מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 434
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 995

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך עומד על תלת »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 4:48 pm
@עומד על תלת דו קריכסט צוריק צו וואס ס'וואלט געווען שיין צו טון, איך רעד צי ס'איז אויסגעהאלטן עפ"י שכל יענעם צו באשטראפן ווייל ער האט נישט צוגעשטעלט.

ברויכסט מיר נישט מסביר זיין וועגן מירון, כ'גלייב איך בין דארט געווען מער מאל ווי רוב תושבים דא, אבער כ'זע אז דו נישט, וואס הייסט מ'זאל נישט לאזן די ספרד'ישע פארקויפן זייערע זאכן דארט, ווער ביסטו איינצוטיילן? זיי זענען שוין תושבים דארט צענדליגער יארן איידער דער אמעריקאנער עולם איז אנגעקומען. ס'איז בערך ווי ער זאל פארפירן אז היתכן מ'פארקויפט ויואל משה'ס ביים ציון אין ק"י... עכ"ז האט מען די פרענקען שוין פארטריבן פון ממש ביים ציון און זייערע שחיטות זענען שוין נישט עפעס מיט וואס מ'באגעגנט זיך.

איך פרעג דיר נאכאמאל, דו ווייסט אז מ'האט נישט געלאזט בויען קיין ביהמ"ד, ביה"כ, און אנדערע צרכים אדער דו שטעלסט דיך פאר אזוי?

צי זיי האבן באצאלט פאר די שטחים דארט, ווענדט זיך ווער. אבער מיט אזעלכע טענות קענסטו ארויס טראסקען רוב תושבים אין אלטשטאט וואס האבן קיינמאל נישט באצאלט. חזקה איז א קנין עפי"ת, איה"נ ס'דארף זיין א חזקה שיש עמה טענה, אבער בניד"ד רעדט מען פון הפקר.

דאס אז די ישיבות האבן נישט געלאזט פארן האט מיט די פריצות וואס איז דארט פארגעקומען, אין גור איז מען קיינמאל נישט געפארן אויף מירון ל"ג בעומר, ביז תשפ"ג ווען אש דת האט זיי געניצט פאר סדרנים און מ'האט זיכער געמאכט אז ס'איז נישטא קיין תערובות.

שביל ר' דוב האט מיט די חזקות גארנישט געהאט, די אלע אינפראסטרוקטור איז געבויט געווארן במשך די יארן דורך מענטשן וואס האבן געטון לטובת הציבור ווען ס'איז נאך נישט געווען קיין פראצענט פון אזויפיל ל"ג בעומר געסט. מטעם המדינה האט דער בארג נישט עקזיסטירט ביז נישט אזוי לאנג צוריק און זיי האבן איגנארירט אלע פליכטן וואס ליגט אויף א לאנד, והנה זיי האבן זיך אויפגעוועקט, נו אדרבה זאלן זיי בויען נארמאלע וועגן און גאסן, איך האב נישט קיין טענות אז מ'האט מבטל געווען די הדלקות, ווי אזוי ווערן זיי אבער בעה"ב אויף די פריוואטע שטחים דארט? (און בעצם איז דאס אן אנגייענדע קריג מיט אסאך אראבישע מושבים, ווען די מדינה אנטזאגט זיך צו אנערקענען זייער עקזיסטענץ און די תוצאות זענען ענליך צו מירון ואכמ"ל.)

איך בין אויך נישט געווען ביים כותל אבער איך ווייס אז ס'איז דא דארט אפגעטיילט פלעצער פאר די רעפארמער, פאר די פרויען רעכטן וכל צרוע וזב. פארגעס נישט, עפעס וואס באלאנגט פאר דער רעגירונג איז אין די הענט פונ'ם בג"ץ צו באשליסן ווי אזוי ס'זאל אויסזען.

און דאס איז אלעס חוץ מזה אז מ'קען נישט אוועקנעמען יענעמ'ס חפצים וואס באלאנגען צו אים עפי"ת ווייל מ'וויל אויפטון, נניח אז זיי זענען הונדערט פראצענט שולדיג אין די פראבלעמען דארט, ס'איז דא א תורה וואס זאגט ווי אזוי זיך צו פירן.

