כ‘האב געזאגט אז איך פארשטיי נישט. נישט אז עס באדערט מיר..צדיק נסתר האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 8:15 pmאיך פארשטיי נישט וואס עס באדערט דיר אז מען באשרייבט די נ נח סעקטע?פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 7:37 pm די ארטיקל אין מאמענט איז געווען גאר א גוטע ארבעט
פארשטייט זיך אז יעדע זאך קען מען פארברייטערן, און ס‘אייביג דא פלאץ פאר די ליינער צו זוכן אליין די איבריגע. כ'בין נאר נייגעריג ווער דער שרייבער איז...
און וועמען פאלט ביי אז זיי זאלן באשרייבן רב בערלאנד? סיריעסלי? זיי זאלן האבן קאפוויי פאר גארנישט? איך פארשטיי נאר נישט פארוואס מען דערמאנט די נ נח סעקטע. אוודאי רב אודסר איז געווען א צדיק, אבער ס‘דאך ארויסגעקומען אזא ליצנות דורך זיי, וואס פעלט אויס עס צו דערמאנען אלץ חלק פון ברסלב?
אין ברסלב האבן זיך געדרייט במשך די יארן אלע סארטן אידן, אדער ווי מ‘רופט זיי נשמות.
און אין די אלטע היים איז געווען באוואוסט אז נאר די גראדע תמימות‘דיגע האבן זיך דערהאלטן, נישט די וואס זענען געווען ביזי מיט ויכוחים און אויפווייזן וכו‘.
נאך א חידוש, ס‘די ערשטע מאל כ‘ליין אז וויענער רב שליט"א זאל האבן אויסגעדרוקט פערזענליך קעגן ראש ישיבה. עכ”פ וואס מענטשן זאלן וויסן.
אסאך ארגינעלע ברסלב'ע באדערט למשל אז מען באשרייבט די היכל הקודש/ראטה סעקטע, און האלטן אז זיי זענען אויך נשמות...
מיך באדערט אסאך אנדערע זאכן וועגן די אזוי גערופענע ‘ארגינעלע‘. אבער ביידע עגרי מיר אז פון נ נח איז נישט ארויסגעקומען קיין שיינע נאמען אויף רבי נחמן. @וויענער חסיד האט אבער א פוינט אז שרייבנדיג אויף א פלאטפארמע פון נישט ברסלבע ליינער קאווערט מען אלעס. כ‘פארשטיי דעיס.