מדינת ישראל אין מלחמה

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29964

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

דער שטייט און עזה פאר א אינטערוויו
נישט קיין אנונג וואס ער זאגט
באט ער שימפט און שעלט מיט די 2 ביכער און די האנט
Screenshot_20231009_033318_Plus.jpg
Screenshot_20231009_033318_Plus.jpg (216.39 KiB) געזען געווארן 732 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29964

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

איראן סטראשעט אז אויב אמעריקע וועט זיי באמבאדירן וועט פליען קיין ארץ ישראל באמבעס פון איראן, יומאן, און פון לבנון
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29964

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

די מעיאר פון שדרות בעיט אז מזאל זיך אוועקלייגען עסען און וואסער און נישט ארויסגיין אויף די גאס, נאר בלייבען אינדערהיים.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29964

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

האלט שוין ביי 500 טויטע און עזה
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29964

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

איינוואוינער פין שדרות זאגן:
אונז האבען נישט קיין עלעקטעריק, וואסער, עסן, און קיינער רעדט נישט צו אונז
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29964

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

פינאנץ מניסטאר סמוטריץ רופט פאר א געמיינזאמע עמערדזשסי רעגריונג וואס נעמט אריין בעני גאנץ און אנדערע, אן סיי וועלכע תנאים
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4665
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6196

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך שמח »


תּוֹלְדוֹתָם נִשְׁפַּךְ דָּמָם עָלֶיךָ כַּמַּיִם


ערגסטע בלוט פארגליוורענדע כאמאס טעראר אינוואזיע אין מדינת ישראל מיט העכער 700 קרבנות רח"ל, 2,300 פארוואונדעטע, מייסטענס אידן, און 130 פארכאפּטע משכונות, מדינת ישראל דערקלערט קריג, יום תפילה היינט מאנטאג


י. ירושלמי
בשעת די שורות ווערן געשריבן (זונטאג אווענט, אסרו חג אין ארה"ק), האט נאך מדינת ישראל נישט ערנסט רעאגירט צום שאקירענדן און אומבאגרייפבארן שוידערליכע אבער ליידער העכסט דערפאלגרייכע - פון א כאמאס שטאנדפּונקט - טעראר אינוואזיע, וואס כאמאס האט פּלוצלינג אונטערגענומען שב"ק שמיני עצרת, אנגעפאנגען פון אומגעפער 6:34 פארטאגס, קעגן מדינת ישראל, אין לויף פון וועלכן הונדערטער שווער באוואפענטע כאמאס טעראריסטן האבען - אונטער א שלייער פון א קאארדינירטע אויסטערליש מאסיווע מיסיל און ראקעטן אטאקע פון טויזנטער ראקעטן אריין קיין מדינת ישראל - אויפגעריסן די מדינת ישראל עזה פּלויט ביי פינף פּונקטן, און זיך דארט אריינגעריסן קיין מדינת ישראל מיט א מורא'דיגן קראפט, אויסשפּרייטענדיג זיך אין פיל ארומיגע אידישע ישובים, וואס זיי האבען טיילווייז אדער גענצליך באהערשט פאר שעה'ן לאנג, און דערביי דארט ל"ע געמארדעט און פארוואונדעט טויזנטער אידן (און אויך להבדיל איינצעלנע בעדואינער און אויסלענדישע ארבייטער) רח"ל, און גענומען אומגעפער 130 אידישע משכונות, צווישן זיי אלטע לייט, ווייבער און קינדער, און אויך איינגענומען די מדינת ישראל עזה פארוואלטונג מיליטערישע קאמאנדע באזע (מפקדת אוגדת עזה), וועלכע איז בלויז באפרייט געווארן שפּעט מוצ"ש נאך בלוטיגע שלאכטן, מיט צענדליגער טויטע זעלנער און אפיצירן.

