Re: די ענד!!!!!!!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1946

Re: די ענד!!!!!!!

פאוסט דורך ווינטעלע »

מיט א קלארע גינעראלישע מעסעדש האב איך ארויף געלייגט א קאמפלעצירטע מיסיע אויף מיין באליבטע פעידער,
מיט דעם האלבן בלונק אויף צירוק האט ער מיר געלאזט וויסן אז ער איז העכסט גרייט עס אויסצופורן!

מיט דעם פולסטען געטריישאפט האט זיך מיין פעדער גענומען אויסשפייען דאס רינעדיגע געפארב פין זיך, אויף א שניי ווייסע פאפיר.

מיט א רואיגקייט האט ער אויסגעצורה'עט דינע קליינטשיגע שווארצע אותיות.

מיט יעדע סקונדע פאראויס איז באשאפן געווארן א נייע אות.
אות נאך אות פאלט אראפ אויפן גלאטען פאפיר, יעדע מיט זיין אייגען געבוי.

יעדע אות באזונדער מאכט זיך באקוועם אויף זיין נייע וואוינארט,
מיט די צייט איז פון די תמימיתדיגע אותיות ארויס געוואקסן פשוטע ווערטער.

שטיקער ווערטער הייבן אן אימשילדיג באפאלן דעם געביגעלטן פאפיר... ווען פליצלונג הייבן אן ארויס שיינען שיינע שורהליך פון ווערטער.

ווען מיטאמאל זעהט זיך אן פון די דינע שורהליך א תוכןדיגע זאץ.
ווען די זאצן הייבן זיך אן צוזאם שטעלן ווערט פלוסיג געבוירן א ווערדפילע ארטיקעל.
עס נעמט נישט צו לאנג אז פון די ארטיקלען קימט ארויס א אויג פארבלענדענישע פארטיגע בוך.

אינזער נייע צוזאמענגעשטעלטע דיקע בוכעל כאפט מיין שווארץ אפעלע, מיט די אויג פארכאפטע קארלירפאל הארטע דעקעל.
מיט א שטייפע זיכערע געפיהל נעם איך עס אין הענט, צו כאפן א בליק צו מיין פעדער האט טאקע געטון א געלונגענע ארבעט אין דעם צאמגענימענע בלעטער.

מיין מחשבה צעשמייכעלט זיך בשעתן עפענען די ערשטע קריספי אנגעפילטע בלעטעלע,
ווי נאר מיינע אויגן פארן אראפ שורה נאך שורה ווערט מיין גאנצע נפש אריין געווארפן אין די נארוואס פארפאסטע ארטיקלען.. די דראמע לאזט נישט נאך... איך בין געווארן א חלק פין די מעשה... מיין לב האט פארשנעלערט זיין קלאפעריי ארבעט, איך שטיי מיט א פארכאפטע אטעם און אימגעדילדיג פאר די פרייליכע ענדע פון די מעשה,
איך האלט שוין ביים לעצטע בלאט אבער איך טרעף מיך נאך אין א ים פון דרעמאטישע שורהליך, איך בין שוין צירוק ביים הארטען דעקעל, איך זיך די ענדע... אבער גארנישט...
די אימשילדיגע איד איז נאך פארכאפט, די שלעכטער זיצט נאך אויפן שטוהל אין לאנד, און דאס קליין קינד וויינט נאך מיט רחמנות צו קענען זען זיין טאטע...!


מיט א ראיגע נערוועיזקייט נעם איך מיין פעידער אין האנט, און איך געב אים צו פארשטיין אויף ווייטער,
די מעשה איז טאקע געשריבן ווי א געלונגענע פעידער, א שטיק טאלאנט..! אבער די עיקר פארוואס מיר מענטשן האבן הנאה צו ליינען דיין ביכעל... "איז נאר" ווייל אונז ווייסן אז צום סוף קימט א גיטע ענדע.
מיט א צוגעגרייטע תירוץ האקט די פעידער איבער ארויף שמורינדיג די שולד אויף די טינט וואס האט זיך אויסגעליידיגט צו פרי, מיט א קאנפידענס לייגט ער צו, סוי דעם קימענדיגן בוך וועל איך מאכן א מעשה אן קיין שרעק בכלל... וועט דאך זיכער יעדער הנאה האבן....!
מיט א גלעט בין איך אים מסביר.. אז מיט אזא בוכל וועט ער אפולו איין קונה נישט האבן,
אונז מענטשן דארפן נישט דעס!!