איך האב עס געשריבן צעמישט און נישט על הסדר ואתכם הסליחה
איך רעד נישט לגבי רופן די חברה אין דין תורה,
איך רעד יעצט אויף בעיקר 4 זאכן,
1 צו איך האב מיטלייד מיט זיי אז זיי פארלירן זייער חזקות?
2 צו זיי זענען שילדיג אין דעים אז די מדינה (לויט זיי) מיז עס איבערנעמען?
3 צו מען קען אפי' פראבירן מסביר זיין פאר די אלגעמיינע קהילות זאלן העלפן עס זאל נישט אנגעקומען צו די מדינה?
4 צו זיי האבן א יד אין וואס איז פארגעקומען? ואכהמ"ל.....

אויף די שאלה צו זיי האבן געשטערט זיכער, מען האט זיך געשלאגן מיט הענט, מיט די ספרדישע הקדש צו לאזן לייגן א מחיצה....
פרעג דיר נאך וויפיל צרות זיי האבן אנגעמאכט,
יעצט ווען מען קימט צו מער אין שול בעטען געלט צו ראטעווען מירון, פון די רשעים בין איך צומישט.....
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3691
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12480

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך פופציגער »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 2:11 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 5:28 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 5:26 pm

ס'איז בכלל נישט נוגע צו איך בין שוין דארט געווען צו נישט.

כ'האב נישט געפרעגט קיין איין אדמו"ר דערווייל, און כ'גלייב אז דו אויך נישט.
איך האב טאקע נישט געפרעגט אבער מיין רבי האט שוין געגיבען זיין ענטפער
ליגט מיר אין קאפ פון ערגעץ אז דו ביסט א חסיד מהרא. דערציילט מיר איינער אז ער האט געפרעגט דעם רבי'ן צי ער זאל פארן, און דער רבי האט געענטפערט "זיכער נישט!"
@מלך בייוואז נאדיר

(נעקסט לעוול... כאמעך אויסגעלערנט לייגן ווערטער אין לינקס... גיימיר שיסן לינקס פון אלע זייטן...)
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 465
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1317

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך זלמעלע »

זלמעלע האט געשריבן: פרייטאג מאי 01, 2026 8:29 am ענדגילטיג
די באאמטע האבן באשלאסן קענסלען די הילולא
(דאס מיינט די פארזאמלונג. וועט מען מסתמא יא לאזן פאר אדמו"ר מבאיאן קומען אליין און פירן די הדלקה, אפשר פאר נאך יחידים.

די ראוד קיין מירון איז שוין פארמאכט זינט יעצט מוצ"ש.

ביזדערוייל די פאליצעיי איז נישט פראבירט אויסליידיגן די ציון אליין,

אוייך ווייסט מען נישט צו זיי ועלן אפהאלטן אויך די ואס קריכן פון די בערג.
אברהם הלוי
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2026 2:41 pm
x 24

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך אברהם הלוי »

זלמעלע האט געשריבן: מוצש"ק מאי 02, 2026 7:01 pm
זלמעלע האט געשריבן: פרייטאג מאי 01, 2026 8:29 am ענדגילטיג
די באאמטע האבן באשלאסן קענסלען די הילולא
(דאס מיינט די פארזאמלונג. וועט מען מסתמא יא לאזן פאר אדמו"ר מבאיאן קומען אליין און פירן די הדלקה, אפשר פאר נאך יחידים.

די ראוד קיין מירון איז שוין פארמאכט זינט יעצט מוצ"ש.

ביזדערוייל די פאליצעיי איז נישט פראבירט אויסליידיגן די ציון אליין,

אוייך ווייסט מען נישט צו זיי ועלן אפהאלטן אויך די ואס קריכן פון די בערג.
יישר כוח
בלייב נישט שטיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 244
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 10:53 am
x 1112

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך בלייב נישט שטיין »

יא סכנה נישט סכנה, די מדינה פילט נאר אן אחריות פאר די ערליכע אידן לגבי ונשמרתם.

