אלעס ארום ברסלב

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 356

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך שמות »

מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:36 pm
שמות האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:31 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:25 pm

איר האט עס געזעהן ????????????????????????????????????????????????????????????????????????
איך פרעג ווייל איך ווייס אז נישט !
אין דבר כזה !
דאס וואס איך האב געזען איז גענוג און נאך.
טמא ומטמא ליידער.
גארנישט גענוג אין נאך אין די ווידיאס זעהט מען גארנישט ווייל עס איז דא פארקערטע אויך
איך טענה נישט אז איך האב נישט געזעהן איך זאג אז די !! האסט נישט געזען !
ווייל מען קען גארנישט נעמען קיין אינפא פון די ווידיא
וואס הייסט פארקערט? א שטאט טומאה קדושה?
א בחינה ווי די קב הישר מיטן טלית?

מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:34 pm
זלמעלע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 4:01 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 3:41 pm
פאר ווער סוויל וויסן קען עס דורך טאן אז די גאנצע מעשה קעגן די רב האט נישט קיין שום האפט ליידער זענען געווען ערענסטע מענטשן אין די מערכה וואס די בתי דין האבן זיי געגלייבט
סאו ווען א מעשה איז נישט אמת וואס קען יעדער אליינס מברר זיין מעג מען גיין צי די מענטש אבער עס איז דא א פראבעלם אז למעשה האט בי''ד ארויסגעגבן אן איסור צי גיין צי עם סאו האט בי''ד געפסקנט פאר א יחיד אז מען מעג יא ודו''ק
ווי רביה"ק האט געזאגט אז מרשיע צדיק און מצדיק רשע גייען אייביג געקניפט צוזאמען
וואס רשע ווען רשע מען האט גענומען א איד אן עובד' ה' זיין וועזן איז נאר רחניות תפילה תורה וכו' יעצט על צד אז עס איז אמת ח''ו איז ער א רשע ?? איר זענט אויך א רשע ווייל איר האט אויך עובר געווען אן עבירה ? עס איז דא אזא זאך אז למעשה האט ער אן עדה אין מען דארף עס אפשטעלן סאו אויף וואס בי''ד האט געטון אין זיי האבן געמיינט אז עס איז אמת הכרשתי אבער רשע ?? ער איז דורך געפאלן איז וואס ? אידשקייט רעליגעי קען מען תשובה טאן !!! עס איז נישט אז מען רעדט דא פון א ליידעגייער ! לכל הדעות ליגט די איד אגאנצע טאג אין רוחני סאו וועגן לאמיר זאגן ער איז דורך געפאלן ווערט ער א רשע ??
לכאורה נישט קיין רשע נאר קראנק און קען זיך נישט העלפן.
מחפש שלווה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 207
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
x 796

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מחפש שלווה »

שמות האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:44 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:36 pm
שמות האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:31 pm
דאס וואס איך האב געזען איז גענוג און נאך.
טמא ומטמא ליידער.
גארנישט גענוג אין נאך אין די ווידיאס זעהט מען גארנישט ווייל עס איז דא פארקערטע אויך
איך טענה נישט אז איך האב נישט געזעהן איך זאג אז די !! האסט נישט געזען !
ווייל מען קען גארנישט נעמען קיין אינפא פון די ווידיא
וואס הייסט פארקערט? א שטאט טומאה קדושה?
א בחינה ווי די קב הישר מיטן טלית?
איר האט זיך יעצט ארויסגעבן אז איר האט נישט געזען די ווידאס .. נעקסט טיים וואטש וואס די שרייבסט סארי איך מיין נישט פערזענליך
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 356

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך שמות »

מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 6:00 pm
שמות האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:44 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:36 pm
גארנישט גענוג אין נאך אין די ווידיאס זעהט מען גארנישט ווייל עס איז דא פארקערטע אויך
איך טענה נישט אז איך האב נישט געזעהן איך זאג אז די !! האסט נישט געזען !
ווייל מען קען גארנישט נעמען קיין אינפא פון די ווידיא
וואס הייסט פארקערט? א שטאט טומאה קדושה?
א בחינה ווי די קב הישר מיטן טלית?
איר האט זיך יעצט ארויסגעבן אז איר האט נישט געזען די ווידאס .. נעקסט טיים וואטש וואס די שרייבסט סארי איך מיין נישט פערזענליך
טאקע נישט געזען אלע. הודאות בעל דין?
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1796
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6253