-----


די פרייליכע פנים אויף זיין געזוכט איז ווי א טאוועל צו לאזן וויסן פארן ציבור אז מען זאל קימען איבערלאזן ווארעמע ברכות,
די טרייבעל ביי אים אין שטוב הערט נישט אויף זונגען זיין אינקאמינג-קאל ניגון. ווי די קרובים און גיטע פריינט רופן אריין ווינטשן זייער מזל טוב פאר די ניי געבוירענע אינגעלע.
יאפ, עס איז געבוירן געווארן א קליין קינד, די ערשטע אות פון א לאנג פארצויגענע קאפיטעל איז אראפ געקומען!

ווי נאר די טעג ריקן זיך אויף פאראויס קימט צו נאך א אות און נאך א אות.

די אטמעספערע איז גאר הויעך ווען ער פורט אריין זיין אינגעלע איבערגעדעקט מיטן שבתדיגען ווייסע טלית צום כתה א' קלאס ווי די האניג ווארט צו ווערן אפגעלעקט, ווי זיין נעפיאוס פון די עלטערע כתהס ווארטן שוין דארט צו העלפן אויס טיילן די פעקעלעך.
ער איז שוין דריי יאר, מקען שוין זעהן ווערטער ארויס שיינען!

מיט געמאסטענע טריט וואקט אונזער גרויסע אינגעלע אריין צום מרכז הספרים, זוכענדיג פאר א אילו מציאות גמרה צווישן די געפאקטע שאפעס.
צו קויפען דאס ערשטע גמרה ווייל ער גייט שוין אריין אין כתה ה',
פין די קליינע ווערטער קען מען שוין זען געשריבענע שורה'לעך!

השבתי.. השבתי אתכם.. די שיינע דינע שטימע בענדער, זינגן ציזאמען ארים די טיש, מיט צעקייטע דשעליס צעווישן די ציינער, לכבוד אינזער בר מצווה בחוריל,
די פאטער שטייט מיט ביידע אויערן אויסגעדרייט צום נחת'ל, און האלט מיט ווי ער זעצט פאר מיטן פשעטיל, און לאט זיך נישט פין דעיע וראה בנים שטערערס.
קיק גיט... פין די קליינע שורות האט זיך צאמגעשטעלט א הערליכע ארטיקעל!

מיטן אויסגעביגעלטע כאלאט, און מיט א אייזענע התחדשות, מאכט ער זיין ערשטע טריט אריין אין די ישובה ווענט,
ער שלום עליכם'ט זיך מיט די נייע חבירים וואס האבן אן דאס זעלבע שעימעדיג שמייכעל ווי זיינס.
זייער שיינע ארטיקלען איז געשריבן געווארן ביז אהער, אבער דא הייבט זיך אן די אינטערעסאנטע חלק, כאפ דיך שטארק אן, ווייל די דראמע פינעם מעשה הייבט זיך יעצט אן...

פון דא און ווייטער שרייבט שוין יעדע פעידער אנדערש.... מיט אנדערע ארגינעלע שרעקעדיגע מהלכים!

אינזער לעבן איז ווי א נאוועל, יעדע מינוט נאך געשענישען, קיינער ווייסט נישט וואס זיין קימענדיגע בלאט וועט ברעינגן מיט זיך.

כאפ א בליק אויף דיין חבר, קיק אריין אין זיינע געשריבענע בלעטער, וועסט טרעפן דארט ארטיקלען וואס דיין פעידער וואלט קיינמאל גענימען די קוראדזש צו שרייבן............!