מער פון אנדערטהאלבן טאג איז שוין פארלאפן זינט'ן אנפאנג פון די אטאקע, און די גאנצע געגענט אין דרום, ארום עזה, איז נאך ווייט פון "ריין" פון די כאמאס טעראריסטן. מען איז נאך איצט באזארגט אז צענדליגער פון די טעראריסטן זענען נאך געבליבן אין געגענט, און האבען זיך דערווייל אויסבאהאלטן פון די מדינת ישראל קרעפטן, ווארטענדיג אויף א געלעגנהייט צו קענען ארויסקומען פון באהעלטעניש און פארזעצן זייער בלוטיגן מארד קאמפּיין, ה"י, אדער נייע טעראריסטן וואס האבען זיך גאר פריש אריינגעכאפּט קיין מדינת ישראל, דורך די העכער 15 אויפבראכן וואס זיי האבן אינצווישן אויפגעריסן, אינעם עזה מדינת ישראל פּלויט, וועלכע זענען מאמענטאל נאכנישט פארראכטן און פארשלאסן געווארן הערמעטיש. טאקע יעדע פּאר שעה הערט מען פון א פרישן אינצידענט פון טעראריסטן וואס האבען זיך באוויזן אויף די גאסען פון די אדער יענעם ישוב אדער שטאט, און שיסען אדער פּרובירן פארכאפּען משכונות, וואס צווינגט די גאנצע שטאט זיך צו פארשליסן אין די הייזער פאר שעות נאכאנאנד ביז די טעראריסטן ווערן פארניכטעט, אדער דער משכונות אינצידענט ווערט געלעזט.

דערווייל איז דאס גאנצע לאנד פארנומען מיט די שוידערליכע ציפערן וואס האלטן אין איין ארויסקומען און שטייגן, איבער די צאל טויטע און פארוואונדעטע רח"ל, וואס האלט שוין איצט ביי איבער 700 טויטע ה"י (97 פּראצענט דערפון אידן), און לויט געוויסע אינערליכע שאצונגען איז דאס נאך ווייט פונעם ענדע צאל, וועלכע גרייכט רח"ל צו העכער טויזענט אומגעקומענע (די צאל פון אלע אומגעקומענע אינאיינעם, אינעם צווייטן צוויי יאריגן אינטיפאדא, מיט די הונדערטער זעלבסטמארד און באס אטאקעס, ה"י), און העכער 2,300 פארוואונדעטע, מער 300 פון זיי קריטיש אדער גאר ערנסט צו'מזיק'ט, וואס זענען האספּיטאליזירט אין די צענטראלע איבערגעפולטע דרום ראיאן שפּיטעלער, "סאראקא" אין באר שבע, "קאפּלאן" אין רחובות, "ברזיליי" אין אשקלון, און "שמיר" מעדיקעל צענטער (געוועזענע אסף הרופא) אין באר יעקב. אומגעפער 130 פארכאפּטע משכונות, מייסטענס פון זיי ציווילע מענער ווייבער און קינדער, און אפילו עלטערע פרויען פון העכער 80 יאר, פון צווישן וועלכן כאמאס האט באשטעטיגט אז אומגעפער הונדערט פון זיי זענען פארכאפּט ביי זיי אין געפענגעניש, און ארום דרייסיג ביי דער איסלאמיק דזשיהאד טעראר באנדע.

אלס טייל פון די טעראר אינוואזיע, (און ווי מען דערוואוסט זיך יעצט, איז דאס גאר געווען איינע פון די געפּלאנטע צילען פון דער אטאקע, נאכדעם וואס כאמאס האט פון פריער געוואוסט איבער'ן געפּלאנטן שוואוילטאג פארזאמלונג בחיק הטבע דורכאויס די נאכט פון שמיני עצרת, אין וועלכן טויזנטער צולאזטע יוגענטליכע וועלן הוליען, שיכור'ן און רייכערן פארטייבענדע דראגס, בעיצומו של חג) זענען די שווער אויפגעריסטעטע טעראריסטן באפאלן דעם גרויסן הולטיי פארזאמלונג וואס איז פארגעקומען אינעם דערפל באַרי, ממש הארט קעגנאיבער די צוים מיט עזה (אזוי אז די טעראריסטן האבען פון זייערע פּאזיציעס אין עזה די גאנצע צייט געקענט מיטהאלטע מיט'ן פארשריט פון דער שוואוילטאג פארזאמלונג) מיט העכער צוויי טויזענט באטייליגטע, און האבן דארטן ברוטאל און קאלטבלוטיג געשאסן מאסן מענטשן (ווען א גרויסע טייל פון די באטייליגטע זענען זיך נישט צייטליך צולאפען טראץ די מאסיווע ראקעטן און מיסיל אטאקע, און דער שרעקליכער קלאנג פון מאסיווע שיסערייען, וואס זענען געקומען פון די אריינדרינגענדע כאמאס טעראריסטן, אבער זיי האבען גארנישט געהערט אדער געכאפּט, צוליב זייער שיכרות און בגילופונ'דיגע צושטאנד, ביז די טעראריסטן זענען שוין געשטאנען הארט נעבן זיי, און אן רחמנות געהאגעלט מיט טויזנטער קוילען, רח"ל), און די קרבנות ביי דער אטאקע אליין האלט שוין ביי העכער 260! און צו דעם נאך צענדליגער און מעגליך הונדערטער פארוואונדעטע, און נאך צענדליגער פארכאפּטע, וואס זענען אריינגעפירט געווארן קיין עזה.