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Think and Thank »

מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:36 pm
שמות האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:31 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:25 pm

איר האט עס געזעהן ????????????????????????????????????????????????????????????????????????
איך פרעג ווייל איך ווייס אז נישט !
אין דבר כזה !
דאס וואס איך האב געזען איז גענוג און נאך.
טמא ומטמא ליידער.
גארנישט גענוג אין נאך אין די ווידיאס זעהט מען גארנישט ווייל עס איז דא פארקערטע אויך
איך טענה נישט אז איך האב נישט געזעהן איך זאג אז די !! האסט נישט געזען !
ווייל מען קען גארנישט נעמען קיין אינפא פון די ווידיא

ר' איד, איר דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט צו לייקענען א מילתא דגלוי ועומד! איך האב נישט געוואלט קוקן אויף די ווידעאוס ווייל איך קוק געווענליך נישט אויף קיין פרעמדע פרויען, אבער מיין ב"ב האט עס יא געזען און יא, עס איז קלאר אז ער טוט איסורים דאורייתא בעניני עריות ברבים.

און דיין טענה אז ס'דא פארקערטע ווידעאס דערמאנט מיר פון די אויסטויש צווישן וועלוול פעלדמאן און יעקב יוסף לאנגזאם:
פעלדמאן: איך קען ברענגען צען מענטשן וואס האבן געזען ווי די גנב'עסט.
לאנגזאם: און איך קען ברענגען הונדערט מענטשן וואס האבן נישט געזען ווי איך גנב'ע!

כ'מיין אז עס איז ממש א עקסטרעמע זעלטנהייט אז אזא ברייטע קרייז פון אנערקענטע בתי דינים זאלן ארויסקומען קעגן א מענטש פערזענליך און זאגן אז עס איז דא אויף אים שמוץ (נישט עניני דיעות וכדומה) אן קיין איין הכחשה אדער הבהרה נאכגעפאלגט. צו זאגן אז די גאנצע זאך איז להד"ם דארף מען זיין זייער, זייער בלינד פארגלייבט אין אים.
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 411
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 538

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טיר »

מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:34 pm
זלמעלע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 4:01 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 3:41 pm
פאר ווער סוויל וויסן קען עס דורך טאן אז די גאנצע מעשה קעגן די רב האט נישט קיין שום האפט ליידער זענען געווען ערענסטע מענטשן אין די מערכה וואס די בתי דין האבן זיי געגלייבט
סאו ווען א מעשה איז נישט אמת וואס קען יעדער אליינס מברר זיין מעג מען גיין צי די מענטש אבער עס איז דא א פראבעלם אז למעשה האט בי''ד ארויסגעגבן אן איסור צי גיין צי עם סאו האט בי''ד געפסקנט פאר א יחיד אז מען מעג יא ודו''ק
ווי רביה"ק האט געזאגט אז מרשיע צדיק און מצדיק רשע גייען אייביג געקניפט צוזאמען
וואס רשע ווען רשע מען האט גענומען א איד אן עובד' ה' זיין וועזן איז נאר רחניות תפילה תורה וכו' יעצט על צד אז עס איז אמת ח''ו איז ער א רשע ?? איר זענט אויך א רשע ווייל איר האט אויך עובר געווען אן עבירה ? עס איז דא אזא זאך אז למעשה האט ער אן עדה אין מען דארף עס אפשטעלן סאו אויף וואס בי''ד האט געטון אין זיי האבן געמיינט אז עס איז אמת הכרשתי אבער רשע ?? ער איז דורך געפאלן איז וואס ? אידשקייט רעליגעי קען מען תשובה טאן !!! עס איז נישט אז מען רעדט דא פון א ליידעגייער ! לכל הדעות ליגט די איד אגאנצע טאג אין רוחני סאו וועגן לאמיר זאגן ער איז דורך געפאלן ווערט ער א רשע ??
פאר די מערכה האט זיך אנגעהויבן אויף אים ווען ס'איז נאכנישט געווען באקאנט פונקטליך זיינע מעשים טובים האט מען גערעדט צו אים אין געבטן טו תשובה גיי אויף א פלאץ ווי מ'קען דיר נישט לאז אפ דיינע חסידים, אין אזוי גייט מען פארשווגאן די גאנצע זאך והכל המקומו יבא בשלום, למעשה איז געפארן קיין פלארידע יענע טעג אין מ'האט געמיינט אז ער גייט פאלגן, והנה נאך די הייליגע טעג זעט אויס אז ער זיך נישט געקענט איינהאלטן איז געפארן אויף אייראפע אין די חסידים זענען געקומען צו פארן אויף א מאסיווע פארנעם כאילו לא היה, נישט דאר דאס נאך וואס האט אנגעהויבן שטינקען אויפן גאס וזה אומר בכה וזה אומר בכה איז נישט מער אין נישט ווייניגער אנגעהויבן ארויסקומען ווידעא וואס ער טוט דארט באותו זמן ואכמ"ל
איך האב גראדע א חבר וואס איז געווען א בחור דעמאלט פאר פאן איז ער אהין געפארן ער האט מיר פארציילט מעשיות וואס אי אפשר לעלות על הכתב וואס ער האט אליינס צו געזען, איך שרייב סתם דא צו אויפווייזן וועלכע נידעריגע מענטש מ'רעדט וואס האט נאכנישט געטראכט פון תשובה בכלל, אבער די ערשטע זאך איז ער זאל אפלאזן זיינע חסידים ער איז א סכנה פאר די מענטשהייט
בית יעקב
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 3:43 pm
x 13

