היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
א מאנסי איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:05 am
x 270

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך א מאנסי איד »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:01 am
א מאנסי איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:09 am
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 12:56 am

קיין געדולד פאר לאנגע ענטפער יעצט. נאר א קורצע פראגע חברים האט די עקוויפמענט גרייט?
יא זיי האבן די זעלבע ווי מצילי אש
ס'איז שפעט ביינאכט, און כ'האב נישט יעצט די צייט צו שרייבן און רעאגירן אסאך, אבער אויף דעם מוז איך ענטפערן...
כ'האף אז דיין שרייבן די ענטפער קומט פון פשוט נישט וויסן וואס טוט זיך, און נישט פון במזיד רעדן שטותים.
די זעהסט אז איך ווייס יא
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1663
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5680

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Think and Thank »

א מאנסי איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 18, 2026 8:42 pm
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 18, 2026 5:16 pm איך האב ערווארטעט צו אריינקומען דא און זעהן ווי ס'שוין דא א גאנצע שמועס וועגן די היינטיגע קאל ביי די וויזניצע מצה בעקערי.
@א מאנסי איד וואו ביסטו?
לאמיר ענדערש רעדן פון די קאל נעכטן נאכט אויף decatur

כ'מיין אז מ'זאל רעדן פון ביידע, עטס מאכטס מיר שוין נייגעריג...
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1663
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5680

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Think and Thank »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 18, 2026 8:37 pm
פלאם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 18, 2026 7:45 pm איך וויל אויך שרייבן מיין פאר צענט אויף די נושא פון די פארגאנגענע בלאט.

מיינע ווערטער איז פשוט מסביר צו זיין די נושא, ווער ס'וויל באמת פארשטיין, ווער ס'האט סיבות צו האלטן אז מצילי אש טוט נישט ריכטיג און אלע זיינע שאלות זענען באמת תירוצים פארוואס ער האלט נישט פון מצילי אש, צו אים רעד איך נישט, [איך מיין נישט קיינעם, און דער וואס מיינט איך מיין אים, אים מיין איך טאקע...].

מצילי אש איז געגרינדעט געווארן ווינציגער ווי דריי יאר צוריק, יא מ'רעדט שוין פון די נושא פאר קרוב צו פיר-א-האלב יאר, אבער די מצילי אש טעלעפאן ליין איז אקטעוועזירט געווארן ערשט נאך פסח תשפ"ג, צו זאגן אז מצילי אש האלט אויף די זעלבע שטאפל ווי פיר יאר צוריק איז געווארפן זאמד אין די אויגן.

מצילי אש איז געגרינדעט געווארן אנדערש ווי אנדערע סארט ארגאנעזאציעס וואס ווערן געשאפן דורך די גשמיות'דיגע צורך, איז הגם מצילי אש סערווירט די גשמיות'דיגע צרכים, אבער די דרייוו דערפון א רוחניות'דיגע, דערפאר האט מצילי אש באלד אין די ערשטע מינוט גענומען אויף זיך צו קענען דעקן ווי מער קאלס וואס די פייער דעפארטמענט דעקט, רוב רובו קאלס פון די פייער דעפארטמענט קען חברים דעקן און פעלט זיך נישט אויס קיין פראפעסיאנאלע טרעינונג, דערפאר ווי נאר ס'איז געווען א קבוצה פון עטליכע טיכטיגע אינגעלייט וואס האבן געהאט טרעינונג פון א קלאס פון דריי שעה האט מען באלד ארויסגעלייגט די נאמבער, און דאס האט געמאכט אז אויף רוב רובו קאלס קען מען רופן שומרי שבת אנשטאט מחללי שבת וכדו'.

די ציל איז ווייטער צו ווערן א פולקאמער פייער דעפארטמענט [לאו דוקא איבערנעמען די איצטיגע, נאר א שטייגער ווי הצלה ווערן פולקאם אקצעפטירט מצד די רעגירונג וכדו'], צו דעם דארף מען האבן די כלים טרעינונג טראקס קליידער אא"וו, אויף יעדע זאך ארבעט מען, אלעס נעמט צייט, מ'איז געענגט מיט געלט, און דערפאר נעמט עס מער צייט, די צד שכנגד שטעלט אונטער פיסלעך דא אין דארט אא"וו, און ס'מיינט נישט אז דאס וואס די זעהסט מצילי אש יעצט דאס וועט זיין די מציאות אין א וואך / חודש / יאר ארום.