אגב, ווערט אנגעצייכענט דורך געוויסע באאבאכטער, וועלכע ווייזען אן ווי מען זעט דער השגחה פּרטית און יד השם, אין דעם שרעקליכן "הסתר פּנים" פון די טויזנטער טויטע און פארוואונדעטע רח"ל, אז די איינציגע צוויי ישובים און דערפלעך אינעם אומגעגענט ארום עזה, אין וועלכן די טעראריסטן האבען נישט אריינגעדרינגען, און די דארטיגע איינוואוינער זענען געשיצט געווארן פון בלוטיגן איבערפאל, זענען, קיבוץ סער און קיבוץ אלומים, וועלכע זענען די איינציגסטע ישובים אין דער געגענט אין וועלכן די איינוואוינער היטן שבת, וואס מיינט אז די שוידערלכע אטאקע וועלכע איז פארגעקומען אום שב"ק, האט איבערגעהיפּט אויף דעם ישוב וואו דער שבת ווערט געהיטן מיט שטאלץ.

אגב, דער עלטערער אומרעליגיעזער קיבוץ אדער ישוב, ניר עוז (פון די עלטערע קיבוצים אין מדינת ישראל, געגרינדעט מיט קנאפּע 70 יאר צוריק), איז גענצליך פארניכטעט און צושטערט געווארן אין די אטאקע, אין וועלכן די טעראריסטן האבען אומגעברענגט צענדליגער, און פארוואונדעט נאך צענדליגער פון די קיבוץ איינוואוינער, און פארברענט א טייל פון די הייזער און קארס פון די דארטיגע איינוואוינער, און אויך פארכאפּט א טייל פון זיי, אזוי אז פון די העכער 400 איינוואוינער פון דארף זענען איצט בלויז געבליבן 160 פּליטים, וועלכע האבען נישט וואו צוריק צו גיין, און זענען דערווייל עוואקואירט געווארן קיין אילת.

דער גרעסטער שאק און אויפטרייסלונג איבער דער מאסשטאבליכער טעראר אינוואזיע, איז אהן קיין צווייפעל דער פאקט אז - אויסער דער אומפארשטענדליכער בלינדקייט און פארזעעניש פון דער "שטארקסטער מיליטערישער קראפט" אינעם מיטל מזרח, מיט די בעסטע שפּיאנאזש און זיכערהייטס דינסטן, וועלכע האט גארנישט געוואוסט אדער געשפּירט אז עפּעס ענליכעס גייט קומען, טראץ די אומצאליגע ווארענונגען און פאראויסזאגונגען פון אומצאליגע אנאליסטן און עקספּערטן - איז דער מדינת ישראל רעגירונג און מיליטער געכאפט געווארן אין טאטאלע שאק און איבערראשונג פון די אטאקעס, און האט נישט קאארדינירט קיין קאנטער אטאקע, און קאנטער אקציעס, צו באזיגן די טעראריסטן, און זיי באהערשן, כאטש טיילווייז, ביז שעות דערנאך, נאכדעם וואס דער עזה באטאליאן קאמאנדע באזע איז שוין געווען עטליכע שטונדען פארכאפּט דורך טעראריסטן, און די טעראריסטן האבען שוין אנגעיאגט צו ערמארדן הונדערטער, און א שרעקליכער פארקער פון טעראריסטן וואס קומען אריין קיין מדינת ישראל, און פון די וואס פארען ארויס מיט שלל פון פארכאפּטע משכונות צוריק קיין עזה, דורך די הפקר'דיגע אויפגעבראכענע גרעניץ טיילען.