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בית יעקב »

ס'איז מיר א פלא אז די מציאות איבער די נושא איז נאך בכלל א וויכוח.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2670
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6331

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך הדסים »

מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:34 pm וואס רשע ווען רשע מען האט גענומען א איד אן עובד' ה' זיין וועזן איז נאר רחניות תפילה תורה וכו' יעצט על צד אז עס איז אמת ח''ו איז ער א רשע ?? איר זענט אויך א רשע ווייל איר האט אויך עובר געווען אן עבירה ? עס איז דא אזא זאך אז למעשה האט ער אן עדה אין מען דארף עס אפשטעלן סאו אויף וואס בי''ד האט געטון אין זיי האבן געמיינט אז עס איז אמת הכרשתי אבער רשע ?? ער איז דורך געפאלן איז וואס ? אידשקייט רעליגעי קען מען תשובה טאן !!! עס איז נישט אז מען רעדט דא פון א ליידעגייער ! לכל הדעות ליגט די איד אגאנצע טאג אין רוחני סאו וועגן לאמיר זאגן ער איז דורך געפאלן ווערט ער א רשע ??
אט איז דער קאץ ארויס פון זאק.

ראשית, ווי אנדערע האבן שוין אנגעוויזן, איז עס נישט קיין "לאמיר זאגן", צופיל אנערקענטע רבנים האבן אונטערגעשריבן אז ס'איז אמת. רבנים קענען געוויס מאכן א טעות, אבער ביי א מילתא דגלוי וידוע לכל, עפעס וואס יעדער קען אליין זען, איז זייער שווער אז זיי זאלן מאכן א טעות.

שנית, אידישע רעליגיע קען מען תשובה טון, אבער דער בעל תשובה זאל נישט האלטן אז כל גדולי ישראל נגדיו כקליפת השום, ער זאל זיך מתעטף זיין בשקו ותעניתו און זיך מצער זיין אויפ'ן חילול השם נורא ואיום וואס איז דורך אים ארויסגעקומען. איך וואלט געזאגט אז ער זאל זיך אויך ענטזאגן פונ'ם רבנות, אבער דו וועסט אודאי ענטפערן אז אין כדוגמתו וכו', אבער לייקענען דברים הידועים לכל? ענטפערן אז ער מעג עפ"ל? היש לך חילול השם גדול מזה?

ווייל ער האט אן עדה דארף מען עס אפשטעלן? ווייל ער באניצט זיך מיט'ן תורה קארטל דארף מען אים פארדאמען, ווייל דער חילול השם איז געווען שרעקליך אז א איד וואס לפנים ליגט ער אין רוחניות טוט אזאנס דארף מען עס אפשטעלן.

עניוועי כ'האב עפעס נישט די ווערטער, מעיבי נעקסט טיים.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 847
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1737

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך צווייטער »

wow' וואסערע נושאים די אשכול קען אלס פארטראגן...
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1796
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6253

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Think and Thank »

צווייטער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2026 11:12 am wow' וואסערע נושאים די אשכול קען אלס פארטראגן...