די מציאות כהיום יום האט מצילי אש די נויטיגע ערפארונג צו רעגירן צו יעדע סארט קאל וואס ס'ווערט דיספעטשד איין דעפארטמענט, די כלים נאכנישט, ווען מ'וועט קענען רעאגירן מיט די אייגענע טראק וועט מען אויך קענען בפועל אפערירן אויף יעדע סארט פון אזא קאל.

איך האף אז כ'האב מיר גענוג קלאר מסביר געווען, אויב נישט ביטע מודיע זיין, אבער ווי געשמועסט איך קום נאר ענטפערן שאלות נישט ענטפערן אויף תירוצים.
איך וואוין נישט אין מאנסי און איך וויל דיר נישט ווארפן קיין זאמד אין אויגן. אויב ווערט די ארגאניזאציע באטראפן, הנהלה מעק מיר אויס.

מצילי אש האט זיך געעפנט מיט א ציל. יעצט פיר יאר שפעטער האט מען שוין דערגרייכט דעם ציל? אביסל דערגרייכט? און וואס איז די פארשריט די לעצטע פיר יאר און וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

עגעין איך וואוין נישט אין מאנסי סאו איך זעה נישט מצילי אש יעדן טאג

די שאלה איז וואס איז געווען די ציל. אויב די ציל איז געווען צו פארמינערן חילול שבת און פריצות בראש כל חוצות, האט מען פיין דערגרייכט די ציל. אודאי קען מען גיין נאך ווייטער, אבער עס איז קלאר דא אסאך ווייניגער חילול שבת פשוט ווייל יעדע שבת קאל וואס ווערט געמאכט צו מצילי אש איז שמירת שבת אנשטאט חילול שבת.
(אויסער דעם האט דאך ברוער אויפגעהערט מיט די חילול שבת א דאנק די גרינדונג פון מצילי אש :lol: :lol: )
עריק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
Location: ים ברעג
x 245

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך עריק »

פלאם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 18, 2026 7:45 pm
[לאו דוקא איבערנעמען די איצטיגע, נאר א שטייגער ווי הצלה ווערן פולקאם אקצעפטירט מצד די רעגירונג וכדו'],
פארוואס טאקע נישט?
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2958
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9193

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

עריק האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:14 pm
פלאם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 18, 2026 7:45 pm
[לאו דוקא איבערנעמען די איצטיגע, נאר א שטייגער ווי הצלה ווערן פולקאם אקצעפטירט מצד די רעגירונג וכדו'],
פארוואס טאקע נישט?
געהערט א סברא ווייל אזוי זענען זיי נישט געבינדן צו א געוויסע דיסטריקט
דער ציל איז דא מציל זיין פון חילול שבת, נישט פירן א קאמפאני.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3522
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4237

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אנדערער »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:17 am
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:16 am
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:11 am

מצילי אש יא?
איך רעד פון פייער עקסטינגווישערס און טערמאל קעמרע
פונקט ווי מצילי אש האט דאס היינט קען חברים דאס האבן מארגן...
וואס האט מען פון דעם אז זיי קענען?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3522
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4237

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אנדערער »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:14 am וואס מיין פראגע איז, אויב די איינציגע זאך וואס מ"א האט געברענגט צום טיש איז נאר עקוויפמענט, האט מען געזאלט מאכן א קאמפיין צו רופן חברים און שאפן געלט פאר זיי צו קויפן נאך עקוויפמענט.

וואס האט אויסגעפעלט די קאסטן צו נעמען פרישע יונגעלייט און אנהייבן טרעינינג פון אלף?