זונטאג מיטאג האט דער מדינת ישראל קאבינעט דערקלערט קריג אויף כאמאס, און האט געמאלדן אז נאכדעם ווען דער דרום וועט גענצליך אויסגערייניגט ווערן פון די טעראריסטן, וועט מען פארזעצן מיט באשטראפן און פארניכטן דעם כאמאס רעזשים אין עזה, טראצדעם וואס שוין פון לאנג פריער האט מדינת ישראל אנגעפאנגען מיט א סיסטעמאטישן באמבארדירונג און פארניכטונג קאמפּיין, וואס האלט שוין אן העכער א טאג צייט, און ווערט שטארקער און מער אויסגעברייטערט יעדע שעה, און לויט אלע אנדייטונגען פּלאנט מדינת ישראל א פולע לאנד אינוואזיע אריין קיין עזה, מיט טויזנטער סאלדאטן און הונדערטער טאנקען און כלי זיין. פיר רעזערוויסט דעוויזיעס זענען געשיקט געוואָרן צו די גרעניץ, אין צוגאב צו צענדליגער פון פריער אנוועזענדע באטאליאנען, און מדינת ישראל האט דערווייל אפּגעשפּארט די עלעקטריצטעט קראפט קיין עזה. די מדינת ישראל עיר פארס האט באמבארדירט דורכאויס די לעצטע 36 שטונדען פילע מיליטערישע כאמאס צילן, הויפּטקווארטירן, פריוואטע טעראר קאמאנדירן רעזידענצן און פיר אפּאפּרטמענט הייזער אין כאמאס באנוץ.
גלייכצייטיג האט דער מדינת ישראל פּרעמיער נתני' – וועלכער איז אונטער א שרעקליכן דרוק פון אלע זייטן פאר דער וויסטער מיליטערישער און שפּיאנאזש דורכפאל - געזאגט אין א סטעיטמענט אז אלע בירגער דארפן זיך גרייטן פאר א פארצויגענע קריגס צושטאנד. דערווייל זענען ווי ערווענט שוין פאראן באשטעטיגטע העכער 700 אומגעקומענע מדינת ישראל בירגער! און איבער צוויי טויזנט דריי הונדערט פארוואונדעטע, צווישן זיי העכער 300 וואס זענען ערנעסט אדער קריטיש פארוואונדעט. און צווישן פאלעסטינער זענען דא מער ווי 500 אומגעקומענע.

געשאסן אויף מדינת ישראל, געצילט אויף סאודי אראביע

פון די ערשטע אנאליזן איז ארויסגעברענגט געווארן דער וויכטיגער פונקט, אז כאמאס האט זיך טאקע געוואלט אפרעכענען מיט מדינת ישראל, אבער עס איז געגאנגען מיט א טיפערן ציל ווי בלויז צעשמעטערן דעם ציוניסטישן שטאלץ אז זיי זענען אומבאזיגבאר. דא איז אויך געווען א וויכטיגער דיפּלאמאטישער חשבון, אונטערצוגראבן די באמיאונגען פון פּרעזידענט ביידען צו דערגרייכן עפּעס אן אפּמאך צווישן סאודי אראביע און מדינת ישראל, דערלאנגען פאר מדינת ישראל נישט בלויז א מיאוס'ן מיליטערישן זעץ, נאר אויך א ריזיגן דיפּלאמאטישן אנזעץ.