אנדערע פארזאמלונגען דארף מען נישט מקיים זיין די מצוה פון ונשמרתם.

https://www.theyeshivaworld.com/news/is ... meron.html
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2778
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6813

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך הדסים »

פאר די ארץ ישראל'דיגע...
56e0f6b0-0c0b-464b-8326-9fb1aec43fb0.jpg
56e0f6b0-0c0b-464b-8326-9fb1aec43fb0.jpg (37.29 KiB) געזען געווארן 555 מאל
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 749
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1401

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך תורה ויראה »

דער איד דעילי

מדינת ישראל מיליטער ווארנט: כיזבאללא פּלאנירט צו אטאקירן מירון ה"י

מירון – די מדינת ישראל האט נעכטן פארגעזעצט צו פּרובירן נוצן די אנגייענדיגע מלחמה צושטאנד אפּצושרעקן מאסן אידן וועלכע לעכצן ארויפצוקומען קיין מירון צום אתרא קדישא ביומא דהילולא פון רבי שמעון בר יוחאי אום ל"ג בעומר.

די מיליטער האט געזאגט אין א פרישע ווארענונג אז זיי האבן באקומען שפּיאנאזש אז די כיזבאללא טעראר גרופּע אין לבנון גרייט זיך דורכצופירן דירעקטע ראקעטן אטאקעס אינעם טאג פון ל"ג בעומר, וועלנדיג שאפן מאסן פאטאליטעטן ה"י.

אריגינעל איז באריכטעט געווארן זונטאג אינדערפרי אז 3 צענטראלע געצוימטע הדלקות וועלן ערלויבט ווערן, אריינגערעכנט פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, אבער באזירט אויף די נייע שפּיאנאזש, וויל די מיליטער אויך אפּרופן דאס.

באזונדער זענען נעכטן געשטעלט געווארן בלאקאדעס אויף אלע שאסייען אין געגנטער וואס פירן קיין מירון, צו שטערן באסעס און אויטאס פון אהינפארן, אבער טויזנטער זענען שוין אין מירון און נאך טויזנטער ארבעטן אנצוקומען אהין.

די פּרואוון פון די מדינת ישראל אויטאריטעטן צו צעשטערן ל"ג בעומר ווערט אויפגענומען מיט ווייטאג, נאכדערצו אז היינט נאכט וועט פארקומען אין א סטאדיום 20 קילאמעטער ווייט פון מירון א גרויסע ספּארטס שפּיל מיט זערא צוימונגען.

כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3226
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13511

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך בודקע »

צו אלע וואס האבן געזאגט מדינה ארויף מדינה אראפ, ביטע נעמען א תהלים און מתפלל זיין אז אלע אידן וואס זענען געפארן קיין מירון זאלן אהיים קומען בשלום.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
אוועיטער
מלך בייוואז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 329
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
Location: אויפן טעלעפאון הערענדיג קול מבשר
x 199

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך מלך בייוואז »

געהרט אז די אטאקעס האבן זיך צרוק אנגעהויבן
איינער קען קאנפערמען?
מאך אידטיש שטארק נאכאמאל!
!Make Yidtish Great Again
!Hacer Excelene Yidtish Nuevamente
אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1774
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 4350

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך דעת קדשי »

מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 1:41 pm געהרט אז די אטאקעס האבן זיך צרוק אנגעהויבן
איינער קען קאנפערמען?
משטרה האט אפגעשטלט צענטראלע הדלקה/באיאן
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
מלך בייוואז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 329
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
Location: אויפן טעלעפאון הערענדיג קול מבשר
x 199

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך מלך בייוואז »

דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 1:45 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 1:41 pm געהרט אז די אטאקעס האבן זיך צרוק אנגעהויבן
איינער קען קאנפערמען?
משטרה האט אפגעשטלט צענטראלע הדלקה/באיאן
געהערט אז ער האט אנגעפאנגען פארן זמן אבער אפּגעשטעלט? איך גלייב שווער

מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 1:46 pm
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 1:45 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 1:41 pm געהרט אז די אטאקעס האבן זיך צרוק אנגעהויבן
איינער קען קאנפערמען?
משטרה האט אפגעשטלט צענטראלע הדלקה/באיאן
געהערט אז ער האט אנגעפאנגען פארן זמן אבער אפּגעשטעלט? איך גלייב שווער
כהאלט עס מיט לייוו ס'פארטיג
אפי' האטס געפוילט האט מען נישט געלאזט זינגען
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
מחפש שלווה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 268
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
x 931