אפגערעדט די שוועריגקייטן פון עפענען אן ארגאניזאציע פון סקרעטש ווס אן עקזיסטירנדע ארגאניזאציע מיט א סטרוקטור און א סיסטעם.
אפשר האט חברים נישט מסכים געווען צו ווערן די אפיציעלע קעגנער צו פייער דעפארטמענט. ווער זאגט אז די חברים מעמבערס זענען געווען גרייט צו נעמען די טרעינינג און כלים

הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2510
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5577

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך הדסים »

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:37 pm

איך פרעג נישט אפ, איך פרעג, אויב איינער ווייסט אז דאס איז דער מציאות; אדרבה, כ'פרעג כדי צו וויסן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3522
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4237

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אנדערער »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:43 pm

ווער עס זוכט אפפרעגן לאז איך גלייך האבן די לעצטע ווארט. טאקע ווייל דו ווילסט פארשטיין טריי איך צו העלפן

אבער פארוואס דארף מען פארענטפערן? וואס איז אזוי שלעכט אז מען עפנט א נייע ארגאניזאציע? אויב וואלט חברים געוואלט ווערן די נייע פייערלעשער וואלט זיי אויך געדארפט אויסגעבן די זעלבע געלט צו קויפן די אלע עקוויפמענט
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4711
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 19813

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פליט »

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:50 pm
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:43 pm
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:37 pm

אפשר האט חברים נישט מסכים געווען צו ווערן די אפיציעלע קעגנער צו פייער דעפארטמענט. ווער זאגט אז די חברים מעמבערס זענען געווען גרייט צו נעמען די טרעינינג און כלים
איך פרעג נישט אפ, איך פרעג, אויב איינער ווייסט אז דאס איז דער מציאות; אדרבה, כ'פרעג כדי צו וויסן.
אבער פארוואס דארף מען פארענטפערן? וואס איז אזוי שלעכט אז מען עפנט א נייע ארגאניזאציע? אויב וואלט חברים געוואלט ווערן די נייע פייערלעשער וואלט זיי אויך געדארפט אויסגעבן די זעלבע געלט צו קויפן די אלע עקוויפמענט
אן ארגאניזאציע וואס ווערט אויפגעשטעלט דורך העיט, פאדערט אן ענטפער.

ניין. קיינער פאדערט נישט קיין ענטפער פון לב לילד.
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3522
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4237

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אנדערער »

פליט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 11:09 pm
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:50 pm
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:43 pm

איך פרעג נישט אפ, איך פרעג, אויב איינער ווייסט אז דאס איז דער מציאות; אדרבה, כ'פרעג כדי צו וויסן.
אבער פארוואס דארף מען פארענטפערן? וואס איז אזוי שלעכט אז מען עפנט א נייע ארגאניזאציע? אויב וואלט חברים געוואלט ווערן די נייע פייערלעשער וואלט זיי אויך געדארפט אויסגעבן די זעלבע געלט צו קויפן די אלע עקוויפמענט
אן ארגאניזאציע וואס ווערט אויפגעשטעלט דורך העיט, פאדערט אן ענטפער.

ניין. קיינער פאדערט נישט קיין ענטפער פון לב לילד.
דוד המלך איז געווען העיטפול? קוק אין תהלים וויפיל העיט איז דארט קעגן רשעים

איינער לייקענט אז ברוערס זענען געווען רשעים?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2510
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5577

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך הדסים »

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:50 pm ווער עס זוכט אפפרעגן לאז איך גלייך האבן די לעצטע ווארט. טאקע ווייל דו ווילסט פארשטיין טריי איך צו העלפן

אבער פארוואס דארף מען פארענטפערן? וואס איז אזוי שלעכט אז מען עפנט א נייע ארגאניזאציע? אויב וואלט חברים געוואלט ווערן די נייע פייערלעשער וואלט זיי אויך געדארפט אויסגעבן די זעלבע געלט צו קויפן די אלע עקוויפמענט
עפענען אן ארגאניזאציע נעמט אריין פיל מער ווי קויפן עקוויפמענט, פון טרעינען אומערפארענע יונגעלייט פון אלף, אוועקשטעלן א סטרוטור, א שבת סיסטעם וכו'

עגעין, איך האב נישט קיין פראבלעם צו הערן אז דער ציל איז נאך נישט דערגרייכט, אדער אז חברים האט נישט געוואלט, אדער אפילו אז דער ציל האט זיך נישט אויסגעארבעט פונקט ווי מ'האט געוואלט אבער אעפי"כ האט זיך עס געלוינט ווייל למעשה האט עס געשאפן אן אויסגעהאלטענע ארגאניזאציע, כ'פרעג אויב איינער דא ווייסט די תירוצים.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 42526

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:31 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:17 am
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:16 am

