אמממ...קוקן פאזיטיוו האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 22, 2026 2:02 pmסגארנישט זיי רעדן נישט צו קיינעם
סתם א מנחם גאלד ארטיקל
זיי האבן נישט געהאט א דעקל די וואך
האבן זיי דעיס געמאכט
קודם, צום אלעם ערשט, די ארטיקל איז געשריבן געווארן דורך מערערע שרייבערס, און יא, מנחם גאלד איז איינע פון זיי.
צווייטנס, אין פאקט האט מען גערעדט צו די סאמע העכסטע אין ביידע סאטמארע חצירות, אין דעם איז אריין גערעכנט 'קינדער' און אייניקלעך פונעם רבי'ן ז"ל.
און יא, טראץ וואס מ'האט געדארפט שניידן אסאך מפני הכבוד פון ביידע חצירות, און זיך צו צושטעלן צו זייערע פארלאנגן, איז אריין אין דעם ארטיקל טעג און נעכט פון ארבעט.
און צום לעצט, מאמענט גייט זיך האלטן צו די העכסטע דזשורנאליסטישע סטאנדארטן, און נישט ארויס געבן מיט וועם זיי האבן גערעדט, אויף די פארלאנג פון די מיט וועם מ'האט גערעדט.