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך מחפש שלווה »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 6:27 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 4:26 pm
aitch האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 4:19 pm

ביטע אנטשילדיגן, "אזוי פירט מען זיך אין נארמאלע לענדער"? אין קיין איין פלאץ באדייט נישט "סעיף" אז מ'מעג צעטרעטן אן אלטן איד אדער פאכענען מיט געווער. די "הילף" איז מער סכנה'דיג ווי די סכנה אליין.
רבי לעבן, דער איד האט נישט געהאט וואס צו זיכן דארט.
@aitch איז גערעכט אז מ'טוט נישט אזוי -עטליעסט, מ'דארף ווען נישט טון אזוי- אין נארמאלע לענדער צו אן עלטערן מענטש וואס איז נישט באגאנגען קיין ווייעלענט קריים.

אבער איך האב נישט גערעדט פון דעם, איך האב מיך באצויגן צו ס'איז אויסגעהאלטן אפצושפארן, די מיטלען איז שוין א זייטיגע נושא. און ביטע נישט רעדן קיין שטותים, פאכען מיט געווער איז נישט מער סכנה'דיג ווי א באמבע.

@מחפש שלווה דו ווייסט אז מ'לאזט נישט בויען קיין שעלטערס אדער שטעלסט זיך פאר אזוי?

יא איך ווייס ווייל מלאזט נישט די מדינה קער נעמען די מדינה האט אויך נישט געלייגט שעלטערס אין סאטמאר ביהמ''ד אויף רחוב יואל עס איז פשוט סימפעל די עוולה איז נאר אז די יעצטיגע מענטשן וואס פירן מירון פארוואס זיי האבן גארנישט געטון פאר די זיכערקייט פון די כלל ישראל וואס גייט צי ר שמעון
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1774
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 4350

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך דעת קדשי »

פיילס
IMG_7770.jpeg
IMG_7770.jpeg (47.88 KiB) געזען געווארן 380 מאל
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1978
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6922

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך Think and Thank »

מחפש שלווה האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 1:48 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 6:27 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 4:26 pm

רבי לעבן, דער איד האט נישט געהאט וואס צו זיכן דארט.
@aitch איז גערעכט אז מ'טוט נישט אזוי -עטליעסט, מ'דארף ווען נישט טון אזוי- אין נארמאלע לענדער צו אן עלטערן מענטש וואס איז נישט באגאנגען קיין ווייעלענט קריים.

אבער איך האב נישט גערעדט פון דעם, איך האב מיך באצויגן צו ס'איז אויסגעהאלטן אפצושפארן, די מיטלען איז שוין א זייטיגע נושא. און ביטע נישט רעדן קיין שטותים, פאכען מיט געווער איז נישט מער סכנה'דיג ווי א באמבע.

@מחפש שלווה דו ווייסט אז מ'לאזט נישט בויען קיין שעלטערס אדער שטעלסט זיך פאר אזוי?

יא איך ווייס ווייל מלאזט נישט די מדינה קער נעמען די מדינה האט אויך נישט געלייגט שעלטערס אין סאטמאר ביהמ''ד אויף רחוב יואל עס איז פשוט סימפעל די עוולה איז נאר אז די יעצטיגע מענטשן וואס פירן מירון פארוואס זיי האבן גארנישט געטון פאר די זיכערקייט פון די כלל ישראל וואס גייט צי ר שמעון

שוין פינף יאר וואס די מדינה טוט ככל העולה על רוחם אויפ'ן גאנצן בארג. זיי בויען און צואווארפן, גראבן און דעקן צו, לויט ווי עס שמעקט זיי. די איינציגסטע פלאץ וואס זיי האבן דערווייל נישט באוויזן איינצונעמען איז די בנין פונ'ם ציון זעלבסט.
צריכין פרנסה
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:51 pm
Location: שמים וארץ
x 104

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך צריכין פרנסה »

