דער שידוכים אינפארמעישן מענאפאלי

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
דער טויגליכער
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 24, 2026 1:29 pm
Location: א"י
x 33

דער שידוכים אינפארמעישן מענאפאלי

פאוסט דורך דער טויגליכער »

בס"ד
דער מאמע קלאגט אז זי האט פאלוירן אירע געטרייע העלפער. דער אינגערמאן לאזט אפ אלע זיינע גרויסע ביזנעסער און ער מאכט הכנה אויף דער סיגיות און מקצועות וואס מ'גייט אי"ה אדורכהארעווען . דער בעלי בתים פרייען זיך אז זייער קביעות'דיגע היכלי התורה ווערן צוריק ליידיג און געשמאק. דער משגיחים זעצן זיך צוזאם אויסצוארבעטן דער בעסטע תקנות כדי צו האלטן זייערע לעכטיגע תלמידים אין דער ראמען. דער מגידי שיעור זענען דאך שפיץ פארנומען זיך פארציקוקן דער סיגיות,

ווייל ס'קומט א קנאקעדיגע זמן, בעזר השם יתברך.

אונזערע עלטערע בחורים קענען נישט ווארטן צוריק ציפארן קיין א"י. ניין, נישט ווייל מ'גייט דארטן מסיים זיין ש"ס.

ווייל דער בין הזמנים טעג זענען פאר זיי אסאך צו שווער.

ליבע אידן, דער בחור – הגם אז דער פארגאנגענע האלבע יאר קוקט ער שוין ארויס אזוי אויף בין הזמנים טעג האפנדיג אז דעמאלסט גייט זיין אן עת מצוא צו טרעפן זיין באשערטן, וויל שוין אבער אזוי שטארק צוריקקומען (הגם אז ער האלט זיך אויף לענגע ווי ראש חודש, איז עס נישט מרצונו הטוב, נאר ענדערש צוליב דער אויבערדערמאנטע סיבה).

ער איז אן ערנסטע בחור וואס זיצט און לערנט, דער אלע לשה"ר וואס ווערט געזאגט אויף דער בחורים וואס לערנען אין א"י איז פאר אים גענצליך פרעמד. דער פרעשור אבער, וואס ער גייט דורך איז דאך ממש אין לשער ואין לתאר.

פון דער מינוט וואס מ'וויקלט זיך איין אין א טלית, איז אריינקומען שבת ויו"ט אין ביהמ"ד ביי פסוקי דזמרה (און ווייטער) קיין פראבלעם נישט, ער דארף דאך גיין הכנות. דער בחור איז דאך פרעה אוודאי;

~ אז ער טראגט שוין א שטיקל ברוינע פעל אויפן קעפעלע זיינע, מעג ער זיך שוין אנפאקן ביי קדישים. דער בחור וואס קייט איידל א שטיקל ספאנדזש קעיק איז דאך אן אוממענטש, ער וועט חלילה נישט עסן זיין שוויגער'ס נארהאפטיגע מאכלים ווייל ער איז שוין זאט;

~ דער אויסדערוועלטע אינגערמאן קומט אן מיט זיין גרויסן קיעלע בייטל אין ביהמ"ד האט ער אודאי דער רעכט אביסעלע צו פאברענגען און פלאטשקענען אין מקוה. דער בחור אבער, ווערט באשושקעט דורך גוטע אידן, כ'מיין, מרעדט דאך צו דער בחורים אין כתה ט' אז א מקוה טאר נישט געדויערן לענגער ווי 8 מינוט;

~ דער אינגערמאן דרייט זיך ארום אינעם שטח ביהמ"ד וגלילותיה און פראוועט גאר געשמאקע דזשאוקס אויפן ציהל צו קענען ארויסשנארן א ציגארעטל – וכדי לציין אז ער הייסט א געשמאקע אינגערמאן. דער בחור הסבלן פאקט מען סוקסעספול אין דער שטילע שאורטקאטס ביים גרויסן זינד פון כאפן א ציגארעטל – ה"י, ער וועט דאך שטארבן ביי דער 25 און איבערלאזן א שטוב מיט 12 יתומים, געוואלד;

~ דער בחור מוז דאך אודאי גיין פארפאקט און פארבינדן אינעם שוויציגן וואלענעם רעקל, טאמער נישט איז ער דאך ממש א קל. אבער נאכן טרעפן א באשערטע גייט מען דאך אפן און ליפטיג. וואס דען, זי זאל יעדן טאג דארפן פארנייען פולע קנעפלעך?!