די עכטע ווייטאג איז וואסערע געמיינהייט טייל טוען אלס אפ אונטער די נאמען ברסלב, וואס אויסער די חילול השם איז עס משפיל די כבוד פון הרה"ק מברסלב זי"ע אין די אויגן פון מענטשן וואס מיינען נעבעך אז יענעמ'ס מעשים האבן א שייכות מיט ברסלב.
און א באזונדערע ווייטאג איז ווי ערליכע, קלוגע יונגעלייט גייען אין די לענג און אין די ברייט צו פארטיידיגן יענעם אויסוואורף, אלעס ווייל ער איז זיך מתעטף בטלית שכולה ברסלב.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2255
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7934

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מסתמא »

מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:34 pm וואס רשע ווען רשע מען האט גענומען א איד אן עובד' ה' זיין וועזן איז נאר רחניות תפילה תורה וכו' יעצט על צד אז עס איז אמת ח''ו איז ער א רשע ?? איר זענט אויך א רשע ווייל איר האט אויך עובר געווען אן עבירה ? עס איז דא אזא זאך אז למעשה האט ער אן עדה אין מען דארף עס אפשטעלן סאו אויף וואס בי''ד האט געטון אין זיי האבן געמיינט אז עס איז אמת הכרשתי אבער רשע ?? ער איז דורך געפאלן איז וואס ? אידשקייט רעליגעי קען מען תשובה טאן !!! עס איז נישט אז מען רעדט דא פון א ליידעגייער ! לכל הדעות ליגט די איד אגאנצע טאג אין רוחני סאו וועגן לאמיר זאגן ער איז דורך געפאלן ווערט ער א רשע ??
ווייסעך נישט פונקטליך. לכל הדיעות רעדט מען פון א משוגע המתנהג כמשוגע לכל דבר. געמיינט האט מען אז סאיז א הייליגע סארט משוגע כמו שמצינו אצל הנביאים וכו' שטעלט זיך ארויס נאכאמאל און נאכאמאל אז מאז שפסקה הנבואה מישראל איז משוגע פלעין משוגע ולא יותר. און אנשטאט צו לערנען א לקח אוועקצושטיין כמתחוי קשת פון די אלע וואס פירן א פארריקטע התנהגות לויפט מען זוכן א צווייטן קוקו וועמען צו רופן קדוש. רבותי בער*לאנדס בראך ליגט נאך אין די טעג ווען ער האט כלומרשט געהייסן ערליך, פון א קוקו שטייט מען אוועק! אזא התנהגות איז רויטע לעקטערס אפילו בלי שום גביית עדות וכו'. לעולם יהא אדם, קודם ווייז מיר א מענטש. ווען סאיז מעשה מלאך ווייסטו נישט וואו דו טרעטסט און 99.9 מאל וועסטו טרעפן א פאלנער משוגענער. איך בין גרייט צו פארפאסן דעם צדיק הדור כל ימי חיי אויב איז ער פון די 00.1 פראצענט אנשטאטן זיין א טועה בתוהו לא דרך און נאכלויפן משוגעים און שגעון ווי כאילו שם נמצא אלופו של עולם. דער אויבערשטער רוהט ביי נארמאלע מענטשן המתנהגים מוכתר בנימוס ודרך ארץ תפארת לעושיה ותפארת מן האדם. אלץ דזשענעראל כלל, עט ליסט ביי מיר, דער אויבערשטער רוהט אויסדריקליך נישט ביי ציבוזשעוועטע צופראסקעטע אומסדר אום'מסודר אוממענטשליך וכו' וכו' עס ליגט דארט גארנישט חוץ חולי נפש און יסורי דמיון
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
מחפש שלווה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 207
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
x 796

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מחפש שלווה »

איך האב געהאט נישט ריכטיגע אינפא איך האב דורך געטאן אביסל די נושא אבער למעשה האב איך נעכטען מער דורך געטאן די נושא אין איך צי איך צירוק וואס כהאב געזאגט חוץ בנועגע תשובה טאן טעתי והשם הטוב יכפר
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
איין מינוט
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 11:45 pm
x 17

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך איין מינוט »

מחפש שלווה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2026 1:24 pm איך האב געהאט נישט ריכטיגע אינפא איך האב דורך געטאן אביסל די נושא אבער למעשה האב איך נעכטען מער דורך געטאן די נושא אין איך צי איך צירוק וואס כהאב געזאגט חוץ בנועגע תשובה טאן טעתי והשם הטוב יכפר
יעצט אנגעקומען צום טעמע, איך האב אסאך געוואלט שרייבן, הייתי שם טאקע בתקופה פון די מערכה, זיך געדרייט און גערעדט מיט אלע חברה, און נאכדעם זיך גע'טענה'ט און געשלאגן מיט אלע חולקים, ליידער איז דאס אמת ויציב.

