איר האט די כח צו פירן די געלטער. דאס מאכט עס פיל שווערער צו טענה'ן שפעטער אז איר האט נישט געוויסט וואס מען טוט מיט דעם געלט.

אזוי אויך קען עס צו ברענגען נאך א ריזיקע:
  • Payroll Taxes: אויב די ארגאניזאציע האט ארבעטער אבער באצאלט נישט די געהעריגע Payroll Taxes צום IRS, קען דער IRS גיין נאך יעדן "Responsible Person" פערזענליך. וואס דאס קען אריין נעמען איינער וואס איז א סיינער אויפן באנק אקאונט.

וואס קען מען טון זיך צו באשיצן?

אויב איר טוט דעם חסד און איר זענט א Trustee, זענען דא צוויי וויכטיגע זאכן צו טוען כדאי זיך צו באשיצן.
  • 1D&O Insurance: מאכט זיכער אז די ארגאניזאציע האט Directors and Officers Insurance דאס איז א פאליסי וואס באשיצט די באורד מעמבערס פערזענליך אויב מען קלאגט די ארגאניזאציע.
  • יערליכע רעפארטס: פארלאנגט צו זען א קאפי פונעם יערליכן שטייער רעטוירן (990) כדי צו וויסן אז אלעס ווערט געפירט געהעריג.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 395
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 962

Re: נייע סעריע! ביזנעס ענטיטיס - מיט א קלארקייט

פאוסט דורך ChatGPT »

ועלקאם בעק!!!

dguugbkhl איז פאר געווענליך?
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 250
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1251

Re: נייע סעריע! ביזנעס ענטיטיס - מיט א קלארקייט

פאוסט דורך יענץ מבין »

אוטש נישט געכאפט אז עס איך האב גענוצט די ענגליש קיבאורד.

איך האב בעצם געפלאנט צו גיין ווייטער מיט די סעריע, אריין צו גיין מער אין סטראטעגיעס, אבער דערווייל האב איך פשוט נישט די צייט דערצו, האב איך קודם ארויס געלייגט וואס איך האב יא.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
שרייב פאוסט