דער משלים זענען דאך ענדלאז, דער מציאות איז קלאר.

מורי ורבותי! ס'קומט א רעוועלאציע! א מאסיווע אויפוואכונג!

ווי יעדער איינער פארשטייט, זוכט יעדער בחור א כלה און יעדער מיידל א חתן. לדאבונינו איז אבער געווארן אז דער אבי הכלה איז מיטן ידו על העליונה,משא"כ דער לעכטיגע בחור הצדיק שאין לו חוץ מד' אמות של הלכה,איז ידו על התחתונה.

קומענדיגע בין הזמנים גייט זיין דער רעוועלאציע!

איז אזוי. פון עטליכע טעג ביפאר דער בחורים קומען אהיים, גייען זיך דער בעלי בתים נעמען.

~ דער בחורים גייען זיצן אין דער היכלי התורה און זיך צוקיקן וויפיל שעה דער בעה"ב לערנט עכט און וויפיל ער שמועסט וכדו';

~ דער בחורים גייען זיך ארומדרייען צווישן דער שיערי תורה און זעהן צו דער בעה"ב האלט עכט מיט, אדער דרימלט ער איידל אדורך דעם שיעור – און ווערט אינגאנצן עמאשענעל ביים סיום;

~ דער בחורים גייען איידערלעהייט מיט א באנטש דרך ארץ צוגיין צום בעה"ב און אים פרעגן זיין נאמען, ביי וועמען ער און זיין טאטע זענען א איידעם אא"וו;

~ מיט א געניטער אויג גייט דער בחור אריינפיפן אין דער שווארצן עסקעלעיט, און זעהן צו דער תורה וגדולה בעה"ב האט זיינע כלים טאקע נאר לצורך פרנסה, אדער פאר נאך עטליכע אנדערע "וויכטיגע" ענינים אויכעט;

דער בעלי בתים גייען זיך דארפן אהערשטעלן אין דער חודש. לייגן דער ציצית אויפן העמד, דער גארטל על מקומו – נישט קיין נפק"מ וויפיל פונט ער וועגט, עפענען א חסידיש ספר, שאקלען ביים דאווענען, טיילן צדקה, נישט זיין פארנומען מיט פאליטיק, ועוד ועוד בעז"ה.

ווען דער בעה"ב וועט אהיימקומען ביינאכט נאך א שווערע טאג און ארויסגיין צו זיין פרייווערט פארטש\בעק-יארד און כאפן א ציגארעטל, וועט זיין טאכטער – דער כמעט כלה ארויסגעקומען, מיט יארמעלעכען געוויינערייען אז דער שכן וועט אים זעהן רייכערען און איבערגעבן פאר דער בחורים, אוי, וואספארא פחד.

~ סך הכל. דער מענאפאלי גייט ליגן ביי דער בחורים.~

טייערע בעלי בתים, עטס קענסט שוין יעצט אנהייבן צו שרייבן ביטערע בריוון פאר חדש ימינו כקדמ'דיגע פארלאנגען פאר דעמאלסט. אבער אן א קלארע שלום פלאן גייען זיך דער בחורים נישט ברעכן!

בשירות טובות! שמחות ביי יעדעם איינעם "לייכטערהייט און געזינטערהייט"!
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1728
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2865

Re: דער שידוכים אינפארמעישן מענאפאלי

פאוסט דורך טיפע טאשן »

:lol:
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3618
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4451

Re: דער שידוכים אינפארמעישן מענאפאלי

פאוסט דורך אנדערער »

:lol: :lol: :lol: וואו ביסטו געווען 25 יאר צוריק?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
סקעפטישער
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 29, 2026 5:46 am
x 8

Re: דער שידוכים אינפארמעישן מענאפאלי

פאוסט דורך סקעפטישער »

א ביטער געלעכטער, דיינע ווערטער זענען אזוי צום זאך!, נאדיר א לייק...
שרייב פאוסט