איך מוז באגריסן די גבורה פון א איד צו קומען זאגן טעיתי, און אזוי ארום אויך אפגעהאלטן דעם טעמע פון פארן מער שמוציג ווי עס איז שוין.

על כסאו לא ישב זר ולא תחללו שם כבודו
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3641
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4505

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 2:15 am ר‘ יואל רוטה: וואס איז די ברסלב‘ע אשת חיל?

גיב אים איבער אז מען מעג זינגען געהעריג זמירות אפילו מיט א פילע שטוב קינדער. אויב איינער איז הונגעריג אדער מיד דארף מען זיך רעכענען אבער זיין שפראך איז ליצנותדיג
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3026
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6780

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פשוט און גראד »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 11:25 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 7:59 pm הער איך אז איינער האט זיך מתנדב געווען איבער צו טייטשען ליקוטי מוהר"ן אויף אידיש.

אשרי לו!!
כ‘האף אז ער הייבט אן מיט די קלענערע תורות
סיי ס'איז גרינגער פארן שרייבער, און סיי דער ציבור וועט זעהן די אור!

כ'בין מקנא זיין זכות
פון אנפאנג על הסדר
א בחינה ווי ארטטסקרול

גאר א שיינע ארבעט
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 400
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 1114

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

פשוט און גראד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 23, 2026 12:25 am
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 11:25 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 7:59 pm הער איך אז איינער האט זיך מתנדב געווען איבער צו טייטשען ליקוטי מוהר"ן אויף אידיש.

אשרי לו!!
כ‘האף אז ער הייבט אן מיט די קלענערע תורות
סיי ס'איז גרינגער פארן שרייבער, און סיי דער ציבור וועט זעהן די אור!

כ'בין מקנא זיין זכות
פון אנפאנג על הסדר
א בחינה ווי ארטטסקרול

גאר א שיינע ארבעט
יישר כח פאר די אפדעיט!

עס וועט זיכער זיין א שיין פאר אסאך אסאך אידן וואס זוכן צו פארשטיין דעם הייליג ספר.
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 400
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 1114

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2026 11:59 pm
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 2:15 am ר‘ יואל רוטה: וואס איז די ברסלב‘ע אשת חיל?

גיב אים איבער אז מען מעג זינגען געהעריג זמירות אפילו מיט א פילע שטוב קינדער. אויב איינער איז הונגעריג אדער מיד דארף מען זיך רעכענען אבער זיין שפראך איז ליצנותדיג
איך זע נישט וואו דו האסט געטראפן ליצנות. ער זאגט דעיס וואס דו שרייבסט. מען דארף זיך רעכענען מיט די שטוב.
איך קען חשוב‘ע אידן וואס בענטשן שנעל שבת ביינאכט ווייל די חתונה געהאטע קינדער ארבעטן שווער א גאנצע וואך און זענען מיד... און ער זעצט זיך זינגן די איבעריגע זמירות מיט זיין בחור וואס איז פיין אויסגערוהט. (אויב ווילסט דווקא די נאמען ווייל דו גלייבסט מיר נישט קענסטו מיר פרעגן פריוואט) די נקודה איז דאס וואס ער זאגט.

נ. ב: געב אים איבער אז מען מעג וכו‘...
שוין לאנג נישט געהערט דעי לענגוויטש
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3641
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4505

