איך רעד נישט לגבי רופן די חברה אין דין תורה,הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 30, 2026 4:48 pm@עומד על תלת דו קריכסט צוריק צו וואס ס'וואלט געווען שיין צו טון, איך רעד צי ס'איז אויסגעהאלטן עפ"י שכל יענעם צו באשטראפן ווייל ער האט נישט צוגעשטעלט.
ברויכסט מיר נישט מסביר זיין וועגן מירון, כ'גלייב איך בין דארט געווען מער מאל ווי רוב תושבים דא, אבער כ'זע אז דו נישט, וואס הייסט מ'זאל נישט לאזן די ספרד'ישע פארקויפן זייערע זאכן דארט, ווער ביסטו איינצוטיילן? זיי זענען שוין תושבים דארט צענדליגער יארן איידער דער אמעריקאנער עולם איז אנגעקומען. ס'איז בערך ווי ער זאל פארפירן אז היתכן מ'פארקויפט ויואל משה'ס ביים ציון אין ק"י... עכ"ז האט מען די פרענקען שוין פארטריבן פון ממש ביים ציון און זייערע שחיטות זענען שוין נישט עפעס מיט וואס מ'באגעגנט זיך.
איך פרעג דיר נאכאמאל, דו ווייסט אז מ'האט נישט געלאזט בויען קיין ביהמ"ד, ביה"כ, און אנדערע צרכים אדער דו שטעלסט דיך פאר אזוי?
צי זיי האבן באצאלט פאר די שטחים דארט, ווענדט זיך ווער. אבער מיט אזעלכע טענות קענסטו ארויס טראסקען רוב תושבים אין אלטשטאט וואס האבן קיינמאל נישט באצאלט. חזקה איז א קנין עפי"ת, איה"נ ס'דארף זיין א חזקה שיש עמה טענה, אבער בניד"ד רעדט מען פון הפקר.
דאס אז די ישיבות האבן נישט געלאזט פארן האט מיט די פריצות וואס איז דארט פארגעקומען, אין גור איז מען קיינמאל נישט געפארן אויף מירון ל"ג בעומר, ביז תשפ"ג ווען אש דת האט זיי געניצט פאר סדרנים און מ'האט זיכער געמאכט אז ס'איז נישטא קיין תערובות.
שביל ר' דוב האט מיט די חזקות גארנישט געהאט, די אלע אינפראסטרוקטור איז געבויט געווארן במשך די יארן דורך מענטשן וואס האבן געטון לטובת הציבור ווען ס'איז נאך נישט געווען קיין פראצענט פון אזויפיל ל"ג בעומר געסט. מטעם המדינה האט דער בארג נישט עקזיסטירט ביז נישט אזוי לאנג צוריק און זיי האבן איגנארירט אלע פליכטן וואס ליגט אויף א לאנד, והנה זיי האבן זיך אויפגעוועקט, נו אדרבה זאלן זיי בויען נארמאלע וועגן און גאסן, איך האב נישט קיין טענות אז מ'האט מבטל געווען די הדלקות, ווי אזוי ווערן זיי אבער בעה"ב אויף די פריוואטע שטחים דארט? (און בעצם איז דאס אן אנגייענדע קריג מיט אסאך אראבישע מושבים, ווען די מדינה אנטזאגט זיך צו אנערקענען זייער עקזיסטענץ און די תוצאות זענען ענליך צו מירון ואכמ"ל.)
איך בין אויך נישט געווען ביים כותל אבער איך ווייס אז ס'איז דא דארט אפגעטיילט פלעצער פאר די רעפארמער, פאר די פרויען רעכטן וכל צרוע וזב. פארגעס נישט, עפעס וואס באלאנגט פאר דער רעגירונג איז אין די הענט פונ'ם בג"ץ צו באשליסן ווי אזוי ס'זאל אויסזען.
און דאס איז אלעס חוץ מזה אז מ'קען נישט אוועקנעמען יענעמ'ס חפצים וואס באלאנגען צו אים עפי"ת ווייל מ'וויל אויפטון, נניח אז זיי זענען הונדערט פראצענט שולדיג אין די פראבלעמען דארט, ס'איז דא א תורה וואס זאגט ווי אזוי זיך צו פירן.
איך האב עס געשריבן צעמישט און נישט על הסדר ואתכם הסליחה
איך רעד יעצט אויף בעיקר 4 זאכן,
1 צו איך האב מיטלייד מיט זיי אז זיי פארלירן זייער חזקות?
2 צו זיי זענען שילדיג אין דעים אז די מדינה (לויט זיי) מיז עס איבערנעמען?
3 צו מען קען אפי' פראבירן מסביר זיין פאר די אלגעמיינע קהילות זאלן העלפן עס זאל נישט אנגעקומען צו די מדינה?
4 צו זיי האבן א יד אין וואס איז פארגעקומען? ואכהמ"ל.....
אויף די שאלה צו זיי האבן געשטערט זיכער, מען האט זיך געשלאגן מיט הענט, מיט די ספרדישע הקדש צו לאזן לייגן א מחיצה....
פרעג דיר נאך וויפיל צרות זיי האבן אנגעמאכט,
יעצט ווען מען קימט צו מער אין שול בעטען געלט צו ראטעווען מירון, פון די רשעים בין איך צומישט.....