מי שיכול לראות את המחזות הנוראות האלו וחושב שהם לא אנטישמיים לפחות כמו הערביים הוא שוטה

https://www.breslevnews.net/wp-content/ ... %D7%93.mp4
אז דו זוכסט פרנסה, טא וואזשע גייסטע ליידיג די צייט?????.....
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3691
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12480

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך פופציגער »

צריכין פרנסה האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 3:43 pm מי שיכול לראות את המחזות הנוראות האלו וחושב שהם לא אנטישמיים לפחות כמו הערביים הוא שוטה

https://www.breslevnews.net/wp-content/ ... %D7%93.mp4
איך האלט קלאר אז די ציונים האסן פרומע אידן.

איך האלט אויך אז היי יאר איז מירון א געפאר. עכ"פ ווען ס'וואלטן געווען דארט צענדליגע טויזנטער אידן וואלט עס געווען א שרעקליכע געפאר.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2778
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6813

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך הדסים »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 3:46 pm
צריכין פרנסה האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 3:43 pm מי שיכול לראות את המחזות הנוראות האלו וחושב שהם לא אנטישמיים לפחות כמו הערביים הוא שוטה

https://www.breslevnews.net/wp-content/ ... %D7%93.mp4
איך האלט קלאר אז די ציונים האסן פרומע אידן.

איך האלט אויך אז היי יאר איז מירון א געפאר. עכ"פ ווען ס'וואלטן געווען דארט צענדליגע טויזנטער אידן וואלט עס געווען א שרעקליכע געפאר.
עגרי, גראדע רעדנדיג מיט א חבר דארט פארשטיי איך פון אים אז היי-יאר איז געווען פערפעקט צו פארן, נישטא קיין מיליאנען מענטשן, ס'איז דא גענוג אידן, ווער עס וויל באמת קומט אן, דערווייל נישטא קיין פאליציי, נישטא קיין נייעס סטאנציעס (קרעי האט אויסגעשטעלט [בכוונה צי נישט ווייס איך נישט] אז די גרויסע מידיא סטאנציעס זאלן נישט באקומען קיין רשות כניסה אין מירון), און דער עולם טאנצט א מחי'.

דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער און האלטן זיין רעכטע האנט.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
צריכין פרנסה
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:51 pm
Location: שמים וארץ
x 104

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך צריכין פרנסה »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 3:46 pm
צריכין פרנסה האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 3:43 pm מי שיכול לראות את המחזות הנוראות האלו וחושב שהם לא אנטישמיים לפחות כמו הערביים הוא שוטה

https://www.breslevnews.net/wp-content/ ... %D7%93.mp4
איך האלט קלאר אז די ציונים האסן פרומע אידן.

איך האלט אויך אז היי יאר איז מירון א געפאר. עכ"פ ווען ס'וואלטן געווען דארט צענדליגע טויזנטער אידן וואלט עס געווען א שרעקליכע געפאר.
ס'קען זיין א מקום סכנה ביז איבערמארגן.
זיי האבן גארנישט מיט דעם.

במשך די גאנצע מלחמה איז נישט געשעהן במשך א 24 שעה אזויפיל פצועים פון אן אטאקע פונדרויסן, אזויפיל ווי די 24 שעה פון ל''ג בעומר תשפ''ד, דאס איז קלאר?

דאן איז אויך געווען א מלחמה, און די טאג איז לכאורה געווען פון די בלוטיג'סטע טעג ה''י, ביודעי ומכירי קאמינא א (דאן) בחור וואס איז א געשעדיגטער אויף אייביג ה''י וד''ל

האסט א אידיש הארץ? צוערשט געב א שרייעדיג קרעכץ אויף דם ישראל שנשפך כמים, נישט דורך אראבער אדער דייטשן, נאר דורך אידישע קינדער רשעי עמינו!
אז דו זוכסט פרנסה, טא וואזשע גייסטע ליידיג די צייט?????.....
מחפש שלווה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 268
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
x 931

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך מחפש שלווה »