נעם א איבריגע מינוט, און ליין דורך דיין אייגענע שורה'ליך..... דיין מיטגעמאכטע ארטיקלעך..... עס איז טאקע איין שטיק דרעמאטיע...... סשרעקעדיג....! מען מישט בלעטעל נאך בלעטעל, סכאפט א ציטער, אין דעם קאפיטעל בין איך געפאלן, און אין די נעקסטע ארטיקעל בין איך געווען פארכאפט אין מיינע שלעכטע מעשים, יעדע ארטיקעל מיט זיין אייגענע ארטיסטישקייט... ביי געוויסע קאפיטלעך וויל מען זיך אפשטעלן פאר א תקופה, און ביי געוויסע וויל מען געבן א מיש צום נעקסטן!


זיי נישט ווי מיין אימגעלונגענע פעידער. דו ווייסט נישט ווען דיין טינט וועט זיך אויסניצן, מאך זיכער אז דיין פארצויגענעם בוכעלע זאל זיין א שטיק פין "תוכן'דיגע" דראמע, און מאך זיכער אז ביים לעצטען בלעטעל האט עס א גיטע ענדע!!!
די האלטס נאך אינמיטן שרייבן,
פראביר אז צום לעצטן בלעטעל וועט די אימשילדיגע נשמה זיין באפרייט.
די אויבערשטער ערווארט נישט פון אונז א מעשה וואס האט נישט קיין דראמע אין זוך אבער ער דארף יא אז אונזער פארצויגענע מעשה זאל האבן א פרייליכע ענדע!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3533
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5572

Re: די ענדע פונעם פארזעצונג!

פאוסט דורך וואוילער »

שטארקע חיזוק ווערטער.
עס מאנט פון איין זייט און איז מחזק פון די אנדערע זייט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
קשאנובער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:24 am
x 178

Re: די ענדע פונעם פארזעצונג!

פאוסט דורך קשאנובער »

הערליך הערליך געשריבן!! גאר טיף און שיין!!

ווען געקענט וואלטעך א צווייטע לייק געגעבן....!!!
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 790

Re: די ענדע פונעם פארזעצונג!

פאוסט דורך מאטאווירט »

זייער שיין! גאר גוטע און וואלידע נקודה!
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 943
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1286

Re: די ענדע פונעם פארזעצונג!

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

זייער שיין! גאר גיטע פאוינט גוט ארויסגעברענגט,

יישר כח
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1946

Re: די ענד!!!!!!!

פאוסט דורך ווינטעלע »

סארי.....
כאמיר נישט געקענט איינהאלטן פין טוישן קעפעל,
פרעג איך דיר, לעבן איז דיר עפעס א פארזעצונג??? נאא.. נא... נא....

א פארזעצונג מיינט ווען סדא ברעיקס.
אבער נאו נאו,
נישט ביי מיר אין נפש....

לאמיר האפן כוועל קענען צירוק טוישן... נאכן זיך טרעפן ביי א געשמאקע רעסט-עריע!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5948
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12849

Re: די ענדע פונעם פארזעצונג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואס'ס'סטע געטון דא?!....

כהאב געזען יעצט דעם קעפל אויבן און געמיינט אז @אלטערנעסייד פארקינג איז ענדליך אריינגעקומען מיט זיין ענדע...
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1946

Re: די ענדע פונעם פארזעצונג!

פאוסט דורך ווינטעלע »

הממ...... כדארף דיר ערנסט איבערבעטן.

פרעג איך דיר, א פארזעצונג האט א ענד.....?!?!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5948
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12849

Re: די ענדע פונעם פארזעצונג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

:lol: :lol:
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1513

Re: די ענדע פונעם פארזעצונג!

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:16 pm וואס'ס'סטע געטון דא?!....

כהאב געזען יעצט דעם קעפל אויבן און געמיינט אז @אלטערנעסייד פארקינג איז ענדליך אריינגעקומען מיט זיין ענדע...
מעגליך אז היינט נאכט קומט חלק ו'
נאכנישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:51 pm
x 85

Re: Re: די ענד!!!!!!!

פאוסט דורך נאכנישט »

Very nice work
Keep on going 👍
שרייב פאוסט