איך ווייס נישט ווי אזוי דו דיפיינסט "חסיד". אבער וויפיל אידן וואס פאררופן זיך תחת דגלו פון מהר"א וועלן קיינמאל נישט קויפן פלייש ביי אנדערע בוטשער? איך קען נישט די ציפערן, אבער עס לאזט זיך זאגן אז "טויזענטער". דאס איז וואס איך רוף א חסיד מהר"א.
חסיד מהר"א ביי מיר מיינט נישט איינער וואס גייט צום טיש, פארט אויף יו"ט, גייט אריין מיט א קוויטל, פרעגט וועלכע נאמען צו געבן, וכו' וכו'. די אלע זאכן טוט מהר"א אלץ א סירוועס. איך האב שוין געשריבן אמאל דא. מהר"א באשטייט פון דריי זאכן. 1) א ראש ישיבה. 2) קרית יואל'ע רב. 3) פארזיכערן פאר אידן כשר'ס צו עסן. אלע אנדערע זאכן וואס ער טוט איז אלץ א זייטיגע סירוועס. ער שעפט מער חיות פון די בית השחיטה, ווי פון 5 בילדינגס פאר די מוסדות. פון וואו ווייס איך? ווייל אין די בית השחיטה איז ער כאטש איין מאל א וואך, משא"כ אין חדר. אין ישיבה גייט ער יעדן טאג, משא"כ די טיש פרייטאג צונאכטס גייט אים גאנץ קנאפ אן אז זיינע "חסידים" זאלן קענען קומען.
עס זענען דא טויזענטער אידן וואס פארשטייען וואס זייער רבי וויל עכט, און שטייען אויף דעם אז ביי זיי אינדערהיים זאל מען נאר עסן קרית יואל'ע פלייש און אריזאנע מצות. זיי ווייסן אז טאמער וויל מען זיין א חלק אינעם רבי'נס קהילה איז עס נישט מיטן פרעגן וועלכע נאמען צו געבן, ווייל דער רבי דארף נישט זאלסט אים רופן פרעגן. ער איז א רבי מוז ער עס טוהן. אבער ער זאגט אז דו ווילסט באמת זיין מיין חסיד, קויף אין די היימישע בוטשער און שליס דיך אן אין איינער פון די חבורות על הש"ס. (פארשטייט זיך עס ענדיגט זיך נישט ביי דעם, איך רעד נאר פון די עיקר דגוש.)
און דערפאר האב איך געשריבן אז איינער וואס קויפט בני יואל מצות צוליב די טעם, איז קיין חסיד מהר"א נישט!