מחפש שלווה האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 21, 2026 5:34 pm
וואס רשע ווען רשע מען האט גענומען א איד אן עובד' ה' זיין וועזן איז נאר רחניות תפילה תורה וכו' יעצט על צד אז עס איז אמת ח''ו איז ער א רשע ?? איר זענט אויך א רשע ווייל איר האט אויך עובר געווען אן עבירה ? עס איז דא אזא זאך אז למעשה האט ער אן עדה אין מען דארף עס אפשטעלן סאו אויף וואס בי''ד האט געטון אין זיי האבן געמיינט אז עס איז אמת הכרשתי אבער רשע ?? ער איז דורך געפאלן איז וואס ? אידשקייט רעליגעי קען מען תשובה טאן !!! עס איז נישט אז מען רעדט דא פון א ליידעגייער ! לכל הדעות ליגט די איד אגאנצע טאג אין רוחני סאו וועגן לאמיר זאגן ער איז דורך געפאלן ווערט ער א רשע ??
אט איז דער קאץ ארויס פון זאק.
ראשית, ווי אנדערע האבן שוין אנגעוויזן, איז עס נישט קיין "לאמיר זאגן", צופיל אנערקענטע רבנים האבן אונטערגעשריבן אז ס'איז אמת. רבנים קענען געוויס מאכן א טעות, אבער ביי א מילתא דגלוי וידוע לכל, עפעס וואס יעדער קען אליין זען, איז זייער שווער אז זיי זאלן מאכן א טעות.
שנית, אידישע רעליגיע קען מען תשובה טון, אבער דער בעל תשובה זאל נישט האלטן אז כל גדולי ישראל נגדיו כקליפת השום, ער זאל זיך מתעטף זיין בשקו ותעניתו און זיך מצער זיין אויפ'ן חילול השם נורא ואיום וואס איז דורך אים ארויסגעקומען. איך וואלט געזאגט אז ער זאל זיך אויך ענטזאגן פונ'ם רבנות, אבער דו וועסט אודאי ענטפערן אז אין כדוגמתו וכו', אבער לייקענען דברים הידועים לכל? ענטפערן אז ער מעג עפ"ל? היש לך חילול השם גדול מזה?
ווייל ער האט אן עדה דארף מען עס אפשטעלן? ווייל ער באניצט זיך מיט'ן תורה קארטל דארף מען אים פארדאמען, ווייל דער חילול השם איז געווען שרעקליך אז א איד וואס לפנים ליגט ער אין רוחניות טוט אזאנס דארף מען עס אפשטעלן.
עניוועי כ'האב עפעס נישט די ווערטער, מעיבי נעקסט טיים.