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 1:06 am איך זע נישט וואו דו האסט געטראפן ליצנות.
פאר מיך קוקט אויס זיין שפראך ליצנותדיג. די וועג וויאזוי ער רעדט פון ווארימקייט צו אידישע זאכן
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 1:06 am ער זאגט דעיס וואס דו שרייבסט. מען דארף זיך רעכענען מיט די שטוב.
אבער ער זאגט עס מיט א ביטול
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 1:06 am איך קען חשוב‘ע אידן וואס בענטשן שנעל שבת ביינאכט ווייל די חתונה געהאטע קינדער ארבעטן שווער א גאנצע וואך און זענען מיד... און ער זעצט זיך זינגן די איבעריגע זמירות מיט זיין בחור וואס איז פיין אויסגערוהט. (אויב ווילסט דווקא די נאמען ווייל דו גלייבסט מיר נישט קענסטו מיר פרעגן פריוואט)
אונז זענען אויף די זעלבע פעידזש אין דעם
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 1:06 am די נקודה איז דאס וואס ער זאגט.
מיין נקודה איז וויאזוי ער זאגט עס
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 1:06 amנ. ב: געב אים איבער אז מען מעג וכו‘...
שוין לאנג נישט געהערט דעי לענגוויטש
עס האט מיך געבאדערט זיין שפראך
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
קראכמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 10:54 pm
x 107

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך קראכמאל »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 2:15 am ר‘ יואל רוטה: וואס איז די ברסלב‘ע אשת חיל?

שוין געווען אמאל דא קליפס, וואו מען זיצט וואכן פאר ראש השנה און מען חזר'ט מיטן עולם די ברסלב'ע נוסח... פארוואס ראש השנה מוז מען דוקא זינגען די וואהלינע-ברסלבע תנועות, נאר יענץ איז ברסלב'ע נוסח....????

וצריך עיון גדול.
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 400
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 1114

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

קראכמאל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 11:46 am

מען מוז בכלל נישט. פשוט דאס איז די נוסח און ס'איז סאך א שענערע נוסח און ער וויל יעדער זאל קענען דאווענען צוזאמען.

אגב דאגב, לויטן טרעק רעקארד, אויב וואלט ער ווען געזינגען די סאטמארע נוסח וואלטן אסאך ברסלבע געשריגן אז ער איז אפילו נישט ברסלב...

(4 ???? איז גענוג?????)

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:24 pm

נישט די סאטמארע וואלטן געשריגן, נאר די ברסלב'ע האבן אזוי געשריגן אלע יארן אויף הרה"צ ר' שמשון שווארץ'ס מנין וואס האבן געדאווענט אויף די סאטמארע נוסח, אז ס'איז נישט ברסלב....

קראכמאל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 1:45 pm

גענוי דאס שרייב איך...
און ר‘ שמשון מיט זיין קנאות און סאטמארע נוסח וכו‘ איז ער דען נישט געווען ברסלב?.. נאר ווייל ער האט נישט געזינגן די נוסח און נישט געדאוונט כל ימי חייו אין קלויז?..
זעמיר אויף איין פעידזש.
אוועיטער
איש ציון
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:09 am
x 469

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך איש ציון »

זלמעלע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 4:49 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 4:42 pm
זלמעלע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 4:01 pm

ווי רביה"ק האט געזאגט אז מרשיע צדיק און מצדיק רשע גייען אייביג געקניפט צוזאמען
מיינסט צו זאגן אז די דיינים געשריבן א שארפע פסק אויף אפערזאן מיט אקהילה (כמיין אז לכה"פ צענדליגע יארן איז נישט געשריבן געווארן אזא פסק אין קיין בי"ד שבעולם)
און נאכדעם זיי זענען געוואר געווארן אז ס'פאלש, אבער דאך האבן זיי נישט צוריקגעצוייגן? עס איז דאך (לשיטתך) אזא מין רשעות וואס נישט דערהערט געווארן אין דער וועלט
די עיקר סיבה פארווס בי''ד איז ארויסגעקומען איז וועגן געוויסע צידרייטע בערלאנדיסטן האבן אנשטאט אויפווייזן אז מעשה איז שקר וכזב האבן זיי אנגהויבן שרייען אז א די רב איז העכער ווי די תורה רח''ל אין דאס האט געטריגערט בי''ד צי ארויסקומען אזוי שארף
יעצט דאס וואס די שרייבסט אז עס איז רשעות ווייס איך דיר נישט וואס צי זאגן האדמו''ר מתורת מתו''ח האט באקומען א היתר פון בי''ד צי גיין דארט סוא על כרכך מיז זיין אז זיי גלייבן אז עס איז נישט אמת סאו אז די האלטס אז עס איז רשעות קענסטו אנרופן די בי''ד אין זיי לאזן א הודעה קולי ...
א. די "צידרייטע" זענען פון די הויכע שישקעס דארטן, ווי עס רעקארדירט.
ב. ב"ד האבן געזעצען אויף דעם א לאנגע תקופה נאך און נאך דיונים, און בערלאנד אליין האט טאקע געוואלט שרייען חי וקים דיינע טענות ממש, און ב"ד האבן קלאר געשריבן אז ס'נתברר געווארן א. אז גענוג שמוץ איז קלאר באשטעטיג אלס היה ונברא, ב. און זיי האבן מברר געווען אז די טענות אז "א צדיק מעג און דארף טאן די ערגסטע עבירות" (רח"ל) קומט נישט נאר פון "זייטיגע געוויסע צידרייטע", וכנ"ל.