איך רעד פון פייער עקסטינגווישערס און טערמאל קעמרע
פונקט ווי מצילי אש האט דאס היינט קען חברים דאס האבן מארגן...
וואס האט מען פון דעם אז זיי קענען?
רינגע ראנגי ראוזי
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3522
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4237

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אנדערער »

חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:00 am
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:31 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:17 am

פונקט ווי מצילי אש האט דאס היינט קען חברים דאס האבן מארגן...
וואס האט מען פון דעם אז זיי קענען?
רינגע ראנגי ראוזי
פארוואס?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4100
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 7088

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

כ'האב אזויפיהל צו שרייבן, אבער נישט קיין צייט ב"ה.
וואס טוט מען פאר די אלע אידן וואס ווארטן פאר קלארקייט?
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4711
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 19813

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פליט »

פליט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:21 am
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 18, 2026 5:16 pm איך האב ערווארטעט צו אריינקומען דא און זעהן ווי ס'שוין דא א גאנצע שמועס וועגן די היינטיגע קאל ביי די וויזניצע מצה בעקערי.
@א מאנסי איד וואו ביסטו?
@א מאנסי איד וואס איז געווען די מעשה?
שוין, אז קיינער האט נישט געוואלט אריינקומען מיט די מעשה, האבעך געפרעגט דעם מענעדזשער פון די מצה בעקעריי, ער נעמט זיך לאכן, און זאגט אז מצילי אש איז טאקע דארט געווען, זיי זענען דזשאסט געשטאנען אין די זייט און גארנישט געטוהן.

יעצט, וואס איז די אנדערע זייט מעשה? אויב עס איז דא..
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1912

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

א גוטן לעצטנס האב איך נישט אסאך צייט וואס איך קען זיין קאננעקטעד דערפאר קומט אריין מיינע פאוסט זייער אפגעהאקט מיט אסאך צייט אינציווישן, [ווער ס'קען ענטפערן שאלות וואס ווערן געפרעגט פאר מיר יזכר לטוב].

ווי געזאגט איך קום נאר שמועסן פאקטן פאר ווער ס'וויל, א אוי נאו און אוי יע סירקיל וויל איך נישט גיין, און ווי אויך ווער ס'האט סיבות צו האלטן וואס ער האלט פלאן איך נישט גראדצושטעלן בכל אופן.

מצילי אש האט זיך גע'עפענט מיט א ציל, די ציל איז צו שטעלן א ווינקל פאר ערליכע אידן זיך צו קענען אן עצה געבן מיט פייער סעיפטי אן צוצוקומען צו מחללי שבתות, די ציל איז שוין ערהאלטן געווארן איבער ניינציג פראצענט, דאס אז אויף איבער ניינציג פראצענט קאלס וואס מ'האט בעבר געדארפט רופן די פייער דעפארטמענט דארף מען נישט צוקומען צו זיי, די ציל איז צו גיין ווייטער, און צו קענען דינען אלץ פולקאמער פייער דעפארטמענט, די לעצטע צען פראצענט דאס איז לכאורה אפילו שווערער [במציאות] פון די ערשטע ניינציג, [אבער בהשקפה, דאס הייסט געבראכן די אייז אד"ג איז שוין געשען מיט די ערשטע חלק].

ס'געווען אמאל אין ביהמ"ד האבן זיך צוויי אידן גע'טענה'ט אויף א מציאות ווי אזוי ס'איז געווען ביי אן עקסידענט, איינער האט געזאגט די קאר איז געקומען רעכטס אין געקראכט לינקס, און די צווייטער האט געשריגן שטארק אז פארקערט, איז צוגעקומען א דריטער און געפרעגט די ביסט דארט געווען? ניין? און די אויך נישט? קומט אויס אז ענק ביידע קריגן זיך נישט, סך הכל די האסט געהערט פון משה און די פון יענקל, במילא לאז זיי זיך אויס'טענה'נען, און ענק קענען בלייבן ווייטער גוטע חברים...