צריכין פרנסה האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 3:43 pm מי שיכול לראות את המחזות הנוראות האלו וחושב שהם לא אנטישמיים לפחות כמו הערביים הוא שוטה

https://www.breslevnews.net/wp-content/ ... %D7%93.mp4
עס איז זייער בארבאריש אבער כמעט אזוי פירט מען זיך אויך אויף ביי די פרייע פארטעסטען נישט ממש אזוי אבער אויך זייער נישט מעריב וועלטדיג מדינת ישראל איז א מיטל מיזרח קאנטרי אין פונקט ווי מען עסט דארט שארפע עסן אזוי אויך ווען פאלציי דארף אויסליידיגן א פלאץ טוט מען עס אויף א מיטל מיזרחשיע וועג
האלב פון די ווידיאס איז בארכטיגט פאלציי מעג שלאגן ווען איינער פאלגט נישט זייערע אנוויזאנגן אין מען מאכט ריאטען אפי' דא אין אמערקעי טיילט מען אויך מכות רצח ביי פארטעסטען
אין אוודאי איז דא געוויסע אקטן וואס האט נישט קיין שום היתר בעולם אז א פאלציי זאל זיך אזוי אויפירן אין דאס קומט פון די שרעקליכע שנאה וואס ליידער מען פלאנצט איין אין די פרייע
אין געדענק נאך איין זאך אז די אלע מענטשן וואס געפונען זיך אויפן שטח האב געטאן א קריים
די אייבערשטע זאל העלפן אז עס זאל שוין זיין שלום
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
אוועיטער
מלך בייוואז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 329
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
Location: אויפן טעלעפאון הערענדיג קול מבשר
x 199

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך מלך בייוואז »

אויב זיי מיינען סעפטי פארוואס שטעלן זיי אפ די ביאנע הדלקה? וואס האט עס מיט סעפטי?
מאך אידטיש שטארק נאכאמאל!
!Make Yidtish Great Again
!Hacer Excelene Yidtish Nuevamente
מחפש שלווה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 268
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
x 931

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך מחפש שלווה »

צריכין פרנסה האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 3:54 pm
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 3:46 pm
צריכין פרנסה האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 3:43 pm מי שיכול לראות את המחזות הנוראות האלו וחושב שהם לא אנטישמיים לפחות כמו הערביים הוא שוטה

https://www.breslevnews.net/wp-content/ ... %D7%93.mp4
איך האלט קלאר אז די ציונים האסן פרומע אידן.

איך האלט אויך אז היי יאר איז מירון א געפאר. עכ"פ ווען ס'וואלטן געווען דארט צענדליגע טויזנטער אידן וואלט עס געווען א שרעקליכע געפאר.
ס'קען זיין א מקום סכנה ביז איבערמארגן.
זיי האבן גארנישט מיט דעם.
זיי פירן די לאנד אין זאכן דארפן זיין סעיף

במשך די גאנצע מלחמה איז נישט געשעהן במשך א 24 שעה אזויפיל פצועים פון אן אטאקע פונדרויסן, אזויפיל ווי די 24 שעה פון ל''ג בעומר תשפ''ד, דאס איז קלאר?פעקט טשעק עס איז געווען 40 געשעדעגעטע פ''ד אין מירון ווען מירון איז ווען אפען וואלט געשען אפשר אסאך ערגער

דאן איז אויך געווען א מלחמה, און די טאג איז לכאורה געווען פון די בלוטיג'סטע טעג ה''י, נישט אמת ווי ערווענט ביודעי ומכירי קאמינא א (דאן) בחור וואס איז א געשעדיגטער אויף אייביג ה''י וד''לנישט אריינגעבן אזאכע קלאגעס סאו סך הכל אן אינאנמעס ניק אויף אידטיש זאגט אזוי אן קיין שום באווייז

האסט א אידיש הארץ? [color=#408000[/color]צוערשט געב א שרייעדיג קרעכץ אויף דם ישראל שנשפך כמים, נישט דורך אראבער אדער דייטשן, נאר דורך אידישע קינדער רשעי עמינו!
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
מחפש שלווה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 268
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
x 931

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך מחפש שלווה »

מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 4:04 pm אויב זיי מיינען סעפטי פארוואס שטעלן זיי אפ די ביאנע הדלקה? וואס האט עס מיט סעפטי?
וויל איראן האט אנגהויבן שיסן אין מען האט נישט געוויסט ווי זאכן גייען טראגן
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
צריכין פרנסה
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:51 pm
Location: שמים וארץ
x 104

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך צריכין פרנסה »

@פופציגער איך מאך א פשוט'ע חשבון

אויב וועט א איד, אדער גאר הונדערט אידן, גיין צו א פלאץ וואס איז אפשר א סכנה פון באמבעס (אביסל מער ווי אומאן) וואלסטו זיך ארומגעטענה'ט, לכאורה נישט.
ווייל יעדער קען מחליט זיין מיט זיין אייגענע בליק וואס איז מקום סכנה און וואס ער האט צו טוהן.
די גאנצע ויכוח איז ס''ה צו מדינת ישראל אלס רעגירונג האט א לעגעטים צו פארשפארן היי-יאר אלס אחריות, אדער באמת גייט זיי עס נישט אן.

רעב איד, די ציונים זענען רוצחים! די ציונים זענען רוצחים! מיינע אויגן האבן ליידער צוגעזען רציחות פון פאליציי וואס האבן גערצח'ט אידן, יא, גערצח'ט אידן, פארן קומען קיין מירון אונטער א ספק ספיקא פון א סכנה פון באמבעס פון די אראבער, וואס האט זיך געענדיגט מיט ודאי מערדערליכע רציחות פון אידן, געשפאלטן קעפ, צופליקט קערפערס. אנטשולדיגט פארן רעדן גראפיש, ווען איך זעה די בילדער פאר די אויגן רינען מיר טרערן, יא פשוט טרערן.

אויב איר האלט אז ס'איז א מקום סכנה דאן האט אייך קיינער נישט געבעטן צו פארן.
שטיין דא און מסביר זיין פארוואס ס'איז א מקום סכנה איז קיינעם נישט נוגע, חוץ אפשר געבן לעגעטימאציע פאר די רוצחים
אז דו זוכסט פרנסה, טא וואזשע גייסטע ליידיג די צייט?????.....
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3691
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12480

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך פופציגער »

צריכין פרנסה האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 4:12 pm @פופציגער איך מאך א פשוט'ע חשבון

אויב וועט א איד, אדער גאר הונדערט אידן, גיין צו א פלאץ וואס איז אפשר א סכנה פון באמבעס (אביסל מער ווי אומאן) וואלסטו זיך ארומגעטענה'ט, לכאורה נישט.
ווייל יעדער קען מחליט זיין מיט זיין אייגענע בליק וואס איז מקום סכנה און וואס ער האט צו טוהן.
די גאנצע ויכוח איז ס''ה צו מדינת ישראל אלס רעגירונג האט א לעגעטים צו פארשפארן היי-יאר אלס אחריות, אדער באמת גייט זיי עס נישט אן.

רעב איד, די ציונים זענען רוצחים! די ציונים זענען רוצחים! מיינע אויגן האבן ליידער צוגעזען רציחות פון פאליציי וואס האבן גערצח'ט אידן, יא, גערצח'ט אידן, פארן קומען קיין מירון אונטער א ספק ספיקא פון א סכנה פון באמבעס פון די אראבער, וואס האט זיך געענדיגט מיט ודאי מערדערליכע רציחות פון אידן, געשפאלטן קעפ, צופליקט קערפערס. אנטשולדיגט פארן רעדן גראפיש, ווען איך זעה די בילדער פאר די אויגן רינען מיר טרערן, יא פשוט טרערן.

אויב איר האלט אז ס'איז א מקום סכנה דאן האט אייך קיינער נישט געבעטן צו פארן.
שטיין דא און מסביר זיין פארוואס ס'איז א מקום סכנה איז קיינעם נישט נוגע, חוץ אפשר געבן לעגעטימאציע פאר די רוצחים
איר רעדט צום אומריכטיגן מענטש. איך בין נישט מחולק מיט אייך אז די ציונים זענען רוצחים.

מירון איז היי יאר א געפאר. דאס זאג איך. מיין רבי זאגט גראדע אויך אזוי.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
שרייב פאוסט