ביזערוויל האסט נישט געברענגט מיטאמאל זכר לראיה אז ב"ד האבן עפעס געזאגט פאר אדמו"ר מתו"ח, איז א שאד די טינט צו דן זיין איבער דעם.
איר שרייבט פאקטן און ברענגט נישט קיין ראיות, זאג איך אייך אז האדמור מתורת חכם איז געגאנגען דארט ברשות בית דין. פינטל.
אוועיטער
איש ציון
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:09 am
x 469

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך איש ציון »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2026 12:40 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:34 pm וואס רשע ווען רשע מען האט גענומען א איד אן עובד' ה' זיין וועזן איז נאר רחניות תפילה תורה וכו' יעצט על צד אז עס איז אמת ח''ו איז ער א רשע ?? איר זענט אויך א רשע ווייל איר האט אויך עובר געווען אן עבירה ? עס איז דא אזא זאך אז למעשה האט ער אן עדה אין מען דארף עס אפשטעלן סאו אויף וואס בי''ד האט געטון אין זיי האבן געמיינט אז עס איז אמת הכרשתי אבער רשע ?? ער איז דורך געפאלן איז וואס ? אידשקייט רעליגעי קען מען תשובה טאן !!! עס איז נישט אז מען רעדט דא פון א ליידעגייער ! לכל הדעות ליגט די איד אגאנצע טאג אין רוחני סאו וועגן לאמיר זאגן ער איז דורך געפאלן ווערט ער א רשע ??
ווייסעך נישט פונקטליך. לכל הדיעות רעדט מען פון א משוגע המתנהג כמשוגע לכל דבר. געמיינט האט מען אז סאיז א הייליגע סארט משוגע כמו שמצינו אצל הנביאים וכו' שטעלט זיך ארויס נאכאמאל און נאכאמאל אז מאז שפסקה הנבואה מישראל איז משוגע פלעין משוגע ולא יותר. און אנשטאט צו לערנען א לקח אוועקצושטיין כמתחוי קשת פון די אלע וואס פירן א פארריקטע התנהגות לויפט מען זוכן א צווייטן קוקו וועמען צו רופן קדוש. רבותי בער*לאנדס בראך ליגט נאך אין די טעג ווען ער האט כלומרשט געהייסן ערליך, פון א קוקו שטייט מען אוועק! אזא התנהגות איז רויטע לעקטערס אפילו בלי שום גביית עדות וכו'. לעולם יהא אדם, קודם ווייז מיר א מענטש. ווען סאיז מעשה מלאך ווייסטו נישט וואו דו טרעטסט און 99.9 מאל וועסטו טרעפן א פאלנער משוגענער. איך בין גרייט צו פארפאסן דעם צדיק הדור כל ימי חיי אויב איז ער פון די 00.1 פראצענט אנשטאטן זיין א טועה בתוהו לא דרך און נאכלויפן משוגעים און שגעון ווי כאילו שם נמצא אלופו של עולם. דער אויבערשטער רוהט ביי נארמאלע מענטשן המתנהגים מוכתר בנימוס ודרך ארץ תפארת לעושיה ותפארת מן האדם. אלץ דזשענעראל כלל, עט ליסט ביי מיר, דער אויבערשטער רוהט אויסדריקליך נישט ביי ציבוזשעוועטע צופראסקעטע אומסדר אום'מסודר אוממענטשליך וכו' וכו' עס ליגט דארט גארנישט חוץ חולי נפש און יסורי דמיון
כ'פארשטיי דיינע דיבורים, אבער עס איז א שטיקל א פראבלעם, כלל ישראל האט אין די לעצטערע דורות געהאט אסאך אזוינע חידושים, ממילא איז דא א מקום צו טועה זיין.