לענינינו איינער דא האט געזאגט אז מצילי אש שטייט שוין אויף די זעלבע פלאץ פיר יאר, איך גלייב נישט אז דער וואס האט עס דא געשריבן האט עס אליינס געטראכט, נאר ס'קומט פון איינער וואס פראבירט אזוי צוהאלטן צוליב זיין געהאלט וואס ער ערהאלט דערפאר, דארף מען אבער נעמען אין אכט דער וואס שרייבט היינט אזוי האט טאקע מיט פיר יאר צוריק געשריבן אז מצילי אש איז א צעטל-און-רעדעס קאמפיין, איך מיין מצילי אש האלט בכלל נישט דארט, דערפאר האב איך געזאגט אז די טענה איז סך הכל א טאקטיק צו ווארפן זאמד און אויגן, ווייל יעדער פארשטייט אז טויש געשעט נישט אין איין מינוט, און זאל ער ווען פרעגן וואס האט זיך געטוישט פון א האלב יאר צוריק וואלט געווען שייך צו ענטפערן אויף קלייניקע טריט צום גרויסן ריכטונג וואס איז געטוען געווארן, אבער ער וויל לייגן א פאקט אז ס'האט זיך גארנישט געריקט מוז ער ניצן א לענגערע צייט אפשניט ופשוט.

בנוגע חברים, איך וועל מיר ווייטער האלטן צו מיין ליניע און פראבירן צו ענטפערן מיטן זאגן פאקטן, אבער איך נאכאמאל קלארשטעלן אויב איז דא א סיבה פאר אייך פארוואס מצילי אש שטייט גלייך מיט חברים, צו ווייל איר האט גאר א גרויס הכרת הטוב אז זיי האבן געטוישט אייער רעדל אדער איז אייער שוואגער דארט א מעמבער, אדער סתם ברענט אין אייך אז למען כבוד שמו טאר מען נישט האלטן אז א צווייטע ארגאנעזאציע האט מיט עפעס א צד יתר איבער חברים, דאן ביטע היפט איבער די שורות, ווייל איך פלאן נישט אריינצוגיין און א יא ניין דעבאטע.

הבהרה, איך האב א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר חברים, זיי האבן מיר שוין געהאלפן פיל אין צייט פון נויט זיי העלפן כלל ישראל, און אלעס וואס איך שרייב דא איז בכלל נישט צו אראפשפילן חברים אד"ג, סך הכל ארויסברענגן וואס מצילי אש טוט איבער חברים.

קודם כל ווען מצילי אש האט אנגעפאנגען איז די דרך פון חברים געווען ווען מ'האט גערופן פאר פייערס צו לויפן [און געדיספעטשד 911] אויסלעשן די פייער און אנטלויפן פונעם סצענע אלץ פחד אז מ'גייט ווערן אנגעקלאגט דערוועגן, חברים האט זיך בשום אופן נישט געקענט זען צו אדווערטייזן אז זיי לעשן פייערס, מ'גייט זיי ארעסטירן פארדעם, ווען מצילי אש האט זיך געוואלט גרינדן האט מען מברר געווען אז דאס איז א באזיסלאזע שרעק וואס די פייער טשיעף'ס האבן געמאכט אז מ'זאל זיי נישט פארכאפן די פייערס... דאן איז מען געזיצן ביי איין אסיפה מיט חברים און געפרעגט אויב זיי ווילן גרינדען אן אפטיילונג 'מצילי אש', און זייער אנטווארט איז געווען אז פון טאון האט מען זיי שוין אנגעווארנט פון פריער אז אויב זיי שטעלן נאר אפילו צו הילף פאר מצילי אש וועט מען זיי קנס'ענען דורך די גרענט'ס וואס זיי זיכן צו ערהאלטן אא"וו [גראדע צו די חלק האבן זיי זיך נישט געהאלטן, ויזכרם לטוב, זיי האבן יא געהאלפן ווען ס'געווען שייך צו העלפן אנדעם וואס אנדערע זאלן זיך דערוויסן, וד"ב].