סאודי אראביע קען ארויסבאקומען פון אמעריקע געוואלדיגע הנחות און פארדינסטן אויב זי וועט דאס נאכגעבען פאר ביידען, אבער דער סאודיער קרוין פּרינץ ווייסט אז ער קען נישט אינגאנצן פארראטן די פּאלעסטינער, אויב ער וויל נישט ריזיקירן מיט זיין אייגענעם קעניגרייך, אדער גאר מיט זיין לעבן. דאס איז דערווייל געווען דער גרעסטער אפּהאלט צו א שליכטונג מיט מדינת ישראל, ווייל נתני' קען נישט געבן קיין הנחות וואס זאל פירן צו א פּאלעסטינער מדינה, ווילאנג ער איז אנגעוויזן אין זיין איצטיגע עקסטרעמיסטישע קאאליציע.
איצט אז כאמאס האט אריינגעשלעפּט מדינת ישראל אין א פרישע מלחמה, קען סאודי אראביע פארגעסן פון א ווייטערדיגע דערנענטערונג מיט מדינת ישראל, אויף א שיין ביסל צייט.

(מער אויספירליכע באריכטן און פרישע איינצעלהייטן אין "די צייטונג", מיטוואך צופרי אי"ה)
*
יום תפילה, היינט מאנטאג

דער ביד"ץ העדה החרדית האט דערקלערט א יום תפילה אויף דעם מאנטאג, מיט אמירת תהילים, אבינו מלכינו און די פאסענדע סליחות, לעורר זיין רחמי שמים


קרעדיט: ''די צייטונג''
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29964

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

פראנצוזישע אויסערן מניסטער יעצט אין א פרעסע קאנפרענץ: רופט צו חמאס זאל באלדיג באפרייען אלע משכונות אן קיינע תנאים.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29964

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

נאך פון עזה
[attachment=1]Screenshot_20231009_035232.jpg[/attachment][attachment=0]Screenshot_20231009_035235.jpg[/attachment]
פיילס
Screenshot_20231009_035235.jpg
Screenshot_20231009_035235.jpg (202.32 KiB) געזען געווארן 713 מאל
Screenshot_20231009_035232.jpg
Screenshot_20231009_035232.jpg (139.83 KiB) געזען געווארן 713 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29964

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

Screenshot_20231009_035148_Plus.jpg
Screenshot_20231009_035148_Plus.jpg (193.65 KiB) געזען געווארן 710 מאל
Screenshot_20231009_035142_Plus.jpg
Screenshot_20231009_035142_Plus.jpg (204.82 KiB) געזען געווארן 710 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29964

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

5 ארגענטינער בירגער זענען געהארגעט געווארן
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29964

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

5 טעראריסטן וואס האבן זיך באהאלטן און שדרות זענען געהארגעט געווארן
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29964

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

די מיליטער שאצט אז נאך 30 טעראריסטן דרייען זיך אויף די פריי
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29964

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

א גוטע נאכט
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1583

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

שכ'ח @ניקל פאר די באריכטן
ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו!!
ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די!!
פשוטער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 257
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
x 293

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך פשוטער איד »

ניקל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:09 am א גוטע נאכט
איר מיינט צו זאגן גוט מארגן
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 250
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 708

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך שוש אשיש »

Programming האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 1:43 am אז מען רעדט פון רוסלאנד - די שאקירנדע געלונגענע אטאקע מאכט טראכטן צי אפשר איז יד רוסלאנד באמצע, אין א פרואוו צו פארדינען עפעס אויפן פאליטישן שאך ברעטל (כ'קען נאר נישט אויספיגורן וואס)

(הגם לויט זייער טרעק רעקארד אין אוקריינע איז מסתבר אז עס האט נישט געהאט קיין שייכות מיט זיי... אבער עס לייגט זיך אויפן שכל אז דא זענען געווען פארמישט מער ווי סתם פאלנע פאלעסטינער יוגנטליכע)
די פאלאסטינער פארפאסן נישט קיין שאנס צו פארפאסן טשאנסן און דעם אראבער’ס טעמפער לאזט אים נישט זיצן שטיל און קאלט, יעדער מוז וויסן, אלעס מוז רודערן, נקמה קען נישט זיין דורעכגעטראכט.

