► Show Spoiler
בודקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 23, 2026 2:26 pm
אנשי שלומינו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 23, 2026 12:42 pm
בודקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 23, 2026 12:38 pm
כ'וואלט געזאגט אז ס'ווענדט זיך מיט וועלכע קאליר ברילן מ'ליינט עס.
וואס האסטו געליינט דארט מער פון וויפיל די האסט געוואוסט ביז היינט באמת??? אישי איז אויך גוט.,,,
איינס, אז די ירושה ליגט אין א ווערהאוז אונטער אויפזיכט פון ביידע צדדים.
צוויי, אז האדמו"ר מהרי"י האט זיך נישט באנוצט דערמיט דורך די יארן.
דריי, והוא העיקר, אז זאכן וואס מ'האט געשמועסט דערפון, אבער נישט געווארן קאנפירמד דורך קיינעם, ווערט דא קאנפירמד אויף יא אדער אויף ניין.
און צום לעצט, אז א מאגאזין קען באשרייבן אזא זאך, וואס קוקט אויס זייער קאנטראווערסיאל, אן טרעטן אויף קיינעם פון די צוויי זייטן.
איינס און צוויי איז שוין געשטאנען אין דער ירושה חפיצים טעמע א לאנגע צייט צוריק, נאר איך בין געוואויר געווארן פארוואס און ווי אזוי מ'האט עס אוועקגעטראגן פונ'ם בוידעם.
עומד על תלת האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 23, 2026 2:28 pm
נישט צו ברענגען קיין היץ, נאר אל'ס שאלה
די מנורה פון רביה"ק זצ"ל, איז נישט קיין חלק פון די ירושה,
האדמו"ר מהר"יי ניצט עס.
אויך געשטאנען אין יענער טעמע, די מנורה באלאנגט פאר פערלמוטער, און האדמור מהריי ניצט עס עטליכע טעג חנוכה.
ווי אזוי ער האט עס באקומען איז מיר נישט באקאנט, און דאס איז געווען נאך א זאך וואס כ'האב נישט געכאפט ביז'ן ליינען מאמענט וויפיל זאכן גייען יעצט ווערן קאמפליצירט. מענטשן וואס האבן באצאלט פול-פרייז פאר געוויסע חפיצים ווערן יעצט געוואויר אז ס'איז גארנישט אזוי גלאטיג.
_____
@אנשי שלומינו איך ארבעט נישט פאר מאמענט, אבער דיין שטומפיגקייט דא שרייט אויף די העכסטע טענער.
צופעליג די אינטערוויו מיט האדמו"ר ממרכז וויזניץ איז געווען אין שטיבל (פאר זיי האב איך אויך קיינמאל געארבעט), און כפי ידיעתי איז עס געווען א לענגערע שמועס. היבש לענגער פון וואס ס'איז געדרוקט געווארן.