יעצט צוצושטעלן חברים צו מצילי אש, בעת וואס חברים האט נישט די טרעינונג בכלל פון לעשן פייערס, ווי אויך האבן זיי נישט קיין וואסער קענס, אדער א טערמיל אימעדזשינג קעמרע, און הגם חברים האט פענס אויסצוליפטערן דירות איז עס בכלל נישט די סארט וואס די פייער דעפארטמענט האבן די גרויסע וואס נעמען ארויס רויעך ביז מינוטן, ווי אויך היות חברים איז נישט געפאוקעסט אויף פייערס ליגן זייערע פענס און עטליכע לאקאציעס, און ס'נעמט בפועל לאנגע מינוטן ס'זאל אנקומען צו א קאל, מצילי אש האט בעבר זיך פארלאזט אויף די חברים פענס, ביז מצילי אש האט געזען אז ס'נעמט צופיל צייט און די רויעך ווערט איינגעגעסן און די דירה, און מ'מוז האבן די גאר באמבאסטישע פענס, און אויסגעלייגט און קארס איבערן שטאט, אזוי ארום אז ס'זאל אנקומען שנעל און צייטליך.

בנוגע געז און קארבאן מאנאקסייד קאלס, מצילי אש איז אויסשטאפירט מיט די נויטיגע כלים דערפאר, בעת וואס חברים האט נישט, איך וויל נישט אריינגיין באריכות דעראין, אבער דאס איז די מציאות, חברים האט ביליגע סארט טעסטערס וואס איז אפשר גוט צו זען אויב ס'איז א פראבלעם, אבער אין פאל וואס ס'זאגט אז ס'איז נישט דא קיין פראבלעם איז די שטוב בכלל נישט ארויס מכלל ספק סכנה, וד"ב.

יעצט ווי געשמועסט צו ווערן א פולקאמע פייער דעפארטמענט דארף מען: טראקס, קליידער, עקוויפמענט און טרעינונג. מצילי אש ארבעט אויף אלע פון די זאכן, מ'קען נישט פאוקעסן נאר אויף איינס פון די פיר און נאכדעם גיין צו די אנדערע, געוויסע האבן טעכנישע שוועריקייטן, געוויסע דארפן באקומען פאליטישע אינטערווענס אא"וו, בס"ד זאכן רוקען זיך אויפן וועג ארויף און נישט אויף די וועג אראפ, און מ'קען האפן אז ס'וועט זיך אנזעהן שינויים אינעם עתיד.

איך האף אז דאס מאל האב איך מיר גענוג אויסגעשמועסט, און אדרבה אויב נישט פרעגט, ווייל אויב נישט וועט איר נישט וויסן.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1912

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

עריק האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:14 pm
פלאם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 18, 2026 7:45 pm
[לאו דוקא איבערנעמען די איצטיגע, נאר א שטייגער ווי הצלה ווערן פולקאם אקצעפטירט מצד די רעגירונג וכדו'],
פארוואס טאקע נישט?
כ'האב נישט געמיינט צו זאכן דוקא נישט, נאר אז וואס איך מיין מיט א פולקאמע פייער דעפארטמענט מיינט לאו דוקא צו ווערן א חלק פון די 911 סיסטעם, אבער קען זיין אז דאס וועט יא געשען בעתיד.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2510
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5577

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך הדסים »

גאט איט @פלאם. נאר נאך איין פראגע, האט נישט מ"א געקויפט א טראק (אדער צוויי?) א צייט צוריק?

די טרעינינג וואס איז געשטאנען אין מאמענט דערוועגן, דאס איז נאר די ערשטע שטאפלען טרעינינג?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1912

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

הדסים האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:25 am גאט איט @פלאם. נאר נאך איין פראגע, האט נישט מ"א געקויפט א טראק (אדער צוויי?) א צייט צוריק?

די טרעינינג וואס איז געשטאנען אין מאמענט דערוועגן, דאס איז נאר די ערשטע שטאפלען טרעינינג?
מצילי אש האט כהיום דריי טראקס, איין טראק איז פראקטיש צו ניצן ביי בראש פייער וכדו', די אנדערע צוויי זענען געהעריגע גרויסע טראקס, דאס צוקענען ניצן ביי סצענע דארף מען עס קענען שטעלן אא"וו, ביז היינט איז געווען א שוועריקייט מצד די שטאט באמטע איבער דעם, בס"ד ווי געברענגט אויבן איז געווען א דרוכברוך בנוגע די קשרים מיט די טאון און די פאליס, האפענטליך וועט דאס אויך העלפן אויף דעם.

די טרעינונג איז געווען פאר די ערשטע פינף און צוואנציג מעמבערס, יעצט וועט עס זיין פאר א צווייטע קלאס, האפענטליך בערך דרייסיג אינגעלייט.
שרייב פאוסט