ווער עס האט זיי געלערענט א פרק אין סבלנות און טכסיסי מלחמה איז לכאורה - לויט דרויסנדע עקשנות’דיגע קלאנגען- געווען איראן.
SOS
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 250
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 708

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך שוש אשיש »

4 אריינדרינגער אין צפון גרעניץ
SOS
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 250
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 708

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך שוש אשיש »

ממשרד ההסברה של חמאס בעזה: 72 בניינים נהרסו לחלוטין, 5,350 יחידות דיור ניזוקו חלקית. 7 מסגדים נהרסו ונגרם נזק ליותר מ-10 מסגדים נוספים (ספיר ליפקין).
SOS
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 250
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 708

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך שוש אשיש »

ניקל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 3:39 am דער שטייט און עזה פאר א אינטערוויו
נישט קיין אנונג וואס ער זאגט
באט ער שימפט און שעלט מיט די 2 ביכער און די האנט
Screenshot_20231009_033318_Plus.jpg
ער דאווענט אויף גשם.
של. אש.
SOS
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 750
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 1087

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך Yankel »

Lebanon does not wish to be drawn into the ongoing conflict between Israel and Hamas, Lebanese Prime Minister-designate Najib Mikati said Monday, according to state news NNA.

“We do not want Lebanon to enter into the ongoing war, and we are striving for that,” Mikati said in a meeting Monday with Lebanese Foreign Minister Abdullah Bu Habib, adding that part of the Lebanese government's priority was to "maintain security and stability in southern Lebanon."
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 750
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 1087

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך Yankel »

9 אמעריקאנע בירגער זענען באשטעטיגט צו זיין פון די אומגעקומענע
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 750
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 1087

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך Yankel »

פאקס ניוס האט שוין א מעשה
Weeks before Hamas terrorists carried out their assault on Israel--which they say Iran supported--Iran stated it would use the $6 billion in funds freed in a prisoner exchange deal with President Biden "wherever we need it."

Biden's administration has insisted that the $6 billion can only be used for humanitarian and infrastructure purposes, but critics have argued that the cash freed up other funds for Iran to spend on terrorism.

Iranian President Ebrahim Raisi told reporters in September that his regime plans to use the money "wherever we need it."

"This money belongs to the Iranian people, the Iranian government, so the Islamic Republic of Iran will decide what to do with this money," Raisi said at the time. "Humanitarian means whatever the Iranian people needs, so this money will be budgeted for those needs and the needs of the Iranian people will be decided and determined by the Iranian government."

Under the deal, Iran only has access to the funds through Qatar's central bank, and U.S. officials say the bank will ensure Iran only uses the funds for humanitarian purposes
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2005
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6936

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך מסתמא »

Programming האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 1:43 am אז מען רעדט פון רוסלאנד - די שאקירנדע געלונגענע אטאקע מאכט טראכטן צי אפשר איז יד רוסלאנד באמצע, אין א פרואוו צו פארדינען עפעס אויפן פאליטישן שאך ברעטל (כ'קען נאר נישט אויספיגורן וואס)

(הגם לויט זייער טרעק רעקארד אין אוקריינע איז מסתבר אז עס האט נישט געהאט קיין שייכות מיט זיי... אבער עס לייגט זיך אויפן שכל אז דא זענען געווען פארמישט מער ווי סתם פאלנע פאלעסטינער יוגנטליכע)
אקוראט אזוי! אזוי האבעך געשריבן אויף אייוועלט מיט א קאנספיראציע דיסקלעימער אבער נאכאלס איז עס געפלויגן פון דארטן.. יעצט גיי שרייב עס איבער..
סאיז בלי ספק אפילו איניציאטירט און אין גרויס טייל פלאנירט דורך רוסלאנד. די רגלים לדבר פארוואס רוסלאנד האט א יד דא און וואס זיי האבן צו פארדינען אי"ה פאר א צווייטע מאל.

נאכאמאל גארנישט פאראנזיק בלויז מיין אינטואישאן און קאלקיולעישאנס. דערווייל א גראבע קאנספיראציע.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 750
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 1087

Re: מדינת ישראל מלחמה -חרבות ברזל- שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך Yankel »

לויט באריכטען טרייט קאטאר צו אויסהאמערען אן ארעסטאנטען אויסטויש אפמאך
ווי אויך זענען וויירשיינליך אויך דא אמעריקאנע בירגער צווישען די פארכאפטע וואס חאמאס האט געטראגען קיין עזה
שרייב פאוסט