פאר אלע וואס גיין מיר אראפרייסן, כ'האב נישט קיין שום דעה בנוגע הרב ברל-נד, כ'שפיר סך הכל אז כ'בין נישט מחוייב צו גלייבן די לשון הרע אויף אים, און זיכער וויל איך נישט שטיצן משפחת חשין מיט זייערע מערכות.
אוועיטער
איש ציון
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:09 am
x 469

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך איש ציון »

טיר האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 9:42 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 5:34 pm
זלמעלע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 4:01 pm

ווי רביה"ק האט געזאגט אז מרשיע צדיק און מצדיק רשע גייען אייביג געקניפט צוזאמען
וואס רשע ווען רשע מען האט גענומען א איד אן עובד' ה' זיין וועזן איז נאר רחניות תפילה תורה וכו' יעצט על צד אז עס איז אמת ח''ו איז ער א רשע ?? איר זענט אויך א רשע ווייל איר האט אויך עובר געווען אן עבירה ? עס איז דא אזא זאך אז למעשה האט ער אן עדה אין מען דארף עס אפשטעלן סאו אויף וואס בי''ד האט געטון אין זיי האבן געמיינט אז עס איז אמת הכרשתי אבער רשע ?? ער איז דורך געפאלן איז וואס ? אידשקייט רעליגעי קען מען תשובה טאן !!! עס איז נישט אז מען רעדט דא פון א ליידעגייער ! לכל הדעות ליגט די איד אגאנצע טאג אין רוחני סאו וועגן לאמיר זאגן ער איז דורך געפאלן ווערט ער א רשע ??
פאר די מערכה האט זיך אנגעהויבן אויף אים ווען ס'איז נאכנישט געווען באקאנט פונקטליך זיינע מעשים טובים האט מען גערעדט צו אים אין געבטן טו תשובה גיי אויף א פלאץ ווי מ'קען דיר נישט לאז אפ דיינע חסידים, אין אזוי גייט מען פארשווגאן די גאנצע זאך והכל המקומו יבא בשלום, למעשה איז געפארן קיין פלארידע יענע טעג אין מ'האט געמיינט אז ער גייט פאלגן, והנה נאך די הייליגע טעג זעט אויס אז ער זיך נישט געקענט איינהאלטן איז געפארן אויף אייראפע אין די חסידים זענען געקומען צו פארן אויף א מאסיווע פארנעם כאילו לא היה, נישט דאר דאס נאך וואס האט אנגעהויבן שטינקען אויפן גאס וזה אומר בכה וזה אומר בכה איז נישט מער אין נישט ווייניגער אנגעהויבן ארויסקומען ווידעא וואס ער טוט דארט באותו זמן ואכמ"ל
איך האב גראדע א חבר וואס איז געווען א בחור דעמאלט פאר פאן איז ער אהין געפארן ער האט מיר פארציילט מעשיות וואס אי אפשר לעלות על הכתב וואס ער האט אליינס צו געזען, איך שרייב סתם דא צו אויפווייזן וועלכע נידעריגע מענטש מ'רעדט וואס האט נאכנישט געטראכט פון תשובה בכלל, אבער די ערשטע זאך איז ער זאל אפלאזן זיינע חסידים ער איז א סכנה פאר די מענטשהייט
אזוי אייידל אין שיין אראפ צולייגן י.ט. חשין'ס טעראר... ברוך השם עס איז שוין נישט נוגע, ער מיט די גאנצע משפחה האבן שוין כמעט נישט קיין השפעה אויף ברסלב.
איין זאך איז קלאר, זיי האבן באגראבן אסאך גוטע זאכן אין ברסלב. ווען איך בין געקומען לערנען קיין ארץ ישראל, איז די השפעה פון ברסלב געווען ריזיג, יעדער צווייטער בחור איז געווארן א ברסלבער, געווען דעמאלט א בית מדרש אור הצדיק, וואס האבן געמאכט לייט פארן רבי'ן.
איז אנגעקומען די מערכה, אין צוגרינד געלייגט די פלאץ, אנשטאט זיין פארנומען מיט'ן רבי'ן, איז מען געווארן פארנומען טאג און נאכט צו רעדן ניבול פה בהיתר... מען האט פארגעסן פון די רבי אינגאנצען, נאר געווען איין זאך ב-ר-ל-נ-ד. גיי ווייס, אפשר וואלט איך אויך געווארן א ברסלב'ער...
שרייב פאוסט